מאמפס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

מאמפס

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 10:04 pm

אזוי ווי איינער פון אונזערע מיטגלידער ליידט יעצט בעוה"ר אויף די "מאמפס" מחלה (http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p303719) בעטן מיר אים אפצושילדערן וואס דאס איז פונקטליך. וואס זענען די סימפטאמען, ווי שווער זענען די יסורים, ווי לאנג געדויערט די ערהוילונג א.א.וו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:10 pm

מיין שוואגער האט עס יעצט געהאט, ס'יז א וויירוס וואס מאכט די פנים אויפגעשוואלן, גייט אוועק נאך 7-10 טאג בע"ה.

שטארק קאנטעיזעס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:43 pm

איך האב געהערט אז אויב עס גרייכט דעם אונטערשטן טייל פון קערפער איז עס שרעקליך האקעל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23361
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:46 pm

קרעמער, ס'מאכט זיך זעלטן, אבער ווען יא, איזעס זייער נישט גוט, ס'לאזט איבער פערמענאנטע שאדן.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 11:50 pm

און מען דארף אפזיצן אין שפיטאל א לאנגע צייט אויף אבזערוואציעס.

אוועטאר
קריאת שמע
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:13 pm
לאקאציע: אין סידור

תגובהדורך קריאת שמע » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:08 am

באקומען שבת וישב אנגעהויבן מיט יסורים אויפן לינקע באק א פאר שעה שפעטער איז מיר די באק געווארן אויפגעבלאזן יסורים ביים האלדז נישט קענען קייען אפאר טעג שפעטער האט עס אנגעהויבן צוריק איינגעשרומפן צו ווערן דאנערשטאג מקץ אודך די רעכטע באק די זעלבע דורכגאנג נעכטן האט עס אנגעהויבן איינצושרומפן די דאקטער זאגט אז זונטאג קען מען צוריקגיין צו די ארבעט עס איז זייער אנשטעקיג
גרייט דיך אן ציגרעטלעך
גרייט דיך אן פשעטלעך (קרעדיט מיכאל שניצלער)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 6:03 am

דו גייסט כאטש מיט א שאל אויפן האלז? איך הער אז אינדערהיים פלעגט מען זיך אנטוהן א שאל ביים ליידן פון מאמפס, כדי עס זאל נישט ווערן מער אויפגעשוואלן.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:28 am

איך האב געהערט אז ווען דערקענט עס שוין אויף דער וואס ליידט דערפון, מיינט אז יענער האט עס שוין צוויי וואכן. דאס מיינט אז אין די ערשטע צוויי וואכן (בערך) זעט/פילט מען גארנישט, און דעמאלס קען מען עס איבערכאפן פונקט אזוי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:35 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 1:05 pm

1x1 האט געשריבן: ליסטע פון אלע קול מבשר אינטערוויו'ס...

156- ד"ר אדלער - מומפס וויירוס
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 10:25 pm

תגובהדורך חושים בן דן » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 8:37 pm

3x0 האט געשריבן:איך האב געהערט אז ווען דערקענט עס שוין אויף דער וואס ליידט דערפון, מיינט אז יענער האט עס שוין צוויי וואכן. דאס מיינט אז אין די ערשטע צוויי וואכן (בערך) זעט/פילט מען גארנישט, און דעמאלס קען מען עס איבערכאפן פונקט אזוי.


איך מיין אז ווען ס'פנים ווערט אויפגשוואלן איז עס שוין נישט אזוי איבערכאפליך.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:10 pm

יעצט געהערט אז 83% זענען געווען וואקסינעיטעד

חחחחחחחח ס'העלפט אויף א רעטעך

אראפ מיט די וואקסינען
אראפ מיט די יוונים
אראפ מיט די שווארצע יארען

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:38 pm

אביסל איבער די איצטיגע פאמפס אויסברוך...
א קרוב מיינער האט געליטן אויף דעם אויסברוך, (וויכי'ס טאג בוך יוכיח...)
פונקטליך די ווייטאגן איז שווער אראפצולייגן אויף פאפיר, איך האב נישט וויכי'ס חבר'ס כח, אבער דאס איז אן אנדערע סטרעין פון די מאמפס וויירוס, און צוליב דעם העלפט נישט די וואקסינען דערויף.

3x0 האט געשריבן:איך האב געהערט אז ווען דערקענט עס שוין אויף דער וואס ליידט דערפון, מיינט אז יענער האט עס שוין צוויי וואכן. דאס מיינט אז אין די ערשטע צוויי וואכן (בערך) זעט/פילט מען גארנישט, און דעמאלס קען מען עס איבערכאפן פונקט אזוי.

טריאו, יא, לויט ווי דער דאקטאר האט געזאגט, טראגט מען זיך ארום דערמיט 2-3 וואכן, און נאכדעם קומט ארויס די סימפטאמען, פון ווען די סימפטאמען קומען ארויס, איז עס נאך קאנדעידזשעס פאר 4-5 טעג, און דערנאך קען מען קומען צווישן מענטשן.

קרעמער האט געשריבן:איך האב געהערט אז אויב עס גרייכט דעם אונטערשטן טייל פון קערפער איז עס שרעקליך האקעל.

וויכטיג מאכער האט געשריבן:קרעמער, ס'מאכט זיך זעלטן, אבער ווען יא, איזעס זייער נישט גוט, ס'לאזט איבער פערמענאנטע שאדן.

קרעמער, ניין ! ניין ! ניין !
וויכי, ניין !
לויט ווי דער דאקטאר האט איבערגעבן, איז די שמועות וואס קורסירן איבער די שעדליכקייט בנוגע דעם אונטערשטען טייל קערפער, אלטע באבע מעשיות,
old wives tales כלשונו...
די מקור צו די באבע מעשיות איז ווייל עס קען זיך אמאל מאכן אז עס זאל וויי טאן חוץ די דריזן, גלענדס, וואס דאס זענען די געווענליכע פלעצער וואס די מאמפס וויירוס טוט אפעקטירן, טוט אויך אמאל וויי חלקים פון דעם אונטערשטען טייל קערפער.

נ.ב. א טאג נאכן זיין ביים דאקטאר, און נעמען פארשידענע טעסטס, אדער נאך גאר באותו יום, האט מען גערופן פון די ניו יארק סיטי העלטה דעפארטמענט, מיט שבעה חקירות, ווי מען איז געווען, און ווילאנג מען האט עס שוין, און וואס פונקטליך עס טוט וויי, וכו' וכו',
לויט דער ערקלערונג פון יענעם אויף די אנדערע זייט טרייבל, זענען זיי נאכנישט אויפגעקומען מיט א פאסיגע וואקסין פאר די דאזיגע סטרעין, און דערפאר רופן זיי ארום צו דערגיין דעם שורש דערפון.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 3:41 am

סאדע באטל
זייער גיט באשריבן.
כ'וועל עס אבער איבערשרייבן מיט מיינע ווערטער...


דער איצטיגער מאמפס אויסברויך, איז געשאפן געווארן דאס מאל דו ערשטע מאל אין דו היסטאריע, אין דאס איז גאנץ א אנדערער פון דעם אינטערגאנג וואס איז געלויפן פאר בערך 40 יאהר צוריק.

דו אמאליגע "מאמפס" קראנקהייט האט זיך אריינגעכאפט אינעם אינטערשטן טייל פון קערפער, ס'האט געכאפט דארט געוויסע גלענדס, ס'איז געווען זייער ווייטוגליך, אין ס'האט געקענט האבן זייער שווערע סייד עפעקטס ה"י. (למשל איבער האבן קינדער, דו פרעצענטיש איז מיר נישט באקאנט).

אבער דו יעצטיגע "מאמפס" איז אויך דער באקאנטער "מאמפס" קראנקהייט, אבער אויף גאנץ א אנדער טייל פינעם קערפער, דאס כאפט געוויסע גלענדס אינטער דו אויערן, אין פון דארט איז שוין נאר דער וועיג ארויס.

דעריבער איז דו יעצטיגע "מאמפס" נישט אזוי שעדליך ווי דער אלטער, וויבאלד ס'איז נישט אויף יענע האקעלע פלעצער, דערוועיגן הייסט עס גאנץ א אנדערער מאמפס פון אמאל. וואס אויף דעם איז נאך נישט ערשינען קיינע "שאטס", אין דו שאטס וואס מ'האט באקומען צוויי מאל אלס קינד, העלפט טאקע אז מ'זאל נישט באקומען דו אמאליגע "מאמפס" ה"י.


אין יא
דאס האלט אן בערך 5 4 וואכן, נאר דו ערשטע 3 4 שפירט מען עס נאך נישט, אין פון ווען מ'שפירט עס שוין יא, גייט עס אוועק אינגאנצן נאך 5 צו 9 אדער 11 טאג, (געוואנדן לויט וועלעכער דאקטער מ'האט געפרעגט... ווייל אין מערסטנפאל איז שוין נישט דא קיין זכר נאך 5 טאג.) ווענד זיך ווי שטארק מ'האט עס געהאט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:37 pm

דאס האבעך געזען פאריגע וואך אין קאנעקשאנס:

MUMPS PAIN RELIEF

Dear readers,
I would like to share with "mumps" patients, an effective remedy for pain relief It's a herbal mixture called Lymph atonic, made by the company Herbs Etc. I bought it at Monroe Health food store 781-8114.
I was instructed to apply ten drops externally on the swollen areas of neck, cheek etc. With help of hashem, it really works!

.Mrs K
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:49 pm

באבקעס, דאס איז אווי שמירן וויטעמין סי אויף די נאז ווען מ'ליידט פון פארקילעכטס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:52 pm

נו נאך איינער וויל מאכן געלט אווי אלע איינגערעדעכצער. כאפ נישט צו זיין פרנסה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 pm

תגובהדורך אזוי נארמאל » מאנטאג ינואר 18, 2010 3:25 pm

א רפואה פאר מאמפס איז נישט באקאנט, אבער צו לינדערן די שמערצן איז יא באקאנט.

eldor barry איז אזוי ווי טיילענאויל פאר אלע ווייטאגן, נאר ס'איז נאך מער, ווייל טיילענאויל פאר שיכורט נאר אבער סהיילט נישט, אבער eldor berry שטארקט אויך דעם אימיון סיסטעם, אין ס'העלפט צום היילונג.

זיכט דאס אין אייער העלט פוד סטאר.

(כמאך נישט קיין קאמישאן)
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיינע רב און 6 געסט