Low Carb Diet: עצות מיט חיזוק

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שלום עליכם הרב פ.! (איך וואג זיך נישט ארויסצושרייבן דעם רעבינ'ס פולער נאמען... ) וועלקאם טו דהי פעמילי!

ייש''כ פאר'ן געבן דא אזא פאל אריין און זיך נעמען שיסן ווערטפולע עצות און טיפס אזוי כלאחר יד, דיינע שורות זענען א שטארקע חיזוק פאר גאנץ משפחת לאו קארב.

פ. האט געשריבן:פארשער, רעגאלער פיטער איז שלעכט?

וואס זאל זיין שלעכט מיט פוטער? איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו פרעגן. באציסטו זיך צו די ווערטער?
פארשער האט געשריבן:פאר מיטאג: דר. גאלדמאנ'ס CARB ONE מאפינס, א סענדוויטש פון צוויי סלייסעס קעז דערצווישן לייגט מען ALMOND BUTTER אדער PEANUT BUTTER.

אויב יא דאן לאמיך קלאר מאכן אז דער סענדוויטש קומט אן סיי וועלכע ברויט און פארשטייט זיך אז מען רעדט פון נאטורליכע פינאט אדער מאנדלען פוטער אן קיין צוגעלייגטע צוקער אדער hydrogenated oil ווער עס גלייכט עס מיט געהעריגע פוטער קען עס שטייטסעך מאכן אזוי, אדער נאך בעסער פוטער מיט ALMOND/PEANUT BUTTER אינאיינעם...
א הארציגן אפעטיט.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

לאו קארב טשיס קעיק רעסעפי
אטעטשמענטס
לאו קארב טשיס קעיק
לאו קארב טשיס קעיק
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכוח פאר דעם רעצעפט,
פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגן איבער די רעזולטאטן, באלד נאך שבועות הבעל"ט..
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

דעם רעצעפט האב איך קיינמאל נישט אויספראבירט, איך נעם נישט קיין אחריות...
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

טייערע חבירים, הערט וואס מנשה האט צו פארציילן און שעפט הויפענעס חיזוק.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

פערדן האט געשריבן:פראגן:
פארשער, רעגאלער פיטער איז שלעכט?
בכלל, איך זעה אז דערעוילעם וויל נישט עסן קיין טאמעטא דיפ, פארוואס?


וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין

טאמעיטא דיפ האט אויך אנאנדערע טייטש וואס דאס איז "חלה" מקען נישט עסן דיפ אן קיין חלה און מצה איז אויך נישט גיט פאר דיפס.
Normal is just a setting on the washing machine
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קהת, ווער דארף חלה? מען קען דאך דאס עסן מיט א גאפל...
...
פארשער, דרעג אריין מנשה'נען אהין אהער אריין דא אין דעם אשכול, זאג אים אז דער עולם דא לעכצעט נאך א שאט חיזוק.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שטארק זיך, לאמיר אים אינאיינעם אנכאפן ביים קארג און אריינדרעגן דא...
בד''וו איינער ליינט אמאל די לינקס וואס איך ברענג צו אין די מייזליש אשכול אדער רעד איך צו די פיר ווענט?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כ'ווייס נישט וועגן 'פיר' ווענט, אבער איך ליין אמאל זיכער דורך אלע דיינע לינקס, סאו צו איין וואנט רעדסטו זיכער...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אין אנדערע נייעס דירעקט נוגע דעם בעפארשטייענדער יו"ט שבועות, האט די שטארק-זיך פאמיליע אנגעבאקן פונעם טשיז לעקאח רעצעפט, צוגעשטעלט געווארן דורך פארשער אויף אייוועלט.

הארט נאך דאס אויסקילונג פונעם לעקאכעל איז עס דורכגעגאנגן דרינגליכע אונטער-פארזיכונג דורך דעם ראש המשפחה, די רעזולטאטן האבן נישט פארזויב צו קומען, נעמליך אז עס איז אויסערגעווענליך בא'טעמ'ט און געשמאק.

איין קליינע פראבלעם האט זיך געשאפן אז פונעם לעקאכל איז נישט איבערגעבליבן מער ווי א פערטל פונעם רונד, דריי פערטל דערפון איז פארניכטעט געווארן במשך דעם אינטענסיווען רונטער-פארזיכונג...

דעריבער האט זיך די באלעבוסטע ווידעראמאל געשטעלט פונדאסניי מאכן חזרה אויפ'ן באקן...

שכוח פארשער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שיק אריבער די שיריים צום קרעטשמע הויפטקווארטיר, זאל עס אויך אדורכגיין די עינא פקיחא ופה פתוחה פונעם מייסד...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נו, דער מייסד האט שוין טועם געווען?

מן הסתם נישט, ווארום דער קוכן האט נאך געדארפט דורכגיין איין קריטיש וויכטיגע טעסט, און עס איז פון אים גארנישט פארבליבן.

ס'איז אבער געקומען צו קבר ישראל...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שכוח שטארק זיך פאר די פידבעק. א הארציגן אפעטיט.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

נו שוין, לאמיר נישט רעדן פון די פארגאנגענהייט וואס איז געווען איז געווען, ב''ה יעצט איז מען צוריק אויפ'ן וואגן ווער ס'וויל קען זיך מיטכאפן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

גם אני בחלומי, מה דהוה הוה, מכאן ואילך חושבנא.

ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, דער שבועות וואך איז געווען א שווערע;

איר ווייסט ווי שווער?

זייער שווער...

זונטאג, מ'נעמט זיך אין די האנט, יא? נו נו...
א חתונה געווען היינט, א שיינע חתונה.

איר ווייס ווי שיין?

זייער שיין...
אבער מארגן א ניי בלעטל!!!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אוי האב געמאכט שווערע עקסערסייז יעצט, כ'האב געדארפט ארויפשלעפן דעם 'פעשן' אשכול פון קעלער, אפשטויבן...

לאמיך נאר אפאטעמען און כ'קום שוין צום ווארט...

ביי מיר האט עס פאסירט דריי מאל.

ווען עס פארגלוסט זיך איינעם א געשמאקע דעינישל, ער קען זיך נישט צוריק האלטן, דער ריח מאכט דאס מויל וואסערען.

ער רוקט עס אראפ מיט א פרישע געקויפטע קאווע, אבער מיט אן אפעטיט וואס מען זעהט זעלטן, צושויער קריגן דעם איינדרוק אז אדער האלט מען נאך א תענית, אדער גייט עסן ארויס פון סטייל...

ער האט אפגעטשיד, הנאה געהאט, גילטי געפילט... מ'זיך מוחל די עבירות, צוריק אויף דייעט, נו גוט.

ווי איז אבער ווען עס פארגלוסט זיך נישט צו טשידן, מען איז פשוט דורשטעריג מען טרעפט ענדליך א סאדע מאשין, און יא עס איז דא דייעט סאדע, נאכן אויפקנייטשן אן אויסוואל פון פיר סינגעלס, פון וועלעכע דער מאשין האט קיין איינס נישט געגליכן... דערקראצט מען ענדליך א-דאלער-אקוואדער אין טשעינדזש (די אבאמע עפאכע). דער מאשין שליידערט ארונטער א באטל, פון דא און ווייטער נוצט אייער אייגענע פאנטאזיע... בקיצור דאס באטעלע איז פארטרוקענט און איך אויפגעפרישט..

ניין, די מעשה איז נאך בכלל נישט פערטיג.

איידער'ן פארווארפן דעם קריגל אי די מיסט אריין גיב איך א בליק אויפ'ן לעיבל, ליתר שאת וויל איך וויסן די נוטרישאן פאקטן, ווערט מיר קאלמוטנע אויפ'ן הארץ זעענדיג דער מחוצף אנטהאלט שמערישווייניגער: 27 ג. קארבס פער סערווינג, און דער באטל אנטהאלט, אנדערטהאלבן סערווינגס...

וואס איז געשעהן דא, דער בעל המאשין האט אריינגעטוהן 'געהעריגע' גראבע סאדע במקום די דייעט סאדע...

וואונד און וויי צו מיינע יארן, דא האלט איך מיר צוריק פון זאכן וואס בעטן זיך ביי מיר כ'זאל זיי מתקן זיין, און דא קומט דער עזות מחוצף פרצוף, און גיבט מיר קעלאריס וואס ניטאמאל ציט עס מיר.

אזעלעכע, נישט ממש די זעלבע, פאסירונגן א דריי מאל..
נו שאן, ווי זאגט נאר דער רבי: קיין יאוש איז נישט פארהאן...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

און וואס קען מען טועם זיין אויפן וועגן צו מאונטענס וכדומה.

כידוע אז א לאנגע וועג ברענגט הונגער און נערוועזיטעט, וואס עסן און קייען העלפט געווענטליך פאר ביידע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וואסערל א קאלטס,

א גרויסע הייסע קאווע, מ'קען דערפון זופן קרוב צו א שטונדע,
(מעגליך וועט איר זיך ברויכן אפשטעלן און איינע פון די בארימטע ניו-יארקער 'אפרו-ערטער' וועגן עפעס...)

צוקערלאזע קענדיס און 'קיי-גומי', (ס'ליגט אונטער די רעדזשיסטער בשכינות פון מעמקא דקליפא..)

זענט איר מילכעוודיג איז פאראן אן אויסוואל פון געשמאקע קעזלעך אנגעהויבן פון די בארימטע אמריקאנער קעז געענדיגט ווייסעכוואו...

פליישעוודיג, איז פאראן כל'ערליי קאלטע שניטן, קאלד קאטס בלע"ז.

נישט חלילה פארגעסן פון א שאכטל מאנדלען וועלעכעס וועט איך שטארק צונוץ קומען (טוט פיקס האלט איר דאך סייוי אין די קעשענע על כל צרה שלא תבוא...)

אפאר גוטע דרשה און מוזיק טעיפס קענען צומאל מאכן דעם דזשאב דאס בעסטע...

א געזונטן זומער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שטארק זיך, האסט זיך שוין ריקאווערט פון די 'גראבע' סאדע?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עס גייט נישט אזוי גרינג, אבער איך 'שטארק זיך'...

פארשער, וואסי געשען מיט דיינע פארשונגען, האסט שוין לאנג נישט אפירגעקראצט א גוטס.

מיר ווארטן!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

שטארק זיך, איך ווייס נישט צי דו וועסט גלייכן מיין לעצטע פארשונג אבער איך ברענג עס סיי ווי...
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p354403
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פארשער, האמת ניתן להיאמר, קיין אינטערשיד צי עס געפעלט אדער נישט.
----
רבותי, אן עצה ווער האט?

אנגעפאנגן האב איך דעם דייעט אום זונטאג נאך פסח העעל"ט, ברוך השם אין די ערשטע צוויי וואכן האב איך פארלארן קרוב צו פופצן פונט (!).

דריי וואכן שפעטער איז מיר אויסגעקומען זיך צו וועגן - אויפ'ן זעלבן סקעיל - סך הכל האב איך פארלארן בערך צוויי פונט, ניין איך האב נישט געטשיד, אבער אין סייז האט זיך שוין אנגעזען א שטיקל פארלוסט ב"ה.

עס איז דורך נאך דריי וואכן - שבועות אינדערמיט - איך וועג זיך נאכאמאל אפ, אפשר איין פונט פארלארן, איך דמיון אז אין סייז בין איך ווייטער אראפ אביסל, אבער עס איז שווער פעסט צושטעלן.

רבותי, איז דאס נארמאל אדער עפעס?

ברויך איך ווייטער אזוי אנגיין, ווערן שטרענגער אפשר?

ענטפערט ביטע, דער גאנצער דייעט מיינער קען אין דעם געוואנדן זיין.

נו, כ'ווארט,
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויב דארפסטו חיזוק: ביי מיר אין שכינות וואוינט א פארפאלק וואס גייען אינאיינעם אויף די לאו קארב דיעטע, און צווישן זיי האבן זיי שוין פארלוירן "70" פונט!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קרעמער, שכוח פאר די חיזוק.

איך בין נייגעריג צו מיינע שכנים האבן אויך אזעלעכע פונקטליכע אינפארמאציע...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דארפסט פארשטיין, עס איז די טאלק אוו די טאון... אזאנס פאסירט נישט טעגליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”