Kosher Travel האט געשריבן:man האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:man האט געשריבן:אה! סאיז מיר געוועהן א מילתא דפשיטא אז די פארשטייסט וועמען איך מיין (לפחות ד״ר וו. פון מאנסי).
די סיבה וועגן וואס איך שרייב ברמיזה, ווייס איך אויך נישט.. נאר איך זעה אז ווער סרעדט פון זיי רעדט ברמיזה (כמו: די דאקטער וואס רופט ריין און א צווייטען צימער.. וכדומה), פארשטיי איך פון דעם אז זיי ווילן נישט אז מזאל ארומרידערען פון זיי בפומבי.
אויב די ווייסט טאקע נישט וועם איך מיין, קען איך דיר שרייבען באישי.
די מיסטעריע ווערט גרעסער... אלע דאקטוירים וואס זענען "גאר שטארק פרא" קען איעדער גוט. אבער די אנטי... זיי דארפן נאך ארויסקומען פון קלאזעט... ווייל ווי שוין כמה פעמים באשריבן, דא איז רוסלאנד אונטער סטאלין אין די 1950s ווי א דאקטאר האט פשוט מורא צו זאגן עכטע science און עכטע פאקטן.
נא וויאזוי פארשטייסטו דאס?
[דהיינו, אז סאיז דא היימישע דאקטורים וואס האלטן נישט פון וועקסינס איז א פאקט וואס די ווייסט מסתמא אויך (אויב נישט איז א גרויסע צ״ע), וואס איז די סיבה פון די באהעלטענישט באדערט מיך אויך, (קען זיין זיי האבען טאקע וואס מורא צו האבן, פשוט זיי גייען פארלירען קאסטעמערס, אדער אפשר איז דאס פשוט אן איינרעדענישט, וכו׳ וכו׳) אבער סטוישט נישט קיין פאקט].
אבער בכלל צו בויען אויף היימישע פרומע דאקטורים מער ווי נישט היימישע מיין איך אז דאס האט נישט קיין שום פשט (עכ״פ און מיינע פליישיגע אויגען).
(הרב קאשער, דאנט געט מי ראנג, ווי שוין געשריבען איך האב נישט קיין שטארקע מיינונג און די נושא).
My Man...
איך וועל אייך ענטפערן ווייל איהר זעהט אויס צו זיין א אינטעליגענטער מענטש.
אלע גרויסע דאקטוירים (אידישע, נישט אידישע, פרום, פריי) זענען פרא וואקסין. אלע גרויסע מעדיקעל ארגאנאזאציעס (אריינגערעכענט די גרעסטע "אוטיזם סופראט גרופע אין אמעריקא!) זענען פרא וואקסין. אני הקטן, איך בין אמאהל געווען גאר אנטי וואקסין. אבער נאכן זיך אריינלייגן אין די ענין, ווי שוין כמה פעמים באשריבן, בין איך געווארען פרא וואקסין.
בעסער געזאגט, איך בין נישט פרא וואקסין, איך בין פרא פאר די פאקטן. די סייענס איז אויף די זייט פון וואקסינס.איך רעדט נאר פון די היימישע פרומע דאקטוירים (א שטייגער ווי דר. ווערצבערגער פון קרית יואל), ווייל לשיטת האנטי אז אלע דאקטורים זענען קארופטירט, און זיי גייט נישט אהן דאס פארסמען אידישע קינדער, פרעג איך, און וואס איז מיט אלע אונזערע היימישע פרומע דאקטוירים וואס באדינען שוין דעם כלל געטריי און מיט נאמנות, א סך פון זיי פאר איבער 40 יאהר?!
דאס וואס איהר שרייבט:
[דהיינו, אז סאיז דא היימישע דאקטורים וואס האלטן נישט פון וועקסינס איז א פאקט וואס די ווייסט מסתמא אויך (אויב נישט איז א גרויסע צ״ע), וואס איז די סיבה פון די באהעלטענישט באדערט מיך אויך, (קען זיין זיי האבען טאקע וואס מורא צו האבן, פשוט זיי גייען פארלירען קאסטעמערס, אדער אפשר איז דאס פשוט אן איינרעדענישט, וכו׳ וכו׳) אבער סטוישט נישט קיין פאקט].
ניין, איך ווייס נישט דערפון. און נאכאמאהל, מיין טייערע ידיד, מען ברויך נישט מיט די אלע מיסטעריעס און רמזים. וואס פארא גרויסע צ"ע רעדט איהר דא?
אין מיין line פון פרנסה רעדט איך מיט דאקטוירים איעדען טאג, און איך האב צו טוהן מיט RNs כסדר. און איך האלט און איין האבן דעבאטעס וועגען וואקסינס מיט זיי. כמה פעמים, שפיהל איך devils advocate און איך מאך מיהר (באמת) ווי אן אנטי. איך האב באקומען תשובות אויף אלעמען. אריינגערעכט א פשוטער גראבער ליגענט אז דאקטוירים לערנען נישט וואקסינס, און זיי זאגן פשוט איבער וואס מען רעדט זיי אהן.
צום שלוס: עס איז שקר גמור אז אונזערע היימישע דאקטוירים האלטן נישט פון וואקסינס. נישט נאר זענען זיי נישט אנטקעגן, זיי זענען גאר שטארק פרא וואקסין און זיי האלטן אז עס ראטעוועט לעבענס.
סליחה על האיחור.
הרב קאשער היקר, שכוח פאר די שיינע און רואיגע תגובה, (א חידוש און דו פארום צו שרייבען אזא שיינע תגובה פאר א נייע שרייבער וואס ביי אסאך זענען זיי מקצה מחמת מיאוס, שכויעח).
מיין צ"ע איז געווהען טאקע וועגען די זאגסט אז ביסט באהאווענט מיט דאקטורים.
-איך האב נישט געוואוסט אז סדא וואס זאגען אז רוב היימישע דאקטורים האלטען נישט פון וואקסינס, סאיז פשוט נאריש און קינדערעש צו שרייבען אזוי - איך האב מיר נאר באצויגען אויף דיין אויסדריק נישטא 'קיין איין איינציגע פרומע דאקטער' וכו' אויף דעם זאג איך אז פאקטיש איז יא דא, זה הכול. יעצט איז דאס משנה עפעס? איך ווייס נישט, איך לאז דאס פאר אנדערע.
איך בדווקא האב ליב צו לייענען די דירעקטע טענות דהיינו זיך באצוען מער אויף די סייענס והמסתעף שאלה, ווי אויף דאקטורים, ועל טעם וריח אין להתוכח.
--
ובדרך אגב, איך האב אויך ליידער אסאך עקספיריענס מיט גאר אסאך דאקטורים פון בינוני ביז טאפ טאפ טאפ, און צענדליגע אדער מער נוירסעס - 'אבער נישט אויף די נושא פון וואקסינען'- און אויף גאר אן אנדערען אופן ווי דיר (איך האב מיך געווייקט 'כפשוטו' און שפיטעלער ארום די לאנד מיט מיין קינד פאר אפאר יאר) און איך האב א גרויסען הכרת הטוב פאר געוויסע פון זיי, אבער באופן כללי האב איך אן אנדערען בילד פון וואס די שרייבסט דא, (קען זיין פריוואטע דאקטורים זענען אנדערש, השם יודע) אבער איך האב נישט קיין כח און מח צו שרייבען דא, בפרט ווען איך מיין אז דאס געט נישט צופיל צו צו דעם שאלה פון וועקסינס, און וויבאלט איך בין נאך גאר ווייט פון צו מאכען אן החלטה אויף די נושא, פיל איך נישט קיין רעכט און אחריות צו שרייבען און אזא רשות הרבים אויף די נושא, בתקווה להבנה!
אפשר אויב סגייט זיין אן אשכול אויף דאקטוירים בכללות אין שפיטעלער, וועל איך יא אביסל שרייבען מיין עקספיריענס.