וועב דעזיין שיעורים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

וועב דעזיין שיעורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

הקדמה
איך וועל גלייך גיין צום פינטל אין תיכף אריינשפרינגן בעומקי וועב דעזיין (אויב עס איז אפילו טיף),
כדי צו קענען מיטהאלטן ברויך מען האבן א...
    קאמפיוטער.
    קאוד עדיטער
    בראוזער
קאמפיוטער: נישט קיין חילוק וועלכע קאמפעני אדער אפערעיטינג סיסטעם, אלעס ארבעט אייניג לגבי דאס וואס מיר וועלן רעדן.
קאוד עדיטער: באמת קען מען נוצן נאטפעד און סיי וועלכע טעקסט עדיטער, נאר כדי צו קענען שרייבן שנעל און באקוועם און צו פארמיידן עררארס איז דא ספעציעלע קאוד עדיטערס פאר HTML CSS וכדו' איך האב די מערסטע הנאה פון BRACKETS וואס מקען דאונלאודן דא http://brackets.io/ עס איז א פרי פארגרעם פון אדאובי, די מעלות וועט מען זעהן שפעטער ווען מ'הייבט אן צו שרייבן, ווארד וכדו' וועט נישט ארבעטן.
בראוזער: איז אויך גוט סיי וועלכע סאיז גוט צו האבן עטליכע אזוי קען מען טעסטן וויאזוי עס קוקט אויס אין אלע בראוזערס.
מיט די דריי זאכן זענען מיר גרייט אנצוהייבן, מדארף נישט קיין האוסטינג אקאונט, סערווער, דאמעין. צו שרייבן א סייט איז גענוג די אויבן דערמאנטע
ווי אויך זענען דא וועבסייטס ווי מקען שרייבן אין ראנען קאוד למשל https://codepen.io/ עס האט אויך א מעלה אז מקען שערן, צו ווייזן אדער צו פרעגן.

מיר וועלן אנהייבן מיט די צוזאמענשטעל פון וואס אן HTML פעידזש איז צוזאמאנגעשטעלט
די ראשי תיבות איז Hyper Text Markup Language וואס גאאגל טרענסלעיט טייטשט אזוי… "היפּער טעקסט מאַרקאַפּ שפּראַך", מ'מוז נישט פארשטיין די טייטש נאר איין זאך עס איז א מארקאפ שפראך דאס הייסט אז משרייבט סימנים און דער בראוזער פארשטייט דורך דעם וויאזוי צו דיספלעיען, צו ווייזן די פעידזש,
HTML איז נישט קיין סקריפטינג שפראך, עס איז בלויז ענגליש, און מען קען זיך עס אויסלערנען אין גאר א קורצע צייט, אויב קען מען אביסל ענגליש איז זייער גרינג עס אויפצוכאפן, די ציל פון HTML איז אריינצוברענגען אלע זאכן וואס דארפן זיין אין די פעידזש למשל טעקסט בילדער באטאנס וכו' וכו' אלעס וואס מ'זעהט אויפן פעידזש איז דא דורך HTML, אבער עס קומט אריין זייער נישט שיין, דערפאר איז דא CSS וואס איז אויך פשוט ענגליש וואס דורך דעם קען מען סטיילן אלעס פון די פעידזש,
HTML איז אויסגעשטעלט מיט "טעגס" ד.מ. ווען מ'וויל עפעס זאל שטיין אין גרויס לייגט מען עס אריין אין א טעג וואס זאגט פאר די בראוזער וואס ליינט עס אז דאס זאל זיין גרויס, צב"ש איז דא א זייער באנוצטע טעג וואס הייסט H1, באריכות Heading 1 איז אויב שרייבט מען א סענטענס און פארדעם און נאכדעם שרייבט מען H1 וועט עס שטיין אין גרויס, די טעגס קוקן אויס אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

<h1>טעקסט</h1>

א לינקע ערוי (שיפט ת) > דערנאך די נאמען פון די טעג למשל H1 דערנאך א רעכטע ערוי (שיפט ץ) < נאכדעם קען מען שרייבן וואס מוויל ס'זאל שטיין און חוזר חלילה מיט איין קליינע שינוי אז נאך די ערוי פאר די טעג נאמען לייגט מען א פארווארד סלעש (נעבן די רעכטע שיפט) אין דאס איז עס אזוי ארבעט HTML.
די טעגס קען מען שרייבן אפפערקעיס אדער לאוערקעיס, אבער די סדר איז צו שרייבן נאר לאוערקעיס.
כמעט יעדע טעג ברויך מען פארמאכן דהיינו סיי שרייבן פארדעם כדי צו וויסן ווען אנצוהייבן , און סיי נאכדעם צו וויסן ביז וואו עס גייט. (חוץ אפאר וואס מברויך נישט פארמאכן ווי מיר וועלן שפעטער זעהן)

בעסיק טעקסט טעגס
פאר העדינגס איז דא 6 לעוועלס H1 H2 H3 H4 H5 H6 וואס יעדע איז אביסל קלענער פון די אנדערע, H1 איז פאר גאר גרויסע העדינגס למשל אויף די ערשטע פעידזש פון א סייט און H2 איז אביסל קלענער וכו', חוץ פון די גרויסקייט און קליינקייט זאגט עס אויך פאר די סערטש ענדזין ווי וויכטיג די טעקסט איז,
צו שרייבן א פערעגרעף נוצט מען P פשוט און גראד.

קאוד: וועל אויס אלע

<p>Lorem Ipsum is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s</p>

צו מאכן טעקסט באלד לייגט מען צו א B טעג בעפאר און נאך די ווערטער כזה:

קאוד: וועל אויס אלע

<p><b>Lorem Ipsum</b> is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s</p>

צו מאכן איטאליק (שיף) לייגט מען אן i

קאוד: וועל אויס אלע

<p><i>Lorem Ipsum</i> is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s</p>

פאר אנדערליין U
פאר אויסגעשטראכן DEL ׁ(דיליטעד)
פאר היילייט MARK
פאר קליינע טעקסט SMALL
פאר סובסקריפט SUB
פאר סופערסקריפט SUP

מען נוצט אויך STRONG פאר באלד, און EM פאר איטאליק עס איז בעסער פאר סקרין רידערס, ווי אויך INS (אינסערטעד) וועט אויך מאכן א אנדערליין.

ס"ה
(הגה: צוצולייגן א ענטער נוצט מען BR)
https://codepen.io/toiglicher/pen/ygVBXG

קאוד: וועל אויס אלע

<h1>Heading 1</h1>

<h2>Heading 1</h2>

<h3>Heading 1</h3>

<h4>Heading 1</h4>

<h5>Heading 1</h5>

<h6>Heading 1</h6>

<p>This is a paragraph!  Lorem Ipsum is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s</p>

<p>
    this is <b>Bold Text</b> <br>
    this is <i>Italic Text</i> <br>
    this is <strong>Strong Text</strong> <br>
    this is <em>Emphasized text</em> <br>
    this is <mark>Marked text</mark> <br>
    this is <small>Small text</small> <br>
    this is <del>Deleted text</del> <br>
    this is <ins>Inserted text</ins> <br>
    this is <sub>Subscript text</sub> <br>
    this is <sup>Superscript text</sup> <br>
</p>


די פעידזש וועט אויסקוקן אזוי:
text.JPG


ביי די קומענדיגע לעקציע וועלמיר גיין אין א רייע וויאזוי אנצוהייבן שרייבן א נייע פעידזש אא"וו.
ייש"כ פאר עין טובה פאר די הגהות
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

א גוטע התחלה!! גיי אן!
...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א גרויסן יישר כח. גיימיר עס אויספרובירן ביים קאמפיוטער. עס איז א גרויסע חסד וואס דו טיסט דא!

דו גיי ווייטער, עס איז זייער קלאר געשריבן.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

א גרויסן יישר כח, זייער אינפארמאטיוו און מ'האפן מיטצוהאלטן די שיעורים אפט. קיפ איט אן.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

געקוקט דארט און געכאפט די חילוק צווישן em / i

אפשר ביסטו מסביר וואס דאס האט מיט b? יישר כח.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

ביי די וועי
ווערט די i גענוצט אויך פאר http://fontawesome.io/ אייקאנס
וואס איז זייער פאפולער
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

שיעור ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

שיעור ב'
קודם לאמיר צולייגן עטליכע קלייניגקייטן צו די טעקסט חלק
ווען מ'וויל שרייבן א סימבאל למשל "&" קען עס מאכן פראבלעימען אויב מ'שרייבט פשוט אזוי ווי עס איז צוליב דעם דארף מען שרייבן א קליינע שטיקל קאוד וואס הייבט זיך טאקע אן מיט די & סימבאל, אויף BRACKETS אויב שרייבט מען א & קומט שוין ארויף א ליסט מיט אלע קערעקטערס,
דא https://dev.w3.org/html5/html-author/charref איז דא א פולע ליסטע,

לינקס
צו מאכן א לינק פעלט זיך אויס עטליכע זאכן
קודם א לינק טעג וואס ווערט אנגערופן אנקער און דערפאר איז די טעג אן A, דערנאך ברויך מען לייגן די לינק זעלבסט וואס דאס לייגט מען אריין אין די טעג אין אן עטריביוט די עטריביוט הייט HREF דאס איז ר"ת hypertext reference, דערנאך ברויך מען שרייבן צו עס זאל זיך עפענען אין די זעלבע טעב אדער אין א נייע און דאס שרייבט מען אין די TARGET עטריביוט, צו עפענען אין א נייע טעב לייגט _BLANK,
קוקט דא viewtopic.php?t=24666&start=125
http://devproving.com/blank-hijack/ אז אויב מאכט מען בלענק זאל מען צולייגן rel="noopener noreferrer".
א עטריביוט ארבעט מיט א נאמען און א וואליו למשל TARGET איז די נאמען _BLANK איז די וואליו, מ'שרייבט עס אזוי קודם די עטריביוט נאכדעם = און נאכדעם די וואליו ארוםגענומען מיט קוואוטס target="_blank".

ס"ה:

קאוד: וועל אויס אלע

<a href=”http://www.ivelt.com” target=”_blank” rel="noopener noreferrer">אייוועלט</a>


ליסטס:
עס איז דא דריי מיני ליסטס
[list=]נאמבערד ליסטס
באלעטעד ליסט
דעסקריפשאן ליסט[/list]

נאמבערד ליסט גייט אזוי:
קודם ברויך מען צווויסן טון דעם בראוזער וואספארא ליסט מוויל, שרייבט מען OL (ארדערד ליסט)
פאר יעדע ליסט אייטעם שרייבט מען א LI (ליסט אייטעם) טעג

קאוד: וועל אויס אלע

<ol>
<li>1</li>
<li>2</li>
<li>3</li>
</ol>

פאר א באלעטד ליסט שרייבט מען UL אנשטאט OL די איבריגע איז די זעלבע
ביי א ארדערד ליסט קען מען טוישן די נאמבערס דורך צולייגן די TYPE עטריביוט צו די מעין ליסט טעג
ביי דיפאלט איז עס נאמבערס
א לאוערקעיס A וועט עס מאכן פאר לאוערקעיס ABC
א אפפערקעיס פאר אפפערקעיס

מען קען מאכן איין ליסט אינעם צווייטן נישט קיין חילוק צווישן ארדערד און נישט ארדערד

קאוד: וועל אויס אלע

<ol>
   <li>Item1</li>
   <li>Item2</li>
   <li>Item3</li>
   <ul>
      <li>sItem1</li>
      <li>sItem2</li>
      <li>sItem3</li>
   </ul>
</ol>

דעסקריפשאן ליסט איז אזוי:
עס איז געמאכט פאר א ליסט וואס מוויל שרייבן א שטיקל הסבר אויף יעדע זאך פון די ליסט
מהייבן אן מיט
DL (דעסקריפשאן ליסט)
DT דעסקריפשאן טייטל (אדער טערם)
DD דעסקריפשאן דעסקריפשאן (יא אזוי)

קאוד: וועל אויס אלע

<dl>
  <dt>item 1</dt>
  <dd>Description 1</dd>
  <dt>item 2</dt>
  <dd>Description 2</dd>
</dl>

http://codepen.io/toiglicher/pen/egBmvV
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זייער קלאר אפילו פאר א בעגינער

גיי אן!!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

א גרויסן שכח, פיין און קלאר געשריבן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:זייער קלאר אפילו פאר א בעגינער

גיי אן!!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

בילדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

בילדער:
איינער פון די הויפט זאכן וואס געפונען זיך אויפן אינטערנעט, איז בילדער
איך וועל אנהייבן א נייע סדר, קודם וועל איך שרייבן די קאוד און נאכדעם מסביר זיין,

קאוד: וועל אויס אלע

<img src=”img/flower.jpg” alt=”Flower”>

פארשטייט זיך אז מען קען נישט אריינפעיסטן קיין בילד אין די פייל, מען מוז לינקן דערצו.
אריינצוברענגען א בילד נוצט מען די IMG טעג
עס איז א פארמאכטע טעג, מען ברוך נישט צולייגען קיין פארמאכער.
דערנאך קומט א לינק SRC צו די בילד, עס קען זיין א לינק צו א בילד וואס ליגט אין די וועבסייט, אדער א לינק צו סיי וואסערע בילד למשל איך האב גערייט קליקט אויף די גאאגל בילד און געעפנט אין א נייע טעב, געקאפיט די URL, און דאס וועט עס זיין

קאוד: וועל אויס אלע

<img src=”https://www.google.com/images/branding/googlelogo/2x/googlelogo_color_272x92dp.png” alt=”Google”>

ביי די פריערדיגע משל ליגט די בילד אין א פאלדער וואס הייסט IMG, די פאלדער ליגט אין די זעלבע פאלדער פון די HTML פייל, איז ער גייט אריין אין די פאלדער און נעמט די בילד,
די ALT טעג נוצט מען צו דעסקרייבן די בילד, אויב עס וועט זיך נישט לאודן (א שטייטע קאנעקשאן אדער אויסגעמעקט די בילד וכדו'), כדי מ'זאל זעהן וואספארא בילד ס'קומט,
מען קען אויך צולייגן WIDTH אדער HEIGHT עטריביוטס למשל

קאוד: וועל אויס אלע

<img src=”https://www.google.com/images/branding/googlelogo/2x/googlelogo_color_272x92dp.png” alt=”Google” width=”200”>

אז נישט וועט די בילד זיין די עקשאל סייז, געווענליך סטיילט מען דאס מיט CSS העמיר זעהן צו מיר וועלן אנקומען דערצו

http://codepen.io/toiglicher/pen/mRREqL

איך וויל צולייגן א קלייניגקייט
<br> מאכט א נייע שורה, ווי אויך קען מען צו לייגן א ליידיגע שורה דורך דעם
<hr> לייגט א דינע ליין צו צוטיילן צווישן צוויי זאכן
די ביידע ברויך מען נישט פארמאכן

סיי וואספארא שאלות קען מען פרעגן
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

Wow!
איז טאקע HTML אזוי גרינג צו לערנען?
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

א גרויסן שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

בן מהללאל האט געשריבן:Wow!
איז טאקע HTML אזוי גרינג צו לערנען?

יאפ
מיר זענען שוין כמעט פיניש מיט HTML
חוץ נאך אפאר גרויסע קלייניגקייטן...
די קומענדיגע שיעור וועט זיין אויף טעבלס
וואס מיט דעם פלעגט מען אמאל אויסשטעלן וועבסייטס
היינט ווערט עס פארשטייט זיך אויך גאר אסאך באנוצט פאר טעבלס כמשמעו
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער קלאר!
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

טעיבלס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

טעבלס:
טעבלס קען מען אנקוקן אפאר וועגן, מקען טראכטן פון אן עקסעל שיעט, אבער א טעבל קען מען אויך נוצן צו אוישטעלן א גאנצע פעידזש מיט קאלאמס ראוס וכו'
אמאל פלעגט מען עס טאקע נוצן פאר די צווייטע, אבער היינט איז שוין דא CSS און מ'פארעט זיך שוין נישט מיט דעם
אבער מ'נוצט עס פארשטייט זיך פאר טעבלס
ובזה החלי

קאוד: וועל אויס אלע

<table>
  <thead>
    <tr>
     <th>Item</th>
      <th>Price</th>
    </tr>
  </thead>
  <tfoot>
    <tr>
      <td>Sum</td>
      <td>$180</td>
    </tr>
  </tfoot>
  <tbody>
    <tr>
      <td>Shoes</td>
      <td>$100</td>
    </tr>
    <tr>
      <td>Shirt</td>
      <td>$80</td>
    </tr>
  </tbody>
</table>


זייער שרעקעדיג. נישט אזוי?
פיין העמיר עס אביסל צוטיילן
צו מאכן א טעבל פעלט זיך אויס בעיקר פיר מיני טעגס
TABLE צו אנהייבן א טעבל
TR פאר יעדע טעיבל ראו ד.מ. יעדע שורה
אין יעדע שורה ברויך מען פאר יעדע באקס א TD טעיבל דעיטע
פאר די אויבערשטע שורה וואס דאס איז די העדינגס, נוצט מען TH טעיבל העדינג, אנשטאט TD,
לאמיר מאכן א קליינע טעיבל

קאוד: וועל אויס אלע

<table>

   <tr>
      <th>Name</th>
      <th>Price</th>
   </tr>
   
   <tr>
      <td>Shoe</td>
      <td>&#36;45.99</td>
   </tr>
   
   <tr>
      <td>Shirt</td>
      <td>&#36;19.99</td>
   </tr>
   
</table>

די טעיבל וועט אויסקוקן אזוי:

קודם האמיר די טעיבל טעגס
אין די טעג, האמיר די שורות TR
די ערשטע שורה איז פאר די העדינג פארדעם נוצט מען TH, און עס ווערט באלד וכו'
נאכדעם איז דא צוויי שורות מיט פראדוקטן אין יעדע שורה איז דא צוויי קאלומס TD,
(די אינטערעסאנטע &#36; איז פאר די דאלער.)

צו האלטן אלס גוט אויסגעשטעלט, און צו קענען סטיילן געהעריג, לייגט מען אריין די שורה פון די העדינג אין THEAD טעגס, און די איבריגע אין TBODY טעגס

מען קען אויך לייגן א פאאטער אזוי ווי מ'זעהט אין די ערשטע משל

יעצט העמיר רעדן פון צווייטן חלק,
אין א טעבל קען ליגן אלעס, טעקסט, בילדער, און אפילו נאך א טעיבל און אזוי קען מען האבן א שטיקל אויסטעל פון א סייט, אבער בזמנינו איז שוין נישט נוגע די חלק פון אויסשטעלן א סייט דערמיט.


http://codepen.io/toiglicher/pen/rjjWBr
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

באקומען אין אישי איך זאל מסביר זיין וועגן דאמעינ'ס וכו'.
אבער יעצט וועל איך נאכנישט שרייבן דערוועגן, ווייל עס פעלט נישט אויס יעצט קיין דאמעין און קיין האוסטינג,
נאר די דריי זאכן וואס כ'האב געזאגט אנפאנג שיעור
א קאמפיוטער (אן אינטערנעט איז אויך גוט)
א בראוזער
א קאוד עדיטער

צו זעהן א פעידזש וואס מהאט געמאכט:
סעיוו די פעידזש אויפן דעסקטאפ אדער ווי אימער
אפען וויט גאאגל קראם
און שוין

אויף ברעקעטס איז דא ביי די רעכטע זייט אויבן א בליץ, אויב מקליקט אויף דעם וועט ער אליין עפענען די בראוזער, און בשעת סאיז אפען קען מען ווייטער עדיטן און מזעהט בשעת מעשה די אפדעיטס, אן דארפן ריפרעשן.
(מיר צוטיילן די סקרין אין צוויי, איין זייט די בראוזער און איין זייט די קאוד עדיטער)

יעצט וועלמיר אביסל דורך גיין וויאזוי עס קוקט אויס א HTML פעידזש
די פייל עקסטענטשאן איז .HTML
די הויפט פעיזש רופט מען INDEX.HTML
אזוי ווייסט די סערווער וועלכע פעידזש איז די הויפט למשל ווען מגייט צו א וועבזייט צב"ש http://www.amazon.com
זעהט מען נישט די נאמען פון די פעידזש און אויב גייסטו צו http://www.amazon.com/index.html קומסטו אן צו די זעלבע פלאץ, ווייל די אינדעקס איז די הויפט און דיפאולט פעידזש,


וויאזוי איז אויסגעשטעלט א פעידזש:
די HTML פעידזש איז צוטיילט אין צוויי
די העד סעקשאן, און די באדי סעקשאן
און די העד סעקשאן ליגט אלע אינפארמאציע איבער די ספעציפישע בלאט
די טייטל (וואס שטייט און די בראוזער טעב)
די פעוואייקאן (די קליינע אייקאן אין די בראוזער טעב)
מעטעדעיטע איבער די פעידזש
לינקס צו סטיילשיעטס
וכו'

דערנאך קומט די באדי, וואס דארט ליגט אלע זאכן וואס מזעהט אין די פעידזש
(די JAVASCRIPT לינקס פירט מען זיך אויך צו לייגן סוף פון די באדי אבער מיר האלטן גאר ווייט דערפון יעצט)

יעצט וועל איך אראפברענגען א קליינע פעידזש (נישט קיין HELLO WORLD ח"ו)

קאוד: וועל אויס אלע

<!DOCTYPE html>

<html lang="en">
<head>
  <meta charset="utf-8">

  <title>My First HTML Page</title>

<link rel="icon"  type="image/png"  href="http://example.com/myicon.png">

  <link rel="stylesheet" href="css/styles.css">

  </head>

<body>
 
<h1>HELLO IVELT!</h1>

</body>
</html>

העמיר עס אביסל מסבערן
צום ערשן ברויך מען זאגן דעם בראוזער וועספארא ווערסיע HTML מנוצט
אויף די היינטיגע ווערסיע ד.מ. HTML5 שרייבט מען בלויז

קאוד: וועל אויס אלע

<!DOCTYPE html>

דאס ברויך מען נישט פארמאכן
דערנאך קומט די אבער אלל רעפפער
<html></html>
מפירט זיך צוצולייגן וועלכע שפראך מנוצט, פאר ענגליש לייגט מען

קאוד: וועל אויס אלע

<html lang="en">

דערנאך ווערט עס צוטיילט אין צוויי
<head></head>
<body></body>
אין די העד חלק לייגט מען די טייטל אזוי ווי מזעהט אויבן
אזוי אויך לייגט מען די פיצי אייקאן, אזוי ווי מלייגט א בילד און HTML נאר מנוצט די לינק טעג מיט אן עטריביוט רעל ד.מ. רילעישן לייגט מען אייקאן און דערנאך די לינק צו די בילד
(מען לייגט נישט קיין אלט עטריביוט)
די בילד ברויך זיין בערך
32px By 32px
אין די באדי לייגט מען אלעס וואס אונז האמיר געלערנט ביז אהער

הגה: אין codepen ברויך מען נישט לייגן די אלע זאכן, דארט ווי משרייבט איז די באדי
אויב וויל מען עפעס טוישן אין די העדינג ברויך מען עס טוהן ביי די סעטינגס.


קאמינג אפ: פארמ'ס (נישט פארום אזוי ווי אייוועלט, נאר אזוי ווי א קאנטאקט פארם)
סטעי טונד
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישר כח.

ווי איך פארשטיי קריעיט מען א פעידש אין די קאוד עדיטער. מען סעיווט עס אלס הטמל און נאכדעם קען מען עס עפענען אין קראום.

גוט פארשטאנען?
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

יאפ
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מיט רשות...

---

גיימיר ארויפשטעלן מיין סעמפל ביינאכט ווען איך וועל זיין ביים פיסי.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

איך הייב אן צו כאפן אביסעל די זאך

שכח טויגליכער
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

קודם א קליינע טיפ פאר די וואס שפילן זיך ארום
מזעהט אלס די ווערטער לארעם איפסאם דאלער וכו'
דאס איז פלעיסהאלדער טעקסט, עס איז דא אסאך סייט וואס שטעלן צו אזעלכע טעקסט, דיבט א סערטש ליפסאם.


פארם'ס:
אין די שיעור וועלמיר אויסלערנען דעם עולם צו מאכן פארם'ס, זייט וויסן אז מיט HTML -CSS און אפילו מיט JS, קען מען גארנישט טוהן מיט קיין פארם כמיין צו זאגן מען קען נישט שיקן קיין אימעיל וכו', מברויך צוקומען צו PHP אדער אנאנדערע סערווער סייט שפראך,
אבער דאך ברויך מען קודם צו וויסן וויאזוי עס צו מאכן אפילו אן די בעקענד.

קודם וועלמיר אראפברענגען א גאנצע פארם, דערנאך וועלמיר מסבערן.
http://codepen.io/toiglicher/pen/ygoOLN

קאוד: וועל אויס אלע

<h1>Login Form</h1>

<form action="proccess.php" method="post" enctype="multipart/form-data">
   <label>Username:
       <input type="text" name="username" placeholder="Enter Username...">
   </label>
 
  <br><br>
   
   <label>Password:
       <input type="password" name="password" placeholder="Enter Password...">
   </label>
 
  <br><br>
   
   <input type="submit" name="submit" value="Login">
   
</form>


איז אזוי צום ערשט ברויך מען עפענען א פארם, דאס טוט מען דורך די FORM טעגס,
און די עפענונג טעג ברויך מען עטליכע זאכן:
די עקשאן ACTION דאס איז די לינק צו וועלכע פעידזש די פארם גייט ווערן געפראסעסד (א PHP פעידזש וכדו')
די מעטאד METHOD דאס איז די וועג וואס עס זאל שיקן די דעטע, עס איז פארהאן צוויי סארט געט GET און פאסט POST, ביי געט וועט די אינפארמעשאן שטיין אין די URL און עס איז נוצבאר ביי א סערטש וכ' וואס מוויל קענען באקמארקן אדער שיקן א לינק און עס איז אפן צו זעהן, POST איז געמאכט צו שיקן אין די בעגראונד עס שיקט זיך גלייך צו די פראסעס פעידזש אן שטיין אין די אדרעס באר, דאס איז גוט פאר רעדזשיסטער, לאגאין, אפלאודס וכו'.

אין די פארם איז דא אינפאטס ד,ה, אזעלכע באקסעס ווי מקען אריינשרייבן אינפא
דאס מאכט מען מיט א INPUT טעג
אינפאט ברויך מען נישט פארמאכן
אין די אינפאט ברויך מען זאגן וואספארא סארט עס איז למשל טעקסט פעסווארד אימעיל וכו' דאס שרייבט מען מיט די TYPE עטריביוט, שפעטער וועלמיר אי"ה לייגן א ליסט פון אלע סארט טייפס
זייט וויסן אז די טייפ עטריביוט טוט טויזן די אויסזעהן פון די אינפאט, למשל די פייל טייפ וועט מאכן אזא פייל אפלאוד אינפאט, די פעסווארד טייפ וועט לייגן סטארס אנשטאט די אותיות, ווי אויך איז עס פאר וואלידעשאן דהיינו אז ווען די טייפ איז אימעיל וועט מען נישט קענען סאבמיטן אן אריינלייגן א אימעיל אדרעס (אבער דאס ארבעט נישט און אלע בראוזערס).
די לעבל LABEL איז געמאכט צו שרייבן וואס די אינפאט איז, אויב לייגט מען אריין די אינפאט צווישן די לעבעל טעגס קען מען קליקן אויף די לעבל צו אריינגיין אין די אינפאט,(עס איז דא נאך א וועג אבער נישט פאר יעצט).

די פלעסהאלדער עטריביוט איז זעלבס פארשטענדליך, עס איז א פלעסהאלדער וואס ווערט פארשווינדן ווען מהייבט אן שרייבן,
אוי וויל מען עפעס זאל שוין זיין געשריבן קען מען עס לייגן אין א VALUE עטריביוט, און דאס נוצן מיר ביי די סאבמיט באטאן,
די סאבמיט באטאן איז די באטאן וואס שיקט די אינפארמאציע
אינפאט טייפ סאבמיט,

די NAME עטריביוט ווערט גענוצט צו שיקן די אינפארמאציע,
דא http://www.w3schools.com/html/html_form_input_types.asp קען מען זעהן פארשינדענע אינפאטס,

ווער עס האט שאלות קען גערן פרעגן
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישר כח.
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

איך פארשטיי נישט. צו וואס ניצט מען פארמס?

יישר כח למפרע!
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

בן מהללאל האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. צו וואס ניצט מען פארמס?

יישר כח למפרע!

צו שרייבן תגובות
צו סערטשן
צו אריינלאגן
בקיצור יעדע באקט וואס די קענסט אריננשרייבן אין א וועבזייט איז א פארם

אי"ה וועלמיר געבן נאך א שיעור איבער נאך וויכטיגע אינפאטס.
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”