"אלעס איבער וואקסינען"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

תגובה דורך מקבל »

א היבשע פאר טראפן פארקויפער, ליגענערס, רשעים וכו' דא אויפן וועלטל...
השי"ת ירחם עלינו ועל כל ישראל, ס'זאל שוין נישט צוקומען נאך אפגעבריטע.

לאקשען ברעט האט געשריבן:דאס האט מיר א ניק געשיקט ליינט מיט אינטערעסע:

לכבוד ר' לאקשן.

איך האב פאר מיינע דריי קינדער ב"ה נישט געגעבן דערווייל קיין וואקסינען, אבער איך האב פשוט מורא צו שרייבן דערוועגן ווייל מ'וועט מיר באפאלן.... זאג נישט אויס פאר קיינעם.

ביי א מומע אונזערע איז דא א קינד וואס איז ל"ע געווארן אינגאנצן דיסעיבלד און אויטיסטיק, פון די וואקסינען. (דער שפיטאל צאלט ריזיגע געלטער אין קאמפעסעישאן).
מיין עלטסטע שוועגערן האט יא געגעבן, אבער די צוויי נאכדעם - ס'הייסט מיין ווייב'ס שוועסטער און זי - האבן נישט געגעבן, אויפן פארלאנג פון מיין שוויגער.

א אינטערעסאנטע זאך איז געווען ווען ס'איז געווען די שוויין-פלו, מ'איז זיך צאמגעקומען די גאנצע משפחה א שבת נאכמיטאג, און די ניס - וואס איז וואקסינירט - האט זיך נישט גוט געפילט,אבער זי האט זיך געשפילט געהעריג מיט אלע קינדער, א טאג שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז זי האט די פלו, איך בין געווארן נערוועז אז מיינע קינדער האבן עס געקעטשט ווייל ס'איז געווען שרעקליך קעטשי, אבער וואונדער איבער וואונדער זיי האבן עס קיינמאל נישט באקומען!, אויך די אנדערע ניסעס וואס זענען נישט געווען וואקסינירט האבן עס נישט באקומען. ס'איז ממש געווען א איפכא מסתברא!

די מאמפס האבן קיינער פון מיינע דריי קינדער אויך ב"ה נישט באקומען. וכן יעזור ה' להלאה.
(טשיקען פאקס האבן מיינע קינדער יא געהאט, אבער מיין נעפיו וואס איז וואקסינירט האט עס פונקט אזוי געהאט...)
.....עד כאן לשונו.......

מי יודע האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:לאמיר רעדן פון די מאמפס פון פאריאר, די מציאות אז דער וואס האט זיך געשטאכען האט עס נישט באקימען איז וואר?

ניין, און נאכאמאל ניין
איך האב מיר אביסל אריינגעלייגט לעצטענס אין וואקסינען, און רבותי, ס'איז צרות ווי א בארג, מען פירט אונז אויף א רייד, די גאנצע שטעכעריי איז איין גרויסע געלט ביזנעס וואס די FDA האט זיך אינזין נישט אונז
ס'איז נישטא ווער ס'זאל שרייען די רעגירונג שטיצט עס און פארטיג
ס'פאלט קיינעם נישט ביי צו פרעגן, וואס שטעכט מען אריין אין מיין 6 חדשים'דיג קינד?
איך ווייס קלאר פון עטליכע וואס האבן גענומען שאטס און האבן באקומען די מאמפס
איך ווייס פון עטליכע משפחות וואס נעמען נישט וואקסינען און האבן ב"ה נאכנישט באגעגענט דעם פלו

לאקשן ברעט, טו א טובה, א תמנע טוב מבעליו, נעם דיך שרייבן, דערצייל וואס דו ווייסט, והבוחר יבחר, ווער עס וויל גלייבן זאל גלייבן און ווער נישט נישט

קראק-פאט האט געשריבן:ליינענדיג אן אשכול פון לאקשען ברעט וואו ער האט ארויפגעברענגט בתוך הדברים וואקסינען, האט איך מיך דערמאנט אז א שטיק צייט צוריק האב איך מיך אביסל אריינגעלייגט דערין, און נאכ'ן זוכן אויב מען רעדט שוין דערפון, זע איך אז לאקשן איז טאקע היבש ביזי דערמיט, ער האט שוין געעפנט צוויי אשכולות איבער די נושא.

..................
אבער איך וועל אויך דערציילן מיין געשיכטע, איך האב אויסגעפרעגט עטליכע דאקטורים וואס באהאנדלען אונזערע פאציענטן, רוב זענען זייער קלאר געווען אז וואקסינען איז א "מוז". איין דאקטאר, א בעל תשובה, גאר פרום (איך וויל נישט שרייבן ווער, איך וויל נישט ס'זאל צוריקקומען צו אים), האט מיר פארציילט אז ער האט א פריינט וואס האט זיך ביטער אפגעבריעט פון די פלו שאט, איך געדענק שוין נישט אויב זיין פריינט אדער זיין פריינט'ס זון איז געווארן געלעמט דערפון. די מעשה - א רעדע פון יארן צוריק, איז צוליב א באשטאנדטייל וואס מען לייגט שוין מער נישט אריין, זאגט ער מיר. האב איך אים געפרעגט אויב ער פערזענליך נעמט יא די שאטס, האט ער געזאגט אז נישט. האב איך אים געפרעגט, איך ווייס אז רוב שפיטעלער פארלאנגען פון די איינגעשטעלטע אז מען זאל זיך וואקסינירן, וויאזוי דרייטסטו דיך ארויס? זאגט ער אז ס'איז א בלויז א פארלאנג, קיינער אינפארסירט דאס נישט.

................
מיין מיינונג איז אז מען קען נישט גלייבן די סי. די. סי. אדער עף. די. עי. קיין ווארט, פשוט פאר די איינע סיבה ווייל פונקט ווי אלע אנדערע רעגירונגס אגענטורן, איז עס אנגעפילט מיט געוועזענע באאמטע פון די פארמעסוטיקעל אינדוסטריע, וואס פירן עס לויט זייער בענעפיט. איינער האט געפרעגט פונקטליך וויאזוי דאס מאכט די דאקטורים הייסן נעמען וואקסינען, זיי באקומען דאך נישט קיין געלט דערפון, דער תירוץ איז אויך פשוט, דאס האט נישט אזוי ווייט מיט געלט, ווי מיט'ן נאמען. די רעגירונג, וויבאלד זי קאנטראלירט די קרעדענשעלס פון פראפעסיאנאלן, קען זי אנמאכן פראבלעמען פאר א דאקטאר וואס וועט רעדן אנדערש ווי די רעגירונג'ס אגענטור רעקאמענדירט, ער ריזיקירט זיין נאמען און קארעריע אויב גייט ער קעגן די סטאטוס-קווא.
...........
איך האב פיל געליינט איבער די אינדוסטריע'ס איינפלוס אויף די סי. די. סי. אבער איין ווידעאו פון גערי נאלל איז זייער אינטערעסאנט צו זען. ער רעדט ביי עפעס א פארהער פון די ניו יארק אססעמבלי וועגן וואקסינען, ער שוינט נישט קיין שונד ווערטער אויף די פארמעסוטיקעל אינדוסטריע. נאך א זאך וואס ער רעדט אביסל דארט איז דער וועג וויאזוי מען מאכט די ריסוירטש, ער ווייזט אויף אז עס איז א געלעכטער די סטאנדארטן וואס זיי ניצן צו זען אויב עס די וואקסינען קען זיין א געפאר (דאס האב איך אויך געליינט אין נאך פלעצער). איך האב שוין געשריבן פריער אז דער גערי נאלל איז א גרויסע מויל מאכער, און דעריבער נעם איך נישט אן אלעס וואס ער זאגט, און ער זאגט פיל מאל צו סאך, (ער האט אסאך ווידעאוס) אבער די ווידעאו איז מער קראנט וויבאלד דא האט מען אים גערופן עדות זאגן ביי עפעס א וואקסין פארהער.

*****

דאס איז א פראמינינטע ארגעניזאציע וואס קריגט זיך מיט די סי. די. סי. אויף טריט און שריט, עס איז געעפנט געווארן דורך א פארפאלק וועמענ'ס קינד האט געליטן נאכ'ן נעמען די וואקסין. איך האב דורכגעליינט רוב פון זייער סייט, גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע. זיי האבן די באשטאנדטיילן וואס גייען אריין אין יעדע וואקסין, א ליסטע פון אלע וואקסינען א.א.וו.

*****

איך האב אמאל געפרעגט א גרויסן פראפעסאר און היסטאריקער דערוועגן, ער האט נישט געוואלט רעדן דערפון אויס מורא אז ס'וועט נאך פארשפרייט ווערן אז ער האט געזאגט אזוי און אזוי, און דאס קען אים נאך שאטן, איין זאך יא, ער מיר געזאגט הייב אן מיט דעם בוך.

דאס איז א פראפעסיאנאלע ריסוירטשד בוך וואס צולייגט די זאך פון אנהייב ביז'ן סוף, די היסטאריע פון וואקסינען אמאל ביז די געלט און קארופציע פון היינט. איך בין נאך נישט אנגעקומען דורך צו ליינן דעם בוך, (די קאמענטס אויף עמעזאן, גינסטיגע און נישט-גינסטיגע, יא) ווען איך וועל עס ליינען (אויב עס וועט אמאל געשען) וועל איך דא באריכטן דערוועגן.

*****
.........................

פאר פרויען אין אומשטענדן איז ביי מיר א גרויסן לא, איך קען דאס נישט פונקטליך מסביר זיין, אבער נאכ'ן צוריקהערן עטליכע מעשיות ביי אונזער ציבור, האב איך אזוי באשלאסן.

*****
.

bailout האט געשריבן:http://www.washingtontimes.com/upi-breaking/20050417-052541-5549r.htm

דא האט איר די לינק (פון 2005) פון די ברעיקינג נייעס וואס די וואשינגטאן טיימס האט אויפגעדעקט אז זיי האבן געזוכט אין די עימיש טאון פאר אוטיזם און זיי האבן נישט געקענט טרעפן.

purple knish האט געשריבן:.................

איך האב מיטגעהאלטן א מעשה און משפחה ליידער, וואס א פרוי האט גענומען א שאט (ביים ווארטן) און פון דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן פראבלעמען מיטן קינד. עס איז פעסטגעשטעלט געווארן אז דאס איז געווען די גורם. עד היום איז דאס קינד נישט דעוועלאפד. ה"י

............

תוספות האט געשריבן:
און די אלע דאקטוירים וועלכע לייגן זיך אריין דערין ראשם ורובם און האבן אדורכגעטון די פאקטן, שרייען טאקע אז מען טאר נישט געבן קיין וואקסינען בשום אופן, אדרבה ברענג מיר א נאמען פון איין דאקטער וואס האט "דורכגעטון די נושא" און ער האלט נאך אלץ אז מען דארף געבן שאטס.

Kosher Travel האט געשריבן:איך זאג אויך נישט אז עס איז בכלל נישט דא קיינער וואס וועט נישט האבן א reaction פון immunization. אבער עס איז איינס אין מיליאן. עס איז אסאך א גרעסער ריזיקע נישט צו נעמען.

יא יא. הלואי הלואי וואלט עס געווען איינס אין א מיליאן.

אבער וויאזוי קען מען בכלל וויסן עפעס אויב מען פרובירט אפילו נישט געוואויר צו ווערן?

שמו האט געשריבן:..................................
, ס'איז דא א תשובה פון א גרויסער רב אין לאנדאן, וואס שרייבט שוין דרייסיג יאר צוריק קעגן דאס געבן שאט'ס פאר קליינע קינדער, און ער ערווענט אז ס'קען זיין א איסור אין געבן שאט'ס, (ער פירט אויס למעשה, אז אויב האט מען נישט קיין ברירה, יש על מה לסמוך, אבער לכתחילה זאל מען זיך אפהאלטן, און יענע תשובה איז געווען לעיני הגאון רש"ז אויערבאך זצ"ל וואס האט צוגעשטומט דערצו).

ווען איר וועט געוואר ווערן, וויפיל געלט די רעגירונג מאכט פון יעדע שאט וואס איר נעמט, וועט איר פארשטיין פארוואס מ'שטופט דאס אזוי, וואס איז די עדווערטייזמענט יעדעס מאל, פאר די פלאו שא"ט (וואס האט זיך שוין ארויסגעוויזן אסאך מאל אז ס'איז גארנישט ווערט, און דעם פארגאנגענעם ווינטער האט מען געהייסן נעמען א פרישע, ווייל דאס וואס מ'האט געגעבן העלפט למעשה נישט, און דאס איז שוין וואס די דאקטוירים זענען מודה, ומה נענה אנן אבתרי'), איינער האט דא "געלט" אינטערעסן, און שפילט מיט אונזערע "געזונט געפילן".

אדרבה, פאר איר טוט עפעס, טוט גוט דורך די נושא, און נאר נאכדעם, קען מען גיין ווייטער.

שמערי בערי האט געשריבן:מיר האבן צוויי פעלער אין די משפחה וואו קינדער זענען ל"ע ול"ע געשעדיגט געווארן דורך וואקסינען, איינער ערנסט און דער צווייטער לייכטער. מיינט נאכנישט אז ס'איז סם המות אבער מ'דארף אכט געבן (ואגב, ס'איז דא מעטאדן וואס מ'קען טון אז די וואקסינען זאלן געגעבן ווערן אויף א ריינערן גוף און די ריזיקע איז קלענער). נאכאמאל, מעדיצין האט שוין אויך געה'רג'ט מענטשן, מ'קען נישט זאגן אז ס'איז שעדליך פאר אלעמען, מ'קען דאס אבער אויך נישט אוועק מאכן. (הגם איך גלייב אויך ענדערש א דאקטאר ווי א א"ג פארשער)

Flash light האט געשריבן:ביז 25 יאר צוריק האבן עס רוב קינדער ביאקומן
אין סהאט קיינעם נישט געשאט
משע״כ ביי שאטס איז ליידר דא

סאיז דא קלארע באווייזן אז סהאט געשאט פאר די קושקע
מזעט עס אויף טעסט

בדוו מר סעפס פין ווי קומט דיין אינפא

yield האט געשריבן:ווען עטס זאלסט וויסן וויפיל היימישע מענטשן זענען אפבגעבריטע פון וואקסינס וואלט איר אנדערש גערעדט

KMW האט געשריבן:I know 1 thing, there was a meting in Williamsburg with almost 100 mothers, most of the ppl said they gave vaccines and were there only as they had terrible issues after they gave it so they went to research and they heard there a re other ppl with the same issues then they decided never to give again and suffer with the children.

Bottom line it is not 100% that it helps and also not 100% it causes problems but would you give something for your child even it has a 10% it will create a problem for him???

נא_שכל האט געשריבן:מיין פרוי האב געפרעגט אונזער דאקטער וואס ער זאגט צו די פילע וואקסינאציעס.

האט ער געזאגט אז ס'דא אפאר זייער וויכטיגע, אבער אפאר גיט מען נאר ווייל די גרויסע פארמסוטיקל קאמפאניס באצאלן דערפאר פאר די פאלאטישענס.

נאכדעם האט ער זיך גענומען אפרעדען, פארוואס ווען זיין קינד זאל גיין אין סקול אן די שאטס, נעמט מען אים נישט אריין, ווייל ער מוז נעמען די שאטס, ווידעראום די קינדער פון די אומלעגאלע אימיגראנטען לאזט מען אריין אפילו אן די שאטס.

נאכדעם האט ער געזאגט א צוליב די אלע טענות, פרייעט ער זיך גאר שטארק אז טראמפ איז געווארען פרעזידענט.

מקבל האט געשריבן:...........
א. א געזונט קינד כאחד האדם איז אהיימגעקומען נאך די וואקסינס קראנק פאר דריי טעג און זייט דעמאלט איז ער געווארן מענטעלי רעטארדעט, שוין אפאר יאר וואס מ'איז ביזי מיט טערעפיס, דאקטאורים, מעדיקעישאנס וכו,
ב. א פרוי אין זיבעטען האט גענומען פלו שאט, און האט יענע נאכט געהאט דאס קינד פרימ'
ג. א 3 חדשים'דיג קינד האט באקומען א געפערליכע עקזימע, זיך געקראצט און געריסן ביז בלוט, מ'איז געלאפן צום דאקטאר, פרובירט אלע קריעמס, דייעטס וכו'
נאך אפאר חדשים איז מען אנגעקומען צו א קעניאלאדשיסט, זי האט תיכף געזאגט דאס קינד איז געבוירן אביסל פרי, די פענקריס איז נאכנישט געווען אינגאנצן דעוועלאופט, און ווען ער האט באקומען שאטס האט עס אויפגעשפילט זיין צוקער און גורם געווען די עקזעמא, נאך 2 סעשאנס איז די עקזעמא געווען אויסגעהיילט ב"ה, ס'איז אריבער אפאר חדשים, והנה די עקזעמא האט אויפגעשפליט, מ'האט אנגערופן די קעניאלאדשיסט, האט זי געזאגט, איינער פון די קינדער מיט וועם ער דרייט זיך האט יעצט באקומען שאטס, וכך הוה, די נעקסט דאר שכן האט געגעבן שאטס פאר א קינד א טאג בעפאר.
.........

Kosher Travel האט געשריבן:
מיגו האט געשריבן:ס'דא דא וואס שרייען "אלע היימישע דאקטוירים זענען פרא וואקסינען"

להוי ידוע אז איך ווייס פון איין גאר גוטער דאקטאר אין די היימישע געגענט וואס זאגט טאקע אז ער איז פרא וואקסינען און וואגט נישט צו זאגן אנדערש ווי מ'הייסט אים, אבער די וואקסינען וואס לויפן אפ און מ'קען עס נאר געבן ביז א געוויסער עידזש העלפט ער שטילערהייט די עלטערן עס אפשטופן און זיך ארויסדרייען דערפון.

אמאל איז ער געווען מער אפן און אפי' געקענט שרייבן אויף געוויסע וואקסינען אז מ'האט עס שוין באקומען און ס'איז געווען מחשבה טובה מצרפה למעשה.. אבער היינט האט ער מער מורא און טוט אסאך ווייניגער.

איך ווייס נישט אויב ער האלט ס'איז שעדליך אבער ער האלט קלאר אז זייער אסאך וואקסינען זענען אומנויטיג

ביז דערווייל האט עטץ אלטץ געזאגט ליגענט. נישט סתם ליגענט. נאר גרויסע גראבע ליגענט.
דר. "Z". וואס נאך פרעשור האט עטץ "אויסגעזאגט" דר. זעגעלבוים. האט ער קלאה געזאגט אז עס איז ליגענט, ער האט אליינס געגעבן פאר "זיינע" אייגענע קינדער.
ד. מייזלין פון NYU, ער לעבט דאך שוין נישט. קען מען איהם נישט פרעגן. שקר. גראבע שקר. ער איז געוועהן די pediatrician פון מיין גאנצע משפחה. מיינע קינדער און מיין ווייבס משפחה ווען זי איז געוועהן קליין. גאר שטארק מקפיד געוועהן צו זיין up to date מיט אלע וואקסינס.

עטץ קען שוין אויפהערן מיט גראבע שקר. עטץ קען שוין אויפהערן מיטן שפיעלן מיט דיני נפשות.

תן חיוך האט געשריבן:איך האב איין שאלה, עס איז געווען די לעצטע 2-3 יאר וואס די פלו שאט איז געווען א לבטלה (זיי האבן עס אליין מודה געווען)
גייט זיך א תמימות׳דיג איד צום דאקטאר און דער דאקטאר רעדט אים צו אז ער זאל נעמען די פלו שאט... ווייל אין האצעפלאץ איז איינער נעכטן געשטארבן פון די פלו (אויך פון הארץ פראבלעימען ששש..)
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס איך דארף נאך האבן בלינדע אמונה אין דאקטורים??

מצפים לישועה האט געשריבן:עס איז דא א פסק פון חשובער רבנים אין לעיקוואד אז ווער עס האט מברר געווען דעם עניין און סאיז אים אויסגעקומען אז סאיז נישט כדאי צו וועקסינעיטן טאר נישט וועקסינעיטן ע"פ הלכה.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

מקבל האט געשריבן:א היבשע פאר טראפן פארקויפער, ליגענערס, רשעים וכו' דא אויפן וועלטל...

ר'יוד זיי האלטן אז דו ביסט א רשע פארן יא שטעכן....
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

מקבל, האסט שיין מלקט געווען אין קורצן, אבער דיינע צוויי שורות אויבן זענען אין קאנטראסק צו וואס דו ברענגסט ארויס מיט דיין ליקוט.

אבער איך קען מסכים זיין כמעט מיט יעדע העתקה באזונדער (ליידער)

(איך רעדט שוין נישט פון מה שנותנים למעוברת חיסון שמטרת החיסון הוא רק אצל הגוים והשקצים, והבעיה שם הוא שכאשר יש קשרים עם הרבה אחרים, כל אחד מביא מחלתו ממקום אחר, וע"כ לפעמים יכול להתהוות שם בעיה של המחלה הידועה רח"ל, אבל ע"כ מחייבים כהיום ילדות מגיל 12 עד נשים בשנות השישים לקחת החיסון הזה מדי שנה בשנה, אפי' כאשר הם יודעים בבירור שאצלינו ב"ה אין אפי' מה לחשוש מזה, והם יודעים שזה יכול יותר להזיק להוולד הנוצר, ולפעמים מקלקל את סדר הרחם לנשים, עד כדי כך שיתעקרו משום כך רח"ל, ומ"מ עדיין לא נותנים לאף אחד לדבר מילה וחצי מילה נגד זה, ובאמת לא הייתי רוצה לכתוב זאת, אבל מחמת כאב לבבי, כתבתיו כאן, בכדי שכל הרוצה יידע מה הוא צריך לברר, לפני שהוא משכיב אותו תחת סכין הרופאים).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

פון ווי נעמט איר די ווארט מערכת האדם און וואס מיינט דאס? און פון ווי ביזטו אזוי זיכער אז מיין דאקטער קען דעס נישט.

הער מיין פריינד איך בין נישט פרא שאטס איך בין פרא זיין נארמאל, די דאקטוירישע וועלט איז נישט פערפעקט אבער זיי זענען דורעך די מענטש די זעלבע ווי די נישט דאקטוירישע וועלט און אז א מענטש וויל נישט געבן קיין שאטס נאו פראבלעם די טשויס איז דיינס.

אבער אויב קאנסידערסטו זיין א אויבער חכם א גוטע זאך רעספעקט כאטש די מענטשען וואס גייען די גלייכע וועג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

מטעמים האט געשריבן:פון ווי נעמט איר די ווארט מערכת האדם און וואס מיינט דאס?

ס'איז א פשוט'ע מכוון, דער מערכת האדם, מיינט דאס אויסשטעל ווי אזוי דער מענטש'ס קערפער ארבייט.

מטעמים האט געשריבן:און פון ווי ביזטו אזוי זיכער אז מיין דאקטער קען דעס נישט

דיין דאקטאר קען איך נישט, אבער די דאקטוירים וואס איך קען (איך רעדט פון די בעסטע שפיטעלער אין ניו יארק און ניו דזשערסי), ווען ס'האט זיך מיר געמאכט אז איך בין געקומען פאר צוויי זאכן, האבן זיי מיר קלאר מודה געווען, איך בין נאר א מומחה אויף א', נושא ב' קען איך בכלל נישט נאר ממש אויבערפלעכליך, און צומאל דאס אויך נישט, און ווען ס'איז ליידער געשעהן דעם זיבורא ועקרבתא, האט ער מיר זיך ווידער אנטשולדיגט אז ער האט דאס נישט געדארפט וויסן (איך רעדט שוין נישט וויפיל רשעות ליגט אין די ווערטער, אז ער האט דאס נישט געדארפט וויסן, ווען בשעת מעשה, האט ער צוגעזאגט וואשינגטאן בריטש אז ס'איז נישט קיין פראבלעם).

מטעמים האט געשריבן:הער מיין פריינד איך בין נישט פרא שאטס איך בין פרא זיין נארמאל, די דאקטוירישע וועלט איז נישט פערפעקט אבער זיי זענען דורעך די מענטש די זעלבע ווי די נישט דאקטוירישע וועלט און אז א מענטש וויל נישט געבן קיין שאטס נאו פראבלעם די טשויס איז דיינס

איך בין מחולק (במחילת כבודך הרמה) מיט דעם אז זיי זענען דורך דעם מענטש די זעלבע ווי די נישט דאקטאוירישע וועלט, (בכלל דינג איך זיך, אז דאקטאר מיינט נאר מעדיקעישן, און א נאטורליכער דאקטאר איז נישט קיין דאקטאר, ביי מיר מיינט דאקטאר במלוא מובן המילה 'רופא', און ווער ס'לייגט זיך אריין אין קענען דעם מערכת האדם, און וויל אים העלפן אויף זיינע וועגן וואס ער האלט ס'איז ריכטיג איז א דאקטאר.
למעשה דאס אז די דאקטוירישע וועלט גייט נישט גרונטליך דורך דעם מערכת האדם, נאר יעדער איינער ספעציעלירט זיך אויף זיין חלק, איז א מציאות וואס איז ביי מיר מוכח, און איך קוק זיי אן ווי א ארכיטעקט פון א בנין, וואס ווייסט נישט ווי מ'דארף זיך באגיין מיט די פענסטער'ס אדער טרעפ, יעדער וואס בויעט א בנין ווייסט אז דער ארכיטעקט דארף ארויס האבן דעם גאנצן מבנה הבנין, און נאר נאכדעם קען מען זאגן ווי מ'לייגט פאול'ס און וואו מ'מוז נישט, ווי קומט פענסטער'ס, און וואו קען מען נישט לייגן, והנמשל מובן.

מטעמים האט געשריבן:אויב קאנסידערסטו זיין א אויבער חכם א גוטע זאך רעספעקט כאטש די מענטשען וואס גייען די גלייכע וועג.

איך לאז יעדן טון ווי ער פארשטייט, איך טענה נישט מיין וועג איז גלייך אדער פארקערט, איין זאך וואס איך טענה, פאר איר גייט זיך לאזן שטעכן, זייט נישט קיין בת היענה וואס פאלגט דעם דאקטאר וככל היוצא מפיו יעשה, נאר פאר דעם גייט דורך טון די נושא, דאס איז א פליכט וואס קוב"ה אליינ'ס האט אייך געגעבן, ער האט אייך איבערגעגעבן פקדונות יקרות נשמות חביבות, זייט דאס נישט משחית בידיים ממש, נאר איר מוזט פאר דעם גרינטליך קענען די סוגיא, ווייל ווער ווייסט צו איר וועט קענען זאגן ידינו לא שפכו, און אויב ווייסט איר נישט, דאן איז דא דער כלל פון שב ואל תעשה עדיף.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

תוספות האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:שוין... איהר וועט זיך האלטן ביי אייערס און איך ביי מיינס. זאל דער עולם מחליט זיין צו איך האב יא גענטפערט צו נישט. צו איך האב א agenda צו נישט. עס איז דאך שוין דא 21 בלעטער אויך די דעבאטע דא:
viewtopic.php?f=71&t=12157
ומשם תדרשנו לטובה.

וואס דארף דער עולם מחליט זיין?
איך האב דיר פריער געפרעגט דריי שאלות באזירט אויף דריי פאקטן.
האסט ערגעץ געענטפערט א תירוץ?

תוספות האט געשריבן:איינס - עס איז נאך קיינמאל נישט איבערגעוויזן געווארן מיט א קראנטע שטודיע אז וואקסינען ברענגען נישט אן קיין מח מחלות.

צוויי - עס איז נאך קיינמאל נישט איבערגעוויזן געווארן מיט א קראנטע שטודיע אז זיך האלטן געזונט העלפט עפעס ווייניגער פאר א מענטש ווי נעמען וואקסינען.

דריי - עס איז וואויל באקאנט אז די גאווערמענט שטיצט זייער שטארק דאס נעמען שאטס, און א דאקטער וואס קומט ארויס פון מעדיקעל סקול האט נישט קיין שום חשש אז וואקסינען זאלן קענען שעדיגן ח"ו אויף סיי וואסערע אופן. פונדעסטוועגן זענען שוין אסאך מעדיקעל לייסענסד דאקטוירים ארויסגעקומען ברבים אנטקעגן וואקסינען.

Do Vaccines Cause Autism? - WebMD
https://www.webmd.com/brain/autism/do-v ... e-autism#1
Brain & Nervous System › Autism › Reference
May 20, 2018 - The research is clear: Vaccines don't cause autism. More than a dozen studies have tried to find a link. Each one has come up empty.

What causes autism? | | Autism Speaks
https://www.autismspeaks.org/what-autis ... ses-autism
We know that there's no one cause of autism. Research suggests that autism ... The results of this research is clear: Vaccines do not cause autism. The American ...

Do vaccines cause autism? - Northern Rivers Vaccination Supporters
https://nrvs.info/faqs/vaccines-and-autism/
Here is a video explaining; Vaccines dont cause autism: video ... The rise in the diagnosis of autism is as much to do with the increasing numbers of vaccines as ...

דאס וואס איהר שרייבט אז "עס איז וואיל באקאנט" (נומבער 3), איז א גיטע דוגמא וואס מען האט שוין אדורכגעקייט א טויזענט מאהל אין די דערמאנטע 21 בלעטער...
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובה דורך לעכטיגער »

ס'פאסט נישט פאר אזא שטארקע גלויביגער אין נאטורליכע רפואות, צו האבען א יד אין פיטערען פיצלעך קינדער מיט פאבריק פאבריצירטע פארמול"ע...

נאר כנראה אז מ'מאכט געלט, מאכט עס נישט אויס. יבא הנס מכל מקום..

כ'פארשטיי אז יש לחלק,
Just wanted to make a point
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

הרב לעכטיגער איך פארשטיי איר האט נישט גערעדט צו מיר, אבער אז איר שרייבט וועל איך אריין זאגן מיין מיינונג
ווער ס'וויל קען סקיפן די תגובה.

מיר ניצן בס"ד טאקע נאר ציגעלעך מילעך, וואס איז כמעט דאס מערסטע ענדליך צו מאמע מילעך

די אורזאך פארוואס מיר טוען דאס, איז נאכדעם וואס מיין עלטסטע קינד האט געהאט געפערליכע בויך שמערצן פון די פארמילע"ס למיניהם, און מיר האבן זיך אריין געלייגט צו זעהן וואס אלץ מ'פיטערט אריין פאר קליינע קינדער, איז אונז געווארן פארשטענדליך פארוואס זי ליידט דערפון, און פארוואס כמעט אלע קינדער ווערן געז"י דערפון, דעריבער זענען מיר אריבער צו ציגן מילעך, וואס קאסט טאקע טייערער אבער לוינט זיך 100%
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

כדי צו ווערן א דאקטאר דארף מען לערנען וויאזוי א מענטש ארבעט אדער וואס שמו רופט מערכת האדם. נאכדעם קען מען זיך אריינלייגן אין א ספעציפישע פעלד

זאגן אז א דאקטאר פארשטייט נישט דעם מענטש איז נגד המציאות

אין מיין משפחה איז מען געווען זייער פארגלייבט אין נעטשורעל און איך פערזענליך בין געווען ביי גאר אסאך נעטשורעל דאקטוירים און איך קען זאגן אז רובה דרובה זענען איין שטיק פראוד

איך גלייב נאכאלץ אין נעטשורעל און ווען איך ווייס ווען פון א נעטשורעל דאקטאר וואט איך געגאנגען צו אים אבער וואס זאלעך טוהן אז אלע וואס איך קען זענען איין גרויסע בעלאוני?

למעשה. די מעדיקעל דאקטוירים מיט אלע זייערע חסרונות זענען נאך די מערסטע פארלעסליך

זענען די וואקסינען סעיף? כ'ווייס נישט. אבער קוק ווער ס'שרייט קעגן דעם
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

ענדליך.

תגובה דורך תוספות »

באמת א גרויסן יישר כח הרב kosher travel, פארן זיך נעמען די מיה צו ענטפערן ווי א נארמאלער מענטש.

גיי מיר זיך נעמען דורכטון דיינע לינקס יעצט, צום ווידערזען תיכף ווען איך וועל ענדיגן.

יישר כח נאכאמאל.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

תוספות האט געשריבן:באמת א גרויסן יישר כח הרב kosher travel, פארן זיך נעמען די מיה צו ענטפערן ווי א נארמאלער מענטש.

זיי נישט ברוגז. ער האט זייער שיין געענטפערט אין דעם אנדערן אשכול א שטיק צייט צוריק און איז נישט מחויב איבערצוזאגן זיין גאנצע דרשה יעדעס מאל איינער פרעגט

ווילסט אים טשעלענדזשן? ליין קודם דורך אלעס וואס ער האט געשריבן ביז יעצט

די שפראך וואס דו ניצט איז נישט שיין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

יו גאטעניו וואס געשעט נעבעך מיט דיין עם חכם ונבון איי געס די גלות אפעקטירט זיי.

ס׳איז נבהל ונשתומם ווי מאנכע דא קענען פארדרייען א קאפ און אויפווייזן מיט גוגל שווארץ אויף ווייס זאכן וואס זענען שוין אויסגעקייעט געווארן טויזענטער מאל. סאם האו די ענין פון רפואה האט געטראפן א קרעק ביי אונז און אייביג מאכן זיך חכמים וואס זענען קליגער פון די מעדעצינישע וועלט. אין יעדע נושא איז קאנספיראטורן וואס וועלן אנדערש פארשטיין. קענעדי איז געשאסן געווארן דורך סי איי עי, סעפטעמבער עלעווען איז אן אינסייד דזשאב, סענדי הוק איז א שפיל.. און נאך אזאנע הונדערטער משלים. סאם האו ביי רפואה זענען מאנכע היימישע אויך פארכאפט און צייגן מיט לינקס נאך לינקס אז זייער מהלך איז די ריכטיגע וועג. פון זיך היילן נאטורליך, רייבן רעטעך אויף די פיס, טרונקען אומגעצייטיגטע בארשט און שמעקן קענעבעס.
אידן, די באשעפער האט אויסגעשטעלט די מלכות של חסד מיט א סיסטעם וואס ארבעט! זיי שפענדן מיליאנען אויף ריסוירטש, זיי טוען טויזענטער טעסטס און טרייאוטס יעדע סטעידזש און סטעפ און אלעס גייט דורך טויזענטער אויגן און בארדס וואס דארפן דאס באשטעטיגן. יא יעדע סיסטעם האט לעכער און ווען מ׳טרעפט ווערט עס בדרך כלל פארראכטן. יעדן איינציגסטן טאג ווערן מעדעצינן רעדזשעקטעד ווייל זייער סטאדי איז דורכגעפאלן. קיין חילוק וויפיל מיליאנען זיי האבן אינוועסטירט!
דאס אז וואקסינען היילן קרענק איזנאיבערגעוויזן געווארן טויזענטער מאל. און ווען א געוויסע משפחה האט אויפגעהערט נעמען די מיזעלס וואקסין האט זיך די מחלה צוריק גענומען צושפרייטן! דאס איז אפענע רעקארדס!
חלילה אז איינער זאל נישט טון עפעס וואס א דאקטער האט געהייסן ווייל ער האט געליינט אויף אייוועלט אפאר לינקס! חלילה!

אידן זייט נישט נאריש, מיירען זאפט היילט נישט יענע מעשה! אלקהאל פעדס היילט נישט קידני סטאונס! גרעיפ פרוכט זאפט היילט נישט קיין דימענשיא!
עסט געזונט, זייט געזונט, פאלגט די לייסענס דאקטוירים וואס אויף זייער ווארט איז מען מחלל שבת און מ׳עסט יום כיפור. ביטע אידן, איר זענט קלוגער ווי דעם
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

פארוואס פונקט ביי די העלט חלק זאל איך גלייבן אז די דיעפ סטעיט וואס קאנטראלירט אלע חלקים פון די רעגירונג האט נישט א האנט? וואס איז מער מאדנע צו גלייבן אין דעם ווי אנדערע קאנספיראציעס, בפרט אז דא זענען שוין די אייגענע קינדער אינוואלוועד?
שויתי ה' לנגדי תמיד
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

געלעגער איך בין מסכים מיט דיר אז מען זאל פאלגן דאקטוירים. אבער עס איז קלאר אז די דאקטוירישע וועלט איז אויך פיל מיט אגענדעס, און זייערע מיינונגען זענען נישט אזוי הייליג.

אגב, הרב שאול קליין שליט"א רעדט די וואך (פ' שופטים ע"ח) איבער סטיוו זשאב'ס וואס איז געשטארבן וויבאלד ער האט נישט געוואלט פאלגן די דאקטוירים נאר איידער זיך געפירט נאטורליך. למעשה, דארף מען זיך פירן נאטורליך זיך צו האלטן געזונט, און צו בויען די געזונט. אבער זיך צו היילן פון א מחלה ר"ל דארף מען פאלגן די דאקטוירים פראסט און פשוט. וה' ישלח רפואה שלימה לחולי עמו ישראל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

הענדימען האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:באמת א גרויסן יישר כח הרב kosher travel, פארן זיך נעמען די מיה צו ענטפערן ווי א נארמאלער מענטש.

גיי מיר זיך נעמען דורכטון דיינע לינקס יעצט, צום ווידערזען תיכף ווען איך וועל ענדיגן.

יישר כח נאכאמאל.

זיי נישט ברוגז. ער האט זייער שיין געענטפערט אין דעם אנדערן אשכול א שטיק צייט צוריק און איז נישט מחויב איבערצוזאגן זיין גאנצע דרשה יעדעס מאל איינער פרעגט

ווילסט אים טשעלענדזשן? ליין קודם דורך אלעס וואס ער האט געשריבן ביז יעצט

די שפראך וואס דו ניצט איז נישט שיין

איך בין נישט אינטערעסירט אים צו טשעלענדזשען, און איך האב שוין דורכגעליינט אלעס וואס ער האט געשריבן ביז יעצט, און ער האט קיינמאל נישט געענטפערט מיינע שאלות.

בדרך אגב, ער האט יעצט אויך נישט געענטפערט מיינע שאלות, די אלע לינקס וואס ער האט געברענגט פרובירן סך הכל נאר אויף צו ווייזן אז אויטיזם האט נישט קיין שייכות מיט וואקסינען, וואס מיינע שאלות באציען זיך גענצליך נישט אויף די ספעציפישע נושא.
איך זאג נאר ש'כח ווייל ס'איז די ערשטע מאל דא וואס ער ברענגט עפעס ראיות צו זיינע ווערטער און ער רעדט נישט אבי געשאסענע סטעיטמענטס.

און ווען איך האלט שוין נאכן ברענגען איינמאל און נאכאמאל שטארקע ראיות און הוכחות און שכל'דיגע טענות, און יענער קומט זיך צוריק טענה'ען מיט זינלאזע תשובות אן קיין שום הגיון, האב איך נישט די רעכט צו פארלאנגען ער זאל זיך נישט אויפפירן צו מיר ווי א חדר יונגעל און אנפאנגען כאטשיק צו ברענגען עפעס נארמאלע סברות צו זיינע ווערטער?

וואס איז נישט שיין פון דעם?

נישט שיין איז ווען מען טראכט נישט וואס מען רעדט.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

געלעגער האט געשריבן:דאס אז וואקסינען היילן קרענק איזנאיבערגעוויזן געווארן טויזענטער מאל. און ווען א געוויסע משפחה האט אויפגעהערט נעמען די מיזעלס וואקסין האט זיך די מחלה צוריק גענומען צושפרייטן! דאס איז אפענע רעקארדס!

נו אפשר זענט איר א מזכה את הרבים, און איר ברענגט אהער א קאפי אדער כאטש א לינק צו די אפענע רעקארדס?

געלעגער האט געשריבן:חלילה אז איינער זאל נישט טון עפעס וואס א דאקטער האט געהייסן ווייל ער האט געליינט אויף אייוועלט אפאר לינקס! חלילה!

אידן זייט נישט נאריש, מיירען זאפט היילט נישט יענע מעשה! אלקהאל פעדס היילט נישט קידני סטאונס! גרעיפ פרוכט זאפט היילט נישט קיין דימענשיא!
עסט געזונט, זייט געזונט, פאלגט די לייסענס דאקטוירים וואס אויף זייער ווארט איז מען מחלל שבת און מ׳עסט יום כיפור. ביטע אידן, איר זענט קלוגער ווי דעם

וואס ווערט איר אזוי אויפגעשוידערט ווען איינער וויל נישט פאלגן יעדעס ווארט וואס א דאקטער זאגט?
"פעטנס" האלט איר נאך אויך אז עס איז סם המות, אזוי ווי רוב דאקטוירים האלטן נאך ביזן היינטיגן טאג?

און פון וואו נעמט איר דעם גדר אז נאר א לייסענסד דאקטער מעג הייסן מחלל שבת זיין?
אין מיין שולחן ערוך שטייט אז מען מעג מחלל שבת זיין אפילו אויף א ספק פיקוח נפש.

און אין גאנץ שולחן ערוך האב איך נישט געטראפן א מין מושג פון א לייסענסד דאקטער, פשטות א דאקטער מיינט מען אין שו"ע איינער וואס האט א חזקה אז ער היילט אויס מענטשן.

אדרבה אז איר האט א ראיה צו אייערע ווערטער זענט איר הערצליך פארבעטן עס ביטע מיטצוטיילן מיטן עולם.

מיט דאנק פון פאראויס.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

תגובה דורך הענדימען »

תוספות האט געשריבן:איך בין נישט אינטערעסירט אים צו טשעלענדזשען,

פארלאנגען צו ענטפערן איז נישט טשעלענדזשן?

תוספות האט געשריבן:און איך האב שוין דורכגעליינט אלעס וואס ער האט געשריבן ביז יעצט, און ער האט קיינמאל נישט געענטפערט מיינע שאלות

ביז דערווייל האט ער זייער שיין געענטפערט אלע נארמאלע טענות

תוספות האט געשריבן:איך זאג נאר ש'כח ווייל ס'איז די ערשטע מאל דא וואס ער ברענגט עפעס ראיות צו זיינע ווערטער און ער רעדט נישט אבי געשאסענע סטעיטמענטס.

איימסארי. דאס איז סתם א ליגענט

תוספות האט געשריבן:און ווען איך האלט שוין נאכן ברענגען איינמאל און נאכאמאל שטארקע ראיות און הוכחות און שכל'דיגע טענות, און יענער קומט זיך צוריק טענה'ען מיט זינלאזע תשובות אן קיין שום הגיון, האב איך נישט די רעכט צו פארלאנגען ער זאל זיך נישט אויפפירן צו מיר ווי א חדר יונגעל און אנפאנגען כאטשיק צו ברענגען עפעס נארמאלע סברות צו זיינע ווערטער?

רוב פון דיינע טענות זענען געווען פשוטע דעמאגאגיע. דיינע זאכליכע טענות זענען שוין מער ווייניגער פארענטפערט געווארן אינעם אנדערן אשכול און פארדעם האב איך געשריבן פריער אז ער דארף נישט איבערשרייבן אלעס וואס ער האט שוין געשריבן און אז דו ווילסט ענטפערס קענסטו דורכליינען וואס ער האט געשריבן

תוספות האט געשריבן:וואס איז נישט שיין פון דעם?
20180815_082716.jpg
20180815_082716.jpg (60.12 KiB) געזען 1394 מאל

דער ענדליך איז טייטש אז ביז יעצט האט ער נישט גערעדט צו די זאך און דאס איז נישט שיין

צום שלוס
איך בין נוטה צו די פרא וואקסין נאר ווייל איך זעה וויאזוי די אנטי חברה פירן זיך אויף

מיר קוקט עס אויס אז זיי האבן א מיינונג און שטעלן צו די פאקטן צו זייער מיינונג אנשטאט מאכן דעם מיינונג לויט די פאקטן

אויך איז די דעמאגאגיע עד לב השמים
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

כ׳הענדימען, איך בין נאר נוטה צו פרא וואקסין ווייל איך זעה די אנטיס אויפפירונג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4270
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

איך וועל יעצט שרייבן בקיצור נמרץ וואס איך האב שוין געשריבן טויזענט מאהל:

איך האלט יא פון natural, פול לעבן געזונט וכו'. איך עס כמעט נישט נאש, איך נעם כמעט נישט קיין מעדעצין. איך פראביר צו מאכט עקסערסייז איעדן טאג. איך פראביר צו שלאפן לכה"פ זיבן שעה א נאכט. איך האלט אז רוב מחלות קומט פון נישט עסן געזונט כמבואר ברמב"ם. פארוואס זאג איך די הקדמה, מען זאל וויסן אז מען האנדעלט נישט פון א מענטש וואס גלייכט מעדעצינן. א טיילענאל פאר קאפוויי נעם איך נישט נאר ווען עס איז גרויסע צרות. אפשר איימאהל א יאהר.

איך האב אדורגעטוהן די נושא פון וואקסינס שוין צוואנציג יאהר. איך בין נישט אייביג געוועהן פרא וואקסין. איך האלט, אז איך האב עס גוט אדורכגעטוהן און איך בין ביי די החלטה אז it saves lives. ליינט וועגען עלטערן וואס האבן פארלוירן קינדער צו preventable diseases. הארצווייטאג.

איך האלט און איין זאגן אז "רעדט מיט דיין דאקטאר". נישט פאלג זיי בלינדערהייט. איעדעס מאהל איך שרייב "רעדט צו דיין דאקטאר און הער וואס ער זאגט" ווער איך באפאלן. for havens sake, הער איהם אויס! פאלג איהם נישט גלייך, אבער הער זיין צד! אלע היימישע דאקטוירים זענען פרא וואקסין.

מען האלט און איין ברענגען ראיות אז די וואקסין האט נישט גע-ארבייט. מען העט עס גענומען און מען האט נאך אלטץ באקומען מאמפס, מיזעלס וכו'. דאס איז typical אנטי וואקסין צו אונטערהאקן וואקסינס. די דאקטוירים זאגן דאך קלאהר אז וואקסינס ארבייט נישט פאר איעדען, נאר פאר ניינציג פראצענט מענטשען. ווי אויך זאגן קלאהר די דאקטוירים אז פאר מאנכע זאל מען עס נישט געבען. קינדער מיט anti immune issues וכו'. וואקסינס ארבייט מיט א וועג וואס רופט זיך herd immunity. נאכאמאהל, ווער עס וויל זאל מאכן זיין research. אבער קלאהר, וואקסינס ארבייט נישט פאר איעדען. דערפאר איז וויכטיג אז 99 פראצענט פון די population זאל עס נעמען.

Studies דארפן זיין קאנטראלירט פון א נייטראלע קערפערשאפט. אויב האט John Doe געגעסן א הארטע איי פאר פרישטיג, דאן איז ער ארויסגעגאנגן אויפן גאס און א קאר האט איהר אראפגעהאקט, איז נאך נישט קיין ראי' אז עסען הארטע אייער פאר פרישטיג איז גורם א קאר עקסידענט. אבער אויב נעמט מען 10 טויזענט מענטשען וואס עסען א הארטע איי פאר פרישטיג, און נאך 10 טויזענט וואס עסען א לויזע איי, דאן זעהט מען אז 5 פראצענט פון די הארטע איי חברה ווערן אראפגעהאקט און קיינער פון די לויזע איי, דאן איז א ראי' אז עסען הארטע אייער פאר פרישטיג קען גורם זיין א קאר עקסידענט. לעניניו, א חלק פון קינדער (א גרויס חלק) וועלען ווערן דייעגנאזט מיט אוטיזים ר"ל. היינט אסאך מער ווי אמאהל, ווייל היינט פארשטייט מען בעסער דערצו. מען פארשטייט אז די קינד איז נישט שלעכט. ווי אויך, מיט א דייעגנאזע, באקומט מען רעגירונג שטיצע פאר טעראפי, ועוד. עס איז א פאקט אז אסאך agencies שטופן שטארק פאר א דייענאז ווי אוטיזם און עספארגעס. רוב פין די קינדער האבן דאך באקומען immunizations פאר דעהם. קיין איין main stream דאקטאר האלט נישט אז וואקסינס ברענגט אוטיזם. פאקט.

וואקסינס איז גאר א שוואכע געלט ברענגער פאר די פארמאסוטיקעל קאמפאניס. די רעגירונג ברויך צו צאלן איעדעס יאהר געלט פאר די מאניופעקטשערס זיי צו געבן אן incentive צו אהנגיין פראדוסען רוב וואקסינס. די patents זענען שוין לאנג אפגעלאפען און מען מאכט שוין נישט קיין געלט דערויף.

די CDC האט נישט קיין שום agenda. די CDC איז אן independent פעדערעל אגענטור.

איך האב פראבירט און אלע מיינע אשכולות צו זיין respectful און נישט ריפן נעמען. אבער מען האנדעלט דא מיט זעלבסט געקרוינטע דאקטוירים וואס זענען שולדיג פאר די אלע פרישע אויברוכן פין preventable קראנקהייטן. און ניין, ווייל איין מאמע האט אריינגעריבן צואה אויף איהר קינד און די אנדער נישט, און די צואה קינד איז געזונט געווארן און די אנדער נישט איז נישט קיין שום ראי'. האט איהר נישט אליינס געזאגט אז רוב מאהל גייט עס אליינס אוועק די מחלה? נו ווי איז די ראי' אז די נאטורליכע היילונג פון רייבן צואה פון א געוויסע חי' העלפט? די אמת איז אז מען זאל נעמען אלע polio קראנקע און זיי אהנרייבן מיט פעכי פעקי (number two) פון א געוויסע חי', וועט העלפן איין זאך: זיי זאלן שטינקען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

תגובה דורך שמו »

געלעגער האט געשריבן:יו גאטעניו וואס געשעט נעבעך מיט דיין עם חכם ונבון איי געס די גלות אפעקטירט זיי.

ס׳איז נבהל ונשתומם ווי מאנכע דא קענען פארדרייען א קאפ און אויפווייזן מיט גוגל שווארץ אויף ווייס זאכן וואס זענען שוין אויסגעקייעט געווארן טויזענטער מאל. סאם האו די ענין פון רפואה האט געטראפן א קרעק ביי אונז און אייביג מאכן זיך חכמים וואס זענען קליגער פון די מעדעצינישע וועלט. אין יעדע נושא איז קאנספיראטורן וואס וועלן אנדערש פארשטיין. קענעדי איז געשאסן געווארן דורך סי איי עי, סעפטעמבער עלעווען איז אן אינסייד דזשאב, סענדי הוק איז א שפיל.. און נאך אזאנע הונדערטער משלים. סאם האו ביי רפואה זענען מאנכע היימישע אויך פארכאפט און צייגן מיט לינקס נאך לינקס אז זייער מהלך איז די ריכטיגע וועג. פון זיך היילן נאטורליך, רייבן רעטעך אויף די פיס, טרונקען אומגעצייטיגטע בארשט און שמעקן קענעבעס.

איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער קענעדי האט געמעגט געשאסן ווערן דורך וועמען איר ווילט, סעפטעמבער עלעווען, האט געמעגט אסאמא בין לאדין טון, וכו' וכו', אמעריקא מעג יא אנקומען צו די לבנה, און דאך מוז איך נישט "אלעס" אפקויפן און איך מעג נאך אלץ האלטן אז ביי רפואה מאכן זיי א טעות.

געלעגער האט געשריבן:יו גאטעניו וואס געשעט נעבעך מיט דיין עם חכם ונבון איי געס די גלות אפעקטירט זיי.

בפרט, אז מיר זענען א 'עם חכם ונבון' דארפן מיר נישט זיין פערדן קעפ און גלייבן וואס מ'פארקויפט אונז, און מיר מעגן זיך אליינ'ס אריין לייגן אין א נושא, און פרובירן זעהן וואס איז אמת און וואס יא.

געלעגער האט געשריבן:אידן, די באשעפער האט אויסגעשטעלט די מלכות של חסד מיט א סיסטעם וואס ארבעט! זיי שפענדן מיליאנען אויף ריסוירטש, זיי טוען טויזענטער טעסטס און טרייאוטס יעדע סטעידזש און סטעפ און אלעס גייט דורך טויזענטער אויגן און בארדס וואס דארפן דאס באשטעטיגן. יא יעדע סיסטעם האט לעכער און ווען מ׳טרעפט ווערט עס בדרך כלל פארראכטן. יעדן איינציגסטן טאג ווערן מעדעצינן רעדזשעקטעד ווייל זייער סטאדי איז דורכגעפאלן. קיין חילוק וויפיל מיליאנען זיי האבן אינוועסטירט!

דער אויבערשטער האט אויפגעשטעלט א מלכות של חסד, דאס האט נאך גארנישט צו טון, מיט 'א סיסטעם וואס ארבעט', און טאקע ווייל זיי שפענדן מיליאנען אויף ריסוירטש, דאס טרייבט זיי אונז צו צווינגען צו נעמען די אלע שאט'ס, וואס מיינסטו, ווען זיי מיינען באמת נאר דאס געזונטהייט, איז פארוואס ווען איינער קומט צו זיי (איך רעדט פון א לייסענ'ס דאקטאר) און ברענגט ראיות און הוכחות אז ער קען העלפן 'יענע מעשה' אויף זיינע וועגן, איז מען ארויס קעגן אים בחרב ובחנית, און אים אפי' נישט געלאזט פרובירן, און דאס איז שוין נאכדעם וואס "אלע" לייסענ'ס דאקטוירים האבן שוין אויפגעגעבן אויפן קינד, הדבר אומר דרשינו.
און ווען זיי ווייסן איז די סיירעפעקט'ס פון כימאו, איז יענע מעשה, און ליידער גאר א גרויסן פראצענט וואס נעמען כימאו באקומען צוריק די מחלה (היל"ת אויף אלע גוים זאל דאס גיין), איז פארוואס טוישן זיי נאך אלץ נישט די רפואה, אפי' זיי זאגן אז זיי האבן שוין עפעס.
און פארוואס ווען מ'האט אויסגעטראפן אין דיידטשלאנד א רפואה פאר ALS ודומיו, דורך איינפלאנצן פרישע צעל'ס, ווילן נאך אלץ נישט די אמעריקאנער אגענטו"ר דאס לאזן בכלל אויספרובירן אויף אמעריקאנער מענטשן, אפי' נאכדעם וואס זיי האבן שוין אויפגעגעבן אויף דעם מענטש, פונדעסטוועגן לאזן זיי נישט פרובירן, איז זעהט אויס דער 'מלכות החסד' איז נישט אזוי חסד'דיג אין די נושא.

געלעגער האט געשריבן:דאס אז וואקסינען היילן קרענק איזנאיבערגעוויזן געווארן טויזענטער מאל. און ווען א געוויסע משפחה האט אויפגעהערט נעמען די מיזעלס וואקסין האט זיך די מחלה צוריק גענומען צושפרייטן! דאס איז אפענע רעקארדס!

אויב ס'איז אפענע רעקארד'ס ברענג אהער, איך האב מיטגעהאלטן 'צענדליגע' מאלן, ווען מ'האט געהייסן געבן שאט'ס און ס'האט געהאלפן א רעטעך, און דער דאקטאר האט מודה געווען אז ס'העלפט נישט פאר מער ווי 40% און דאך געהייסן נעמען, אן פארציילן וועלכע סיירעפעקט"ס ס'לאזט אויפן מענטש.
דעריבער פאר מ'נעמט עפעס, איך זאג נישט נעמט נישט, אבער יא, קודם מאכ סירויטש, וואס מ'וויל געבן, אויף וואס דארף דאס העלפן, וויפיל פראצענט איז דא אז די מחלה זאל בכלל אנקומען ביי אונז, וויפיל פראצענט איז דא, אז דאס שאט זאל העלפן, און וואס זענען די סיירעפעקט'ס, וויפיל מענטשן ווערן באטראפן פון די סיירעפעקט'ס, נאכדעם וואס איר זענט אלעס דורך, דעמאלט'ס קענט איר טון ווי איר זענט מחליט, אבער א 'עם נבון וחכם' קויפט נישט לאקשן סתם אין די וועלט אריין, און לאזט זיך גיין שטעכן יעדן שני וחמישי נאר ווייל 'אלע" דאקטוירים האבן אזוי געזאגט.

געלעגער האט געשריבן:חלילה אז איינער זאל נישט טון עפעס וואס א דאקטער האט געהייסן ווייל ער האט געליינט אויף אייוועלט אפאר לינקס! חלילה!

איך בין מיט דיר, חלילה איינער זאל בכלל עפעס טון נאר פון ליינען עפעס אויבערפלעכליך, אבער יא, האסט געליינט אויף אייוועלט, זעהסט זה אומר בכה וזה אומר בכה, פאר די פארסט ווייטער ווי עולם גולם, לייג זיך אביסל אריין אינעם נושא, דו קענסט נישט מפקיר זיין די פקדונות וואס דער באשעפער האט דיר געגעבן, נאר אויף רחמי הרופא, אן אליינ'ס דורך טון די נושא דאס מערסטע וואס גאט לאזט דיר דאס פארשטיין.

געלעגער האט געשריבן:אידן זייט נישט נאריש, מיירען זאפט היילט נישט יענע מעשה! אלקהאל פעדס היילט נישט קידני סטאונס! גרעיפ פרוכט זאפט היילט נישט קיין דימענשיא!
עסט געזונט, זייט געזונט, פאלגט די לייסענס דאקטוירים וואס אויף זייער ווארט איז מען מחלל שבת און מ׳עסט יום כיפור. ביטע אידן, איר זענט קלוגער ווי דעם

הרב געלעגער, פאסט נישט פאר דיר, דער רבוש"ע האט באשאפער א וועלט, און אריין געלייגט אין די גראזן, און אין די גאנצע בריאה, כל מיני רפואות און היילונגען, די דאקטורים פון "אלע" דורות האבן געוויסט צו זאגן דערפון, וועלכע גראז העלפט אויף וואס, וועלכע גראז איז סם המוות, און וועלכע איז סם החיים, וועלכע ווייטאמינען ליגן אין די פירות, און וועלכע אין אנדערע פירות, וכן הלאה. און יא, דער רבוש"ע האט אריין געלייגט אסאך כוח, אין מייערן זאפט, און אסאך כח אין אלע פרוכט, און אין אלע פרוכט זאפט, און אין די שולאכט'ס, וכו', נאר וואס, דא טאר מען אויך נישט זיין א קלאצקאפ און קויפן אלעס וואס מ'פארקויפט דיר, נאר מ'דארף מאכן סוירטש, און זעהן וועלכע זאך העלפט אויף וואס, וואס זענען די מקורות אז די זאכן העלפן פאר דעם.
אבער דאס איז זיכער, אז פאר מ'פליקט אריין מעדיקיעשן מיט אנטיביאטיק, איז ענדערשער צו נעמען געזונטע פירות (גם אני בחלומי, האב שוין זיך געהעלפן בס"ד פון כל מיני מחלות נאר דורך געזונטע פירות, און ריכטיגע נאטורליכע מיטלען, און ב"ה נישט געזעהן קיין דאקטאר בכלל די לעצטע 10 15 יאר).
גראדע אז איך רעדט שוין פון אנטיביאטיק, די וועלט איז אזוי קראנק, אז אויף יעדע זאך געבט מען אנטיביאטיק און היינט שרייען זיי שוין, אז ס'העלפט שוין כמעט נישט, ווייל דער קערפער איז געווארן צוגעוואוינט צו דעם, דערצו זאגן זיי אויך, אז אנטיביאטיק איז ווי זיבורא ועקרבא, ס'העלפט פאר איין זאך, אבער שוואכט אפ אלעס ארום, ולא זו הדרך, נישט אזוי דארף ארבעטן א רפואה.

געלעגער האט געשריבן:פאלגט די לייסענס דאקטוירים וואס אויף זייער ווארט איז מען מחלל שבת און מ׳עסט יום כיפור. ביטע אידן, איר זענט קלוגער ווי דעם

דאס איז אביסל איבערגעטריבן, איך וואלט די שורה געשריבן, פאלגט'ס דאקטוירים, אויף וועמען איר פארלאזט זיך, ווייל יעדער דאטקאר וואס איתמחי גברא, קען מען אויף זיין פסק, מחלל שבת זיין און עסן יום כיפור, והעיקר פארן מחלל שבת זיין אדער עסן יום כיפור, פרעגט א דעת תורה, און יה"ר מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו דעם 'טוב שברופאים לגיהנום' (וואס אגב, מיינט דאס אלע רופאים, נישט נאר די לייסענ'ס מעדיקע"ל דאקטוירים).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

Kosher Travel האט געשריבן:איך וועל יעצט שרייבן בקיצור נמרץ וואס איך האב שוין געשריבן טויזענט מאהל:

איך האלט יא פון natural, פול לעבן געזונט וכו'. איך עס כמעט נישט נאש, איך נעם כמעט נישט קיין מעדעצין. איך פראביר צו מאכט עקסערסייז איעדן טאג. איך פראביר צו שלאפן לכה"פ זיבן שעה א נאכט. איך האלט אז רוב מחלות קומט פון נישט עסן געזונט כמבואר ברמב"ם. פארוואס זאג איך די הקדמה, מען זאל וויסן אז מען האנדעלט נישט פון א מענטש וואס גלייכט מעדעצינן. א טיילענאל פאר קאפוויי נעם איך נישט נאר ווען עס איז גרויסע צרות. אפשר איימאהל א יאהר.

איך האב אדורגעטוהן די נושא פון וואקסינס שוין צוואנציג יאהר. איך בין נישט אייביג געוועהן פרא וואקסין. איך האלט, אז איך האב עס גוט אדורכגעטוהן און איך בין ביי די החלטה אז it saves lives. ליינט וועגען עלטערן וואס האבן פארלוירן קינדער צו preventable diseases. הארצווייטאג.

איך האלט און איין זאגן אז "רעדט מיט דיין דאקטאר". נישט פאלג זיי בלינדערהייט. איעדעס מאהל איך שרייב "רעדט צו דיין דאקטאר און הער וואס ער זאגט" ווער איך באפאלן. for havens sake, הער איהם אויס! פאלג איהם נישט גלייך, אבער הער זיין צד! אלע היימישע דאקטוירים זענען פרא וואקסין.

מען האלט און איין ברענגען ראיות אז די וואקסין האט נישט גע-ארבייט. מען העט עס גענומען און מען האט נאך אלטץ באקומען מאמפס, מיזעלס וכו'. דאס איז typical אנטי וואקסין צו אונטערהאקן וואקסינס. די דאקטוירים זאגן דאך קלאהר אז וואקסינס ארבייט נישט פאר איעדען, נאר פאר ניינציג פראצענט מענטשען. ווי אויך זאגן קלאהר די דאקטוירים אז פאר מאנכע זאל מען עס נישט געבען. קינדער מיט anti immune issues וכו'. וואקסינס ארבייט מיט א וועג וואס רופט זיך herd immunity. נאכאמאהל, ווער עס וויל זאל מאכן זיין research. אבער קלאהר, וואקסינס ארבייט נישט פאר איעדען. דערפאר איז וויכטיג אז 99 פראצענט פון די population זאל עס נעמען.

Studies דארפן זיין קאנטראלירט פון א נייטראלע קערפערשאפט. אויב האט John Doe געגעסן א הארטע איי פאר פרישטיג, דאן איז ער ארויסגעגאנגן אויפן גאס און א קאר האט איהר אראפגעהאקט, איז נאך נישט קיין ראי' אז עסען הארטע אייער פאר פרישטיג איז גורם א קאר עקסידענט. אבער אויב נעמט מען 10 טויזענט מענטשען וואס עסען א הארטע איי פאר פרישטיג, און נאך 10 טויזענט וואס עסען א לויזע איי, דאן זעהט מען אז 5 פראצענט פון די הארטע איי חברה ווערן אראפגעהאקט און קיינער פון די לויזע איי, דאן איז א ראי' אז עסען הארטע אייער פאר פרישטיג קען גורם זיין א קאר עקסידענט. לעניניו, א חלק פון קינדער (א גרויס חלק) וועלען ווערן דייעגנאזט מיט אוטיזים ר"ל. היינט אסאך מער ווי אמאהל, ווייל היינט פארשטייט מען בעסער דערצו. מען פארשטייט אז די קינד איז נישט שלעכט. ווי אויך, מיט א דייעגנאזע, באקומט מען רעגירונג שטיצע פאר טעראפי, ועוד. עס איז א פאקט אז אסאך agencies שטופן שטארק פאר א דייענאז ווי אוטיזם און עספארגעס. רוב פין די קינדער האבן דאך באקומען immunizations פאר דעהם. קיין איין main stream דאקטאר האלט נישט אז וואקסינס ברענגט אוטיזם. פאקט.

וואקסינס איז גאר א שוואכע געלט ברענגער פאר די פארמאסוטיקעל קאמפאניס. די רעגירונג ברויך צו צאלן איעדעס יאהר געלט פאר די מאניופעקטשערס זיי צו געבן אן incentive צו אהנגיין פראדוסען רוב וואקסינס. די patents זענען שוין לאנג אפגעלאפען און מען מאכט שוין נישט קיין געלט דערויף.

די CDC האט נישט קיין שום agenda. די CDC איז אן independent פעדערעל אגענטור.

איך האב פראבירט און אלע מיינע אשכולות צו זיין respectful און נישט ריפן נעמען. אבער מען האנדעלט דא מיט זעלבסט געקרוינטע דאקטוירים וואס זענען שולדיג פאר די אלע פרישע אויברוכן פין preventable קראנקהייטן. און ניין, ווייל איין מאמע האט אריינגעריבן צואה אויף איהר קינד און די אנדער נישט, און די צואה קינד איז געזונט געווארן און די אנדער נישט איז נישט קיין שום ראי'. האט איהר נישט אליינס געזאגט אז רוב מאהל גייט עס אליינס אוועק די מחלה? נו ווי איז די ראי' אז די נאטורליכע היילונג פון רייבן צואה פון א געוויסע חי' העלפט? די אמת איז אז מען זאל נעמען אלע polio קראנקע און זיי אהנרייבן מיט פעכי פעקי (number two) פון א געוויסע חי', וועט העלפן איין זאך: זיי זאלן שטינקען.

מהאט זיך שוין גענוג געווכחנט, נאר כהאב איין שאלה וואס איך בין נייגעריג ווי אזוי די פרא וועקסינס זענען דאס מסביר,.
פאר מהאט ואקסינעיטט איז דאך ארום 80 פראצענט פון דער באפעלקערונג געווען אימיאנט צו מיזעלס, ווייל ניינציג פראצענט האט דאך באקומען די מחלה יונגערהייט און אעפ"כ איז געווען יעדע פאר יאר גרויסע אויסברוכן פון מיזעלס, און היינט איז אויך נישט מער פון 80 פראצענוט אימיאנט, ווייל די וואקסינען ארבעטן נישט הונדרעט פראצענוט, און אפילו ווען יא ארבעטן עס נישט אויף אייביג, און סדא פלעצער ווי נישט מער ווי 80 פראצענט וואקסינעט און אפילו פלעצער ויי 60" פראצענטנאון אפשר ווייניגער, און אין קיין שום פלא איז נישט דא אפילו א צענטל פון די אויסברוכן וואס איז געווען אמאל.

און בנוגע מאמפס איז די קשיא אסאך שטערקער ווייל די מאמפס וואקסינען ארבעט נישט מער ווי אפאר יאר און פאר א גרויסע פראצענט ארבעט עס נישט בכלל, קומט אויס אז היינט איז אסאך ווייניגער פראצענט פון דער באפעלקערינג אימיאנט צו מאמפס ווי א אמאל, איז ווי זענען די גרויסע אויסברוכן.?
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובה דורך מיגו »

הענדימען האט געשריבן:
צום שלוס
איך בין נוטה צו די פרא וואקסין נאר ווייל איך זעה וויאזוי די אנטי חברה פירן זיך אויף

מיר קוקט עס אויס אז זיי האבן א מיינונג און שטעלן צו די פאקטן צו זייער מיינונג אנשטאט מאכן דעם מיינונג לויט די פאקטן

אויך איז די דעמאגאגיע עד לב השמים

מטעמים האט געשריבן:כ׳הענדימען, איך בין נאר נוטה צו פרא וואקסין ווייל איך זעה די אנטיס אויפפירונג.

חברה, פירטס ענק אויף שיין, מאכטס א קידוש השם... אזוי וועלן אפשר זיין נאך ניקס וואס העלן זשאוינען די אנטי וואקסין טרעין...

און איך האב געמיינט אז פאקטן זענען קובע...

אגב, איך באלאנג נישט צו די גרופע, אבער גיב אקוק עטליכע בלעטער צוריק ווי איך (מיין ניק) בין געווארען באשריגען פאר'ן חטא פון איבערזאגן א מעשה וואס האט עפעס אן אנדערן ניק ארויסגענומען פון די כלים און זאג מיר ווער ס'פירט זיך אויף נארמאל.

הצלחה
תוספות
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 1:55 am

תגובה דורך תוספות »

הענדימען האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:איך בין נישט אינטערעסירט אים צו טשעלענדזשען,

פארלאנגען צו ענטפערן איז נישט טשעלענדזשן?

איך האב נישט געזאגט אז איך טשעלענדזש אים נישט, איך האב נאר געזאגט אז איך בין נישט "אינטערעסירט" אים צו טשעלענדזשען. אדרבה זאל ער קומען לכתחילה מיט גוטע ראיות, וועל מיר קענען פארהאנדלען ווי adults.

הענדימען האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:און איך האב שוין דורכגעליינט אלעס וואס ער האט געשריבן ביז יעצט, און ער האט קיינמאל נישט געענטפערט מיינע שאלות

ביז דערווייל האט ער זייער שיין געענטפערט אלע נארמאלע טענות

אזוי גאר.

וואו האט ער געענטפערט פארוואס די רעגירונג מאכט נישט קיין סטאדי געוואר צו ווערן פארוואס פאר "איינס פון א מיליאן" (לשיטתו) ווערן יא קראנק פון וואקסינען.

וואו האט ער געענטפערט פארוואס עס גייט נישט אן די כלל פון שב ואל תעשה עדיף.

וואו האט ער געענטפערט וויאזוי קענען דאקטוירים זאגן אז וואקסינען זענען 100% סעיף ווען עס איז נישט אמת אפילו לויט די CDC.

וואו האט ער געענטפערט אויף דעם וואס איך האב אים אויפגעוויזן אז זיין גאנצע פאבריקאציע פון שוועדן איז הוילע דמיונות.

וואו האט ער געענטפערט אויף די טענה אז אפילו לו יהא אז די רעגירונג האט נישט קיין שום אגענדע, גייען זיי נאך אלץ נישט טוישן זייער שיטה אפילו קעגן אפענע הוכחות, וראיה לזה סעטשורעיטעד פעט.

וואו האט ער געענטפערט אוף די לינק וואס איך האב אים צוגעצייכנט וואו ס'שטייט אז בימים ההם זענען געווען אנדערע מעדיקל דאקטוירים וועלכע האבן גענצליך אויסגעהיילט ערנסטע פעלער פון פאליא דורך זייערע רעמעדיס, אבער די רעגירונג האט נאר אנגענומען די שיטה פון וואקסינען.

וכו' וכו'.

הענדימען האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:איך זאג נאר ש'כח ווייל ס'איז די ערשטע מאל דא וואס ער ברענגט עפעס ראיות צו זיינע ווערטער און ער רעדט נישט אבי געשאסענע סטעיטמענטס.

איימסארי. דאס איז סתם א ליגענט

וואו האט ער געברענגט א ראיה אז פאליא קען מען נישט פארמיידן?

וואו האט ער געברענגט א ראיה אז אלע אנטי וואקסין חברה זוכן פלעין צו פארקויפן טראפן?

וכו' וכו'.

הענדימען האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:און ווען איך האלט שוין נאכן ברענגען איינמאל און נאכאמאל שטארקע ראיות און הוכחות און שכל'דיגע טענות, און יענער קומט זיך צוריק טענה'ען מיט זינלאזע תשובות אן קיין שום הגיון, האב איך נישט די רעכט צו פארלאנגען ער זאל זיך נישט אויפפירן צו מיר ווי א חדר יונגעל און אנפאנגען כאטשיק צו ברענגען עפעס נארמאלע סברות צו זיינע ווערטער?

רוב פון דיינע טענות זענען געווען פשוטע דעמאגאגיע. דיינע זאכליכע טענות זענען שוין מער ווייניגער פארענטפערט געווארן אינעם אנדערן אשכול און פארדעם האב איך געשריבן פריער אז ער דארף נישט איבערשרייבן אלעס וואס ער האט שוין געשריבן און אז דו ווילסט ענטפערס קענסטו דורכליינען וואס ער האט געשריבן

און זיינע טענות זענען אלע זאכליכע טענות אן קיין שום דעמאגאגיע. ריינע שכל'דיגע ווערטער נקי פון יעדע שמץ פון געפיל.

אהא. איך הער.

און וויפיל מאל דארף איך זאגן אז איך האב דורכגעליינט יעדעס ווארט פון די אנדערע אשכול פאר איך האב בכלל געעפנט מיין מויל?

הענדימען האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:וואס איז נישט שיין פון דעם?
20180815_082716.jpg

דער ענדליך איז טייטש אז ביז יעצט האט ער נישט גערעדט צו די זאך און דאס איז נישט שיין

אין הכי נמי עס איז זייער נישט שיין אז ער האט נישט גערעדט צו די זאך.

הענדימען האט געשריבן:

צום שלוס
איך בין נוטה צו די פרא וואקסין נאר ווייל איך זעה וויאזוי די אנטי חברה פירן זיך אויף

מיר קוקט עס אויס אז זיי האבן א מיינונג און שטעלן צו די פאקטן צו זייער מיינונג אנשטאט מאכן דעם מיינונג לויט די פאקטן

אויך איז די דעמאגאגיע עד לב השמים

קוק אהער, איך האב נישט קיין שום פראבלעם זאלסט גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין ווייל דו ווילסט דיך נוקם זיין אין די אנטי וואקסין חברה וואס רעדן נישט שיין.

איך בין דא סך הכל פאר איין ציל ווייל איך בין אינטערעסירט נאכצופארשן די זאך, און איך וויל פארשטיין ביידע זייטן.

טו מיר נאר איין טובה, שריי נישט אז דו ביזט נארמאל און יענער איז א אויבער חכם, ווען דיין גאנצע סיבה פארוואס דו האלטס וואס דו האלטס האט נאר צוטון מיט דיין פערזענליכע געפיל וואס דו האסט אנטוויקלט אנטקעגן די אנטי וואקסין חברה.
it's easier to fool people, than to convince them they have been fooled.
-Mark Twain

קרעדיט: די PEACH מאגאזין.

פאר א קורצע און קלארע איבערבליק איבער די שעדליכקײט פון אלומינום אין װאקסינען, דריקט דא
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

תגובה דורך מקבל »

fiena nieas האט געשריבן:ר'יוד זיי האלטן אז דו ביסט א רשע פארן יא שטעכן....

שמו האט געשריבן:מקבל, האסט שיין מלקט געווען אין קורצן, אבער דיינע צוויי שורות אויבן זענען אין קאנטראסק צו וואס דו ברענגסט ארויס מיט דיין ליקוט.

אבער איך קען מסכים זיין כמעט מיט יעדע העתקה באזונדער (ליידער)

(איך רעדט שוין נישט פון מה שנותנים למעוברת חיסון שמטרת החיסון הוא רק אצל הגוים והשקצים, והבעיה שם הוא שכאשר יש קשרים עם הרבה אחרים, כל אחד מביא מחלתו ממקום אחר, וע"כ לפעמים יכול להתהוות שם בעיה של המחלה הידועה רח"ל, אבל ע"כ מחייבים כהיום ילדות מגיל 12 עד נשים בשנות השישים לקחת החיסון הזה מדי שנה בשנה, אפי' כאשר הם יודעים בבירור שאצלינו ב"ה אין אפי' מה לחשוש מזה, והם יודעים שזה יכול יותר להזיק להוולד הנוצר, ולפעמים מקלקל את סדר הרחם לנשים, עד כדי כך שיתעקרו משום כך רח"ל, ומ"מ עדיין לא נותנים לאף אחד לדבר מילה וחצי מילה נגד זה, ובאמת לא הייתי רוצה לכתוב זאת, אבל מחמת כאב לבבי, כתבתיו כאן, בכדי שכל הרוצה יידע מה הוא צריך לברר, לפני שהוא משכיב אותו תחת סכין הרופאים).

איך האבעס געמיינט סארקאסטיש, נוצענדיג לשונות וואס אנדערע האבן גענוצט אויף די אנטי'ס אין די פריערדיגע בלעטער.
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

תגובה דורך מקבל »

Kosher Travel האט געשריבן:
תוספות האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:שוין... איהר וועט זיך האלטן ביי אייערס און איך ביי מיינס. זאל דער עולם מחליט זיין צו איך האב יא גענטפערט צו נישט. צו איך האב א agenda צו נישט. עס איז דאך שוין דא 21 בלעטער אויך די דעבאטע דא:
viewtopic.php?f=71&t=12157
ומשם תדרשנו לטובה.

וואס דארף דער עולם מחליט זיין?
איך האב דיר פריער געפרעגט דריי שאלות באזירט אויף דריי פאקטן.
האסט ערגעץ געענטפערט א תירוץ?

תוספות האט געשריבן:איינס - עס איז נאך קיינמאל נישט איבערגעוויזן געווארן מיט א קראנטע שטודיע אז וואקסינען ברענגען נישט אן קיין מח מחלות.

צוויי - עס איז נאך קיינמאל נישט איבערגעוויזן געווארן מיט א קראנטע שטודיע אז זיך האלטן געזונט העלפט עפעס ווייניגער פאר א מענטש ווי נעמען וואקסינען.

דריי - עס איז וואויל באקאנט אז די גאווערמענט שטיצט זייער שטארק דאס נעמען שאטס, און א דאקטער וואס קומט ארויס פון מעדיקעל סקול האט נישט קיין שום חשש אז וואקסינען זאלן קענען שעדיגן ח"ו אויף סיי וואסערע אופן. פונדעסטוועגן זענען שוין אסאך מעדיקעל לייסענסד דאקטוירים ארויסגעקומען ברבים אנטקעגן וואקסינען.

Do Vaccines Cause Autism? - WebMD
https://www.webmd.com/brain/autism/do-v ... e-autism#1
Brain & Nervous System › Autism › Reference
May 20, 2018 - The research is clear: Vaccines don't cause autism. More than a dozen studies have tried to find a link. Each one has come up empty.

What causes autism? | | Autism Speaks
https://www.autismspeaks.org/what-autis ... ses-autism
We know that there's no one cause of autism. Research suggests that autism ... The results of this research is clear: Vaccines do not cause autism. The American ...

Do vaccines cause autism? - Northern Rivers Vaccination Supporters
https://nrvs.info/faqs/vaccines-and-autism/
Here is a video explaining; Vaccines dont cause autism: video ... The rise in the diagnosis of autism is as much to do with the increasing numbers of vaccines as ...

דאס וואס איהר שרייבט אז "עס איז וואיל באקאנט" (נומבער 3), איז א גיטע דוגמא וואס מען האט שוין אדורכגעקייט א טויזענט מאהל אין די דערמאנטע 21 בלעטער...

אנשטאט ברענגען נאך מאנופילירטע לינקס, מאך אביסעלע אייגענע ריסורטש, פרעג אפאר עלטערן פון אויטיסטיק קינדער ווען זייערע קינדער האבן באקומען וואקסינס, וויאזוי זענען זיי געווען די טעג נאכדעים, און ווען האט מען אנגעפאנגען צו כאפן אז עפעס איז ראנג.
ווען די הערסט א פרוי האט מפיל געווען אין די העכערע חדשים, ווער געוואר ווען זי האט גענומען די פלו שאט, גיי נאך אביסל די מעשיות וואס מ'פארציילט, ומשם תדרשנו.
פארשפארט

צוריק צו “געזונטהייט”