פעדעראלע רעגירונג נעמט שריט אנטקעגן דזשאנק פוד אין שולעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

פעדעראלע רעגירונג נעמט שריט אנטקעגן דזשאנק פוד אין שולעס

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 08, 2010 7:47 am

די הויכגעשעצטע אבאמא אדמינעסטראציע וועט די וואך אנהויב א קאמפיין ארויסצוטראגן, זיסע געטראנקען און סאדעס, פרענטש פריי, איבערגענעכטיגטע קארטאפל קוגלען, דזשעלאו, און זיסע נאשן, פון די שולעס איבערן לאנד, מיטן ציל און האפענונג אזוי ארום צו רעדוצירן די קינדער וואס ווערן איבערוואגיג פון עסן אין די שולעס.

א געזעץ וועט פארגעשלאגן ווערן וואס וועט פארבאטן צוקערדיגע מאכלים און משקאות פון ווערן סערווירט אין שולעס, בנוסף וועלן די שולעס וואס זענען אונטער די פעדעראלע מיטאג פראגראמען ווערן בעאויפטראגט צו סערווירן מער נארהאפטיגע און געזונטערע מאכלים און געטראנקען.

ווי עס זעט אויס איז דאס א חלק פון אן אויפקלערונג אוונטערנעמונג וואס די רעבעצין אבאמא האט זיך פערזענדליך אונטערגענומען אנצופירן, אז די אמעריקאנע יונגווארג זאל נישט אזוי פארגרעבט.

אבגעזען פון וויפל עס וועט געזעצליך מחייב זיין די מוסדות התורה והחינוך וואו אונזערע קינדער ווערן ערצויגן און ערנערט דאס רוב פון זייערע טעגליכע מאלצייטן, קוקן מיר עלטערן ארויס בכליון עינים אז די הנהלות גשמיות און פאשידענע קאמיטעען בכל מקומות שהם, כבודם במקומם מונח, זאלן זיך אויפעפענען די אויגן און אויפהערן צו פיטערן נהמא בנהמא ברויט מיט סיריעל, דזשעלאו מיט קאלעי וואסער, קארטאפל קוגל מיט פערפל, און אנדערע קארבס אמגעהויפענטע מאכלים, פאר אונזערע טייערע לעכטיגע קינדער די צאן קדשים, וואס אויף זיי שטייט די וועלט, און זיי ערמעגליכן צו לערנען תורה ויראת שמים מיט קלארע און געזונטע מוחות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 08, 2010 12:09 pm

איז דאס מחייב נאר די וואס געניסן פון לאנטש פראגראמען צי אלע סקולס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 08, 2010 2:54 pm

30 יאר צו שפעט, פאר מיר.

אויב ווילן זיי טאן תשובת המשקל זאלן זיי מיר באצאלן דעם דייעטישן.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 08, 2010 3:12 pm

קרעמער
זיי נישט געפאלן, און דרייסיג יאר ארום וועט מען צוריק טוישן....... :lol: :lol:

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 08, 2010 3:25 pm

קרעמער האט געשריבן:30 יאר צו שפעט, פאר מיר.

אויב ווילן זיי טאן תשובת המשקל זאלן זיי מיר באצאלן דעם דייעטישן.

פאר מיר איז דאס אויך היבש שפעט, דערפאר וואס אלס קינד און צענערלינג פלעג איך מיך שטאפן מיט פיל קארבס, איך האב טאקע נישט צוגענומען קיין וואג אבער איך פלעג זייער מיד זיין ביים שיעור, נישט וויסענדיג פון וואס עס נעמט זיך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג פאברואר 08, 2010 3:34 pm

קרעמער האט געשריבן:30 יאר צו שפעט, פאר מיר.

אויב ווילן זיי טאן תשובת המשקל זאלן זיי מיר באצאלן דעם דייעטישן.


ווי האט בעלזער רב זי"ע געזאגט פאר ר' אהרן יושע גבאי: וואס ארט אייך נאך א שטיקל יוד?!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 7:25 am

farshlufen האט געשריבן:פאר מיר איז דאס אויך היבש שפעט, דערפאר וואס אלס קינד און צענערלינג פלעג איך מיך שטאפן מיט פיל קארבס, איך האב טאקע נישט צוגענומען קיין וואג אבער איך פלעג זייער מיד זיין ביים שיעור, נישט וויסענדיג פון וואס עס נעמט זיך.

הייסט די נייע פראגראם איז בלויז גזל שינה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 09, 2010 8:09 am

שוועמל, פארשלאפן, בין איך סיי ווי געבליבן...
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 8:42 am

ערענסט, זייט ווען איז קארב זשאנק פוד? איך גלייב שווער אז דער פראגראם גייט ארויספירן קארבס פון די סקולס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג פאברואר 09, 2010 9:07 am

קארב איז צוקער.
צוקער איז דשאנק.
איך גלייב אויך שווער אז זיי וועלן ארויספירן אלע קארבס פון די סקולס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » דינסטאג פאברואר 09, 2010 12:59 pm

וואס קען מען עסען אויב מען עסט נישט קיין קארבס?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 6:43 pm

כאב מורא אז פרוי אבאמא הערט לעצטענס הערשל מייזליש אויף קול מבשר
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot] און 4 געסט