ווינדאוס, ליניקס, יוניקס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

ווינדאוס, ליניקס, יוניקס

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:17 pm

וואס מיינען די אלע זאכן, וועלכע איז גוט פארוואס
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:18 pm

אין ליניקס אליינס, וועלכע איז גוט פארוואס
צ.ב.ש.
Debian
RedHat
א.א.וו.
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:26 pm

וואס איז Linux
און וואס איז Unix

איז טאקע אמת אז רוב פון די אלע פראגראמען וואס איז דיזיינט פאר וועב-סייט'ס און פאר דאטא-בעיס'ד סערווערס, ווי צ.ב.ש. Apache ווי אויך My sql און phpMyAdmin זענען אלע באמת דעזיינט פאר ליניקס נאר אויך איבערגעארבעט געווארן אז מען זאל דאס קענען נוצן אויף ווינדאויס

נ.ב. איין זאך ווייס איך זיכער פון אייגענער ערפארונג אז עס ארבעט הונדערטער מאל אזוי שנעל סיי דאס אינסטאוילען, און סיי דאס נוצן, און עפענען אין Linux אפערעטינג סיסטעמס, ווי אין ווינדאוס אפערעטינג סיסטעם
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:28 pm

איך שרייב יעצט פון ליניקס, אבער איך האב נישט קיין אנונג וואס דאס איז בעסער ווי ווינדאויס, חוץ אז עס כאפט נישט קיין וויירוסעס (עס איז נישט מיין קאמפיוטער, עס איז א חבר'ס)

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 9:43 pm

צו שרייבן איך שרייב פון ליניקס איז אזוי ווי צו שרייבן איך טייפ פון א קאמפיוטער און נישט פון קיין טייפרייטער, ביטע זיך געבן צו פארשטיין

און בכלל אפשר ווייסט איר דעם הסבר פארוואס עס כאפט נישט קיין וויירוסעס

און אפשר איז דאס גענוג א גוטע סיבה טאקע צו נוצן ליניקס
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 9:46 pm

איינער האט דאס אביסל גוט ארויסגעברענגט, אויף ווינדאויס דארף מען וויסן וואס יא צו טוען (אין אנדערע ווערטער עס איז סתם א גרעפיקל דיזיין און עס געשעט גארנישט ווען מען געט בטעות [אין רוב פעלער] א דרוק מיטן מייזל העכסנס שרייט דער קאמפיוטער אז עס איז נישט ערלויבט)
אין ליניקס ווידער איז גאר אנדערש דארטן דארף מען שוין וויסן וואס אלס נישט צו טוען, ווייל דער קאמפיוטער טוט אלעס וואס מען הייסט איהם און עס איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין תשובה
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 9:47 pm

בדרך אגב דער פארום סעט פון phpBB וואס דער אידישער וועלט נוצט, איז באמת א ליניקס syntex די זעלבע זאך אויף ווינדאויס וואלט געקענט דויערן יארן עס צו מאכן ארבעטן, און יארן מיט מיטוואכס עס צו לאודן

ווייסט איר עפעס מער לאזט אייך הערן
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 12:03 am

יוניקס איז פון די סאמע ערשטע פלאטפארמעס אין די קאמפיוטער עפאכע.
לינוקס איז דער נאמען פון די אפערעטינג סיסטעם געבויט אויפן יוניקס סינטעקס.

לינוקס איז 'אפען סאורס' קאוד, קענסט אליינס שרייבן און קאמפיילן די פראגראמען אנדערש ווי ווינדאוס וואס איז נישט אפען סאורס.

די נקודה אויבן איז גאר גוט, אין לינוקס מוז מען וויסן וואס נישט צו טוהן.
היינט קוקט עס שוין אויס ווי ווינדאוס און סי'ז בעסער געפראגראמט אז ס'לאזט זיך נישט פון יעדע קליינע קליק.

גרויסע פירמעס נוצן לרוב יוניקס פלאטפארמע צו בויען זייער אייגענע סאפטוועיר לויט זייער געברויך. בדרך כלל איז עס מער סטאביל פאר נעטווארק סיסטעמען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 11:43 am

שוועמל האט געשריבן:יוניקס איז פון די סאמע ערשטע פלאטפארמעס אין די קאמפיוטער עפאכע.
לינוקס איז דער נאמען פון "די" אפערעטינג סיסטעם געבויט אויפן יוניקס סינטעקס.


תיקון טעות
לינוקס איז דער נאמען פון "א" אפערעטינג סיסטעם וכו'
יוניקס באשטייט פון בלויז עטליכע אזויגרופענע "טראדישאנס" וואס אלע יוניקס אפערעטינג סיסטעמס האלטן זיך שטרענג דערצו
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 3:55 pm

שכח להאיר
שכח שוועמל
שטארקע אינפארמאציע
;l;p- ;l;p-
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

תגובהדורך יוסעלע_גולם » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 6:16 pm

להאיר,

יוניקס איז אן אפעריטינג סיסטעם, למשל די מעק OSX איז געבעסד אויף יוניקס, יוניקס איז געשריבן געווארן ביי AT&T Labes און שפעטער געוואנדערט צו אנדערע קאמפעניס, א טייל קאמפעניס ווי IBM און APPLE האבן אויפגעקויפט א לייסענס אז זיי קענען פארענדערן און פארקויפן זייער ווערסיע.

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 12:11 pm

יוסעלע_גולם האט געשריבן:להאיר,

יוניקס איז אן אפעריטינג סיסטעם


יוניקס איז ענדערש ווערד אנגערופן צו ווערן א פלאטפארמע
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 12:36 pm

כדי דאס צו פארשטיין, דארף מען אביסל פארשטיין די יסודות פון א קאמפיוטער, דער עיקר איז I/O וואס דאס טייטשט Input/Output דהיינו וויפיל מאל יא און וויפיל מאל ניין עס איז אן אנדער וועג פון רעכענען, (מער וועגן דעם קענט איר ליינען ביי >קאמפיוטער און פראגרעמינג >אינטערנעט און ??? > HTML וכו' וכו' וואס וועט צעביסלעך פארשטענדיגט ווערן דארטן)
יעצט כדי עס זאל נישט קראכן, צ.ב.ש. ווען די שמועסט זיך אפ מיט איינעם א סימן אז אויב די זאגסט אים 50 מאל יא און 3 מאל ניין זאל ער יא גיין ערגעץ, טאמער אבער 50 מאל יא און "4" מאל ניין זאל ער נישט גיין, דארף דאס זיין גוט אפגעשמועסט פון פריער
דערפאר האט יעדער געדארפט קויפן א מעין פרעים, דאס הייסט א קאמפיוטער געבויט ספעציעל פאר זיך
איז AT&T (וואס דארף א באזונדער ארטיקל פאר זיך) וואס איז דאן געווען א Giant קאמפאני, וואס איז בכלל היינט נישטא זיינס גלייכן אפילו נישט וואלמארט (וואס בדרך אגב וואלמאר האט אריינגעברענגט דעם UPC סיסטעם, וואס פאדערט א באזונדער ארטיקל פאר זיך) און זיי האבן געדארפט האבן א סיסטעם וואס מען זאל קענען גרינג טוישן זאכן און נישט דארפן איבערבויען דעם גאנצן קאמפיוטער
ווי אויך כדי איין קאמפיוטער זאל זיך פארשטיין מיטן צווייטן, וואס דאס איז אין מאמע לשון Networking אויפגעקומען מיט א פלאן אז מען קען צוטיילן דעם סאפטוועיר און דעם הארדוועיר, יעצט וועט איר שוין פארשטיין אביסל אין דעם אויבערדערמאנטן צוגעצייכנטן פארום וואס איז אזוי וויכטיג מיט יוניקס וכו'
 האבן זיי געזעצט מענטשן שרייבן א קאוד, (לייען=שפארך) וואס דעמאלטס איז באשאפן געווארן דער C שפראך, און אויך האבן זיי אויפגעשטעלט א פלאטפארמע פון UNIX וואס אנהייב האט דאס געהייסן Multics און דערנאך Unics און צום סוף UNIX און אזוי ווערט דאס היינט גערופן (פונקטליך פארוואס דארף מען פארשטיין די דעוועלאפמענטל צוגאנג פון די זאך)
יעצט דער UNIX סיסטעם איז א שטרענגע רעגלואציע סיסטעם, וואס האט אוועק געשטעלט א סטאנדראט, צו וואס אלע וואס האבן געארבעט פאר AT&T און אפיליאירטע האבן זיך געמוזט צושטעלן אפגעזעהן צו זיי האבן געשריבן זייערע פראגראמען אויף AT&T'ס אייגענער שפראך C אדער אויף אנדערע שפראכן

יעצט דאס ווערט אין אידיש-גערעדט אנגערופן א פלאטפארמע, און דא זענען ביי די אונטערשטע שורה דא צוויי געוואלדיגע המצאות
1) אז דער הארדוועיר און סאפטוועיר טיילן זיך (נאר זיי פארשטייען זיך מיט א שטרענגע רעגולאציע סיסטעם (לייען=פלאטפארמע)
2) אז צוויי קאמפיוטערס קענען זיך פארשטיין, (אינאמתן איז דאס דער זעלבער אויפטוה ווי אז דער הארדוועיר מיט דעם סאפטוועיר קענען זיך פארשטיין, אבער פארן ענד יוזער) ד.ה. אז צוויי קלייענטס קענען זיך אנהוקן צו איין סערווער וכו' וכו' וכו' און דעמאלטס איז געבוירן געווארן דער TCP/IP וואס ווערט נאך גענוצט ביז היינט פאר סיי וועלכע NetWorking System און בפרט ביי אינטערנעט וואס עס ווערט יעצט געטוישט (אויף א שטאטן פארנעם) פון v4 צו v6 ווייל דער v4 סיסטעם האט שוין נישט גענוג איי. פי. אדערסן צוצושטעלן פאר אזויפיל מענטשן, עס איז גענוי ווי צולייגן נאך נומערן צום טעלעפאן נומער כדי צו האבן מער טעלעפאן נומערן

יעצט אז איר פארשטייט שוין אביסל, פרעגט און ענטפערט, און לייגט צו ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן
צאו והתפרנסו זה מזה !
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 10:30 pm

יוסעלע_גולם האט געשריבן:להאיר,

יוניקס איז אן אפעריטינג סיסטעם, למשל די מעק OSX איז געבעסד אויף יוניקס, יוניקס איז געשריבן געווארן ביי AT&T Labes און שפעטער געוואנדערט צו אנדערע קאמפעניס, א טייל קאמפעניס ווי IBM און APPLE האבן אויפגעקויפט א לייסענס אז זיי קענען פארענדערן און פארקויפן זייער ווערסיע.

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

תגובהדורך יוסעלע_גולם » זונטאג סעפטעמבער 27, 2009 11:42 am

סארי להאיר,

איך האב גאמאכט א מיסטעיק , אריינצורעדן דא, איך האב געמיינט אז די ווילסט פשוט וויסן, די האסט קודם געפרעגט, נאכדעם ווען איך שרייב וואס דאס איז, קומסטו פארדרייען א קאפ מיט א אומפארשטענדליך צומישטע תגובה.

יוניקס איז אן אפעריטינג סיסטעם, פינטל, איך וועל דיר נאך געבן אז היינט נוצט מען אויכט די נאמען צו רופן אלע אפערטינג סיסטעם'ס וואס נוצן די זעלבע סטענדערד.

פון וויקיפדיע

http://en.wikipedia.org/wiki/Unix

Unix (officially trademarked as UNIX, sometimes also written as Unix with small caps) is a computer operating system originally developed in 1969 by a group of AT&T employees at Bell Labs, including Ken Thompson, Dennis Ritchie, Brian Kernighan, Douglas McIlroy, and Joe Ossanna. Today the term Unix is used to describe any operating system that conforms to Unix standards, meaning the core operating system operates the same as the original Unix operating system. Today's Unix systems are split into various branches, developed over time by AT&T as well as various commercial vendors and non-profit organizations.

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 27, 2009 12:24 pm

יוסעלע_גולם האט געשריבן:
פון וויקיפדיע

http://en.wikipedia.org/wiki/Unix



אז איר ברענגט שוין צו פון וויקיפעדיע איז שוין כדאי דורך צוליינען דעם גאנצן ארטיקל און פארשטיין אביסל נישט נאר דעם "אריינפיר"

וואס אגב ביים SAMBIAN FILE SHARING SYSTEM וויאזוי עס ווערט גערופן האט איר נישט געטראפן פאר וויכטיג צו ברענגן פון וויקיפעדיע
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 27, 2009 12:30 pm

יוסעלע_גולם האט געשריבן:סארי להאיר,

איך האב גאמאכט א מיסטעיק , אריינצורעדן דא, איך האב געמיינט אז די ווילסט פשוט וויסן, די האסט קודם געפרעגט, נאכדעם ווען איך שרייב וואס דאס איז, קומסטו פארדרייען א קאפ מיט א אומפארשטענדליך צומישטע תגובה.




איך וויל וויסן אבער אויף א טרעפל ארויף פון וואס איך ווייס שוין, נישט צוריק גיין און נישט טראכטן, וואס דאס איז דער טבע פון "מייקראסאפט" און דאס איז וואס איך זיך אלטערנאטיוון נאך זיך פלאגן מיט QUERY'S אין עקסעס האב איך צ.ב.ש. געטראפן PHP און אזוי ווייטער זיך איך צו שטייגן נישט צוריק גיין אפאר טרעפ מיט עפעס אן אריינפיר פון וויקיפעדיע
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

להאיר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 8:49 pm

תגובהדורך להאיר » זונטאג סעפטעמבער 27, 2009 12:35 pm

ווי אויך אפגעזעהן צו עס איז אן "אפערעטינג סיסטעם" אדער א "פלאטפארמע" אדער א "סטאנדארד" אדער א "טראדיציע" איז די שאלה ווי אזוי מען גייט זיך איהם דערמיט און וואספארא נוצן דאס קען ברענגען, דער עיקר איז נישט וויאזוי עס ווערט אנגערופן

אדרבא ברענג ארויס דיין ערפארונג וואס מען קען אלס טוהן דערמיט און פארוועם עס איז גוט איבערצולאז, אדער צו נוצן אביסל אין דער זייט איינע פון די יוניקס, אדער יוניקס-לייק, "אפרעיטיג סיסטעמען"

איך האב צ.ב.ש. געוואלט לאזן אריינלויפן אין א MYSQL דאטא-בעיס עטליכע טויזנט ענטריס, און אין ווינדאוס האט דאס גענומען אפאר מינוט, און אין DEBIAN האט דאס גענומען אפאר סעקונדען, יעצט איז די שאלה פארוואס נישט מאכט א טריט פאראויס און נוצן (דורך זיך צוביסלעך אויסלערנען) א יוניקס סיסטעם
דורך: אינפארמאציע איבער דעם צווייטן וועלט קריג www.wwiisurvivors.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 27, 2009 1:37 pm

יאסעלע
עס איז מיר א חידוש אז עפל איז געבויט אויפן יוניקס פלאטפארם, קיינמאל געוויסט דערפון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

תגובהדורך יוסעלע_גולם » זונטאג סעפטעמבער 27, 2009 2:12 pm

שוועמל

אויכט די אייפאון אפערעטינג סיסטעם איז געבויט אויפן זעלבען פלאטפארם.

אוועטאר
CID
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 4:28 pm
לאקאציע: אינטערן טיש
פארבינד זיך:

תגובהדורך CID » זונטאג ינואר 17, 2010 7:58 am

מען אינסטאלן UNBUNTU אין ווינדאס דורך ריבאטען עס מאכט א עקסטערע פארטישאן דא
X ____________ כי"ק
. . . איש את רעהו יעזורו ‹ ולאחיו יאמר חזק ‹ חזק . . .


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט