אסטמא

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יא_נעבעך
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 03, 2008 8:49 pm

אסטמא

תגובהדורך יא_נעבעך » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 8:26 pm

I'm not used to blog in Yiddish or English forums, I never typed in Yiddish on my computer. So I decided to post my concern in English. Please forgive.

I have a child with Asthma; we have tried whatever the medical community can offer but with no results. We can’t go on like this, my heart goes out for my child and we as parents are almost collapsing hearing my child coughing like hell, not breathing normal and hearing all the “Experts” saying he/she will grow it out. (Oisvaksen).

I have looked in this Forum, Especially under the “Health” section and found no posting about this topic. I believe there are numerous people of the Himishe community going thru similar circumstances. I believe ppl can help with ideas how to prevent this by at least minimizing the amount of times attacks happens or even completely eliminating the issue. And – of course – better methods to control it when the attack is in effect.

I would love this to go in Yiddish; I’ll ask other Chavirim with “Asthma Experience” to please help me out in this troubling situation

Thanks in advance.

איך בין נישט צוגעוואוינט צו בלאָגן אין איִדיש אָדער ענגליש פורם'ס, איך האָב קיינמאָל נישט געטייפּט אין איִדיש אויף מיין קאָמפּיוטער. דעריבער האָב איך באַשלאָסן צו פּאָסטן מיין דאגה אין ענגליש. ביטע זייט מיר מוחל.

איך האָבן אַ קינד מיט אַסטמאַ; מיר האָבן פרובירט אלעס וואס די מעדיצינישע וועלט קענען פאָרשלאָגן אָבער אן קיין רעזולטאַטן. מיר קענען נישט אנגיין אזוי, מיין האַרץ גייט אויס פֿאַר מיין קינד און מיר אלס עלטערן פאלן כּמעט צוזאם הערענדיג מיין קינד היסן ווי א גיהנום, נישט אטעמען נאָרמאַל און הערן אַלע די "עקספּערטן" זאגן ער / זי וועט עס דאָס אויסוואקסן.

איך האָב געקוקט אין דעם פאָרום, ספעציעל אונטער דעם "געזונטהייט" אפטיילונג און נישט געפֿונען קיין אשכול וועגן דער טעמע. איך גלייב עס זענען דא מערערע מענטשן פון די הימישע קאמיוניטי וואס זיי גייען דורך ענליכע מצבים. איך גלייב אז מענטשן קענען העלפֿן מיט עצות ווי אזוי דאס צו פאַרמיידן אדער לכל הפחות צו פארמינערן די צאל אַטאַקעס אָדער אפילו גאָר אינגאצן עלימינירן די זאך. און - פארשטייט זיך - בעסערע מעטאָדן עס צו קאָנטראָלירן ווען די אטאקע איז אין עפעקט.

איך וואָלט ליב געהאט דאס זאל גיין אין איִדיש; איך וועל פרעגן אנדערע חבירים מיט "אַסטמאַ עקספּעריענס" זאָל ביטע מיר ארויסהעלפֿן אין דעם פארווייטאגטן מצב

א דאַנק פון פאראויס

איבער געזעצט דורך: די פאקט

איוואן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובהדורך איוואן » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 8:41 pm

נישט לאנג צוריק האב איך געהערט פון א איד הרב פשערהאפער א וואויס לעסאנס טיטשער, וועלכע האט שוין אויסגעהיילט עטליכע מיט די פראבלעם, ס'קען זיין דאס וועט זיין די ישועה בעזר השם.

ער הייסט ר' אליעזר שערהאפער, זיין נומער איז: 646-734-0308

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:22 pm

איך וועל צוריק שרייבן אין אידיש (אויב איז נישט גוט וועל איך טוישן אויף ענגליש) האט איר אמאל פרובירט אויפצופאסן אויב דאס געשעט נאכדעם וואס ער עסט עפעס וואס שאדט עם אדער ער שטרענקט זיך אן צו אסאך

מאכט איר עם א nebulizer כאטשיג איינמאל א טאג? אפשר איז אייער קינד אלערזשיג צו געוויסע זאכן וואס דאס ברענגט דערצו

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:33 pm

און צוגאב צו וואס ליסקא שרייבט,

אפשר שלאפט דאס קינד זייער נאנט צו א סטיעם, וואס פארשטאפט די לופט ארום אים,

איז עס ערגער באנאכט ווען ער שלאפט, ווי באטאג,

איז עס אנדערש זוממער אדער ווינטער,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:55 pm

מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, ליידער קען איך נישט העלפן מיט אינפארמאציע, אבער א ברכת "רפואה שלימה" מעומק הלב קען א סאך אויפטאן. אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:57 am

אלץ א געליטענער אליין, באמת עס איז נישט דא צופיל צוטוהן, נאר מען קען יא לינדערן דעם פראבלעם, איך בין אסאך ארומגעלאפן צו דאקטוירים, מען האט גענומען טעסטס, און נאך טעסטס, און מען איז אויפגעקומען אז עס איז דא 5-6 "טריגערס" (=זאכן וואס רייצן אן די רערלעך אין די לונגען צו פארשמעלערן, און דאס פארשווערט דעם אטעם). וואס מאכן מיר שלעכט, ווי שטויב, מאלד, גראז.

עס איז נישט מעגליך זיך צו אכט געבן פון אלעס, אבער וויפיל מען קען, אוועקשטיין פון שטויב, סמאוק, ציגארטען וכדו', רייניגען די הויז זייער אפט, (ביי אונז האט מען געטוישט אלע קארפעט אויף אויקלאט. בימים ההם).

קאלטע וועטער קען אויף אסאך אנדרייען, און אסאך עסענווארג ווי מילכיגס.

בעיקר דארף מען זיכער מאכן צו נעמען די אינהעילערס, אדער נעביולייזער, אפילו ווען מען מיינט אז מען אקעי. (פארשטייט זיך לויט די אנווייזונג פונעם דאקטער).

און געדענקט! מען קען לעבן רואיג און צופרידן מיט אסטמא. עס ווערט אסאך מאל גרינגער ווען מען ווערט עלטער.

איך געדענק ווי מיינע עלטערן האבן געמיינט זיי גייען חליש'ן ווען דער דאקטער האט געזאגט אז עס בלייבט אויף א גאנץ לעבן. ברוך השם... עס פעהלט מיר גארנישט..

חזק ואמץ! :grin:
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21356
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:59 am

קרעמער האט געשריבן:מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, ליידער קען איך נישט העלפן מיט אינפארמאציע, אבער א ברכת "רפואה שלימה" מעומק הלב קען א סאך אויפטאן. אל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך.


מיינע צוויי גראשן, בעיקר תפלה טאן צום כל יכול השומע תפלת כל פה, א טאטעס א טרער ווערט קיינמאל פארלוירן, און זיך מחזק זיין מיט אמונה און בטחון מיטן וויסן ווער עס העלפט אונז אלעמאל אויך ווען די געזונהייט עקספערטען האבן קיין עצה אדער מעדיקאמענט וואס זאל לויט זיי פארגרינגערן און אויסהיילן דעם פראבלעם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 10:12 am

איך האב נישט געהעריג ארויס די סימפטענס פון 'אסטמא', נאר אזויווי מיין 9 חדשים'דיגס ליידט יעצט פון א אטעמען פראבלעם האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול זיך שואל עצה צו זיין דא אין געזונטהייט פארום, למעשה זעה איך אז דא רעדט מען פון זייער א ענליכע פראבלעם.

די מעשה איז אז זיין נאז איז עם זייער אנגעלייגט און ער מוטשעט זיך געפערליך צו אטעמען, בעיקר קומט עס ארויס ביים נורסן (וואס דאן קען ער נישט אטעמען דורכן מויל), און ביים שלאפן,
די דאקטער זאגט אז מ'זאל לאזן רינען א הייסע שויער און זיין נאז וועט זיך אויפשטאפן פון די פארע, איך האב אבער נישט געזען דאס זאל העלפן, א וועפערייזער העלפט אויך נישט קיין סך,
אזוי ליינענדיג דא, איז מיר איינגעפאלן צו ער ליידט מעגליך אויף אסטמא, און אויב דאס זאל זיין ריכטיג האב איך דאך זיכער נישט קיין סך וואס צוטוהן.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 10:35 am

צום זאך, ווי איך פארשטיי רעדסטו נישט פון א פארקילעכט'ס, וואס דארף אדורך גיין, נאר וואס האלט שוין אן א לענגערע צייט.
אויב אזוי, איז דא א טראפן אין דראג סטאר, וואס איז אווער די קאונטער, עס הייסט AYR מיין איך, ס'איז גאנץ א גוטע קלייניגקייט אביסל גרינגער צו מאכן דאס פארשטאפטקייט, מאך זיכער אז די נעמסט די בעבי'ס אדער אינפענט, איך געדענק שוין נישט וויאזוי ס'ווערט אנגערופן.
אז די ווילסט קענסטו עס ווייזן פאר דיין לאקאלע דאקטער, אז די ווילסט דאס געבן.

קום צוריק, אויב איז עפעס נישט קלאר.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:52 pm

ayr איז א NASAL DROP אויפצושטאפן די נאז, העלפט גלייך.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 1:21 pm

קוטשער, האסט מיך גוט פארשטאנען.

שכח ענק ביידע פאר די אינפאו, כ'וועל איבערגעבן אין שטוב.
איך וויל אבער וויסן אויף ווי לאנג העלפט דאס? ווי לאנג וועט די נאז בלייבן קלעיר?

יא_נעבעך
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 03, 2008 8:49 pm

תגובהדורך יא_נעבעך » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 6:59 pm

All of the triggers have been tried and taken away but with no success. Believe me; we have it for more then 3 years and his child is going to the hospital in average 8 times a year for this. That's y I was asking if someone knows of a specific solution beside the general rules on Asthma.

I got some replies, personal and public and I really appreciate all of you for trying to help. Especially for the "Divy Chizuk" from Kramar.

Please continue



פריילאך האט געשריבן:אלץ א געליטענער אליין, באמת עס איז נישט דא צופיל צוטוהן, נאר מען קען יא לינדערן דעם פראבלעם, איך בין אסאך ארומגעלאפן צו דאקטוירים, מען האט גענומען טעסטס, און נאך טעסטס, און מען איז אויפגעקומען אז עס איז דא 5-6 "טריגערס" (=זאכן וואס רייצן אן די רערלעך אין די לונגען צו פארשמעלערן, און דאס פארשווערט דעם אטעם). וואס מאכן מיר שלעכט, ווי שטויב, מאלד, גראז.

עס איז נישט מעגליך זיך צו אכט געבן פון אלעס, אבער וויפיל מען קען, אוועקשטיין פון שטויב, סמאוק, ציגארטען וכדו', רייניגען די הויז זייער אפט, (ביי אונז האט מען געטוישט אלע קארפעט אויף אויקלאט. בימים ההם).

קאלטע וועטער קען אויף אסאך אנדרייען, און אסאך עסענווארג ווי מילכיגס.

בעיקר דארף מען זיכער מאכן צו נעמען די אינהעילערס, אדער נעביולייזער, אפילו ווען מען מיינט אז מען אקעי. (פארשטייט זיך לויט די אנווייזונג פונעם דאקטער).

און געדענקט! מען קען לעבן רואיג און צופרידן מיט אסטמא. עס ווערט אסאך מאל גרינגער ווען מען ווערט עלטער.

איך געדענק ווי מיינע עלטערן האבן געמיינט זיי גייען חליש'ן ווען דער דאקטער האט געזאגט אז עס בלייבט אויף א גאנץ לעבן. ברוך השם... עס פעהלט מיר גארנישט..

חזק ואמץ! :grin:

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 7:08 pm

האט איר פראבירט וויטאמין די? ס'איז דא וואס זאגן אז ס'קען העלפן.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 9:19 pm

נישט אז איך ווייס פון איינעם וואס איז געהאלפן געווארן דורכדעם, ס'איז נאר דא א גאנצע רייע סטאדיס וואס ווייזן א פארבינדונג צווישן נידריגע ווייטאמין די שטאפלען און אסטמא און אז סאפלעמענטן וויטאמין די קען פארלייכטערן די סימפטאמען דערפון דא קענט איר זען א ליסטע פון סטאדיס דערוועגן אדער מאכט א פשוט'ע גוגל סוירטש asthma and vitamin d
לעצט פאראכטן דורך פארשער אום מיטוואך דעצמבער 23, 2009 10:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 10:28 pm

אסטמא, האט אסאך חלקים,
און אויף דעם האב איך געוואלט פארשטיין מער פרטים, וואספארא סארט מ'רעדט דא, צו זעהן אויב איך קען עס צושטעלן צו מיין עקספיריענס.

אבער איך וועל אייך געבן א שטיקל פון מיין ערפארונג, אן ווארטן אויף נאך פרטים, אפשר וועלן אנדערע אויך קענען האבן נוצען דערופן, ס'זאל זיך נישט מאכן,
איז אזוי,
דאס קינד איז געווען כסדר ארויף און אראפ פונעם נעבילייזער מיט עטליכע מעדיצינען (אינעם נעבילייזער), לויט וואס די דאקטוירים האבן פארגעשריבן, און מיר האבן אכטונג געגעבן נישט צו געבן עכטע מילכיג'ס ווי פריילאך שרייבט,
און ער איז עס ב"ה אויסגעוואקסן,

בשעת אן אטאקע, מיר האבן געטוען ווי פאלגענד:
לויפט אריין צום שויער מיט'ן קינד,
מאכט אויף נאר די הייסע וואסער, צום העכסטן
מאכט אויף דעם שויער זאל שפריצען פון אויבן, עס וועט מאכן א שטארקע פארע,
מאכט אויף די שויער קערטין, די פארע זאל זיך צושפרייטן אינעם גאנצן שטוב,
פארמאכט אינגאנצן די טיר פון ביה"כ
טוט אויס דעם קינד אלע וועש, (אז נישט קען ער אזוי שוויצן, אז ער וועט פון דעם אליינ'ס טאנצן)
זעצט זיך אראפ אויפ'ן בעסטען פלאץ נאנט צו ווי די וואסער שפריצט, פארשטייט זיך נישט אונטערן וואסער, גענוג ווייט אז דאס קינד זאל זיך נישט אברוען, געווענליך איז עס אויפ'ן ביה"כ זיץ
נאך עטליכע סעקונדעס, -לאמיר זאגן ביז א מינוט- דארף עס שוין בעסער ווערן, כאטש ס'איז נאכנישט אינגאנצן אפען, אבער אזוי ווי די ביה"כ ווערט אנגעהיצט אביסל, האט זיך די אטאקע ב"ה גלייך אפגעשטעלט, וואס האט בארוהיגט דאס היסען,
לאזט ווערן די ביה"כ מער און מער הייס פון די פארע, דאס מאכט אים אויף,
נאך אזוי זיצען מיט'ן שייער פאר בערך 10-8 מינוט, האט זיך עס ב"ה אויפגעמאכט און דאס קינד האט זיך בארוהיגט.

שיעור פארגעסן, ווען מ'זיצט אזוי 10 מינוט קען מען גוט שוויצען, האלט אייך איין, כאטש ס'איז נישט אזוי איינגענעם, וואס טוט מען נישט פאר א קינד,

געט אכטונג ווען מ'ענדיגט, דאס קינד זאל זיך נישט פארקילען,
קודם פארמאכט דעם שויער, ווארט א 2-3 מינוט
מאכט אויף די טיר א טראפעלע, א קילע לופטעל וועט אריינבלאזן
אזוי טוט עפענען די טיר מער און מער, דערנאך טוט אן דאס קינד, אז ס'זאל זיך צושטאטליך צוריק צוגעוואוינען צו די נארמאלע לופט.

אנדערע זאגן פונקט פארקערט, אז די חכמה איז אז בשעת די ביה"כ איז אינגאנצן אנגעהיצט, און ס'איז שוין זייער הייס, זאל מען ארויסלויפן צום פענסטער, ווי ס'איז זייער קאלט, און די שטארקע חילוק, דאס געט א מאך אויף,
מיר האבן עס נישט געוואלט פרובירן, כאטש עס לייגט זיך אפשר אויפ'ן שכל, אבער איך האב מורא געהאט אז ער וועט זיך פארקילען.

מיר ווייסען עס איז נישט קיין גרינגע דורכגאנג, דער אייבירשטער זאל העלפן איר זאלט דאס שנעל פארציילען און פריידען.

הצלחה רבה און א רפואה שלימה במהרה
לעצט פאראכטן דורך דער קוטשער אום זונטאג דעצמבער 27, 2009 8:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 10:35 pm

פארשער, יאך האב א חבר וואס זיין זון האט זיך יארן געמוטשעט מיט אסטמא און אויסשלאגן אויפ'ן קערפער. דאס קינד איז שוין היינט א בחור, קיין טאג, קיין נאכט, קיין שבת, ווער רעדט נאך פון א יום טוב, עטליכע מאל געווען אין שפיטעלער, אקיצור, יענע חיים טובים. פון ווען ער האט אנגעהויבן געבן דאזעס פון ווייטאמין D וואס זאל האלטן די לעוועל גענוג הויעך, איז א נייע וועלט. דער בחור האט א גאנץ הייליגע טעג מיטגעהאלטן אלעס הפלא ופלא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 1:48 pm

דער קוטשער האט געשריבן:אנדערע זאגן פונקט פארקערט, אז די חכמה איז אז בשעת די ביה"כ איז אינגאנצן אנגעהיצט, און ס'איז שוין זייער הייס, זאל מען ארויסלויפן צום פענסטער, ווי ס'איז זייער קאלט, און די שטארקע חילוק, דאס געט א מאך אויף,
מיר האבן עס נישט געוואלט פרובירן, כאטש עס לייגט זיך אפשר אויפ'ן שכל, אבער איך האב מורא געהאט אז ער וועט זיך פארקילען.

מיר טוען דאס אין פאל פון א 'קרופ' ל"ע, און עס העלפט וואונדערליך.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מוצ"ש מארטש 13, 2010 7:17 pm

א פרישע שטודיע ווייזט אז סאפלעמענטן וויטאמין די ביי קינדער רעדוצירט זייער ריזיקע צו באקומען אן אסטמא אטאקע מיט 83 פראצענט. ליינט דא אן אויספירליכן באריכט.

myword
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:33 am

תגובהדורך myword » מוצ"ש מארטש 13, 2010 10:28 pm

וואס איך ווייס העלפט
flex seed oil , alfalfa , Pentatonic acid צוויי מאל א טאג
אויך א לעפל baking soda אויס געמישט מיט א קאפ וואסער ניצט עס ווי א nasal spray איין טראפ אין יעדע נאז לאך צוויי מאל א טאג
עס איז גיט פאר פריווענטיוו אויך


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זעקס און ניינציגער, טעם וריח און 15 געסט