יסורים אויף די אויבערשטע חלק פון די פיס גלייך אונטערן רוקן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

גרוש
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 12:17 pm

יסורים אויף די אויבערשטע חלק פון די פיס גלייך אונטערן רוקן

תגובהדורך גרוש » מאנטאג אפריל 19, 2010 1:21 am

איך האב שוין בערך 60 שעה אויפן זייגער טעריבעל יסורים אונטער מיין רוקן אויפן רעכטן זייט ביי די אויבערשטע חלק פון די פיס, קען מיר איינער זאגן וואס אזא זאך קען מיינען? און וואס איך דארף טוהן אזא צייט? עס איז יעצט 3:25 AM און איך קען שוין די לעצטע צוויי שעה נישט שלאפן פאר יסורים, נאך א מזל איך האב א אפיס, אזוי קען איך יעצט ארבעטן אביסל,
הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט, ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מאנטאג אפריל 19, 2010 1:44 am

גיי צו אן ארטאפידיק דאקטאר.

אויב עס טוט דיר זייער וויי, גיי אין עמערדזשענסי רום אין דזשוינט דיזיס אדער האספיטאל פאר ספעשל סוירדזשערי.

אינצווישן, נעם איין נישט ווייניגער ווי 1,000 טיילענאל.

רפואה שלימה.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג אפריל 19, 2010 7:51 am

יסורים אויפן רוקן הארט העכערן געדיכט קען באדייטן גאל שטיינער.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » מאנטאג אפריל 19, 2010 8:30 am

דער אייבערשטער זאל אייך שענקען א רפואה שלימה

מיין ערפארונג ניט מער געדאכט מיט לויער בעק ווייטאג איז געווען אז די ערשטע זאך אויף די מנוט צו פארלייכטערן איז אזא ריקן פאסיק מקען עס האבן און לומבער אדער דראק סטאר.

נעקסט סטעפ זיך שטעלן אינטער א הייסן שויער

נאכדעם איז ביי מיר געווען דער גיטער שליח

דר קאסטען לעבן וויליאמסבורג
1718 384-0056

סיבות וואס קענען גורם זיין וואס מזאגט
ווייכע בענקלעך
אויף הייבען שווערע זאכן אפילו אפאר טעג צוריק
דאגה'ס
מאדראטץ

א רפאוה שלימה בקרוב

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אפריל 19, 2010 9:36 am

ביסטו זיכער אז ס'איז א "ביין" וואס טוט דיר וויי? אפשר איזעס א "פעלענייטעל סיסט"?

אויב ס'איז יא ביין/מוסקל ווייטאג, גיי צו א קייראפרעקטער.

דר. קימל אויף ראסס סט. איז פיין, דאכצעך אז "פארקעיר" האט אויך א פיינעם קייראפרעקטער, אבער דער איז שוין אביסל טייער.

אויב ביסטו אין די גיסטע צו גיין צו גאר א גוטן קייראפרעקטער, (רעקאמענדעד אויב די לאקאלע קייראפרעקטער'ס העלפן נישט) גיי צו דר. פארסטער. 917-572-1030.

אבער וואו געזאגט, קודם גיי לאקאל, ביי די גרויסע חברה קענסטו נישט האבן קיין אפוינטמעט אזוי שנעל.

רפואה שלימה.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך יוני 15, 2016 12:54 pm

אין וואס טיט זיך מיט יסורים אין די אינטערשטע חלק פון די פיס, בפרט ווען מען שטעלט זיך אויף פון פלאץ,
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » מיטוואך יוני 15, 2016 1:21 pm

ויתן לך האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט יסורים אין די אינטערשטע חלק פון די פיס, בפרט ווען מען שטעלט זיך אויף פון פלאץ,

די קני, אדער די אונטערפלאך פון די פיס? עס איז בפשטות אן אינפלאמאציע (אויב אויף די אונטערפלאך, האב איך אמאל געזען דעם נאמען, געדענק איך נישט יעצט). די סארנא מעטאד קען פיין העלפן פאר דעם. אבער אלעמאל כדי זיך צו לאזן אונטערזיכן ביים דאקטאר קודם.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5726
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך יוני 15, 2016 1:35 pm

ויתן לך האט געשריבן:אין וואס טיט זיך מיט יסורים אין די אינטערשטע חלק פון די פיס, בפרט ווען מען שטעלט זיך אויף פון פלאץ,

קאן קומען פון איבערוואג. ספעציעל פלוצלימדיגע שטארקע טשעינדזשעס אין וואג. #טשיז קעיק..
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט