בלאט 1 פון 1

ווי קען מען זיך לערנען פראגרעמינג

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 11:16 am
דורך היימישער איד
איך זוך א סקול זיך צו לערנען שרייבן פראגראמ'ס און אזוי אויך וועב סייט'ס.

איך דארף אזא וואס נעמט אן גאווערמענט פאנדינג צו העלפן דעקן די גרויסע הוצאות.

אויב מעגליך פארשטייצעך זאל עס זיין אידיש'לעך, אבער ס'איניש קיין פראבלעם אויב דער מלמד רעדט אויף ענגליש.

די בעסטע אויב ס'דא אין וויליאמסבורג, אז נישט קען איך פארן אויף בארא פארק אויך..

נו ווייסט איינער???

סיי וועלעכע אינפא. קענט איר מיר אריין שיקן אויף מיין אימעיל.
[email protected]

יישר כח

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 5:05 pm
דורך מאיר
דאכט זיך אז ר' משה אהרן וואסערמאן (די פאקט) וועט דיר קענען העלפן אין דעם הינזיכט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 5:26 pm
דורך היימישער איד
כ'גלייב נישט אז ער נעמט אן גאווערמענט פאנדינג.

עני וועי איך זוך א עמטליכע קלאס נישט א פריוואטע מלמד

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 5:31 pm
דורך מאיר
האסט געפרעגט UJO? אפשר האבן זיי א קלאס דערפאר?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2009 7:16 pm
דורך היימישער איד
יא... כ'האב זיי געפרעגט

געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 12:47 pm
דורך לעווי
אגודת ישראל האט פראגראמען דערפאר, רוף זייער מעין אפיס, אבער די שיעורים קומט דאכצעך פאר אין מאנהעטן.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 2:54 pm
דורך היימישער איד
אה א גרויסן שכח לעווי

האסט אפשר זייער נאמבער?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 2:58 pm
דורך לעווי
212-809-5935

די אפטיילונג הייסט cope institute

געשריבן: מיטוואך פעברואר 25, 2009 10:30 pm
דורך scy4851
לעווי, היימישער
זיי געבען שוין נישט מער.
COPE האט עטליכע יאהר צירוק אויפגעהערט געבען קאמפיוטער קארסעס.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 26, 2009 9:29 am
דורך היימישער איד
א גרויסען יישר כח לעווי פאר דיין העלפ.

ליידער איז סקיי גערעכט זיי געבן שוין נישט

עני אנדערע????

געשריבן: דינסטאג יאנואר 18, 2011 11:10 am
דורך גיט געזאגט
מאיר האט געשריבן:דאכט זיך אז ר' משה אהרן וואסערמאן (די פאקט) וועט דיר קענען העלפן אין דעם הינזיכט.


איך וואלט ווען יא געוואלט האבען א פריווייטע מלמד

האט איינער זיין נאמבער?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 18, 2011 6:40 pm
דורך leiby
קוק די עד נאכן ערשטען תגובה

געשריבן: דינסטאג יאנואר 18, 2011 11:48 pm
דורך לאז געמאכט
אולי ביסטו פון די וואס זעהן נישט אנאנס'ן?

זיין נומער איז: 718-690-7294.

הצלחה רבה.