פאנטס Fonts, אדער בעסער געזאגט פאנט סיסטעמס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

פאנטס Fonts, אדער בעסער געזאגט פאנט סיסטעמס

תגובהדורך להאיר » מאנטאג אוקטובער 05, 2009 5:16 pm

נו מען גייט דא רעדן איבער טייפסעטן
אפשר קענען זיי אויך הנאה האבן !
ובפרט פאנט דעוועלאפערס
אבער נישט דאס איז דער עיקר ציל

ווי געווענליך וועלן מיר אנהייבן מיט פראגעס

וואס איז דאס http://www.unicode.org
און וואס איז בכלל Unicode
און וואס איז Ascii
און וואס איז UTF
און וואס איז UTF8

יעצט צו וואס מיר וועלן פרובירן צוצוקומען איז בנוגע וועב סייטס וואס ארבעטן אויף אידיש, און דאס איז איינע פון די וויכטיגע צוגעהערן, (ויקרא שמו בישראל "סעטינגס") וואס פעלט זיך אויס סיי אויפצוסעטן דעם דאטא-בעיס, און סיי פאר דעם פראגראמינג חלק

מיר וועלן דא פרובירן ווי ווייניגער צו בארירן וואס עס איז נוגע פאר, טייפינג, גרעפיקס, און טייפסעסטיג, וכו' וכו' וכו',
אויף דעם פארלאנגט זיך א באזונדער אשכול, וואס מעגליך וועלן מיר דאס אנהייבן מיט דער צייט אבער דערווייל וועלן מיר דאס נאר בארירן כלפי, קאמפיוטער און אינטערנעט דעוועלאפמענט

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מאנטאג אוקטובער 05, 2009 5:19 pm

נאר צו מסביר זיין אויפן שפיץ גאפל צו וואס מיר ווילן צוקומען וועלן מיר ברענגען איין דוגמא
ווען איר עפנט אויף א נייעם, HTML, אדער PHP פייל אין "דריעמוועיווער" וועט ער איינע פון די אינפארמאציעס וואס ער וועט געבן פארן פייל איז אז דער פייל באנוצט זיך מיט UTF8 איז דאך כדאי אז ווען איר גייט ווי א מומחה אליינס דעוואלפן א סייט זאלט איר כאטש וויסן די מימינמאלע יסודות דערפון, וואס ווי יעצט נאך די אויבערשטע תגובה ווייסט איר שוין עכ"פ אז דאס איז א פאנט סעטינג יעצט דארף מען נאר וויסן וואס ווען ווי

וועלן מיר אי"ה אנהייבן מיט אביסל היסטאריע, וואס עס מיינט בכלל דער וואר "פאנט"

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דינסטאג אוקטובער 06, 2009 4:19 am

בעפאר מיר גיין ווייטער מיט דעם פאנט סיסטעם לאמיר אביסל אריבערמישן דעם בלעטל און גען א שטיקל לעקציע און MATH (בלע"ז רעכענען)

האט איר זיך אמאל געוואונדערט וואס היינט צוטאגס האט שוין כמעט יעדער קאלקולעיטאר אפילו דער פשוטער ווינדאוס קאלקולעיטאר (פאר די וואס ווייסן נישט ווי דאס צו טראפן Start> Accessories>Calculator) האט דאס שוין אויב מען שטעלט דאס אן אויף סייענטיפיק

bin Oct Dec hex

נו צו ווייסט איר וואס דאס מיינט

אויפן שפיץ גאפל אנשטאט מען זאל רעכענען ביז צען אין דערנאך ווייטער קען מען דאס אויסלייגן אויף אנדערע וועגן

נישט גע'דאגה'ט מיט וועלן זיך נאך צוריק קערן צו פאנטס, אבער קודם קענט איר מיטהאלטן א שיעור אינעם קאלקולעיטאר, עס וועט אייך נאך צוניץ קומען
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מיטוואך אוקטובער 14, 2009 4:31 pm

ווי יעדער איינער ווייסט גייט דער רעכענען ביז 9 און דערנאך ווערט דאס 10 "צוויי נומערן אנשטאט איינס"
יעצט וויאזוי וועט זיין אז איינער וועט באשליסן אז ער וויל נאר גיין ביז 7 און דערנאך זאל דאס ווערן "צוויי נומערן אנשטאט איינס", וועט אויסקומען אז 10 איז עכט נאר 8 אויף אונזער חשבון דאס איז גענוי וואס Oct איז, ווי עס איז באקאנט איז Octagon אן אכט עקיגער טאוול, ווייל אויף אינטערנאנצינאלער (ליין-רוימישער) אויסדרוק איז Octagon 8

יעצט גייט דער סדר פון רעכענען אזוי
1 = 1
2 = 2
3 = 3
4 = 4
5 = 5
6 = 6
7 = 7
10 = 8
11 = 9
12 = 10
13 = 11
14 = 12
15 = 13
16 = 14
17 = 15
20 = 16
21 = 17
22 = 18
23 = 19
24 = 20
25 = 21
26 = 22
27 = 23
30 = 24
31 = 25
32 = 26
33 = 27
34 = 28
35 = 29
36 = 30
37 = 31
40 = 32
41 = 33
42 = 34
43 = 35
44 = 36
45 = 37
46 = 38
וכו' וכו' וכו' אבער דאס איז נאך דערווייל נישט נוגע פאר אונזער ארטיקל

אינעם קומענדיגן תגובה וועלן מיר אי"ה מסביר זיין דעם Bin וואס איז דער פארקורצונג פון Binary וואס דאס איז נישט בעצם נוגע אזוי שטארק פאר פאנטס אבער עס איז נוגע פארן עצם עקזיסטענץ פונעם קאמפיוטער, ווייל ווי עס איז באקאנאט לויפט דער קאמפיוטער פראסעסאר אויף 0/1 וכו'
המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:42 pm

וואו איז דער המשך ?


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט