וויזוי האסטו אנגעהויבן?...

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

וויזוי האסטו אנגעהויבן?...

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 10:21 pm

דעס איז א קשיא וואס קומט גאנץ אפט צו מיין ריכטונג,
היות איך בין פון פאך אויס א פראגראמער, לאמיר פרובירן אויפן שפיץ גאפעל אראפשרייבן וויזוי זאכן זענן צוגעגאנגן, אפשר וועלן אנדערע הנאה האבן דערפון והי' שכרי, וזה החלי בס"ד.

גאנץ אנהויב ווען איך האב גארנישט געקענט (א מעשה פון בערך 6 יאר צוריק) האביך מיך ארום געשפילט מיט מייקראסאפט עקסעס, געקוקט אביסל זייערע מעקרא'ס, געמאכט קווערי'ס וכדו', דאן איז עס נישט געווען א באצאלטע שטעלע נאר איך האב פרובירט ארויסצוהעלפן לשם מצוה א מוסד צו סתם אידן.

שפעטער האביך אנגענומען א שטעלע אונגאנצן נישט פראגראמינג, אבער די קענטעניסן פון די פריערדיגע יארן זענען מיר ב"ה זייער שטארק צוניץ געקומען, (אין כמעט יעדע אפיס קומט גאר שטארק צוניץ איינער וואס קען אביסל קאמפיוטער, (חוץ גרויסע פירמע'ס וואס האבן א ספעציליסט אויפן פלאץ)) שטייצעך אז אויסערדעם האביך אויף די שטעלע אויך געקראגן עקספירינס אין פארשידענע קאמפיוטער געביטן.

נאך א שטיק צייט האביך באשלאסן אריינצוגיין אין "קאמפיוטער פראגראמינג",

דאן האב איך אנגעהויבן קוקן אין עקסעס קאוד "ווי בי עי" אין געליינט אביסל 'אנליין' וועגן דעם, געקוקט די 'העלפ' פון מייקראסאפט אביסל, און אזוי ווייטער,

די אלע זאכן זענען זייער פיין געווען אבער ס'האט נישט געברענגט צופיל סיפוק און ס'איז געווארן זייער פארנאכלעסיקט, כ'האב ווייניג וואס קונה געווען.

בערך אנדערטהאלבן יאר צוריק האט מיך עמיציר געפרעגט צו איך קען אים העלפן מיט עקסעל, ער האט אסאך פייל'ס פאר יעדע חודש א אנדערע טעב און פאר יעדע אקאנט א אנדערע שיעט, און מ'קאפיט און מ'פעיסט וכו'... (ווער ס'פירט א גאנצע ביזנעס אויף עקסעל ווייסט וואס כ'מיין) האט ער געוואלט וויסן צו כ'קען אים העלפן מסדר זיין די זאך באופן הרצוי והמשובח, ווייל ער ארבעט דאפעלט און טריפעלט און ער האט נישט די ריכטיגע רעזאלט'ס נאכאלעם (כידוע).

האביך געזאגט אז די בעסטע וואלט געווען צו נוצן 'עקסעס', (אגב: רוב מאל ווען מענטשן פרעגן מיך קאמפלעצירטע זאכן, עצה'יך עס צו מאכן אין עקסעס, נישט ווייל עקסעל איניש אזוי טויגליך, נאר פשוט עקסעס איז גרינגער), הכלל זאל זיין עקסעס אבער ער האט נישט קיין אנונג וויזוי מען נוצט אט דעם פראגראם.

דאן איז עס געשען....

איך האב אנגענומען די זאך זייער ערענסט און זיך גענומען דיזיינען די פראגראם, (דא איז מיר שטארק געקומען צו הילפ ר' משה אהרן זז"ג, אזוי אויך פאטאקי יר"ה, און אנדערע חשובע מיטגלידער) מיט אסאך סייעתא דשמיא און אסאך עקשינות האביך נאך א קורצע צייט ערצייגט די ערשטע ווערסיע פון די פראגראם, ב"ה היינט צו טאג'ס איז עס גאר א פראפעשאנאלע פראגראם.

איך האב אריינגעלייגט אסאך צייט אינדעם, און אויך זיך אסאך געמוטשעט, אבער ב"ה מ'האלט שוין דא, אימפראוומענטס מאך איך נאך עד היום, אזוי ווי אלע פראגראמס, אבער ב"ה עראר'ס איז שוין בבל יראה ובל ימצא.

אביסל שפעטער האביך גערעדט (גע'טאלק'ט) מיט א קרעטשמעריסט איבער זיין סייט, אז ער וויל מאכן פארשידענע שינוים, גרויסע אין קליינע, איך האב אביסל שטארק מורא געהאט עס אונטערצונעמען ווייל איך האב קיינמאל פריער נישט געארבעט מיט וועב סייט'ס געהעריג, אבער פאר אונטערסאנטקייט האביך יא געקענט באשטיין צו קוקן אויף די קאוד און זעהן וויזוי עס ארבעט.

למעשה נאכדעם וואס דער ידיד האט געהאט אביסל געדולט האביך בס"ד צוביסלך געכאפט וויזוי עס ארבעט, און זוך גענומען פעסט צו דער עבודה, ב"ה גאר גרויסע חלקים (רוב) פון די פרוקייט איז שוין פערטיג כן יעזור ד' גם הלאה.

היוצא לנו מכל הנ"ל...

1. די בעסטע אויב מ'ארבעט אויף א 'עכטע' פרוייקט, נאך בעסער אויב יענער דרוקט אביסל (נישט יותר מדאי...)

2. מ'דארף נישט קיין לאנגע קורס'ן.

3. ס'פעלט נישט אויס אלעס צו קענען צו זיין סוקסעספול. (עקספירינס אין עקסעס און אין סי שארפ האט מיר געגעבן בס"ד די מעגליכקייט אין נאו טיים צו ארבעטן מיט א וועב סייט).

4. שטייצעך אסאך סייעתא דשמיא אן דעם גייט גארנישט.

איך האב מסתם אסאך פרטים אויסגעלאזט, ווי נעמט מען קרעמער'ס זכרון... אבער כ'האפ אז ס'וועט פארענטפערן דעס וואס אסאך פרעגן און ווילן באקומען א שטיקל איבערבליק וויזוי א יונגערמאן האט אנגעהויבן זיין פראגראמינג פאך.

ווער עס וויל מער אינפארמאציע זאל אנפרעגן (בעסער דא אויפן פארום, זאלן נאך אידן הנאה האבן) איך וועל פרובירן בס"ד צו ענטפערן וויפיל איך קען/וויל...

איך וואונטש ענק אלע אסאך הצלחה וברכה און סיי וואס איר טוט, און איך בעט א תפילה עד הנה עזרנו רחמיך, כן יעזר ד' גם הלאה.

וברכתיך בכל אשר תעשה
לעצט פאראכטן דורך לאז געמאכט אום מיטוואך דעצמבער 02, 2009 11:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג דעצמבער 01, 2009 10:44 pm

זייער שיין באשריבן לאצי..

ווייזט אויס אז יענער קרעטשמעריסט האט טאקע נישט צופיל גע'לחצ'ט ווייל אויב יא וואלסטו עס נישט אנגענומען.


נו, ווען קען מען ענדיגן? :wink:
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 11:39 am

להאיר:
וואס זאגט איר צו די באשרייבונג פון הרב לאז געמאכט ?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 12:30 pm

עס איז געוואלדיג

נאר צוויי קליינע הערות

א')
איך האב מסתם אסאך פרטים אויסגעלאזט


ב') ער לייגט דאס אויס פאר איינעם וואס זאל צעביסלעך אריינגעשלעפט ווערן, ער וואלט ווען ענדערש געדארפט שרייבן אזוי און אזוי איז דער פאקט וואס איך האב זיך אויסגעלערנט אזוי און אזוי און אזוי און אזוי טוט מען דאס, און איר קענט זיך דאס אויך לערנען אויף דעם און דעם וועג, און דאס פראקטיצירן אויף דעם און דעם וועג


אבער העיקר חסר מן להאי"ר, אדרבה כה ירבה וכה יוסיף זאלן נאך און נאך אידן קומען און זיך העלפן איינער דעם צווייטן מיט פרנסה, ווי זאגט די וועלט ביי קיין אידן איז נישטא קיין קאמפעטישאן, ווייל סוף כל סוף דארף דאך דער מלמד וואס לערנט תורה מיט מיין און מיין קאמפעטישאנס קינד באצאלט ווערן פון אונז ביידן, דאס איז שוין חוץ דעם וואס מיר אידן גלייבן אין השגחה פרטית, דאס איז שוין חוץ דעם ווערטל אז נאך א קאמעפטישאן מאכן גרינגער ארבעטן ווייל ער נעמט צו נאר ארבעט אבער די פרנסה בלייבט דאך די זעלבע ווייל כל מזונותיו קצובין, איז אדרבה ואדרבה ממנו ילמדו וכן יעשו

צאו והתפרנסו זה מזה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 12:32 pm

ועוד איז כדאי אז נאך אירע זאלן זיך אנרופן אז עס זאל קענען אויסגעארבעט ווערן עפעס א וועג וויאזוי יעדער זאל קענען צולייגן פון אן אנדער נקודה אזוי וועט דאס קענען גיין פול פול שנעלער, און בעסער, און קראנטער, און עס וועט נישט ליגן אזא גרויסע לאסט אויף איינעם

סוף כל סוף, כל ישראל ערבים זה לזה, און ווען עס פעלן פרנסות ביים האלבן ציבור פילט דאס דער גאנצער
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מיטוואך דעצמבער 02, 2009 12:35 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
1. די בעסטע אויב מ'ארבעט אויף א 'עכטע' פרוייקט, נאך בעסער אויב יענער דרוקט אביסל (נישט יותר מדאי...)



איך האב דאס שוין געטוען מיט עטליכע אינגעלייט זיי אנגעהויבן צו לערנען אויף מיינע פראיעקטן (פארשטייט זיך אז איך האב געמוזט בעטן אביסל ביליגער פון מיינע דעמאלטדיגע ארבעטס געבער) אבער גלייבט מיר אויפן ווארט עס קומט אלעס צוריק אהיים, פול פון די זענען מיר שוין איבערגעשטיגן הונדערטער מאל, אבער די טובה וואס איך האב געטוען מיט זיי פארגעסן זיי נישט, "אדרבה פרובירט דאס אויס"

שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 10:11 am

שכח להאיר פאר דיינע קאמענטארן.

איינער האט מיך געפרעגט צו איך בין אזוי זיכער אז די וועג וואס איך האב גענומען איז די ריכטיגע?, להאיר האט עס אויך געפרעגט (טיילווייז ברמז).

די תירוץ ליגט אינעם קעפל... מענטשן ווילן וויסן וויזוי איך האב אנגעהויבן, סא האביך דעס אראפגעשריבן.

(נ.ב. אני שכלעצמי האלט איך אז דאס איז די ריכטיגע וועג....).

אויך קוקט עפעס אויס פון דיינע ווערטער אז איך האב א פראבלעם אז נאך אידן קענען... חס מלהזכיר! די גאנצע וואס איך האב געטייפט דעס איז אז נאך אידן זאלן אריינקומען אין די זאך, און זיי זאלן פארשטיין אז מ'דארף נישט אפאר חדשים טרעיניג (!) מיט די קאסטן וואס קומט דערמיט, אנשטאט מיט אביסל זיך שפילן, קוקן אפאר טאטאריאל'ס, בעטן אביסל הילפ פון חברים. דעט'ס אלל איט טעק'ס.

אז מ'רעדט פון טאטאריאל'ס איז גוט צו וויסן אז מייקראסאפט גיבט די בעסטע אזעכע שיעורים! איך האב פרובירט אסאך אבער נאכן קוקן זייער'ס (אויף די רעקאמענדאציע פון בעל אידישטעק ני"ו) האביך איינגעזען אז ס'איז די בעסטע.

איך האב געטראכט א סיבה דערצו אויך... די אלע אנדערע ווידיאו'ס ציען זייער פרנסה פון "אויסלערנען", ס'איז פאר זיי קיין שום פראבלעם אז די לערנסט א יאר אדרבה ווי לענגער אלץ בעסער, ע"כ יאגן זיי נישט אז די זאלסט קענען אנטשטאט פארמישן זיי דעם מענטש מיט'ן לערנען זאכן וואס ברענט נישט אויפן אנהויב אזוי אז מ'זאל דארפן בלייבן ביז צום סוף, אדער קויפן די איבריגע וכדו', משא"כ מייקראסאפט'ס ציל איז ווי מער מענטשן זאלן "קענען" זייערע פראגראמ'ס, סא זייער קאמפיין לויפט בעיקר ווי סימפאל ס'איז טא געט סטארטעט.

כ'האב נאך אסאך שרייבן די צייט ערלויבט אדער נישט... המשך יבא.

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 11:52 am

לאז געמאכט האט געשריבן:שכח להאיר פאר דיינע קאמענטארן.

אויך קוקט עפעס אויס פון דיינע ווערטער אז איך האב א פראבלעם אז נאך אידן קענען... חס מלהזכיר!



אדרבא איך האב געברענגט א ראי' אז עס שאדט נישט והא ראי' אז איך בין נישט דער איינציגער נאר נאך איינער האט זיך אנגערופן וייתי אידך ויוסיף! נאך און נאך זאלן מיטטיילן זייער אינפארמאציע

צאו והתפרנסו זה מזה, א איד קען נישט זיין קיין קאמפעטישאן מיט קיין צווייטן!!!
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:00 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:שכח להאיר פאר דיינע קאמענטארן.

איינער האט מיך געפרעגט צו איך בין אזוי זיכער אז די וועג וואס איך האב גענומען איז די ריכטיגע?, להאיר האט עס אויך געפרעגט (טיילווייז ברמז).

די תירוץ ליגט אינעם קעפל... מענטשן ווילן וויסן וויזוי איך האב אנגעהויבן, סא האביך דעס אראפגעשריבן.

(נ.ב. אני שכלעצמי האלט איך אז דאס איז די ריכטיגע וועג....).



אויב איז עס נאר ברמז דאן לאמיר שפילן אפענע קורטן

די שאלה איז נישט "אויב" עס איז גוט דער וועג

נאר ענדערש איז די שאלה "פאר-וועם" עס איז גוט דער וועג

צ.ב.ש. יעצט נאך 6 יאר און ר' לאז געמאכט האט שוין באוויזן גדולות ונצורות (ויותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן, ושתיקה יפה), יעצט איז מיין פראגע נאך פולע 6 יאר וואלט איך געוואלט איהם באשטעלן פאר

א SUN עקטועל באקס (נישט קיין ווירטועל פי. סי.)
וואס זאל לויפן אויף JAVA (נישט Java Script Language)
און דער סערווער זאל זיין פון דעם JSP פייל עקסטענשאן

יעצט וואס זאל איינער טוהן וואס ארבעט און א גרויסע קאמפאני און זיי האבן באשלאסן צו גיין היי-טעק, און כדי נישט זיך צו דארפן שפילן האבן זיי גענומען א "סאן" סיסטעם וכו', וואס האט עפ"י רוב נישט קיין שייכות מיט ווינדאוס און די סארט GUI פראגראמען בכלל
נו זאל ער יעצט אנהייבן ביי VBA דורך מאקרא'ס אין ווארד, און ווען זיין באלעבאס וועט רעטייערן וועט ער שוין קענען ASP, און ביים צווייטן דור רעטייערמענט וועט ער שוין קענען ASPX פייל עקסטענשאן מיט C Sharp , נו! וויאזוי ארבעט דאס

דאס איז וואס איך האב געשריבן און נישט ברמז, נאר ב"גילוי"


ווידעראום האב איך שטארק געשטיצט דעם געדאנקט פון זיך לערנען אין רעאליטי, ווייל ווי זאגט די גמרא אז ת"ח דאין דיני לגרמי' אבער נאר ווען ער האט דאס שוין געלערנט פון פאר דער דיון איז ארויף געקומען, זעט אויס אז די תנאים ואמוראים האבן שוין אויך פארשטאנען אז מען קען זיך נישט געהעריג לערנען אין דמיון נאר יחידים שבדור
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:06 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אז מ'רעדט פון טאטאריאל'ס איז גוט צו וויסן אז מייקראסאפט גיבט די בעסטע אזעכע שיעורים! איך האב פרובירט אסאך אבער נאכן קוקן זייער'ס (אויף די רעקאמענדאציע פון בעל אידישטעק ני"ו) האביך איינגעזען אז ס'איז די בעסטע.


ווער עס ליינט מיינע ארטיקלען ווייסט אז דאס איז פאר מענטשן וואס ליגן נישט אין קיין אפע"ן סאור"ס מהלך המחשבה, ווייל פאר זיי איז מייקראסאפט כמעט סם המות, (מיר ווייסן אז CHASE און נאך אנדערע נוצן דאס אבער נאך אלס איז דאס די מיינונג אין די וועלט פון פראגראמינג) ווייל עס געוואוינט צו דעם מענטשן צו זיין רעסטריקטעט און נישט קענען נוצן קיין אייגענע מיינונג


לאז געמאכט האט געשריבן:כ'האב נאך אסאך שרייבן די צייט ערלויבט אדער נישט... המשך יבא.

אדרבא אבי עס איז שוין דא מיט וועם אויסצטוישן מיינונגען

און הלוואי קאמענטיר אויף מיינע ארטיקלען אויך בחומר הדין, ויקוב הדין את ההר, אז נאך א איד וועט האבן פרנסה האט אלעס געלוינט
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

amg718
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2009 3:38 pm

תגובהדורך amg718 » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:59 pm

WERE CAN I LEARN ON THE INTERNET WEB DESIGN FOR FREE I DONT KNOW ANYTHING ABOUT WEBSITES HTML ETC

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 3:04 pm

איינע פון די פלעצער איז http://www.w3.org

איינס פון די פלעצער איז http://www.roseindia.net

נאך א פלאץ http://www.web-source.net

פאר PHP האבן זיי אויך זייער אייגענער וועב-סייט http://www.php.net

וכו' וכו' וכו' זוך אביסל וועסטו טרעפן, אדרבא האסט געטראפן העלף ארויס נאך אידן, ווי אויך אויב א צווייטער ווייסט, איך האב פשוט נישט גענוג צייט ארויף צולייגן אזויפיל לינקס אויף איינמאל, (אבער באמת אין המשך פון מיינע ארטיקלען ווערן געברענגט צעווארפן זייער אסאך גוטע און פארלעסליכע סייט'ס)
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 6:12 pm

להאיר האט געשריבן:ווער עס ליינט מיינע ארטיקלען ווייסט אז דאס איז פאר מענטשן וואס ליגן נישט אין קיין אפע"ן סאור"ס מהלך המחשבה, ווייל פאר זיי איז מייקראסאפט כמעט סם המות,
אויף דעם חלק מוז איך מחולק זיין!

אוואדי איז עס אפשר ריכטיגער אלעס צופארשטיין, איך האב אבער גענומען א אנדערע מהלך אונגאנצן, און פאר מיר ארבעט עס וואונדערבאר, מיין מהלך איז דער ציל זאל ערייכט ווערן נישט קיין חילוק וויזוי, פינטעלע.

פאר א קליענט איז געוויינליך נישט קיין נפק"מ וועכע קאוד איך האב גענוצט אדער צו איך האב גענוצט דעוו-עקספרעס וכו', ער דארף אלעס זאל פאנקשענען ווי ס'געהערט צו זיין, אויב כ'קען אים דעס באווייזן ביניך אין ביזנעס...

מיט די אלע טאל'ס וואס ס'איז דא היינט קענמען ערצייגן גאר טויגלעכע פראדוקטן אן פארשטיין וואס 0000100011000 מיינט... איך זאג נישט אז ס'איז נישט גוט צו קענען, אבער כ'מוז עס נישט פארשטיין בכלל.

ניטאמאל מוז איך פארשטיין וואס מייקראסאפט האט מיר געפראגראמט דארט אז ווען איך הייס דעם קאמפיילער דעי קורצע ליין
MsgBox ("א גוטן פורים")

גיט ער מיר א קליינע באקסעלע מיט באטענס לויט מיין פארלאנג וכו'.. און דעס איז נאר א משל, די שפיץ איז אז מען דארף אנקומען צו ציל עס סאאן עז פאסיבעל, די מיטל אינאר א טפל.

אויב איינער וועט מיר בעטן אויפצוסעטן א קאמפיוטער באקס מיט דזאווא וועליך שנעל זוכן א וועג זיך אויסצולערנען וויזוי עס צו מאכן, דערווייל ברויכעך עס נישט וויסן.
להאיר האט געשריבן:און הלוואי קאמענטיר אויף מיינע ארטיקלען אויך בחומר הדין, ויקוב הדין את ההר, אז נאך א איד וועט האבן פרנסה האט אלעס געלוינט


איך ליין מיט דוירשט דיין געשרייבכץ, און כ'האב שוין אפאר מאל געוואלט (און אפי' אנגעהויבן קאמענטירן) אבער נישט אלעמאל ערלויבט די צייט.

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 7:58 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
להאיר האט געשריבן:ווער עס ליינט מיינע ארטיקלען ווייסט אז דאס איז פאר מענטשן וואס ליגן נישט אין קיין אפע"ן סאור"ס מהלך המחשבה, ווייל פאר זיי איז מייקראסאפט כמעט סם המות,
אויף דעם חלק מוז איך מחולק זיין!

אוואדי איז עס אפשר ריכטיגער אלעס צופארשטיין, איך האב אבער גענומען א אנדערע מהלך אונגאנצן, און פאר מיר ארבעט עס וואונדערבאר, מיין מהלך איז דער ציל זאל ערייכט ווערן נישט קיין חילוק וויזוי, פינטעלע.




למשל איינע פון די חילוקים איז, וואס דער קאסטומער רעכנט יא דערויף איז, ווי שנעל דער אינדעקס פעידזש עפנט זיך, וואס פאר יעדן סארט סייט דארף מען זיך באנוצן מיט אנדערע וועגן, און א געוונליכן אינדעקס-פעידזש, און ווער רעדט נאך פון א פי. עיטש. פי. קען זיין צומאן פופצן (יא 15! עס איז נישט קיין טעות) שפראכן, און איר קענט זעהן אז געוויסע סייטס עפענען זיך שנעל און דארטן האבן מענטשן מער אפעטיט צו גיין, יעצט (איך וועל נישט מסביר זיין יעצט וואס דאס איז אבער) גוגל וועבמעסטערס, איז דאס איינע פון זייערע הויפט באראמעטערס וויאזוי זיי שאצן א סייט

דאס איז נאר איינס פון די זאכן, פארוואס עס איז וויכטיג צו זיין אין די אפע"ן-סאור"ס ביזנעס

און אויף דעם קלייענט זייט, דאס הייסט דער וואס מאכט דעם סייט, איז דאס שוין גאר א גרויסער חילוק אין געלד, שטעל דיך פאר ווען די גייסט זיך אביסל פלאגן אז דיין קלייענטס וועבזייטן זאל זיך עפענען אנשטאט אין א מינוט אין 6 סעקונדן, מיט וויפיל מער וואלטסטו באלוינט געווארן

אין הכי נמי עס איז נישט קיין תירוץ אויף נישט אנצוהייבן פון אל"ף אבער עס קומט זיכער צוניץ אביסעלע מער ידיעות
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט