אלדזשעברע

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

אלדזשעברע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

רעזערווירט פאר לכתחילה אריבער (אדער באי כחו) צו מסביר זיין וואס אלדזשעברע איז

אלענספאלס ווער קען מיר העלפן אויספיגורן אן ענטפער צו דעם חידה (אדער אנדערע חידות.. קענסט ברענגן נאך) דורך אלדזשעברע

א באס איז געפארן 3 שעה א וועג וואס איז 30 מייל לענגער ווי א וועג וואס נעמט פאר די קאר 2 שעה
די קאר פארט שנעלער ווי די באס מיט 15 מפ"ש
ווי שנעל פארט די קאר? און ווי שנעל די באס?

די תירוץ ווייס איך טאקע אבער די ריכטיגע וועג צו וויסן איז דורך ניצן אלדזשעברע און דאס איז א גוטע סעמפל וויאזוי אנצוהייבן
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

#מילי אלערט
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

180 מייל
די באס אויף 60
די קאר אויף 75

ווילסט וויסן וויאזוי כהאב עס גערעכענט?

כוועל פראבירן עס אפצושרייבן באלד
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

green האט געשריבן:180 מייל
די באס אויף 60
די קאר אויף 75

ווילסט וויסן וויאזוי כהאב עס גערעכענט?

כוועל פראבירן עס אפצושרייבן באלד

נו!
האב רחמנות ! איך מיטשע זיך און מיטשע זיך און קען זיך נישט דערמאען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אין די ערשטע 2 שעה וואס די באס פארט, איז ער געפארן 30 מייל ווייניגער ווי די קאר (פאר יעדע שעה 15 מייל ווייניגער). די באס דארף פארט אין טאטאל 30 מייל מער ווי די קאר. קומט אויס אז אין די דריטע שעה דארף ער פארן 60 מייל (30 מייל ווייל ער פארט שטייטער און 30 מייל ווייל זיין וועג איז לענגער.

קומט אויס די באס פארט 60 מייל פער שעה.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
null
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך null »

נאך 2 שעה איז די קאר געווען פאראויס מיט 30 מייל (2×15)
די באס איז געפארען נאך א שעה, און ער איז געפארן מיט 30 מייל מער. קומט אויס אז דער באס פארט 60 מייל א שעה, און דער קאר אויף 75,
2/(180-30)
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

פאטאקי08 האט געשריבן:רעזערווירט פאר לכתחילה אריבער (אדער באי כוחו) צו מסביר זיין וואס אלדזשעברע איז

אלענספאלס ווער קען מיר העלפן אויספיגורן אן ענטפער צו דעם חידה (אדער אנדערע חידות.. קענסט ברענגן נאך) דורך אלדזשעברע

א באס איז געפארן 3 שעה א וועג וואס איז 30 מייל לענגער ווי א וועג וואס נעמט פאר די קאר 2 שעה
די קאר פארט שנעלער ווי די באס מיט 15 מפ"ש
ווי שנעל פארט די קאר? און ווי שנעל די באס?

די תירוץ ווייס איך טאקע אבער די ריכטיגע וועג צו וויסן איז דורך ניצן אלדזשעברע און דאס איז א גוטע סעמפל וויאזוי אנצוהייבן

ס'גראדע נישט די גרינגסטע סעמפל אנצוהייבן ווייל ס'שוין עדווענסד אלדזשעברע. אבער די חשבון איז אזוי

לאמיר זאגן אז מיר האבן דא צוויי אומבאקאנטע נאמבערס. די ערשטע איז ספיד, די צווייטע איז דיסטענס. מיר ווייסן דאס נישט, נישט פון די קאר, און נישט פון די באס. ספיד וועלמער א נאמען געבן X און דיסטענס וועלמער א נאמען געבן Y, פשוט למען הקיצור.

יעצט, קודם לאמיר זיך נעמען צום קאר. אלעס וואס מיר ווייסן וועגן דער קאר איז אז דער קאר פאר א וועג פון 2 שעה, און זיין ספיד (מיילס פער שעה) איז מיט 15 מער ווי די באס. דיסטענס איז ספיד * שעות. אויב אזוי קענען מיר שרייבן די פאלגנדע איקוועישאן:

Y = x*2

דאס מיינט Y, די דיסטענס, איז X, די ספיד, טיימס 2.

יעצט לאמיר זיך נעמען צום באס. דער באס פארט 3 שעה. זיין ספיד איז 15 ווייניגער ווי קאר. אין אונזער קיצור'דיגע וועג קענען מיר דאס זאגן אז דער באס פארט X מיינוס 15. דער באס'ס דיסטענס ווייסן מיר אויך איז 30 מער מייל ווי דער קאר. סאו מיר וועלן דאס שרייבן אלס Y פלאס 30. סוי דער באס'ס איקוועישאן איז אזוי:

3*(Y+30 = (X-15

האב'ן מיר יעצט צוויי איקוועישאנס, און מיר דארפן טרעפן א נאמבער פאר X און נאמבער פאר Y וואס זאל שטימען אין ביידע איקוועישאנס. דער סארט פראבלעם רופט זיך סיסטעם אף איקוועישאנס. יעצט עלעמר זיך נעמען צום סאלושען.
לעצט פארראכטן דורך ירוחם אום זונטאג נאוועמבער 09, 2014 7:34 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פאר די צווייטע איקוועישאן מיינסטו מן הסתם
Y+30 = (x-15)*3
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זאכליך האט געשריבן:פאר די צווייטע איקוועישאן מיינסטו מן הסתם
Y+30 = (x-15)*3

distance +30 = (speed-15)*3
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

יא, כ'האב געמאכט א טעות מיט די צווייטע איקוועישאן. כ'האב פארראכטן. כ'קום צוריק מיט די סאלושען אין א מינוט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

איינס פון די מהלכים צו סאלווען א סיסטעם אף איקוועישאנס, הייסט "סאבסיטושען" (משורש סאבסיטוט) איז צו נעמען איין איקוועישאן, ארויסנעמען דערפון דארט א נאמבער, און עס אריינלייגן אין די צווייטע איקוועישאן. אקעי, ס'זעט אפשר אויס קאמפליצירט אבער ס'גאנץ סימפל. לאמיר נעמען אונזער ערשטער איקוועישאן

Y = X*2, דאס מיינט אז "Y", און "X*2" זענען איינס און די זעלבע, און וואו אימער כ'וויל נוצן Y, קען איך אנשטאט דעם נוצן X*2.

גיי איך זי באנוצן מיט דעם ידיעה, צו פותר זיין דעם פראבלעם. כ'גיי נעמען דעם צווייטן איקוועישאן 3*(Y+30=(X-15, און כ'גיי ארויסנעמען דעם Y, און אנשטאט אריינלייגן דעם X*2. מיין נייע איקוועישאן זעט אויס אזוי:
3*(X*2+30=(X-15

לאמיר יעצט סאלווען פאר X:

שטאפל א': לאמיר קודם סימפליפייען די רעכטע זייט:
X*2+30=X*3-45

שטאפל ב': יעצט לאמיר אראפנעמען X*2 פון ביידע זייטן בלייבן מיר מיט
30=X-45

שטאפל ג': לאמיר צולייגן 45 צו ביידע זייטן, בלייבן מיר מיט:
X=75.

איינמאל מיר ווייסן שוין דעם סוד אז X איז עכט 75, ווייסן מיר אז Y (וואס איז ווי דערמאנט 2 מאל X, און אנדערע ווערטער 2 מאל 75) איז 150.
ווייסן מיר שוין אז דער קאר איז געפארן ביים ספיד פון 75 מייל פער שעה, א וועג פון 150 מייל.
יצעט דער באס איז געפארן א ספיד פון X מיינוס 15 טיימס 3, X איז דאס 75. מיינוס 15 איז דאס 60. 60 טיימס 3 איז 180, סוי דער באס איז געווארן אויף 60 מפ"ש א וועג פון 180 מייל.

בקיצור:
אויטא
ספיד(X)
דיסטענס(Y)

קאר
75
150

באס
60
180
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

שוין... נישט געבליבן קיין ארבייט. ייש"כ ירוחם
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

אקעי, לאמיר נישט זיך אפשטעלן דא, לאמיר גיין ווייטער.
נניח אז כ'מאך א איווענט. כ'ווייס? עפעב א ביזנעס קאנפרענץ. דמי כניסה איז $1.50 פאר מעמבערס, און 4$ פאר נישט-מעמבערס. סוף טאג איבערציילנדיג דמי כניסה זאגט מיר דער מענטש וואס איז געשטאנען ביים טיר אז 2200 מענטשן זענען אריינגעגאנגען צום קאנפרענץ, און אינעם פושקע איז דא $5050 דאלער. רעכן אויס (לכתחילה [נד"נ] מיט אלדזשעברע) וויפיל מעמבער זענען געקומען און וויפיל נישט מעמבער.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

X = מעמבערס
Y = נישט מעמבערס

X+y = 2200
x*1.5)+(y*4) = 5050)
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נעם אראפ 1.5 Y און 1.5 X פון די לינקע זייט, און 1.5 * 2200 פון די רעכטע זייט

1750 = 2.5 * Y
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

1750 ÷ 2.5 = 700
ממילא איז Y = 700
X = 2200 - 700 וואס איז 1500
700 * 4 = 2800
1500 * 1.5 = 2250
2250 + 2800 = 5050
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

זאכליך האט געשריבן:נעם אראפ 1.5 Y און 1.5 X פון די לינקע זייט, און 1.5 * 2200 פון די רעכטע זייט

1750 = 2.5 * Y

זאכליך האט געשריבן:1750 ÷ 2.5 = 700
ממילא איז Y = 700
X = 2200 - 700 וואס איז 1500
700 * 4 = 2800
1500 * 1.5 = 2250
2250 + 2800 = 5050

איך בין דיזי איך מיין אז די נאומבערס זענען ציפארען מיט רעכטס און לינקס ניין?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וועלמיר ווארטן אויף ירוחם צו אויסקלארן...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

נוצנדיג אלדזשעברע סיסטעמס אף איקוועישזאנס וועלן מיר סאלווען דעם פראבלעם:

קודם וועלן מיר אנהייבן ווי זאכליך. מיט X וועלן מיר באצייכענען דעם אומבאקאנטן צאל פון מעמבערס. מיט Y וועלן מיר באצייכענען דעם אומבאקאנטן צאל פון נישט מעמבערס.
X = מעמבערס
Y = נאן מעמבערס

וויבאלד מיר ווייסן אז עס זעען געווען 2200 באטייליגטע, ווייסן מיר אז
X + Y = 2200

יעצט מיר ווייסן אז X האט געצאלט 1.5, און אז Y האט געצאלט 4, און אז דער סך הכל איז געווען 5050. אויב אזוי קענען מיר זאגן אז
Y*4)+(X*1.5)=5050)

יעצט, מיט פשוטע אלדזשעברע קען מען זיך כמעט נישט אן עצה געבן מיט צוויי אומבאקאנטע נומערן. סוי אונז וועלן דארפן ארויסנעמען איין וועריעבל (וועריעבל באדייט א אות אזוי ווי X אדער Y וואס מ'ווייסט נישט וועלכע נומער דאס איז), און עס אויפטוישן מיט די אנדערע וועריעבל. (סאבסיטושן)

לאמיר נעמען די ערשטע איקוועישאן, X + Y = 2200. אויב מיר נעמען אראפ X פון ביידע זייטן, קומט אויס אז Y = 2200-X. (מיר קענען אויך טון פארקערט X=2200-Y, ס'נישט קיין חילוק בעצם)
קומט אויס אז מיר האבן א נייע וועג וויאזוי מיר קענען רופן Y, ווייל מיר ווייסן אז עס איז די זעלבע ווי 2200 מיינוס X. סוי לאמיר דאס נוצן אינעם צווייטן איקוועישאן
X*1.5)+4*(2200-X)=5050)

יעצט, לאמיר אנהייבן סימפליפייען דעם פראבלעם:
שטאפל א, צוטייל איך דעם 4 טיימס אין צוויי חלקים, 4 טיימס 2200 און 4 טיימס X:
X*1.5)+8800-4*X=5050)

שטאפל ב', נעם איך אראפ X*1.5 מיינוס 4*X איז 2.5-*X

קאוד: וועל אויס אלע

8800-2.5*X=5050

(סארי פארן שרייבן אין קאוד, אנדערש איז מיר די נאמבערס געווארן פארמישט

שטאפל ג' יעצט נעם איך אראפ פון ביידע זייטן 8800. בלייבט אזוי:

קאוד: וועל אויס אלע

–2.5*X= –3750

שטאפל ד', צעטייל איך ביידע זייטן אין 2.5-

קאוד: וועל אויס אלע

(–2.5*X)/-2.5= –3750/-2.5

דער רעזולטאט איז
X=1500

אז מ'ווייסט שוין וויפיל X איז, קען מען צוריקגיין און אויסרעכענען אלע אנדערע חשבונות.

יי"כ
שוין זייער זייער לאנג נישט געניצט אבער איך ערלויב זיך 2 הערות פון די משהו וואס איך געדענק
וואלסט געדארפט שרייבען וואס מען טוט אויף איין זייט פון איקוועישזאנ טוט צען אויף די צווייטע זייט
ווען מען שרייבען MULTIPLICATION וואס אין פשוטע שפראך שרייבט מען 2X2=4 שרייבט צען אין אלגעברא 2*2=4

קאוד: וועל אויס אלע

8800-2.5*X=5050

וואאלסט געדארפט שרייבן

קאוד: וועל אויס אלע

8800-(2.5X)=5050

דוכט זיך אז עס איז דא א סדר פון ליינען אן איקוועיזשאן
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

כ'פרוביר צו פארשטיין וואס דו האסט געשריבן, אבער די איקוועשאנס זענען ארויסגעקומען צומישט
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

די האסט געשריבען

קאוד: וועל אויס אלע

8800-2.5*X=5050

וואס מען קען ליינען
8800-2,5 וואס איז 8797.5 און דאס מולטיפלייען מיט איין מאל X
וואאלסט געדארפט שרייבן

קאוד: וועל אויס אלע

8800-(2.5X)=5050
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

אה, סארי, כ'בין געווען אויף די מאביל סייט. יעצט אויף דעם געהעריגן סייט זע איך וואס דו מיינסט. בעצם ביסטו גערעכט.
די סיבה פארוואס כ'האב נישט גענוצט רינגעלעך, איז ווייל טיימס קומט אלעמאל פאר מיינוס אדער פלאס.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”