דר. פעגאנא'ס דייעט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

דר. פעגאנא'ס דייעט

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג מאי 30, 2010 11:39 pm

טייערע ברודער, אזוי ווי דאס אפטיילונג איז דאך געמאכט פאר געזונטהייט עניינים, דעריבער וועל איך דא עפענען א אשכול איבער נאך א סארט דייעט, איבער וואס איך האב בעצם כמעט נישט קיין השגה, אבער אלס אלטגעזעסענער תושב אין קרעטשמע, ווייס איך שוין ריכטיג צו שאצן די קנאלעדש (וויסנשאפט בלע"ז) פון אונזערע קאלעגעס דא, דעריבער האף איך אז דאס מאל וועט עס מיר אויך בענפיטירן אביסל.

איז צום ערשט מוז מען דאך אנהייבן מיט א מילתא דבדיחותא, האב איך אמאל געהערט פון אן עלטערן איד (אסאך גוטע ווערטלעך געהערט פונעם, זאל ער זיין א גוטער בעטער): יעדער גייט דאס עפעס לעצטענס אויף דייעט, ווי גייט מען דאס, אפשר קען איך אויך אהין גיין, איך וויל אויך אביסל גיין אויף אים.... (דאוי לאכט מען)

אקדמות, איידער איך הייב אן. מילין, צו רעדן. אולא, וויל איך אביסל פארציילן. שקילנא, פון מיין היסטאריע. הרמן ורשותא, איבער וואס עס האט מיך געברענגט צו עפענען דעם דאזיגן אשכול.

אלזא, ווען טהור'ל איז געווען א קליין קינד נאך (עס איז אמאל געווען אזא צייט), איז ער געווען אזוי דאר, אז די באבע זז" פלעגט שטענדיג שרייען אויף די מאמען זז"ג: "פארוואס הונגערסטו אויס דעם קליינעם, רחמנא ליצלן, ער איז דאך נעבעך הויט און ביין, אזוי מאגער, אוי נעבעך".
אט דעם דרשה פלעג איך הערן יעדן אייציגן שבת.

אבער דאס איז נאר געווען ביז איך בין געווארן פערצן יאר אלט. דאן האט דאס בייכל אנגעהויבן זיך פארשפרייטן, מען האט פארשפרייט אידישקייט. טאקע נישט מיט א רציחה, אבער גענוג אז די באבע איז שוין מער נישט געווען באזארגט.

ביי די זעכצן איז טהור'ל געפארן לערנען אויף ערציסרואייל, און דארט האט מען אזוי געגעבן צו עסן, אז נאך צוויי יאר לערנען דארט, איז ער ווידער געווען הויט און ביין.

דאן ביי די אכצן איז מען אהיים געקומען צוריק קיין אמעריקא, און מען איז אריין לערנען דאהי אין א ישיבה, ווי מען האט שוין געגעבן צו עסן כדבעי למהוי, ווי עס פאסט פאר אזא בחור ווי טהור עיניים. און גאר שנעל האבן זיך די רעזולטאטן אנגעזען. מען איז געוואקסן אין די ברייט אז עס איז געווען א קידוש ה'.

נאך א שטיק צייט זעך לאזן אזוי וואוילגיין האט א נאנטער ידיד מעורר געווען, אז עס טויג נישט, און מען דארף גיין אויף דייעט. און האט טאקע פארגעשלאגן פאר טהור'ל אז מען זאל עס טוען בשותפות. ווייל פונקט ווי לערנען קען מען בעסער מיט א חברותא, אזוי אויך גיין אויף דייעט (אויף וואס?) קען מען אויך בעסער מיט א חברותא.

געזאגט און געטון, טהור'ל גייט צום ערשטן מאל אין לעבן טועם זיין דעם טעם ה'דייעט, נישט קיין קלייניגקייט.

אבער מען דאך נישט סתם אזוי, האט טהורל זיך דערטראכט צו אנייצע, און ער האט ערפונדן אן אייגענעם דייעט. ער האט שוין דעמאלס פארשטאנען, אז אויך מוז מען זיך אפזאגן אויף אייביג פון אלע "גוטע זאכן" דאן וועט מען אונטערברעכן, דעריבער איז ער געקומען צו א החלטה, אז אפילו מען עסט שבת געהעריג, און אפילו ביי א קידוש, און אפילו דערנאך ביי א פארשפיל פאר מנחה, מיט טועמיה ערב שבת, און מלוה מלכה מוצאי שבת, וועט עס נאך אלס נישט אפפרעגן די שווערע ארבעט פון א גאנצע וואך, דעריבער, האט געלויטעט טהור'ס דייעט, ווען מען א גאנצע וואך זיך אכט גיבן, און שבת זיך לאזן וואויל גיין.

מען האט קיינעם נישט פארציילט, נאר טהור מיטן חברותא האבן זיך געטראפן אן אלטער דראג סטאר וועלכער האט פארמאגט א גוטן סקעיל, און יעדן פרייטאג צופרי, פאר פרישטאג איז מען אריין זיך וועגן, עס אפגעשריבן, זונטאג צופרי פאר פרישטאג נאכאמאל, זען וואס מען האט צוריק פארדינט דורכאויס דעם שב"ק, און דעם נעקסטן פרייטאג ווידער, צו זען דעם ס"ה פון די וואך.

עס האט געארבעט, אייזן, צו די חתונה איז מען געווען שיין דאר, אסיגעווען א נחת.

אבער נאך די חתונה האט די שוויגער געגעבן גוט צו עסן, (אזוי אויך די באבע און די מומע און ...........) און מען האט גאנץ שנעל געמוזט צוקויפן פרישע מלבושים. דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר בערך פינף יאר. און דאן איז טהור'ל געווען ביי א דאקטער, און יענער האט אים געזאגט גיב א קוק, דו דארפסט וועגן צווישן 150 און 160 פונט, למעשה האלטסטו מיט א פופציגער אריבער. אויב גייסטו דיך נישט נעמען אין די הענט אריין, גאראנטיר איך דיר, אז ביז דריי יאר האסטו זיך ארויפגערוקט מיט נאך א פופציגער.

דאס האט געהאלפן, טהור'ל האט זיך ווידער גענומען צום אלטן דייעט, נאר צוגעלייגט אביסל ווייטאמינס, און אסאך וואסער, שטענדיג געטרונקען וואסער, ווידער איז מען אראפ ביז 170. דער עולם האט קאמפלימענטירט, מען האט זיך געפילט ווי אן אנדער מענטש.

אבער א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און מען האט אויפגעהערט אכט געבן, און מען האט זיך ווידער ארויפגערוקט. ווען מען האט אמאל ארויפגעטרעטן בטעות אויפן סקעיל און געזען דעם שוידערליכן נומער 214, האט מען מחליט געווען עד כאן, איך לאז עס נישט אנקומען צו 215. מען האט אנגעהויבן זיך רוקן אויף אראף. און טו מעיק א שארט סטארי לאנג, פאר די לעצטע עטליכע יאר פארט מען ארויף און אראפ צווישן 190 און 210. (היינט צופרי געהאלטן ביי 208.7).

אבער אצינד קומט דער עיקר.

במשך די לעצטע פאר יאר, האב איך זיך איינגעהאנדלט אזאן זאך וואס ווערט געשריבן פסארייעסיס, און זאגן זאגט מען דאס אן דעם ערשטן פ. פלעין סארייעסיס. די הויט טרוקנט און שיילט זיך, און עס קראצט אסאך מאל גאר שטארק. בקיצער, עס איז זייער אומ'בא'טעמ'ט, בלשון המעטה. כהיום האט זיך עס שוין היפש פארשפרייט, אויף פארשידענע חלקים פון דעם גוף, און גאר צום לעצטנס האט עס אנגעהויבן ערשיינען אויפן פנים, וואס גלייבט מיר אז עס שטערט מיך שוין נישט דאס מיאוס'קייט דערפון, אבער עס קראצט פשוט געפערליך.

במשך די יארן האב איך שוין געזען פארשידענע דאקטוירים, פון קיינעם בין איך נישט צו קליג געווארן, טייל האבן געזאגט אז עס איז נישט דא עכט וואס צו טאן, אנדערע האבן געזאגט אז אביסל קען מען יא, אבער היילן אינגאנצן קען מען נישט. אבער סידאך נישט געפערליך, מען קען דאך לעבן אזוי איבער הונדערט יאר. איינער, א נוטרישאניסט האט מיך געשיקט צו איינעם וואס האט מיר פארקויפט ווייטאמינס פאר איבער פינף מאות א חודש (אן קיין גוזמא), פאר גאנצע זעקס חדשים האט ער פון מיר געמאכט פרנסה, אבער געהאלפן האט עס ווי פאר א טויטן באנקעס, נו, משוגע בין איך דאך נישט, האב איך אויפגעהערט מיט די זאכן.

איין דאקטער האט מיר יא געגעבן א גאנצע רייע מיט זאכן, און איך וועל זאגן ןדעם אמת אז עס האט געהאלפן אויך, אבער איז געווען צו שווער פאר מיר אנצוהאלטן פאר מער ווי דריי מיט אהאלב חדשים. מען האט געדארפט נעמען צוויי שויער'ס יעדן טאג, און זיך שמירן בעפאר, און דערנאך, און אינמיטן, און ביים אויפשטיין און ביים זיך לייגן (נו, שטייטאך שוין, בשכבך ובקומך), יעדער שויער האט געדויעט בערך א האלבע שעה, בקיצור איך בין זייער שנעל מיד געווארן, סימיר שוין גרינגער געווען די סארייעסיס ווי די אייגן געמאכט עינויים.

אויב איז דאס אלעס נישט גענוג. בין איך בערך א יאר צוריק געגאנגען צו א דאקטער, פאר א פיזיקל עקזעם. און טראץ וואס איך בין נאך פארהעלטנסמעיסיג יונג, זעט אבער אויס, אז א אינגערמאנ'טשיק בין שוין דאך נישט. ווייל דער דאקטער זאגט מיר: טהור'ל דיין קאלעסטארעל איז הויך, דיין צוקער איז אויך אביסל הויך, דו מוזט זיך אנהייבן אכטונג געבן.

עס האט מיך דערשראקן ביז גאר, אבער האמת אגיד ולא אבוש, איך האב נאך ביז היינט גארנישט געטאן. און פארוואס, ווייל איך בין קיינמאל נישט געלעגן אין די זאכן (און די אידענע אויך נישט) און דעריבער ווייס איך נישט וואס צו טאן, וואס יא צו עסן און וואס נישט. און ווי געשמועס שוין אין אנדערע אשכולות איז דער גרעסטער סוד פון א דייעט אז מען זאל זיך נישט ארום דרייען הונגעריג, דעריבער האב איך עד היום גארנישט געטאן.

ולכן.

לעצטענס טרעף איך א באקאנטער און עס מאכט זיך א שמועס, ומענין לענין קומט מען אן צו די עניינים, און ער פארציילט מיר אז זיינס א נאנטער קרוב איז געווארן אזוי אויסגעשלאגן מיט סארייעסיס, פון קאפ ביז פוס, און געהאט אזעלכע יסורים, אז ער האט געמוזט גיין אנגעטאן אין ווייסן פון קאפ ביז פוס, אריינגערעכנט ווייסע הענטשוך אויף די הענט. די דאקטוירים האבן אויף אים שוין אויפגעגעבן, און אים מסביר געווען אז ער זאל זיך אויסלערנען לעבן אזוי. (מען האט אים נאך בארואיגט, עס איז בעסער ווי האבן די מחלה אדער יענע מחלה ........ ).

אבער דער קרוב האט נישט אויפגעגעבן און געזוכט און געזוכט, ויגעתי ומצאתי תאמין, ער האט געטראפן דר. פעגאנא'ס דייעט (די ערשטע אלף מיט א פתח און די צווייטע מיט א קמץ) און ער האט אנגעהויבן דאס אויספאלגן, און הפלא ופלא, ער איז אויסגעהיילט פון דעם אינגאנצן און שפירט זיך ווי א נייער מענטש.
און ער לייגט מיר נאך צו, אז דער דייעט העלפט אויך פאר קאלעסטעראל און צוקער, אזוי אז איך קען שיסן דריי פייגל מיט איין שאס.

געזאגט און געטאן, דער ידיד האט מיך פארבונדן מיט דעם קרוב זיינעם, און לויט ווי יענער זאגט איז עס טאקע אזוי, ער האט מיר מסביר געווען אין דריי מינוט וואס מען מעג און וואס נישט, און ער האט ערווארטעט אז איך זאל עס כאפן, פארשטיין, געדענקען, און נאכדערצו אויסרעכענען א מעניו משבת לשבת ללויט די רעגולאציעס פון דר. פעגאנאו.

די איינציגסטע צוויי זאכן וואס איך געדענק איז אז מען מעג נאר עסן ספעלט, נישט ווהיט, און אז מען טאר נישט עס עגגפלענט (דאס איינע איז מיר גאר געפאלן, ווייל איך האב עס קיינמאל נישט ליב געהאט סייווי).

און אצינד צום פוינט

איך האב געהאט א אפנהארציגן שמועס מיט די אידענע, אז איך בין דערשראקן, די יארן רוקן זיך, מען ווערט נישט אינגער, און איך וויל נישט זיך איין טאג טרעפן אין שפיטאל. הויכע צוקער, הויכע קאלעסטעראל, און צו דעם נאך די סארייעסיס. גארנישט געשמאק.

אלזא, די אידענע איז גרייט זיך צושטעלן און צוגרייטן א מעניו אז עס זאל זיין צו עסן. אבל דא עקא, מיר האבן קיינמאל נישט די עניינים נישט געטאן, מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה אין דעם. מיר האלטן פארן אלף.

דעריבער האב איך זיך מיישב געווען, אז די בעסטע פלאץ אויסצולופטערן דעם פראבלעם, וועט זייין מקיים צו זיין דעם דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, און ווער איז דען א בעסערע קאנדידאט פאר דעם ווי די גוטע ברודער אין קרעטשמע???

און אצינד אז איר ווייסט שוין מיין מעשה קענט איר אנהייבן מיט ענטפערס. אבער געדענקט, איך האלט פארן אלף.

הק' טהור עיניים מ'קרעטשמא דמתא, המכונה קעצל

נ.ב. איך האב אדורכגעליינט דעם אשכול איבער דר. עטקינס דייעט, פאר איך האב דאס געשריבן, איך האב נישט קיין השגה צו עס האט עפעס שייכות, און צו די צוויי דייעטס קענען ארבעטן צוזאמען, אלנספאלס, ווער עס קען העלפן איז געבעטן דאס צו טאן, וזכות הרבים (איך מיט די אידענע און די קינדער) וועט זיין תלוי בכם.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג מאי 31, 2010 1:54 pm

שוין באלד א מעת לעת פון ווען איך האב דאס דא ארויפגעשטעלט. ווייסט טאקע קיינער דא גארנישט וועגן דעם דערמאנטן דייעט??
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג מאי 31, 2010 2:03 pm

איך ווייס יא. אבער פאר איך געב דיר עפעס אינפארמאציע וויל איך זיך מער נאכפרעגן ביי וועם איך האב געהערט דערפון. איך וויל דיר נישט געבן מיסאינפארמאציע.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

hyper
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:23 pm

תגובהדורך hyper » מאנטאג מאי 31, 2010 2:13 pm

מאך א גוגל סוירטש אויף די ווארט psoriasis cookbook עסטו זעהן מער אינפארמאציע
הצלחה

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג מאי 31, 2010 2:34 pm

אינפארמאציע זוכסטו? ר' גוגל דערציילט אסאך.

קליק קודם די ערשטע פאר לינקס, און אזוי ווייטער. לכאורה איז דער דייעט לכתחילה א הייל-מיטל פאר סורייעסעס. קען טאקע זיין אז עס העלפט פאר נאך זאכן.

און דא איז זיין בוך, מיט היבש פאזיטיווע רעיטינגס

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג מאי 31, 2010 10:59 pm

א גרויסן שקויעח פאר אלע מגיבים, אבער אייערע תגובות האבן א פראבלעם. ערשטנס, דאס פאדערט פון מיר איך זאל זיך זעצן לערנען, און דאס האב איך קיינמאל נישט זייער ליב געהאט (און זאגאר אסאך פעטש געכאפט דערפאר אויך) און אויב שוין גיי איך מיך אנשטרענגען און עס יא טון, זאלעס שוין ליבערשט זיין א בלאט גמרא (טאקע נישט דף היומי, אבער.....)

צווייטנס, איך זיך פשוט א היימישער וואס קען דעם מסכת, און קען מיר העלפן מיט דעם, אויף וואס פונקטליך דאס העלפט, און דער עיקר, א מעניו, קודם רוי מאטריאל, וואס מעג מען יא, און אויך שטייצעך, וואס מעג מען נישט. אבער דערנאך פשוט מעניו'ס אויף סעודות, וואס עסט מען פרישטאג, וואס מיטאג און וואס נאכטמאל, און אזוי אויך מארגן, און אוודאי אויך איבערמארגן וגו' וכו'.

אויב קענט איר מיר מיט דעם העלפן, דאן זענט איר א ריזיגער צדיק
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג יוני 01, 2010 7:04 am

ער האט דאך א קאך-בוך. אבער טאמער ווילסטו נישט לייענען, דאן האסטו אן ערנסטע פראבלעם.

דערמאנסט מיר וואס קינדער אין חדר פלעגן ענטפערן ביי ענגליש ווען מען האט זיי געפרעגט: וואס וועט זיין תכלית? וועסט דאך נישט קענען לייענען דעם לעקטער ביל?!
- מילא, וועט די פרוי עס לייענען - האבן זיי געענטפערט...
נו נו...

משה הכהן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:42 pm

תגובהדורך משה הכהן » דאנארשטאג יוני 08, 2017 12:32 am

אויב האסטי פשוט נישט קיין נערווען צן ליינען קענסי ג'יין אויף you tube און אריין קלאפן heel psoriasis naturally וועסי זען א קליפ וואס דוירט ווייניגער פון 20 צו וואטשן, פון א ערל וואס רופט זיך nik. ( ער איז מחדש א נייכ דייעט סאיז אביסל שווער אבער זייער געזונט) הגם איך בין מודה אז פאר מיר האט עס נישט געהרוג גארבייט אבער אסאך זענען מעיד אז זיי האבן זיך אויסגעהיילט דורך זיין מהלך.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט