HTML basic

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

HTML basic

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 2:20 pm

ווי שוין ערווענט אינעם אשכול

HTML, PHP, ASP, Pearl, Java, Java Script וכו' וכו' וכו'

איז דער ערשטער טרעפל ווען איינער וויל אנפאנגען צו בויען א סייט איז HTML דער יסוד
וואס עפ"י רוב אלע אנדערע שפראכן צ.ב.ש. PHP וואס איז אממערסטנס באנוצט זענען נאר דיינעמיק, (דאס הייסט עס נעמט אינפארמאציע און עס ארבעט עס אויס) כדי עס זאל ביים קלייענט זייט ארויסקומען אויף HTML

יעצט וועלן מיר דא אנפאנגען אן אשכול וואס וועט אי"ה מסביר זיין די זאך פון אל"ף (נאר אין דעם בעסיק חלק דערפון) האפטנליך צוביסלעך ביז תי"ו

עס וועט מעגליך זיין אז איר וועט אינדערמיט אביסל צעמישט ווערן און דארפן איבערגיין די זאך עטליכע מאל, און דערנאך דאס פרובירן עטליכע מאל, אבער עס לוינט כדי זיך צו שאפן א פאך וואס ברענגט פרנסה פאר א גרויסן פראצענט פון אחינו בני ישראל

ווי אויך וועלן בהמשך הזמן ברענגען לינק'ס צו פארשידענע אויסעליכע סייט'ס וואס מיר וועלן האלטן אז עס איז פאסיג פאר דעם וואס האט מיגעהאלטן ביז אהין צו שעפן פון דארטן אינפארמאציע (פארשטיין זיך אז זיי זענען כמעט נאר דא אויף ענגליש)

ווי אויך גלייכצייטיג וועלן מיר צו די זייט עפענען נאך אן אשכול HTML advanced, פאר די וואס קענען שוין אביסל, ווי אויך כדי צו ווייזן אביסל צו וואס מען קען אנקומען, אבער עס איז נישט געראטן פאר גאנץ נייע ארייצוגיין דארטן פאר מען קען שוין עפעס [ליין=מען האט שוין פרובירט צו בויען עפעס] ווייל איר וועט נאר מער צעמישט ווערן, און פארשטייט זיך אז עס וועט זיין פול [ליין=איבערגעפיל] מיק קשיות און שאלות, וואס וועט פארנעמען דעם אפטיט פאר א Beginner, און ביטע נישט פרעגן אדער פאוסטן דא קיין קאמפליצירטע זאכן נאר ליעבערשט דאס לייגן דארטן כדי איינער וואס וויל זיך אויסלערנען און ער האלט נאך נישט אויף אייער לעוול זאל נישט צעמישט ווערן און ער זאל קענען מיטהאלטן אומגעשטערט

ווי אויך וועלן מיר האפנטליך עפענען נאך אן אשכול מיטן נאמען "קאמענטארן איבער HTML basic" און אויב האט איר פראגן אדער סיי וואס עס איז נישט דירעקט אין המשך פון די ארטיקלעך וואס וועלן ווערן דא געברענגט ביטע דאס שרייבן דארטן און מיר וועלן דאס אי"ה איבערקוקן און ענטפערן (אויפן פאסיגן פלאץ, ד.ה. מעגליך אין דער ארגיאנאלן אשכול, און מעגליך אין דעם קאמענטארן אשכול, און עס איז אויך מעגליך אז מיר וועלן שרייבן אז דאס וועט נאכקומען מיט די צייט און יעצט האלטן מיר נאכנישט דארטן, און ווער עס וויל קען זיך פארבינדן צו מיר פערזענליך און אויב איך וועל קענען וועל איך פרובירן ארויסצוהעלפן)
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2009 4:10 pm

כלל א') קודם זאלט איר פארשטיין אז HTML איז נאר פון דעם סערווערס זייט, דאס הייסט אז זיך צו אויסקענען מיטן קלייענט סייד, ד.ה. פארשטיין וויאזוי אויפצוסעטן א קאמפיוטער מיט א בראוזער, איז א סוגיא פאר זיך

כלל ב') HTML דארף געשיקט ווערן דורך א סערווער, דאס איז גלייך צו דעם מענטש וואס הייבט אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט אן און ער ענטפערט און כדי דאס זאל געשעהן

כלל ג') דארפט איר קודם האבן א סערווער אינסטאולט אויף אייער (אדער הויסטיג סייט'ס) קאמפיוטער, וואס זאל פארשטיין אז ווען איינער זוכט דעם איי. פי. אדרעס, צו דירעקט אדער דורך א דאמעין נעים, (וואס באמת אונטער דעם ליגט דער איי. פי. אדרעס) זאל גיין צום פייל

כלל ד') (וואס געווענליך קומט דאס ביי דיפאלט אין רוב סערווערס ווי צ.ב.ש. Apache) איר דארפט האבן אויפגעסעט אז דער סערווער זאל גיין צום פארט (Port) ווי דער HTML פייל ליגט, וואס עפ"י רוב, (און גוגל גייט נאר אהין) איז דאס פארט 80 פאר רעגולער HTTP (וואס קען בשעת הדחק ווערן אנגערופן דער קלייענט סייד פון HTML) און פארט 443 פאר HTTPS (דער S מיינט אז עס איז סעקיורד), און פארט 3389 פאר רימאוט דעסקטאפ.

כלל ה') אויב האט איר נאך INDEX פייל'ס צ.ב.ש. PHP, HTM XML, דארפט איר זיכער מאכן אז דער סערווער הערט אויס דעם ערשטן דעם INDEX פון (ד.ה. וואס האט דעם פייל עקסטענשאן) HTML

כלל ו') דארף דער פייל באקומען דעם מעלדונג אין אנפאנג און צום סוף אז דאס איז אן HTML (אין העכערער שפראך מען דארף עפענען דעם HTML און דאס צומאכן)

כלל ז') אין געוויסע בראוזערס איז שוין נישט גענוג אז מען שרייבט סתם HTML אלס דירעקציע, נאר מען דארף שוין אויך ארויסשרייבן וועלכע ווערסיע פון HTML מען נוצט כדי ער זאל דאס גוט אויסליינען

כלל ח') דער כלל אז מען דארף מודיע זיין פאר דעם פייל אז עס איז אן HTML פייל פון אינעווייניג האט אסאך יוצא מן הכלל'ס, צ.ב.ש. אן INCLUDE פייל אויב ליגט דארט די אינפארמאציע קען דאס צודרייען דעם גאנצן סייט און/אדער פעידזש, ווייל ער האט דאס שוין באקומען פון דעם סאורס פייל

כלל ט') אפילו נאכדעם וואס איר וועט נאכפאלגן אלע כללים זאלט איר טעסטן אייער פעידזש, אויף עטליכע בראוזערס, און אויף ווי מער ווערסיעס פונם בראוזער, און ווי מער סקרין סייזעס, ווייל אין רוב פעלער איז נאך אלס דא קליינליכע חילוקים וואס קען אנמאכן גרויסע אומאנגענעמליכקייטן ווען עס ווערט געזעהן אויף א בראוזער וואס האט אפילו נאר עטוואס אנדערש זיין קלייענט סייד (ד.ה. וויאזוי ער ברענגט ארויס [פארשטייט] דעם קאוד

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דינסטאג אוקטובער 13, 2009 11:03 pm

כלל י') דאס וועט אי"ה ערקלערט ווערן אביסל מער ביי "אינטערנעט" אדער "סערווער" ארטיקלען אבער ווי שוין (כמעט) אויפגעברענגט אין כלל ה') יעדער סערווער, אפילו נישט פאר קיין אינטערנעט, ווי אויך פאר סתם פראגראמינג, דער (כמו) אפערעיטינג סיסטעם, איז דער אינדעקס Index פייל, און דאס ווענדט זיך וויאזוי מען שטעלט דאס אן אזוי לויפט אלעס ווייטער, צ.ב.ש. עס קען זיין נאר פיל מיט לינק'ס

כלל י"א) דער HTML פייל באשטייט פון צוויי עמודי התווך, 1) דער פייל עקסטענשאן 2) דער תוכן פון דעם פייל (ד.ה. אז דער טעקסט מיט דעם הייפער טעקסט ווערן צוטיילט [דהיינו אז עס גייט אדורך נאר דער טעקסט און דער הייפער-טעקסט איז נאר אלס דירעקציעס] ווי עס וועט שפעטער ערקלערט ווערן [און עס איז שוין בארירט אינעם ארטיקל HTML וכו' וכו' וכו') ע"כ איז זייער וויכטיג אז ווען מען מאכט [בעיקר ווען מען שיקט (טרענספערט)] אן HTML פייל זאל דאס נישט זיין מיט דעם עקסטענשאן נאר ענדערש txt.*, ווייל וואס עס געשעהט אויב נישט איז אז ווען מען שיקט דאס וועט דער בראוזער (אדער סיי וועלכער טראנפער מיטל) נאר שיקן דעם טעקס אין דעם הייפער טעקסט אויסלאזן (ווייל עס איז דאך באמת נאר דירעקציעס

כלל י"ב) די ערשטע זאך וואס מיין רבי האט אויסגעלערנט ביים פראגראמען איז אז עס איז דא דריי הויפט זאכן 1) Function, די צווייטע זאך איז 2) Variable, און די דריטע זאך איז 3) Controller, אלע איבעריגע זאכן זענען וואס דער מענטש לייגט אליינס אריין (מיר רעדן נישט דא פון קיין דיינעמיק שפראכן צ.ב.ש. PHP)
אבער אויסגעפירט האט ער אז טאמער וועט איר דאס נוצן אויף מער ווי אין טעאריע וועט איר נישט קענען גארנישט מער ווי מסביר זיין פארוואס דאס ארבעט נישט און פארוואס דאס ארבעט נישט
נאר דער וועג וויאזוי מען דארף טראכטן איז עס איז דא זאכן וואס איך דארף אליינס לייגן און עס איז דא זאכן וואס קענען געשעהן פון זיך אליין, יעצט דארף איך וויסן וואס איך וויל, און האבן א פלאן וויאזוי דאס דורכצופירן, אנדערש וועט איר אויסקוקן ווי א גענעראל וואס האלט זיך צום ערשטן מלחמה פלאן און גייט מיטן קאפ אין וואנט אפילו ווען די אומשטענדן טוישן זיך לגמרי

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג אוקטובער 25, 2009 12:32 am

<html>
<head>
<title/>נאמען פון דעם בלאט<title>
<head/>

<body>

דא איז דער פלאץ אויסצופולן מיט דעם תוכן פון וואס איר ווילט אריינלייגן

<body/>

<html/>


דאס איז דער מינימום וואס אן HTML פייל דארף צו האבן אינערליך
און אויסערליך דארף ער זיין געסעיווט אלס example.html

יעצט וועלן מיר פרובירן מסביר צו זיין אביסל וואס די ווערטער מיינען און אזוי וועט מען האבן אביסל אן אקטואלן ביישפיל אז מען זאל דאס קענען גרינגער פארשטיין

המשך יבא בע"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג אוקטובער 25, 2009 12:40 am

ווי פארשטענדליך איז דאס נאר ביי א געווענליכן HTML פייל אבער צ.ב.ש. ביי אן Include ד.ה. א פייל וואס איז נאר א שטיקל אריינצוברענגען אין אן אנדערן פייל צ.ב.ש. א קעפל וואס מען וויל אז עס זאל ערשיינען אויף יעדן בלאט, אבער ווען מען וויל מאכן א טויש זאל מען דאס נאר דארפן מאכן איינמאל און עס זאל זיך אויטאמאטיש טוישן איבעראל, דאן נוצט מען אן include code און דער פייל וואס מען ברענגט אריין רופט זיך אן Include פייל כאטש עס ווערט געסעיוועט אלס HTML, דארטן שרייבט מען נאר
<body>

דא איז דער פלאץ אריין צו לייגן די אינפארמאציע וואס איר ווילט

<body/>
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג אוקטובער 25, 2009 12:44 am

יעצט ווי איר האט שוין מן הסתם אליינס באמערקט איז איינע פון די הויפט וויכטיגע זאכן וועט מען טייפט קאוד איז אז יעדע זאך דארף מען עפענען און צומאכן, און דאס איז די ערשטע זאך צו קוקן ווען מען זעהט אז עפעס ארבעט נישט כדבעי, עפ"י רוב איז דאס צוליב אן אומצוגעמאכט קאוד, דערפאר איז דא געוויסע פראגראמער'ס און אזוי אויך געוויסע קאוד פראגראם'ען וואס אויף געוויסע פעלער אויב עס איז מעגליך פארשטיי זיך, שרייבט מען קודם דעם עפענונג און מען פארמאכט דאס און דערנאך לייגט מען אריין די אינפארמאציע אינדערמיט

נאכאמאל געדענקט ווען עפעס ארבעט נישט אזוי ווי עס וואלט געדארפט זאלט איר קודם זיכער מאכן אז אלע געפנטע קאודס זענען פארמאכט

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

אומגעפנטע קאודס

תגובהדורך להאיר » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:05 pm

נעמט אין, איך האב פארגעסן אונטערצושרטייכן און דעם פאריגן תגובה
קאודס וואס פארמאכן זיך און זיי האבן נישט קיין עפענונג איז אסאך אסאך ערגער, ווי געפנטע אן א פארמאכונג

א') ווייל א דיבאג, Search פראגראם, אדער אפילו א מענטש וועט דאס כמעט קיינמאל נישט כאפן, משא"כ א עפענוג וועט ער ממילא זוכן דעם סוף און ער וועט קענען אנווייזן אז עס פעלט

ב') אזוי ווי דער קאמפיוטער איז דאך א גולם און ער פארשטייט נישט קיין מעשיות אז מען הייסט איהם פארמאכן קען ער מאכן ריזיגע שאדנ'ס און איר וועט ניטאמאל וויסן ווי צו קוקן פאר א סאלושען וואס דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט ווייל דער שאדן וועט שוין זיין אפגעטוען


ווי אויך איז וויכטיג פאר איר הייבט אן צו נוצן אזא פייל איבערצוגיין יעדן שורה קאוד און זיכער מאכן אז איר פארשטייט וואס יעדער קאוד איז געמאכט געווארן צו נוצן פאר, און
פארוואס יעדער קאוד איז דא, ווי אויך זיכער צו מאכן אז יעדער קאוד פעלד אויס, און אז עס איז נישט דא קיין (אומזיסטע) דאבלס

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג נובעמבער 01, 2009 2:56 pm

נאך א וויכטיגע זאך וואס מאנכע מאכן א גרויסן טעות, א Input איז א אינפוט, און א Form איז א פארם
יעצט א פארם קומט מיט אינפוט'ס דערינען, עס מיינט אבער נישט אז כדי צו נוצן אן אינפוט דארף מען מאכן א פארם דערפאר, אדרבה פונקט פארקערט, ווען מען וויל נוצן א פארם (באלד וועלן מיר זען וואס דאס מיינט) דארף דער פארם האבן אינפוט'ס צו קענען אינטערשיידן וואס צו טוען

יעצט איז אזוי, א Form קומט מיט מיט א Method (מיר וועלן דאס יעצט אויסלאזן ווייל דאס איז נישט אונזער ציל יעצט, געדענקט! מיר האלטן נאך אינמיטן הקדמות מיר לערנען נאך נישט קיין HTML דערווייל) און אזוי אויך מיט אן Action יעצט דער עקשאן פון דעם גאנצן פארם מוז זיין די זעלבע ביי אלע אפשענס, וואס דאס נוצט מען געווענליך ביי CGI אדער וויאזוי אנדערע רופן דאס Cgi Bin אבער עס איז נישט וויכטיג CGI איז דער מציאות הדברים, דער CGI BIN איז נאר אויב מען נוצט CGI דורך דעם פייל CGI BIN, CGI איז די ראשי תיבות Common Gateway Interface (דאס איז נאר דרך אגב)

יעצט דער אינפוט איז א זאך פאר זיך, און דאס איז אויף סיי וואספארא פארעם מען וויל געבן פאר יענעם Options, צ.ב.ש. מדור א', מדור ב', מדור ג', יעצט וואס וועט זיין אויב זיי זענען אין אנדערע מקומות, צ.ב.ש. זיי זענען נאר לינקס און עס איז בכלל נישט געהאוסט, (עס ליגט נישט) אויף דעם זעלבן סייט, וועט דער פארם נאר מאכן א חורבן, און מען וועט זיך נישט קענען ארויסדערזעהן דערפון, און דער פראגראם אדער מענטש וואס וועט דאס וועלן די-באגן, וועט (אין אסאך פעלער) דאס קיינמאל נישט כאפן, ווייל Thecnical איז דא גאר נישט שלעכט אריינגעלייגט, (יעצט פארשטייט איר פארוואס איך ברענג דאס דא אראפ תיכף נאך אומגעפנטע קאוד'ס, ווייל ביידע קענען, און האבן, דעם זעלבן פראבלעם, אז מען קען דאס נישט כאפן ווייל טעכניש איז דא גארנישט שלעכט, עס איז נאר אז מען האט געהייסן פאר דעם (גולם) קאמפיוטער וואס צו טוען און ער פירט אויס זיין תפקיד בשלימות

יעצט אויב ווילט איר צ.ב.ש. האבן אפאר Options אן א פארם דארפט איר וויסן וויאזוי דאס צו מאכן, אבער דאס איז זיכער אז די עצה איז נישט צו מאכן א פארם און אריינלייגן אין די אינפוט'ס די אפציעס וואס מען וויל געבן פאר דעם קלייענט זייט

וואס יא דאס ווענד זיך שוין און וואס מען וויל מאכן

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג נובעמבער 08, 2009 8:37 pm

וואס עס איז אויך וויכטיג צו נאטירן איז אז HTML איז נישט, סיי קיין

Programing Language, און אזוי אויך איז עס אפילו נישט

קיין Machine Language

אויף מאמע לשון דער קאמפיוטער דארף זיך גארנישט אנשטרענגען און גארנישט טוען דערמיט, עס איז אזוי ווי א געהעריגע טעקסט פייל וואס דארף אריבערגיין פון איין פלאץ צום צווייטן, און עס דארף נישט Compiled ווערן

וואס איז נוגע לענינינו אז עס איז גאר א באזונדערע סוגיא פון פראגראמינג שפראכן, צ.ב.ש. PHP אדער PEARL אדער אפילו C

וואס ביי די וועי. PEARL איז א תולדה (Child Language) פון C, און PHP איז א תולדה פון פערל, דערפאר, "פערל" האט זייער אסאך גע'ירש'נט פון C און PHP האט זייער אסאך גע'ירש'נט פון "פערל" יעצט אז 1+1=2 (אדער אפשר נישט אויב איר ליינט אונזערע אנדערע ארטיקלעך) פארשטייט איר שוין אליינס אז PHP האט גע'ירש'נט אן א שיעור זאכן פון C

משא"כ HTML וואס איז בלויז א דאטא-סטרוקטור האט כמעט נישט קיין שייכות מיט די אלע זאכן, און עס איז (כמעט) בלויז טעקסט

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 9:09 pm

יעצט לאמיר פארשטיין (עס איז שוין בארירט געווארן אין אן אנדערן אשכול) וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען, און וויאזוי עס ווערט ווייטער היינט אנגעפירט, און וואס איז דער מהלך מיט דעם HTML

א') אמאל זענען געווען אפאר אירע (עס איז נישט נוגע פונקטליך די דעטאלן דא אבער אפשר וועלן מיר דאס נאך אביסל מער מסביר זיין אונטער דעם רובריק [אשכול] וואס איז וועבסייט אינטערנעט) וואס זיי האבן צוזאמען געשטעלט א ליסטע פון 14 (וואס א חלק דערפון איז נאך היינט אין באנוץ) הייפער-טעקסט מעסעדזשעס (לייען-קאוד'ס) און זיי האבן צוזאמען געשטעלט א בראוזער וואס זאל דאס נאכפלאגן

ב') אזוי ווי עס איז געווען זייער א שטארקע סוקסעס, און ווי פארשטענדליך הצלחה האט אסאך טאטעס (און א דורכפאל איז יתום), איז פארמירט געווארן [מיר גייען דא ווייטער מיט דעם גאנג פון נאר בקיצור אין דעם רובריק (אשכול)] אן ארגאניזאציע, (וואס איז א נאון פאר פראפיט ארגאניזעשאן) וואס האט דאס איינגעפירט אלס א סטאנדארד און פארבעסערט אז עס זאל זיין צום באקוועמליכקייט פון יעדן אינדיווידואל באופן כללי

ג') יעצט אז מען גייט מאכן נייע כללים האט מען דאס געטוישט פון HTML Plain, צו HTML 2, וואס דער באדייט איז נישט אז עס איז פאר דעם געווען א ווערסיע איינס, נאר ענדערש אז יעצט הייבט זיך אן א נייע (לייען=צווייטע) עפאכע פון צוזאמען ארבעט פון יעדן צוזאמען

ד') יעצט האט די ארגאניזאציע זיך געשאפן א נאמען ווארלד ווייב וועב קאנסארטיום, וואס אויף ענגליש לייגט זיך דאס אויס אזוי World Wide Web, וואס דאס איז דער פשט (בקיצור פון די דריי W אין אנפאנג פון א וועב-זייטל) האט מען געמאכט דעם נאמען דערפון http://www.w3c.org, וואס ווי איר פארשטייט שוין געוויס אליין איז דער דער אקראנים פון ווארלד ווייב וועב קאנסארטיום, ווייל דער דעפינישאן דערפון איז 3 W וואס איז פאר ווארלד ווייד וועב, און דער C איז פאר קאנסארטיום

ה') און זייט עס איז דא די ארגאניזאציע שטעלט זיך יעדער צו צו זייערע רעקאמענדאציעס, עס גייט אביסל אויף דעם אופן, אז יעדער בראוזער דיוועלאפער וויל דאך אז מען זאל איהם קויפן און/אדער נוצן, יעצט וויל ער דאך באקומען דעם הסכמה (סימבאל) פון דעם w3c, יעצט מוז שוין יעדער וואס מאכט א סייט און ער וויל א עס זאל זיך קענען עפענען אויף א בראוזער וואס איז אינדארסד ביי די w3c אנהאלטן זייערע סטאנדארטן, אזוי האט זיך דאס צעביסלעך און לויף פון די לעצטע צוואנציג יאר אויסגעשטעלט אז עס איז כמעט אוממעגליך צו ארבעטן אן דעם, און אזוי ארבעט די "גאנצע" וועלט ממש, אינאיינעם אויף דעם זעלבן מהלך, אזוי קומט אויס אז, "יעדער" קלייענט (דאס זענט איר צ.ב.ש. וואס איר ליינט יעצט דעם ארטיקל אויף א בראוזער וואס איז דער קלייענט סייד פון דעם סייט), קען זעהן "יעדן" סייט, אויף (כמעט) "יעדן" בראוזער וואס עס איז נאר דא

ו') יעצט די w3c ארגאניזאציע איז נישט געבליבן שטיין ביי דעם וואס זיי האבן געמאכט א וועג וואס "יעדער" זאל זאך פארשטיין מיט "יעדן" דורך "יעדן" סארט בראוזער, נאר זיי פרובין כסדר צו מאכן פארשריט, דהיינו דורכנישטערן "ביליאנען" סייט ארגאנזאציעס און פראגראמערס (נעמט אין אכט אז כמעט אלעס ווערט געטוען דורך וואלונטירן אזוי ווי דער סדר פון יעדע אפען סאורס זאך) און זיי זעען וואס עס פעלט זיך אויס צו צולייגן, און אזוי אויך וואס עס פעלט זיך אויס אראפ צו נעמען לטובת הענין

ז') צולייגן איז ווי פארשטענדליך נישט קיין פראבלעם, מען לייגט צו א נייעם (לאמיר דאס אנרופן) פונקציע, [אבער ווי פארשטענדליך אז מען טוט דאס נישט יעדן איינציגן טאג און פאר יעדע איינציגע פונקציע נאר מען ווארט ביז עס איז דא גענוג אינפארמאציע, און דערנאך] געט מען ארויס א נייע ווערסיע פון HTML, וואס ווי ערווענט לויפן די נומערן פון 2 און ארויף, און יעצט האלט דאס (בערך) ביי HTML 5 וואס דארטן איז שוין צוגעלייגט אסאך אסאך פונקציעס, און וועלכער בראוזער עס ווערט פון היינט ארויסגעגעבן פארן פובליק שרייבט געווענליך צו זיי האלטן שוין מיט ביי נומער 5 אדער זיי זענען נאך אין נומער 4

ח') יעצט וואס טוט זיך אבער ווען עס קומט ארויס צו נעמען א פונקציע, צ.ב.ש. עס גייט בקרוב אינגאנצן ארויסגיין די אפציע פון קענען טוישן פאנטס א.ד.ג. אינמיטן א פייל, נאר מען וועט ענדערש מוזן ארבעטן מיט דעם Style-example מהלך, און/אדער וועט מען מוזן נוצן א סטייל שיט, (עס ווענדט זיך אביסל וואס מען נוצט פאר דעם דיינעמיק (לייען=פראגראמינג) שפראך וואס זאל דאס אויסלייגן אין HTML, יעצט קען מען נישט קומען אין איין מינוט און זאגן אז אלעס איז אויס, נאכדעם וואס טויזנטער און מיליאנען און "ביליאנען" מענטשן און סייטס האבן שוין אזוי געשריבן זייער קאוד
דערפאר קודם טוט מען דאס דעפרישיעיטאן (די וואס טוען און פינאנץ פארשטיין מן הסתם גוט וואס דאס מיינט) ד.ה. מען מאכט דאס קודם אביסל ארויס פון דעם מארקעט, צ.ב.ש. אין HTML 4 איז דאס נאר דעפרישיעטעד, אבער אין צוויי יאר ארום צ.ב.ש., ווען עס וועט ארויסקומען HTML 5, וועט שוין יעדער וויסן נישט צו האבן אריינגעלייגט די קאודס ממילא וועט דאס אויף א געוויסן פראצענט זיין מסודר

ט') דערפאר איז זייער וויכטיג, און אזוי טוען טאקע די אלע פראגראמער (עכ"פ די וואס טויגן אויף עפעס) אז זיי קוקן שטענדיג אויף די כללים און פאליסיס וואס גייט ארויסקומען אין די קומענדיגע פאר יאר, וואס אפילו צומאן קען דאס נאך אויף יעצט מאכן פראבלעמען, איז אבער נאך אלס ענדערש צו זיין פאראויס און נישט האבן די פראבלעמען פון דארף איבערטייפן, טויזנטער און מיליאנען שעות ארבעט

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מיטוואך נובעמבער 18, 2009 9:05 pm

אזוי ווי עס איז אונז לעצטנס אויסגעקומען צו שרייבן אביסל ווייניגער ווי די איין-ארטיקל-פער-טאג פאליסי (מעגליך איז דאס געווען איין-ארטיקל-פער-"וואך")
וועלן מיר געבן אביסל האום ווארק ווי עס ווערט גערופן (היים ארבעט בלע"ז)
אט האבן מיר פאר אייך עטליכע סייטס (פארשטייט זיך אויף ענגליש אבער אויף ווי מיר האלטן יעצט מיט "אלע" אונזערע ארטיקלען און דעם פארום דארפט איר שוין לכל הפחות קענען אביסל מעיין זיין דארטן)


דער סאמע סייט פון דעם w3c איז, www.w3.org וואס איר וועט דארטן באופן כללי קענען פארשטיין זייער זייער אסאך זאכן וואס איר ערווארט אז עס וועט דא ווערן אויסגעשמועסט וואס דערווייל קוקט נישט אויס אז עס וועט אנקומען אזוי שנעל


ווי אויך האבן מיר דא א לינק (אינערליך אין א סייט) ווי עס איז דא א טעיבל מיר רוב פון די בעסיק HTML קאוד'ס, (עס איז וויכטיג אונטערצושטרייכן, אז עס איז נאר מיט HTML כל כולו, דהיינו פון דארטן קען מען נישט ארויסנעמען קיין זאכן וואס מען מישט HTML מיט סיי וואס אנדערש, אפילו בלויז JAVA וואס מישט זיך די גרינגסטע מיט אנדערע שפראכן

www.web-source.net/html_codes_chart.htm

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 2:06 am

געדענקט! מיר האלטן נאך אינמיטן מקדים זיין! מען רעדט נאכנישט פון קיין תכלית!!!

(ווי האט דער טעקנישאן געזאגט, פארן פארעכטן דעם פראבלעם בעט איך איין דאלאר, די איבעריגע ניין און ניינציג איז פארן וויסן וויאזוי צו פארעכטן דעם פראבלעם), אלזא האלט מיט מיט געדולד וועט מען צעביסלעך ערגעץ אנקומען

יעצט איז דא נאך צוויי וויכטיגע נקודות איינס באופן כללי און איינס דירעקט פאר אידיש (אדער מער פראפעשאנעל ביי-דירעקשאנעל), און מיר רעדן נאך פארשטייט זיך אלס אין HTML וואס איז נישט קיין פראגראמינג


די ערשטע נקודה איז אז מען דארף ווייסן וועלכע פון די ערמעגליכטע קאוד'ס (לאמיר דאס אויף דערווייל אנרופן פונקשאנס) וואס HTML לאזט דורך פארטראגן זיך, און/אדער נישט, און/אדער זענען זיי גאר געבינדן אז איינס אנעם צווייטן איז גארנישט ווערט

ווי צ.ב.ש. האבן מיר שוין ערווענט אז דער FORM מיט דעם INPUT האבן בעצם נישט קיין שייכות עס איז נאר צוויי צוזאמגעשטעלט זאכן וואס בדרך כלל ווערט דאס גענוצט צוזאמען (קען זיין אז אין סקול לערנט מען אנדערש אויס אבער אין פראקטישן זין איז דאס אזוי), און פאר האום ווארק אויף דעם נקודה, אויב אייער לערער לערנט אייך אנדערש פרעגט איהם וויאזוי איר קענט אריינלייגן צוויי SUBMIT'S און איין שורה וואס ביידע זאלן גיין צו אנדערע דירעקציעס, טאמער ווילט איר דוקא וויסן דעם גרינגסטן וועג דאס צו טוהן איז נישט מיט קיין פארם נאר מען נעמט אן אינפוט און מען ADD'ט דאס צו א STYLE און/אדער בלע"ז CSS (וואס מיינט בעצם א סטייל שיט) ימים ידברו, אבער נאך א גרינגערער וועג איז דא צוצולייגן אביסל JAVA דערצו און דעמאלטס פארט דאס ווי געשמירט (ווי די וועלט זאגט שמירן פוטער מיט א הייסן מעסער)


יעצט דארף מען וויסן אז עס איז א עקסטערע שווערע סוגיא פאר זיך וויאזוי צו מאכן ביי-דירעקשאנעל, פשוט ווען עס איז צוויי עקסטערע שורות איז דאס בכלל נישט קיין קונץ, מען מאכן א DIV בעפאר און דערנאך און אין דעם די"וו לייגט מען צו dir=rtl פונקטליך וואס דאס מיינט וועט איר נאך מוזן אביסל אויסווארטן אבער אזוי ווי איר ווייסט שוין האט מען מיר געהייסן שרייבן צעביסלעך, און איר קענט אנפרעגן סיי וואס ביי דעם קאמענטארן אשכול און אויב עס וועט אונז ערמעגליכט זיין וועלן מיר ענטפערן ווי אמשנעלסטן/אמבעסטן, לויט די אומשטענדן און פארשטייט זיך לויט דעם קוואליטעט/קאליבער מיט וואס עס וועט געפרעגט ווערן

יעצט איז אבער די שאלה וואס טוט מען ווען מען וויל דאס מאכן אין איין שורה, דער פשוט'ער עצה איז צו מאכן א span אבער ביז איר וועט כאפן פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט איז אביסעלע פאוואליע נעמט'זשע אייך א ווארימען "גרויסן" גלאז קאווע און הייבט אן צו עקספרימענטירן

המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג דעצמבער 06, 2009 12:52 am

עס איז בכלל וויכטיג צו ווייסן, און פראגראמינג, אדער HTML רופט מען דאס אן INPUT, אבער אפילו אן דעם, געווענליך ווען עס איז דא אן אויסוואהל פון קעסטעלעך מיינט דאס אז מען זאל אנפילן אלע וועלכע עס איז נוגע, אבער ווען עס איז דא רינגעלעך, איז דאס געווענליך אז מען זאל אויסקלויבן איינס דערפון
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מאנטאג דעצמבער 07, 2009 5:54 pm

יעצט קענט איר שוין אביסל פארשטיין דעם פשט פון א אינפוט-Input, דאס מיינט אז דער HTML זאל אריינלייגן א געוויסע זאך נישט קיין טעקסט, צ.ב.ש. אויסוואלן, יעצט וועלן מיר בארירן דעם נקודה פון אויסוואלן אויפן שפיץ גאפל

ווען איר שרייבט אזוי

<form method=post action="/example.xxx">
Select an option:<br>
<input type="radio" name="option"> Option 1


יעצט ווי איר פארשטייט וועט ארויסקומען א רינגעלע, וואס דאס מיינט אדער (און איר קענט אייך אויסוועלן נאר איינס דערפון)


<form method=post action="/example.xxx">
Select an option:<br>
<input type="checkbox" name="option"> Option 1


יעצט ווענדט זיך שוין אביסל וויאזוי מען האט דאס געשריבן און HTML אבער עפ"י ווערט דאס אזוי געשריבן אז מען קען זיך אויסוועלן איינס אדער מערערע דערפון


<form method=post action="/example.xxx">
Select an option:<br>
<<select>
<option >option 1</option>


אין דעם פאל וועט שוין ארויסקומען א דראפ דאון ליסט

יעצט איז כדאי צו ווייסן א טריט ווייטער (נאך אלץ אויף שפיץ גאפל, און עפ"י רוב נאר אויב מען נוצן HTML און גארנישט מער) קומט דאס געווענליך, (ד.ה. דער פראגראמער לייגט דאס נארמאל אזוי אריין) אז איינס דערפון קומט אזוי ארויף ביי דיפאלט (ד.ה. פון זיך אליין)
דאס ווערט געמאכט דורך CHECKED, און/אדער SELECTED און אונזערע פריערעדיגע משלים


יעצט האלטס אליינס חשון אז עפעס דארף נאך געטעון ווערן חוץ דעם, עכ"פ אין HTML, וואס פארדעם קומט אייביג אין א פארם מיט דערם SUBMIT קנעפל וואס ער פירט אויס וואס איר האט געהייסן, פארשטייט זיך אז נאר אויב עס איז גוט געשריבן דער קאוד ביהיינ"ד ד"י סינ"ס, נישט קיין חילוק אויב עס איז POST אדער GET (וועט אי"ה ערקלערט ווערן שפעטער אבער בקיצור איז דאס POST שטעלט דאס ארויף אין דעם URL [אדרעס באר] און GET טוט דאס אן דעם וואס דארף א באזונדערע תגובה [און מעגליך גאר אן באזונדערע "אשכול"] פאר זיך) אבער עכ"פ כעת האלטן מיר אז מען דארף סובמיטן אויב מען נוצט HTML אליינס אן קיין צושפייז דערצו


אין אנדערע שפראכן וואס ארבעטן דיינעמיק (=פראגראמינג שפראכן) קען מען דאס אביסל ארום טוישן אזוי אז עס וועט אויסקומען אז מען דארף נישט האבן דעם SUBMIT באטן (קנעפל) און אפילו אזוי אויספירן דעם פונקציע, די וואס ארבעטן שטארק אויף דעם וועג איז אסאך מאל פאול"ס (אנקעטעס) וואס ווערן גענומען אויפן אינטערנעט איז זייער פאפולער כדי נישט צו פארשווענדן צייט ביי זאכן וואס מען דארף נישט איבערטראכטן צ.ב.ש. צו מען איז א אמעריקאנער אדער נישט זייער אסאך מאל ווי נאר מען געט א דרוק לויפט דאס שוין צום קומענדיגן סקרין, (עס מוז נישט אייביג זיין אסאך מאל איז דאס אריינגעברענגט אלס אן OBJECT צו אנדערע שפילצייג אבער דער (דערווייל און/אדער געוועזענער) טראדיציאנאלער וועג איז דאס צו מאכן אויף דעם וועג)


המשך יבא אי"ה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

"Keywords"

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 6:42 pm

עס פעלן נאך אסאך (אינאמתן כמעט אלע) יסודות פון בויען א HTML פעידזש, אבער אזוי ווי מענטשן האבן ליעב אביסל צו פרובירן (אויף אידיש בלע"ז נעמען א דרילל) וועלן מיר פרובירן אביסל צו געבן אינסטרוקציעס אויף דעם וועג אבער ווי איר ווייסט שוין מסתמא אביסל אז נאך די הקדמות פארן פעידזש אויפן פשוט'סטן וועג דארף לכל הפחות שטיין

<HTML>

און ביים סוף פונעם בלאט א קלאוזינג קאוד

</HTML>

יעצט אזוי אויך דער מינימום פון א געהעריגן בלאט (נישט קיין Include וכדו') (מוז זיך אנהייבן) [הייבט זיך אן] מיט א קעפל וואס זאגט פאר איינעם וואס זוכט דעם בלאט וואס דאס איז

יעצט וועלן מיר גיין א טרעפל ווייטער און נאך דעם

<HTML>

צולייגן דעם צווייטן קאוד

<HEAD>

עס דארף אויסקוקן בערך אזוי

<HTML>
<HEAD>


נישט פונקטליך און ווען מען קען שוין (אפילו נאר עפעס קומען אריין נאך זאכן אבער אויף דערוויילן וועלן מיר דאס לאזן אזוי

יעצט וועלן מיר ווייטער גיין אביסל אומפוקנטליכערהייט צוצוקומען צו דעם נקודה פון Keywords

דאס קומט געווענליך עטוואס אראפציר אבער אויף דערווייל (דער מינימום פון א מימנימום סטאנדראט פעידזש קומט דאס אזוי)

אז דער ערשטער חלק פון דעם העדער <HEAD> איז <TITLE>

לויט דעם חשבון קומט יעצט ווייטער אויס אז עס גייט אזוי

<HTML>
<HEAD>
<TITLE>


און וואס דער טייטל איז ווייסט איר שוין אויך מסתמא אליינס דאס איז דער קעפל פונעם בלאט, צ.ב.ש. קוקט ארויף דא אויפן TAB וועט איר זעהן אז עס שטייט דארטן "אידישע וועלט פארומם..." דאס איז דער טייטל אויב נישט ווייסט קיינער נישט וואס דארטן שטייט אבער יעצט קומען מיר נישט מסביר זיין קיין טייטל נאר א') היות דאס קומט אויך אריין אינעם מינימום בילד מוזן מיר איהם צוברענגען אז נישט וועט ער(איר דער ליינער) זיך נאך בייזערן ווען מען וועט נישט זעהן אויבן וואס מען האט געדמיון'ט אז עס גייט דארטן שטיין (דען פון ווי זאל ער וויסן ער איז דאך סוף כל סוף נאר א קאמפיוטער און צו א מענטש רעדט מען ווערבלי און צו א קאמפיוטער רעט מען קאמפיוטער שפראך). ב') עס קומט אויך אריין אין דעם Keyword ענין ווייל א חלק פון די וואס זוכן Keywords נוצן דעם טייטל אויך אלס א קיווארד [מיט געדולד קומט מען אן, אז מען גייט שטאט קומט מען אן וואט] מען דארף נאך באהאנדלען ווער איז דער וואס זוכט די Keywords אבער דער וואס זוכט דאס וועט נאך קוקן אויף דעם פעידזש טייטל און אויפן דאמעין-נעים נאך וויכטיגער ווי די קיווארדס אליינס

עכ"פ הנוגע לענינינו ווען איינער וואס וועט אייך וועלן ארויפקומען העלפן הויך ביי סיערטש ענדזישנס ווי צ.ב.ש. GOOGLE און/אדער בינג/יאהו וכו' וכו' וכו', וועט אייך גלייך פרעגן וואס זענען דיינע קיווארדס

יעצט אינעם קעפל קומען ווייטער אריין META טעג'ס, פונקטליך וואס דאס איז וועלן מיר ווייטער יעצט אויסלאזן (אין קורצן איז דאס דירעקציעס אזוי ווי דער גאנצער HTML סיסטעם)
יעצט איינס (אחד המיוחד שבחבורה) פון די מעטא-טעגס זענען בלי שום ספק Keywords, און דעם צו Keywords זענען נאך היינט אזוי וויכטיג קען מען מפלפל זיין (מיין מיינונג איז אז יא, נאר עס איז דא עטליכע פאקטארן וואס זענען וויכטיגער פון דעם ווי ערווענט דער טייטל מיט דעם דאמעין-נעים, און ווער רעדט נאך ווען זיי האבן דעם זעלבען תוכן איז דאס פי כמה די ווערד פון Keywords אבער ווייטער דאס איז נאר דרך אגב נישט דאס איז אונזער ענין דא) דער עיקר איז אז פון די מעטא-טעגס איז (כמעט) דער וויכטיגסטער באשטאנדטייל (ing. בלע"ז) [אינגרידיענטס] די Keyword אפטיילונג

לויט דעם חשבון קומט יעצט ווייטער אויס אז עס גייט אזוי

נאר איידער מיר גייען דאס ארויפלייגן פעלט זיך אויס נאך א שטיקעלע הקדמה, היות מיר גייען יעצט טאנצן צוויי טרעפלעך אויף אמאל איז וויכטיג צו וויסן אז דאס איז א גרויסער כלל אין HTML אז עס קען זיין מערערע זאכן זאלן זיין פארבינדן און אין אויסשפראך וועט איר דאס הערן אן אבזשעקט מיט א טשיילד אבזשעקט וכדו' אן ענליכן אויסשפראך

יעצט לענינינו דער Object איז META און דער Child-Object אדער אויף אידיש גערעדט דער וועג ווייזער פארן באס דרייווער איז KEYWORDS

יעצט דער אויסלייג וועט זיין אזוי


<HTML>
<HEAD>
<TITLE></Title<
<meta name="keywords" content="Heimishe Kretchme" Etc>
</Head<

דערווייל פארמאכן מיר נאך נישט דעם HTML קאוד ווייל טעארעטיש קומט דאך נאך דא א גאנצער בלאט יעצט

וואס איר כאפט אליינס דעם באדייט אז META איז אן באפעל (Object) [באס דרייווער] און דער ספעציפישער באפעל-Object-באס דרייווער הייסט/איז א Keyword, און עס אנטהאלט אין אונזער פאל היימישע קרעטשמע (מען קען דאס שרייבן אויף אידיש אויך אין רוב פאלן)

עס פעלט זיך ארויסצושרייבן אז דער טייטל קומט "יא" מיט א קלואזינג קוואוט, אבער די מעטא-טעגס קומט "נישט" מיט קיין קלאוזינג קוואוט ווייל דאס איז נאר אן Object אלס חלק פון דעם Head און ווען מען פארמאכט דעם קעפל ווערט דאס שוין ממילא פארמאכט

דאס איז אויף דערווייל און באמת קומט יעצט ווייטער מסביר צו זיין נאך Meta-tags נאר אזוי ווי מיר האבן בארירט Keywords וועט דער קומענדיגער ארטיקל בל"נ אי"ה זיין איבער דעם נושא פון קיווארדס פארשטייט זיך אויפן שפיץ גאפל
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט