לערנט אייך דעם קאלקולעיטאר

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

לערנט אייך דעם קאלקולעיטאר

תגובהדורך להאיר » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 4:32 pm

אזוי ווי רוב פון אונזערע אשכולות האבן צוטוען מיט רעכענען, און עפ"י רוב מיט אנדערע אופנים ווי פון 1 ביז 10, ווי אויך מיט פארשידענע אומפארשטענדליכע ווערטער, עפענען מיר דא אן אשכול וואס וועט ווערן דער צענטראלער פלאץ זיך אויסצולערנען די אלע עניינים וואס האט שייכות מיט רעכענען, און אויף די אנדערע פלעצער וועט דאס נאר צוגעברענג ווערן בדרך אגב

אי"ה גייען מיר אנהייבן פון גאר פשוט מאמע לשון אז 1+1=2 ווייל ווען מען נעמט צוויי מאל א סאדע פלאש איינס אין די רעכטע הענט און איינס אין די לינקע האט מען צוויי דאס מיינט אז איינס מיט נאך איינס איז צוויי
און אי"ה פון דא וועלן מיר גיין ווייטער, איי עס זעהט אייך אויס אזוי פשוט אבער ווען איר וועט ליינען ווייטער וועט איר געוואויר ווערן אז עס קען גאר זיין אנדערע וועגן פון טראכטן אויך, אבער ווי פארשטענדליך וועט דאס נאך נעמען אביסל צייט
יעצט 1+1+1 איז 3 והא ראי' אז ווען מען נעמט א דריטן פלאש איז דא אין די הענט 3, אפשר יא און אפשר נישט, עס קען גאר זיין א וועג פון טראכטן אז איר האט
11 פלעשער אין די הענט, וויאזוי קען דאס זיין אז מען ציילט נישט ביז צען, נאר ביז איינס, נו אויב ווילט איר אלעס פארשטיין אין איין מינוט איז דאס דער ביינערי סיסטעם אז יעדער נומער פארדאפלט דעם פריערדיגן יעצט קומט אז אז מען נעמט איין פלאש מיט נאך א פלאש מיט נאך א פלאש האט מען אין די הענט 11 אבער דער עלעף איז אויף מאמע לשון דריי, און טאמער ווילט איר דאס נישט אננעמען, זאלט איר וויסן אז די גאנצע וועלט נוצט דעם סיסטעם פון רעכענען והא ראי' אז מען נוצט קאמפיוטער'ס, און דאס איז דער וועג וויאזוי א א קמפיוטער רעכנט

דאס איז אונזער הקדמה כדי איר זאלט פארשטיין פארוואס דער אשכול איז געעפנט געווארן, און אז מיר גייען אזוי שטאט ווייל טאמער נישט שרייט מען אויף מיר אז איך דארף מסביר זיין מיין הסבר, אשר על כן, נעמט אייך אן עקסטערן "דאזע געדולד" ווען איר הייבט אן אריין צו קריכן דערין, און טאמער קענט איר דאס נישט באווייזן, דאן איז מעגליך אז איר דארפט זיך גיין זוכן א צווייטער פרנסה, מעגליך א "שרייבער וואס דארף שוין היינט אויך קענען רוב פון די זאכן" והא ראי' אז דאס איז מיין פאך, און פון דארטן האב איך זיך אויסגעלערנט אז מען דארף נישט אוועקצאלן קיין טויזנטערס פאר טעקנישנס נאר מיט אביסל קאפ קען מען אלעס אליינס, אבער עס איז באמת נישט אזוי, נאר איך טוה דאס, אבער באמת איז יעדע זאך א וועלט פאר זיך און מען זיך דערויף לערנען און לערנען יארן און יארן, און אזוי איז אויך רעכענען, און מיר וואלטן דאס אינגאנצן אויסגעזאלט פון אונזער סעריע ארטיקלען, נאר וואס זאל איך טוהן אז מען קען נישט גיין אן דעם, דאן זייט'שע מוחל און גארטלט אייך אויך אן מיט געדולד, וועט איר אי"ה צעביסלעך אויך אנקומען

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 4:37 pm

אויב האט איר סיי וועלכע פראגע, קאמענט, הערה, טענה, וויי געשריי, צ.ב.ש. וואס רעדסטו שטותים 1+1+1 קען נישט זיין קיין 11 ביטע לאזט אייך הערן
און עס איז דירעקט צוגעשטעלט פאר דעם א באזונדערן קאלום

קאמענטארן איבער: לערנט אייך דעם קאלקולעיטאר

און ביטע פארדרייט נישט דא דעם סדר ווייל טאמער שרייב איך נישט גענוג שטאט און ווייניג, ווער איר דאס נאר מוסיף זיין
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 4:20 pm

יעצט לאמיר דאס אנהייבן אביסל צו צולייגן אויף קליין געלד, ווי עס איז שוין אביסל אנגעהויבן אין דעם אשכול Font Creation

אז מיר זענען צוגעוואוינס אז דאס ציילן גייט "0" וואס מיינט אין אנדערע ווערטער "ניין"
יעצט קומט 1 וואס מיינט אז מען האט צ.ב.ש. איין זאך אין די הענט
דערנאך קומט 2 וואס מיינט אז מען האט צוויי זאכן אין די הענט
א.א.וו. ביז 9 וואס מיינט אז מען האט ניין זאכן אין די הענט

דערנאך קומט דאס אין צוויי נומערן דהיינו 10 וואס דאס באדייט אז עס איז דא אין דעם 1 "איינס" פלאס "ניין" איין דעם 0, און צוזאמען איז דאס צען

יעצט וויאזוי וועט זיין אז אנשטאט אייך זאגן אז דער נעקסטער 1 צ.ב.ש. דער "איינס" פונעם צען פארטראגט אין זיך פונקט דאפלט פון דעם פריערדיגן נומער, און נישט ניין אזוי ווי מיר זענען צוגעוואוינט, יעצט וועט דער חשבון גיין גאנץ אנדערש

0 מיינט אז איך האב "נישט"
1 מיינט אז איך האב "יא" וואס דערווייל טעכנישט קומט דאס אויס אז די ווייניגסטע פון "עפעס" איז "איינס"

יעצט דער צווייטער נומער גייט דאס פארדאפלען דהיינו אז דער צווייטער "0" וועט מיינען אז איך האב נישט קיין "צוויי" און אויב עס איז דארטן דא אן 1 מיינט דאס אז איך האב יא דעם "2" וואס איז פונקט דאפלט פון איינס

יעצט אזוי
00 = 00
01 = 1
10 = 2
11 = 3

נו, די וועלט שטעלט זיך דאך נישט אפ ביי קיין דריי, איז וויאזוי גייט מען ווייטער
אויף דעם זעלבן וועג, אז דער דריטער נומער באשטייט פון "יא" אדער "נישט" "4"
דהיינו

000 = 0
001 = 1
010 = 2
011 = 3
100 = 4
101 = 5
110 = 6
111 = 7

און לויט דעם חשבון ווען עס קומט יעצט צו אכט וועט מען בלויז צולייגן א פערטע אפציע פון "יא" און "ניין" דהיינו"
"1000" = 8 ......... און ווי איר פארשטייט שוין אליינס אז "9" שרייבט מען אזוי
1001 = 9 א.א.וו.

די זעלבע זאך ווען מען וויל צולייגן נאך אפציעס (לייען=נומערן) וואס זאל קענען גרייכן מער פון 15 דארף מען צולייגן א "5-טן" "יא" אדער "ניין" וואס דאס וועט גיין פון "16" ביז "31", דהיינו אז
10000 וועט זיין "32" אין דעם BIT סיסטעם (מיר דרוקן דא דירעקט דעם ווארט ביט פאר די היים ארבעט וואס מיר פלאנען אייך צו געבן)

וואס דאס וועט אזוי ווייטער גיין
10001 איז "33" ביז "63", און ווען מען וויל אנקומען צו "64" וואס דארף מען טון?... ענטפערט אליין

צוליייגן א זעקסטן "יא" אדער "ניין" וואס איז 0 אדער 1, וואס קומט אויס
100000 = 64 ............ און פארשטייט זיך אליין אז 65 שרייבט מען
100001 = 65

יעצט פאר אביסל האום ווארק וועלן מיר איבערלאזן מיט א שאלה וואס איר דארפט שוין (אפשר) קענען יעצט ענטפערן

פארשטייט איר שוין וואס עס גייט זיין די צוקונפטיגע 64-bit קאמפיוטערס, !!!!!!!!!! אויב נישט דאן הייבט אן דעם תגובה פון אנפאנג
אדער איז דא א בעסערע עצה אריינצושרייבן טענות אדער אומפארשטענדליכקייטן ביי קאמנטארן איבערן קאלקולעיטאר און דאן וועט מען זעהן וויאזוי ווייטער צו גיין

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט