בלאט 1 פון 1

לערנט אייך וועב פראגרעמינג גאר ביליג - אונליין קלאסן

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 21, 2009 2:23 pm
דורך שוועמל
יעצט קומט די מעלדונג אז עס מאכט זיך א חבורה וואס זענען גרייט צו לערנען וועב פראגרעמינג און דעוועלאפינג, אלעס צו קענען שרייבן און אויפהאלטן א וועבסייט באזירט אויף ASP.NET.

די קלאס וועט זיין א אנליין קלאס פאר בלויז $35 א שעה, און ווערט אהערגעשטעלט דורך שרגא פון יידישטעק.
דאס איז וואס מען גייט דארט אויסלערנען.

HTML/CSS
Advanced Javascript
Basic Asp.net
Asp.net with C#
C# & Databases


פאראינטערעסירטע ביטע דראפט אן אימעיל צו shrage@microdivision.com.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 21, 2009 6:41 pm
דורך גרויזאמער
וואס מיינט א אונליין קלאס?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 21, 2009 8:03 pm
דורך שוועמל
יעדער וועט זיך קאנעקטן רימאטלי צום לעהרער דורך טיעם-וויוער אדער לאג-מי-אין אד"ג.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:46 am
דורך פאטאקי08
אדער דורך
http://www.webex.com

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 10:41 am
דורך thefact
וויפיל שעה?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 8:11 am
דורך פאטאקי08
איז עפעס געווארן מיט די קלאס?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 8:20 am
דורך שוועמל
מקען זיך נאך איינשרייבן.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 8:58 am
דורך פאטאקי08
ווען גייט עס זיין?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 29, 2009 8:13 am
דורך לאז געמאכט
היינט אויף די דבר יום אין ווימ"ס:

בשורה טובה!

עס עפנט זיך א באנאכט קורס וואס מ'וועט אויסלערנען אדווענסט קאמפיוטער פראגראמינג

די קורס הייבט זיך אן אי"ה תיכף נאך חנוכה, עס וועט זיך ענדיגן פאר די זומער סעזאן, ס"ה 225 שעה.

מ'וועט לערנען:

מייקראספאט עקסעס
סיקוועל סערווער
וויבי.נעט
עספ.נעט

ס'וועט פארקומען אין א גרויסע באקוועמע קאמפיוטער קלאס.

א עקספיריענס חסידישע אינגערמאן וועט אויסלערנען און באלייטן די פרעזענדליכע הצלחה פון די אינגעלייט.

ע"כ תוכן הדברים פונעם צעטל.

איך ווייס נישט מער אינפארמאציע (חוץ די טעלעפאן נאמבער וואס יעדער קען קוקן אויפן דבר יום) - הגם איך פלאן נישט צו גיין צו די שיעורים, - ביניך אבער נייגעריג צו הערן מער פרטים איבער דעם, למשל וויפיל ס'קאסט, ווער ס'איז דער עקספיריענסט פראפעשאנעל, אינאך...

אויב איינער ווייסט ביטע מעלדן דא

יישר כח

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 07, 2009 9:29 am
דורך תו השמיני
לאז געמאכט האט געשריבן:היינט אויף די דבר יום אין ווימ"ס:

בשורה טובה!

עס עפנט זיך א באנאכט קורס וואס מ'וועט אויסלערנען אדווענסט קאמפיוטער פראגראמינג

די קורס הייבט זיך אן אי"ה תיכף נאך חנוכה, עס וועט זיך ענדיגן פאר די זומער סעזאן, ס"ה 225 שעה.

מ'וועט לערנען:

מייקראספאט עקסעס
סיקוועל סערווער
וויבי.נעט
עספ.נעט

ס'וועט פארקומען אין א גרויסע באקוועמע קאמפיוטער קלאס.

א עקספיריענס חסידישע אינגערמאן וועט אויסלערנען און באלייטן די פרעזענדליכע הצלחה פון די אינגעלייט.

ע"כ תוכן הדברים פונעם צעטל.

איך ווייס נישט מער אינפארמאציע (חוץ די טעלעפאן נאמבער וואס יעדער קען קוקן אויפן דבר יום) - הגם איך פלאן נישט צו גיין צו די שיעורים, - ביניך אבער נייגעריג צו הערן מער פרטים איבער דעם, למשל וויפיל ס'קאסט, ווער ס'איז דער עקספיריענסט פראפעשאנעל, אינאך...

אויב איינער ווייסט ביטע מעלדן דא

יישר כח

האט איינער עפעס אינפא איבער די קורס?

געשריבן: דינסטאג ינואר 12, 2010 10:50 am
דורך ראזי
קען מען זיך נאך איינשרייבן?

געשריבן: מיטוואך ינואר 20, 2010 3:37 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואס טוט זיך מיט דע קלאס?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 06, 2012 10:01 pm
דורך בלעקבערי פען
איז די קלאס אמאל צוזאם געקימען?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 06, 2012 10:37 pm
דורך לאז געמאכט
די אונליין קלאס נישט. (ס'האבן זיך נישט געמאלדן גענוג קאנדיטאטן). די קלאס פון דבר יום ביומו איז יא געווען און ער מאכט עס שוין נאכאמאל אויך.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 04, 2014 8:30 pm
דורך געגאנגען ווייטער
שלום,
ווייסט איינער אויב די קלאסען וואס לאז געמאכט רעדט פין, גייט נאך אהן,
פאר וועב דעזיין אין פראגרעימינג,
איך האב זיך אליין געלערנט אביסעל HTML מיט CSS אין JAVASCRIPT,
אבער סאיז זייער שווער אליין, איך פארליר די געדילד, אין איך ווייס נישט וואס איז גאר וויכטיג אין וואס איז נישט וויכטיג פאר א בעגינער,
מיט א קלאס האפ איך וועט עס גיין אסאך גרינגער ,
ווייסט איינער פין א קלאס ווי איך קען זיך לערנען ,
איך פארליר מיין MOTIVATION אז איך לערן אליין,

געשריבן: מיטוואך פאברואר 05, 2014 10:50 am
דורך פאטאקי08
יא עס איז דא פאר דיר איצט א גאלדענע געלעגענהייט
רוף
1 646-316-6925

געשריבן: מיטוואך פאברואר 05, 2014 12:28 pm
דורך געגאנגען ווייטער
יישר כח פאטאקי,
איך האב איהם שוין געריפען,

געשריבן: זונטאג פאברואר 14, 2016 3:46 pm
דורך יונתן
אויב איינער ווייסט ווי ס'איז גוט זיך צו לערנען א פאך אנליין זאל ביטע ארויםלייגן "מיט פונקטליכע פרטים". כ'ווייס מ'קען גוגלען "online courses IT" א.ד.ג. אבער די פראבלעם איז אז ס'דויערט זייער לאנג צו טרעפן א עכט גוטע קורס. רוב מאל מ'הייבט אהן צו קוקן, ווערט מען געוואויר אז ס'איז נישט פאר בעגגינערס, אדער אז ס'איז סתם נישט צו די זאך. סא אויב איינער האט עקספריענס פון א גוטע קורס ספעציפיש ווי מ'קען זיך לערנען א פאך, ווערט געבעטן עס צו מפרסם זיין , ולמצוה גדולה יחשב

געשריבן: זונטאג פאברואר 14, 2016 3:53 pm
דורך עין טובה
לינדא האט זייער גוטע קלאסן, מ'קען עס באקומען בחנם

געשריבן: זונטאג פאברואר 14, 2016 4:26 pm
דורך פיטום
where can i get it for free?

געשריבן: זונטאג פאברואר 14, 2016 4:28 pm
דורך פלטיאל
פיטום האט געשריבן:where can i get it for free?

viewtopic.php?p=1137117#p1137117

געשריבן: מאנטאג פאברואר 15, 2016 6:25 am
דורך יונתן
א דאנק. אפשר קען געבן מער ספעציפישע אינפא "וועלכע" לעקציעס זענען גוט? מ'זאל נישט דארפן דורכקריכן הונדערט ביז מ'טרעפט די געראטענע

געשריבן: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:39 pm
דורך Shuli
יונתן האט געשריבן:א דאנק. אפשר קען געבן מער ספעציפישע אינפא "וועלכע" לעקציעס זענען גוט? מ'זאל נישט דארפן דורכקריכן הונדערט ביז מ'טרעפט די געראטענע


איך ווייס נישט אויף וועלעכע לעוועל דו האלטסט, אבער אויב דו האלטס נאך פאר אלעס, איז דאס זייער גוט.

איך האב אנגעהויבען מיט די לעקציע, ער רעדט גראדע פון "דזשאווא סקריפט"
אבער עס איז מער ווייניגער א שיעור כללי אויף פראגראמינג.