בלאט 1 פון 1

נוצן דריי אדער פיר מאניטארס און "וויסטע" = "Vista"

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 16, 2009 4:00 pm
דורך להאיר
ווי עס איז באקאנט איז דא א פראבלעם (באמת טענה'ט מייקראסאפט אז זיי מיינען גאר די טובה) אז מייקראסאפט האט געטוישט זייער ווידאוי צו WDDM אנשטאט XDM?, און דאס האט צוגעברענגט א פראבלעם אז ווען מען לייגט צוויי PCI סלאטס, אדער א PCI מיט א PCI-e דיסעיבלד מייקראסאפט איינס דערפון, אזוי אויך געט ער נישט די ברירה צו ענעבלען דעם ארגינעלן VGA, צו האט איינער אן עצה דערויף, איך האב שוין פרובירט עטליכע צ.ב.ש. נוצן א PCI-e וואס האט אויך די נייע (ד.ה. א דריטע) Output (וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט דעם נייעם טעכנאלאגישן נאמען) אבער אמאל ארבעט עס יא און אמאל נישט, אזוי מיט יעדע זאך אויף יעדער קאמפיוטער, דער ענטפער פון רוב פארום'ס און (אביסל אויך) פון מייקראסאפט אליינס איז צו טוישן דעם קאמפיוטער Configuratin (אין אידיש צו קויפן א נייעם קאמפיוטער און זאגן פאר די קאמפאני וואס מען באשטעלט אז מען וויל דאס זאל זיין מיט די אלטע סארט WDDM ווידאוי אויטפוט)

האט עימיצער א גרינגערע עצה

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2009 10:13 pm
דורך להאיר
א שטיקל ענטפער איז דא, אז עס איז דא צוויי ווידיאוי אפערעיטינג סיסטעמען, וואס די PCI מאנופעקשירונג נוצן
Nvidia סופארטעט, און
ATI סופארטעט

יעצט איז אזוי, ATI פארטראגט צוויי ווידאוי דרייווערס און איין קאמפיוטער, אבער Nvidia פארטראגט דאס נישט, יעצט ווי קומט דער פראבלעם, אז Nvidia פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן אויסצורייסן דעם 5 סעריעס, (אי"ה ווען מיר וועלן אנקומען מיט אונזערע אשכולות צו ווידאוי הארדוועיר און דרייווערס וועט איר דאס אביסל בעסער פארשטיין, אבער אויף דערווייל)

עס איז אביסל גלייך צו דעם וואס w3c פרובירט מיט אלע מעגליכקייטן אויסצורייסן דאס זיך באוועגן פריי מיט די פאנט סענטינגס צ.ב.ש. צו מאכן באלד, אדער Italic, טוישן סייז, זיי ווילן אז מען זאל נאר נוצן א CSS מער איבער דעם וועט איר אי"ה קענען ליינען אין דעם צוקונפט אין "HTML BASIC" אשכול

עכ"פ ווען א קאמפיוטער האט צוויי ווידאוי CPI SLOT CARD בכלל און בפרט אויב איינס איז אן "עקספרעס" און איינס איז א רעגולער (וואס רעגולער איז שוין כמעט נישט אין באנוץ פאר דעם צוועק, הגם עס איז נישט פונקטליך אזוי, אבער ווען איר גייט אריין אין צ.ב.ש. "סטעפלס" וועט איר טרעפן אויפן שעלף לאמיר זאגן 10 EXPRESS און 2 אדער 3 רעגולער) דארף מען בויען א ברידזש צווישן די צוויי, דאס איז שייך סיי אויב מען נוצט NVIDIA און סיי אויב מען נוצט ATI (הגם יעדעס פאל איז א מסכתא פאר זיך און איר דארפט פרעגן א טעקנישאן, אדער גאר די מאנופעקטשורינג קאסטומער סערוויס), יעצט איז דא די עצה זיכער צו מאכן אז די דרייווער וואס מען גייט אינסטאולן וואס איז וויכטיג צו דאונלאודן דירעקט פון צ.ב.ש. NVIDIA פארטראג ביידע, טאמער נישט וועט איר דארפן אינסטואלען צוויי דרייווערס, און עכ"פ ביי NVIDIA איז דאס זיכער אזוי אז ווידאויס וועט דיסעבלען איינס דערפון

יעצט אז מיר האבן דערמאנט פון סעטן א ברידזש, איז וויכטיג אנצומערקן אז עס איז כדאי צו לייגן די PCI VIDEO CARDS און די צוויי ווייטסטע סלאטס וואס מעגליך, ווייל (עס איז נאר בערך אזוי) אז נישט קען דער קאמפיוטער צעמישט ווערן אז דאס איז איינס און ער וועט נישט וויסן וויאזוי דאס צו האנדלען, אבער עס פאסירט געווענליך נישט, נאר עס איז כדאי, ווייל איך האב שוין מיטגעהאלטן אז דאס האט אויסגעמאכט דעם דיפערענץ פון יא ארבעטן אדער נישט

אויך איז וויכטיג צו וויסן אז עס איז כדאי צו וויסן וואספארא שטארקייט דער "Power Supply" פארמאגט און וויאזוי עס טיילט איין דעם "וואלטעדזש" קעגן די "עמפס" ווייל דאס קען אויך גאר אסאך אויסמאכן


להאיר איך האב געמיינט אז די ביסט א טעקנישאן/פראגרעמער, און דא ווער איך געוואויר אז די ביסט גאר א "לעקטערישאן"
נישט גע'דאגה'ט, מעגליך וועלן מיר אנהייבן א פארום פאר די וואס זוכן דעם לעקטערישאן פאך אויכעט מיט די צייט, אבער אויף אזויפיל אז צו זיין א קאמפיוטער טעקנישאן, מוז מען האבן עפעס ידיעות פון עלעקטרעריציטי אויכעט, צ.ב.ש. צו וויסן אויב די לעקטער קראפט פארמאג גענוג צו קענען נוצן א BATTERY אלס פארמיטלער אין פאל אז עס איז געשעהן א בלעקאוט, אדער מעגליך מאכט איר זיך נאר שאדן, ווייל דער בעטערי קען זיך אנצונדן און אויסלעשן יעדע פאר סעקונדן און דאן וועט דאס גיין צוגרינד און דאס געלד וואס איר האט געצאלט דערפאר וועט גיין אין מיסט "זייט געווארנט איבער דעם", עכ"פ אפשר מיט דער צייט וועלן מיר עפענען אן אשכול דערפאר, אבער דערווייל האבן מיר שוין גענוג ארבעט צו שרייבן אויף גענוג א לאנגע צייט ביז אהין