ווייסע האר

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

ווייסע האר

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 10:01 am

שטייענדיע אין ביהמ"ד לעצטענס זעה איך אסאך בליקן קוקן אויף מיין האר און פיאות, פרעג איך איינעם וואס זעהסטו דארט, זאגט ער גארנישט: איך האב מיך פארטראכט.

גייענדיג ווייטער שמועס איך מיט נאך איינעם זעה איך ווי ער באטראכט מיך אויך, (אדער רעד איך מיך איין), נישט קענענדיג זיך איינהאלטען גיי איך צו צום פאבליק טעלפאן, אבער איך זעה גארנישט פארדעכטיגט, ביז איך בין אריין אינעם אויטא, און גע'עפנט די שפיגל פון העכער מיין קאפ, און איך זעה: ... דאס אימדערווארטעטע איז אנגעקומען, צו ווייסע הארלעך האבן ארויסגעשפראצט, אוי רבונו של עולם, אוי איך בין דאך נאך יונג (אזוי האב איך געמיינט).

אינדערהיים האב איך עס נאך פראבירט צו באהאלטן, אבער רבש"ע עד מתי, איך בין זיכער די אידענע וועט שוין איינע פון די טעג זאגן, "די ווערסט שוין אלט"..

אלזא רבותי איך דארף א עצה, און ווי ווענדט זיך א איד אויב נישט צום חברי הקרעטשמע הנכבדים, וואס קען מען טוהן די טוישינג זאל סטאפע זאפארט, און נישט מיטשלעפן נאך שכנותדיגע הארלעך, אדער אפילו לאנג דיסטענס ביז צום בארד.

און אוודאי אויב מעגליך צוריק צושטעלן די קאליר פאר די געווארענע.

נ.ב. די העלט פוד סטאר האט מיר געזאגט נוץ די דריי ווייטעמיס פאר הונדערט און פופציג טאלער, און "אפשר" וועט עס העלפן. נישט דאס ברויך איך.

יישר כח למפרע.

א איד וואס וויל זיין פריילאך, אבער די נארעשקייטן שטערן...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 10:10 am

זעט אויס אז דער בורא כל עולמים וויל אז מען זאל נוהג כבוד זיין אין דיר וועגן דעם מאכט ער עס זאל ארויסשפראצן ווייסע האר אזוי ווי די מעשה פון ר אלעזר בן עזרי' אלט געווען 18 יאר אין עס האט עם ארויס געוואקסן א ווייסע בארד

איך מיין זאלסט דיך אנהייבן זעצן אויבן אן

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג דעצמבער 14, 2009 10:56 am

יישר כח ליסקא, אביסעל הומאר קען זיכער פארלאנגזאמען די גרוי ווערן.

אבער אן עצה ביטע.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

ביג טיים
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:23 pm

ווייסע האר

תגובהדורך ביג טיים » זונטאג דעצמבער 27, 2009 10:11 am

סאיז אפשר שלא מן העניין, אבער וואס טוט מען צוריק צו האלטן דע האר פון ווייס ווערן

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » זונטאג דעצמבער 27, 2009 11:40 am

אגב אז מען רעדט שוין פון האר פראבלעמען

איינער האט אן עצה פאר ווייסע האר?
ס'רעדט זיך פון א אינגערמאן אין די 20'ס וואס ער ווייסער פון וואך צו וואך.....
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 9:59 am

רבותי, עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, רבש"ע וואס וועט זיין דא?

ישר כח פאר די וואס האבן פארגעשלאגן וויטאמינען וואס עס נעמט עטליכע חדשים, ווייסט איינער פון א סגולה אדער עצה, וואס ארבייט שנעלער?


איר קענט איינקויפן מצות "והבאת שלום בין איש לאשתו"
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 11:05 am

ליינער האט געשריבן:אגב אז מען רעדט שוין פון האר פראבלעמען

איינער האט אן עצה פאר ווייסע האר?
ס'רעדט זיך פון א אינגערמאן אין די 20'ס וואס ער ווערט ווייסער פון וואך צו וואך.....
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 11:10 am

פריילאך : עמו אנכי בצרה, איך ווייס נישט וואס גייט פאר, מיין טאטע האט נאכנישט געהאט קיין ווייסע האר אין מיין עיטש, אין איך האב שוין א שיינע פאר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 12:33 pm

דארפסמאן,
אפשר איז דיין לעצטע נאמען דארפסמאן, ווייל דיין טאטע האט אזוי געהייסן, אדער אפשר געווען,
אבער היינט מיט אלע א ייגן געמאכטע פראבלעמען, קומען שנעלער אן דאס (אומ)ערווארטעטע.

און (דאס לאז איך באמת איבער פאר די רבני הקרעטשמע) ווייס איך נישט להלכה אויב עס איז אויסגעהאלטן, ארויסקלויבן די ווייסע פון די שווארצע איז זיכער אסור מדינא, נישט ווייל איך פסק'ן, פשוט חומש רש"י.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 4:45 pm

פאראן פיל יונגעלייט וואס מיט די שווארצע האר זעען זיי נישט אויס אזוי גוט, און איין מאל זיי באקומען ווייסע האר זענען זיי משנה צורה, זיי ווערן ליכטיגער און זייער געזוכט ווערט גוט.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 5:00 pm

די ערשטע זאך זאלסט זיך נישט עסן איבער די ווייסע האר ווייל אויב יא וועסטו האבן נאך א סיבה נאך מער ווייס צו ווערן, נעם עס אן מיט א שמייכל וועסטו בלייבן אינגער.
לגבי דיין אידענע, אז זי זאגט דו ווערסט אלט, וועסטו מער מעגן פארגעסן און ווייניגער דארפן אראפ שלעפן די גארבידזש זי וועט דאך נישט פייניגן איר אלטיטשקן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 5:03 pm

בערל ;l;p-
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 5:39 pm

די וועלט זאגט א ווערטל אויף ווייסע האר,
"ס'איז א שיינע קאליר, ס'זאל נאר לאנג האלטן"
אויף דיר געזאגט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ביג טיים
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:23 pm

תגובהדורך ביג טיים » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 8:26 pm

וועלכע ווייטאמינען איז גוט?

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 11:49 pm

דארפסט נישט זיין באזארגט, אלע דיינע "שווארצע" חברים וועלן דיר שנעל נאכטון... דאנט יו ווארי, א יאר ארויף, א יאר אראפ.

און דיין ווייב? זאג איר אז אויב עס אהרט איר זייער שטארק, קענסטו אויך אנטון א טיכל אדער שייטל, וד"ל ודו"ק והבן

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 5:33 am

1. א גוטע מולטי וויטאמין איז קריטיש וויכטיג פאר פריע גרוי ווערן, און דאס איז נוגע סיי יונגעלייט מיט ווייסע האר (די לעצטע מאדע), און אויך מידל עידזש.

2. דערצו א גוטע B-קאמפלעקס.

3. נוצן נאר א לייכטע שאמפו, בעסער א נאטורליכע אן קייןSLS (sodium lauryl sulfate). איר קענט עס גוגלען און זעהן ווי שעדליך עס איז.

4. שטעלט אייך אויפ'ן קאפ. דאס איז נישט קיין וויץ, עס ברענגט בלוט צירקולאציע צום קאפ, און דאס איז גוט פאר די האר. מען קען אויך מאסאזשירן די קאפ.

5. יש אומרים אז wheatgrass דזשוס באווייזט וואונדער אין די נושא.

6. אנטי-אקסידענט'ס, צו דורך א געוויסע מאכל אדער טיי, איז א גוטע אנטי-עידזשינג מיטל.

ועוד ועוד.

אונטערשטע שורה האט נאך קיינער נישט אויסגעטראפן דעם פונקטליך'ן בדוק ומנוסה מיטל, פונקט ווי מיט האר פארלוסט - hair loss - א ביליאן דאלער אינדוסטריע. טאמער וועט איינער אויסטרעפן א שאמפו וואס העלפט ביז א מאנאט אדער אפילו א יאר, אפילו נאר אין 80% פון די פעלער-קעיסעס, וועט ער זיין א ביליאנער.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 8:55 am

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:טאמער וועט איינער אויסטרעפן א שאמפו וואס העלפט ביז א מאנאט אדער אפילו א יאר, אפילו נאר אין 80% פון די פעלער-קעיסעס, וועט ער זיין א ביליאנער.


צו דיינע לעצטע פינף ווערטער בין איך שוין מסכים עלינו ועל כל בית ישראל אמן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 8:51 am

ביג טיים האט געשריבן:וועלכע ווייטאמינען איז גוט?



איינער פון די חברי הקרעטשמע דא, האט רעקאמענדירט צו רופען דר. פארסטער, וואס האט גוטע וויטאמינען דערפאר 917-572-1030
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 9:17 am

און ער קאסט אויך אסאך געלט, בדוק ומנוסה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 10:18 am

בערל, וואס איז בדוק ומנוסה, אז ער קאסט געלט, אדער אז ער העלפט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 11:05 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:בערל, וואס איז בדוק ומנוסה, אז ער קאסט געלט, אדער אז ער העלפט?

אז ער קאסט אסאך געלט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 12:38 pm

בנוגע העלפן, איך בין זייער צופרידן פון עם, איך וויל הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף עם.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » מיטוואך ינואר 06, 2010 2:56 am

פרי באקימען ווייסע האר קען זיין א נעטשער
קיק ארים דיין משפחה. אדער קען זיין אז די
נעטשער האט זיך אנגעהויבן ביי דיר.

וואס פינקטליך איז די פרפלעם מיט ווייסע האר?
ינגער וועסטי נישט ווערן מיט ווייטעמינס.

שיין וועלן מיר אויסקיקען ווען מ'וועט נעמען ווייטעמינס
נישט ווייס צי ווערן. אין דע מןשב זקינים וועלן זיצען
עלטע יודן מיט שווארצע בערט.
נע צעפאסטניש
_________________________x

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך ינואר 06, 2010 10:21 am

דורך גיי_ווייס
אום מיטוואך ינואר 06, 2010 3:56 am

קניינע הארע :roll:
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מיטוואך ינואר 06, 2010 10:52 am

באמערקענדיג דעם אשכול, איז אינטערסאנט אראפצוברענגן א שיין ווארט פון רבי ר' מאיר'ל פרעמישלאן'ער אויף די וואכעדיגע סדרה: תבן אין ניתן לעבדיך, ולבנים אומרים לנו עשו.

"תבן אין ניתן לעדיך" אויב דער שכל (תבונה) איז נישט מוערר א איד צו תשובה און מעשים טובים, דעמאלס "ולבנים עושים לנו עשו" ברויכן די ווייסע האר מעורר זיין צו תשובה.


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט