שטארקע קאפ וויי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

שטארקע קאפ וויי

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אפריל 19, 2010 6:23 pm

שוין א שטיק צייט וואס מיין יונגעל רעדט זיך אפ אויף קאפ וויי,
אונמוטן פון זיין קאפ טוט אום וויי,

די דאקטער זאגט אז ער זעהט גארנישט, ער האט קודם געמיינט אז דאס האט אז מ'האט אום צוריבן ביים זיך שערן, ער האט געגעבן א קריעם,
נאך א וואך בין איך צוריק געגאנגען צו אום אז דאס העלפט נישט,
ער זאגט אז ס'קען זיין די שעמפו וואס ער ניצט איז נישט גוט,
אבער איך זאל גיין מאכן א MRI

איינער האט שוין אמאל געהאט אזאנס?
אפשר איז דאס עפעס א קלייניקייט?

איך ווייס נישט פארוואס אבער MRI איז גאנץ א שרעקעדיג ווארט...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג אפריל 19, 2010 6:28 pm

טשעק עס אויס ווי שנעלער. זיכער צו מאכן אז ס'איז גארנישט בע"ה.

(ליידער רעד איך פון עקספיריענס, מ'טאר קיינמאל נישט אוועק מאכן אזאלכע זאכן, אדרבה, וואס פריער גיין צום דאקטאר געוואויר צו ווערן אז ס'איז גארנישט... אלס בעסער ווי ווארטן און זיך אליינס איינרעדן אז ס'איז גארנישט)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 19, 2010 7:04 pm

MRI איז אפשר א שרעקעדיגע ווארט, און די פרעסידזשער קוקט אויס שרעקעדיגער, אבער צו זיין בע"ה 100 פראצענט רואיג אז ס'איז גארנישט, איז בעסער עס צו מאכן וואו שנעלער.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג אפריל 19, 2010 7:16 pm

שמערי פונעם דאקטער'ס ווערטער האט אויסגעזען וואו מ'רעדט דא פון שטותים,
ער האט אויסגעפרעגט נאך קשיא'ס וואו למשל צו ער איז דיזי אדער שלעפעריג,
אויף אלעמען איז געווען די תירוץ ניין,

וועגן דעם שפיר איך נישט אנגעצויגן אז מ'רעדט דא פון ווער ווייסט וואס...

איך בין נאר נייגעריג צו נאך איינער האט שוין געהאט אן עקספיריענס.

טרעגער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 10, 2010 11:13 pm

תגובהדורך טרעגער » מאנטאג אפריל 19, 2010 8:19 pm

געלעגער טייערע, עם אר איי, איז אביסל א שרעקעדיגע ווארט, נישט עמאראיי איז נאך שרעקעדיגער! דאס איז איינס.

גיי צו א גוטע ניוראלאדשיסט, פרעג אן עם אר עי, אדער עקאו פאר א גוטע, און געווענליך מיט אפאר קליינע ניוראפאטישע טעסטס ווי דאס גיין און שטיין פונעם קינד העט די דאקטר קענען מחליט זיין צו דאס קינד פארברויך א עם אר איי, און אויב באשליסט ער אז יא, זאלסטו חלילה נישט צעגערן. עס איז מסתמא גארניש, וויייל פון וואס דו פארכסט דיך אזוי, איז ווי האמערלעך און האקעלעך אין קאפ, און מען קען כמעט זיך נישט אזוי ארומדרייען אפאר וואכן.

"און אלע געזונטע זאלן בלייבן געזונט און שטארק. אמן סלה".

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 19, 2010 9:05 pm

עס קען זיין א סיינוס, אויף דעם איז גענוג צו מאכן אן עקסרעי, פרעג דיך נאך ביי אן אויער-נאז-האלז דאקטער.

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג אפריל 19, 2010 9:24 pm

ס'דא אזא זאך ווי א מייגרעין העד עיק אבער איך וויס נישט צו ס'קען אנהאלטען אזוי לאנג
לעצט פאראכטן דורך קהת אום מיטוואך אפריל 21, 2010 8:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דינסטאג אפריל 20, 2010 1:59 pm

ביי א "מייגרעין" קאפוויי קען מען געווענליך נישט קוקן אויף ליכטיגקייט, עס 'דרוקט', און עס קומט און גייט.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך אפריל 21, 2010 7:21 am

בס"ד


עס קען זיין די מערסטע אומשולדיגע זאך ווי מייגרעין, סטרעס, ווער ווייסט וואס אימער גארנישט מיט נישט.

אבער פאר'ן "אבער" דארף מען שטארק אכטונג געבן און מאכן שנעלע און גרונטליכע אונטערזיכונגען צו מאכן זיכער אז ס'איז נישט ערנסט.

איך רעד פון נאנטע ערפארונג. "עם. אר. איי." קען זיין א שרעקעדיגע ווארט, אפשר, אבער עס איז נישט שרעקעדיג בכלל. אדרבה, אויב מען מאכט עס פאר'ן קינד, מאך עס מיט "פאן." פארשטייסט?

*

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג אפריל 26, 2010 11:26 pm

צומאל קען עס קומען פון א אלערדזשי ריעקשאן.

קוק, ווען ער גייט אריבער צו א אנדער פלאץ מיט אנדערע סארט עסן, צו ס'ווערט נישט בעסער.

איך האב מיטגעהאלטן ווען איינער האט געהאט שטארקע קאפ ווייטאג, און ס'איז געקומען פון דו סארט בוים וואס איז געוואקסן אינדרויסן פון זיין בעדרום פענסטער.

זאגן פרק שירה 40 טאג קען אויך העלפן
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט