אלדזשעברע

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

אין די וואכעדיגע מאמענט האב איך אין די קינדער אויסגאבע (יא כ'ליין די קינדער אויסגאבע, האסט א פראבלעם דערמיט?...) געזען א חידה וואס מקען גרינג סאלוון מיט סיסטעמס אף איקוועשאנס.
אט איז די שאלה

אינמיטן א פעלד שטייען עטליכע בלימן, און העכער זיי פליען עטליכע בינען. פאלגנד זענען עטליכע פאקטן איבער די בלימען און בינען. דיין אויפגאבע איז אויסצוחשבונן פון דעם וויפיל בלימען און בינען זענןע פאראן. דער ערשטער פאקט, אויב יעדע בין וועט זיך ארויפזעצן אויף א בלום וועט איבערבלייבן איין בין א א בלום. דער צווייטער פאקט אויב די בינען וועלן זיך ארויפזעצן פארווייז צוויי בינעו אויף א בלים וועט איבערבלייבן איין בלים אן קיין בין. וויפיל בלימען און וויפיל בינען זענען דא?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

די צוויי איקוועיזשאנס זענען
flowers = bees - 1
bees = flowers*2-2
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

קאוד: וועל אויס אלע

x = bees
y = flowers

x = (y*2)-2
y = x-1

x = (x-1)+(x-1)-2
x = (x*1)+(x*1)-4
x = (x*1) + 4 -4
x = 4

y = 4-1
y = 3
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מילכיגער האט געשריבן:שוין... נישט געבליבן קיין ארבייט. ייש"כ ירוחם

דריי דיך נישט ארויס!!! דאס אלעס אויבן איז געווען משל'ים ביטע מסביר זיין פאר דאמיס די אלף בית די יסודות דערפון
דאנק
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

קודם דארף נאך חילי אריינקומען מיט זיין עלעקטראמאגנעטיג וואטעווער ;l;p- ;l;p- ;l;p-
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מ'האט געדארפט אויפאקערן א פעלד א מייל גרויס. ס'איז דא 3 אקער טרעקטארס, די ערשטע מאכט די פעלד אין 1 שעה, פאר די 2'טע נעמט עס 3 שעה פאר די 3'טע 6 שעה.

אויב מ'וועט צוטיילן אויף א פראפעסיענאלע וועג פאר יעדעם איינעם א חלק אז זיי זאלן ענדיגן די זעלבע צייט, ווי לאנג וועט נעמען צו ענדיגן די גאנצע פעלד?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך קען נישט קיין אלגעברא, אבער לפי חשבוני דארף מען צוטיילן דעם פעלד אויף א אופן אז דער צווייטער זאל באקומען א דריטל פונעם ערשטן, און דער לעצטער א זעקסטל פונעם ערשטן.

סאו דער ענטפער דארף זיין 40 מינוט. אין די צייט מאכט דער ערשטער צוויי דריטל, דער צווייטער מאכט א דריטל פון פון וויפיל ער מאכט איז דאס צוויי דריטל פון די איבריגע דריטל - סאו אןיב מאכט דער צווייטער געווענליך א דריטל פעלד אין א שעה, וועט ער מאכן אין צוויי דריטל שעה (40 מינוט) א צוויי דריטל פון א דריטל, און דער לעצטער מאכט די לעצטע דריטל פונעם דריטל אין 40 מינוט (עס נעמט אים 120 מינוט - 2 שעה - צו מאכן איין דריטל, סאו אין 40 מינוט מאכט ער א דריטל פון א דריטל.

ווי סאך צייט און קאפ וואלט איך זיך געשפארט ביי די ביישפיל ווען איך קען ווען יא אלגעברא?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זאכליך האט געשריבן:מ'האט געדארפט אויפאקערן א פעלד א מייל גרויס. ס'איז דא 3 אקער טרעקטארס, די ערשטע מאכט די פעלד אין 1 שעה, פאר די 2'טע נעמט עס 3 שעה פאר די 3'טע 6 שעה.

אויב מ'וועט צוטיילן אויף א פראפעסיענאלע וועג פאר יעדעם איינעם א חלק אז זיי זאלן ענדיגן די זעלבע צייט, ווי לאנג וועט נעמען צו ענדיגן די גאנצע פעלד?

וואס זענען די איקוועזיענס צו סאלוון?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

איך גלייב אז דאס איז נישט קיין אלגעברע קוועסשאן. כ'זע נישט קיין unknowns וואס מ'קען באצייכענען מיט X Y און Z
דאס איז א ארטימעטיק שאלה. און איין וועג צו סאלוון איז לכאורה דורך צו צוטיילן די שאלה אין צוויי חלקים
ערשטע חלק 1+1/3+1/6 = 3/2
ווייסן מיר אז אין א שעה טוען די טרעקטערס איינס און א האלב מייל. וויבאלד מיר דארפן דא בלויז צוויי דריטל פון איינס און א האלב מייל, ווייסן מיר אז מ'צעטלייט די שעה אין צוויי דריט מאכן מיר
1 צעטיילט אין 2/3 אין די ריזאלט איז 2/3 פון א שעה = 40 מינוט.
וויפיל מינוט האסטו געשפענדעט אויף דעם מי חכם?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א מעשה שהיה ווערט געברענגט ערגעץ
דריי אידן זענען געפארן א וועג, איינער האט מיטגעברענגט 3 ברויטן דער צווייטער 2 ברויטן און דער דריטער גארנישט, און זיי האבן אלע דריי צוזאמען געגעסן אלע סעודות נאך די רייזע האט דער דריטער ארויסגענומען 5 גולדען און זיי אהין געגעבן פאר די צוויי אלץ באצאלדינג פאר די ברויטן
האט דער ערשטער געזאגט אז מיר קומט דריי גולדן און דיר קומט נאר 2, ווידעראוים דער צווייטער האט געטאהנט אז פון וואו ווייסטו פון וועמענס ברויט דער דריטער האט געגעסן? ער האט געהאלטן אז מען דארף זיך צו טיילן מיט די געלט
זענען זיי געגאנגען צו א חכם און ער האט געפאסקענט אז דער ערשטער דארף באקומען פיר גולדען און דער צווייטער נאר 1
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אבן עזרא. דער חשבון איז אז יעדער האט געגעסן 5 דריטלעך, און דער גאסט האט געצאלט א גילדן פער יעדן דריטל, 4 דריטלעך איז געקומען פונעם ערשטן (וועלכער האט געברענגט 3 ברויטן - 9 דריטלעך, 5 פאר זיך און 4 פארן גאסט) און נאר איין דריטל פונעם צווייטן(וועלכער האט אריין געלייגט אין די פול 2 ברויטלעך - 6 דריטלעך, 5 פאר זיך און נאר איינס פארן גאסט).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מי חכם האט געשריבן:אבן עזרא. דער חשבון איז אז יעדער האט געגעסן 5 דריטלעך, און דער גאסט האט געצאלט א גילדן פער יעדן דריטל, 4 דריטלעך איז געקומען פונעם ערשטן (וועלכער האט געברענגט 3 ברויטן - 9 דריטלעך, 5 פאר זיך און 4 פארן גאסט) און נאר איין דריטל פונעם צווייטן(וועלכער האט אריין געלייגט אין די פול 2 ברויטלעך - 6 דריטלעך, 5 פאר זיך און נאר איינס פארן גאסט).

זייער פיין! און איצט זייט מוחל און שטעל אראפ די איקוועזיאנס דאנק
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

2+3 ברויט =5 ברויט. ווען מ'צוברעכט דאס אין 3 שטיקלעך ווערט 15 שטיקלעך:
5*3=15.
15/3=5, יעדער באקומט 5 שטיקלעך.

דער ערשטער וואס האט געברענגט 3 ברויט האט געברענגט 3*3=9 שטיקלעך
דער צווייטער וואס האט געברענגט 2 ברויט האט געברעגט 2*3=6 שטיקלעך.

דער ערשטער האט געגעסן 5 שטיקלעך קומט אויס אז ער האט איבער געלאזט 9-5=4.
דער צווייטער האט געגעסן 5 שטיקלעך קומט אויס אז ער האט איבערגעלאזט 6-5=1.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

סאו דאס האט גארנישט מיט אלדזשעברע ריכטיג?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

ניין. אלדזשעברע העלפט אונז ווען אונז האמער א נומבער וואס מיר ווייסן נישט וואס דאס איז, און מיר נוצן א פארמולע געוואויר צו ווערן וואס די נומער איז.

אין פראגרעמינג נוצן מען נישט דירעקטאלדזשעברע, אבער די איידיעס פון אלדזשעברע קומען שטארק צוניץ ווען מיר שרייבן if סטעיטמענסטס וועלכע זענען אנגעוואנדן אין וועלכע וועליו א וועריעבל האט (און אזוי אויך איז דא באליען אלדזשעברע וועלכע איז באמת א סוגיא פאר זיך).

און די פאל איז נישטא קיין נומבער וואס מיר ווייסן נישט וואס עס איז. מיר ווייסן פונקטליך וויפיל ברויט עס איז געווען, צווישן וויפיל מענטשן מ'האט עס צוטיילט, וויפיל דער דריטער האט געצאלט, און וויפיל דער חכם האט געזאגט קומט פאר יעדן. די שאלה איז נאר די לאגיק, פארוואס עס איז אזוי, און דאס צו טון דארפן מיר פשוט מאכן אן ארטימעטיק חשבון אין דריי שטאפלן: קודם דארפן מיר זען וויפיל יעדער האט געגעסן, דערנאך דארפן מיר לויט דעם אויסרעכענען וויפיל דער דריטער האט געצאלט פער שטיקל עסן, און פיינעלי דארפן מיר דערנאך אויסרעכענען וויפיל יעדער האט ביישטייערט צום דריטן'ס עסן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יישר כחכם ירוחם
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

.
אטעטשמענטס
AiZMTA9FDY3EAWRtQTevCncIQKmrpiyThue_su_2q-cI.jpg
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

27
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

למעלה משבעים האט געשריבן:27

לאמיך זעהן די פאנקשען
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כ'האב נישט קיין פאנקשן, אבער אויב ביי ביידע קומט דער קליינער אן צו די זעלבע גראדע נומער האב איך פראבירט מיט 3 קג, און עס שטימט.... ווייל דאן איז די גרויסער 17 און דער מיטעלער 7, און צוזאמען 24.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דאס איז די זאך דא
צו שרייבן א פאנקשען אן דעם מען זאל דארפן געססן
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

תשובה לשאלה היא פשוט, מ'דארף נאר צוזאמרעכענען די דריי נאמבערס 10+20+24 = 54 וואס דאס איז די טאטעל פון צוויי פון יעדע חי', צוטיילט מען עס אין צוויי 54/2 = 27, וזה התשובה להשאלה, ודו"ק (איך האף סיז געניג קלאר).
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

יענקל ;l;p-
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

למעלה ווייזט די פאוער פון אלדזשעברע. אן אלדזשעברע דארף מען פרובירן ביזט מ'טרעפט עפעס וואס ארבעט, און אפילו מיט יענקל'ס טריק פון צוזאמרעכענען אלע און צוטיילן וואס געט אונז די פיינעל ענטפער, זאגט עס אבער נישט וויפיל יעדע חיה פאר זיך וועגט. אבער מיט אלדזשעברע קען מען גאנץ גרינג געוואויר ווערן די וואג פון יעדע חיה באזונדער, און דער חידה וואלט געקענט זיין נאך שווערער און פרעגן וויפיל עס וועגט בלויז איין חיה אליינס אויפן וואג, אדער סיי וועלכע קאמבינאציע און מיר וואלטן דאס געקענט אויסרעכענען.

לאמיר שרייבן דריי איקוועישאנס, און מיט אביסל אלדזשעברע וועט די זאך ווערן געסאלווט מאליה.

לאמיר זען וואס מיר האבן דא:
הינטל + קעצל = 24
הינטל + האזל = 20
קעצל + האזל = 10

די שאלה איז: הינטל + קעצל + האזל = ?

בעצם וואלטן מיר געקענט אויפטוישן די חיות מיט אותיות (צב"ש קעצל = X, האזל = Y, א.א.וו), אבער למען הפארשטענדליכקייט לאמיר לאזן די נעמען

די קונץ איז צו עלימענירן איינע פון די חיות אין איינע פון די זאצן. דאס צו טון דארפן מיר אביסל ארומטוישן די זאצן. לאמיר נעמען דעם ערשטן זאץ:

הינטל + קעצל = 24

אויב כ'נעם אוועק דעם האזל, וויפיל וועגט דער הינטל? 24 מיינוס וויפיל דער קעצל וועגט:

הינטל = 24 - קעצל

השתא דאתית להכי, דארפן מיר שוין נישט שרייבן "הינטל" נאר אנשטאט קענען מיר שרייבן "24 מינוס קעצל" ווייל "הינטל = (איז דאס זעלבע ווי) 24 - קעצל):

לאמיר דאס אריינלייגן אינעם זאץ "האזל + הינטל = 20":

האזל + 24 - קעצל = 20

לאמיר דאס איבערשרייבן למען הקלארקייט:
24 + האזל - קעצל = 20

איר זעט נאכנישט וויאזוי דאס העלפט אונז? ווארט מיט געדולד, מיר זענען אט אט דארט. מיר האבן גענומען דעם זאץ "האזל + הינטל = 20" און ארויסגענומען דערפון דעם הינטל, און אנשטאט אריינגעלייגט אן איבעריגע 24 מינוס די וואג פון א קעצל. אויפן מינוט זעט דאס אויס ווי מיר האבן פשוט מחליף געווען פרה בחמור, אדער הינטל מיט קעצל, אבער דא ליגט באגראבן א חכמה. פונקט ווי מיר האבן באוויזן צו דעפענירן דעם הינטל אין טערמינען פון א קעצל, קענען מיר דעפענירן דעם קעצל אין טערמינען פון א האזל:

האזל + קעצל = 10
אויב אזוי:
קעצל = 10 - האזל

יעצט, לאמיר צוריקגיין צום זאץ "24 + האזל - קעצל = 20" און אנשטאט "קעצל" אריינלייגן "10 - האזל".
24 + האזל - (10 - האזל) = 20
דאס קען מען איבערשרייבן קלארער ווי פאלגנד:
2 × האזל + 14 = 20

דא באווייזט זיך אן אינטערעסאנטע זאך! דער זאץ פארמאגט נישט קיין איין חיה אין זיך, בלויז א האזל! איצטער, אן איקוועישאן איז איז ווי א וואגשאל. אז מיר נעמען אראפ 14 פון ביידע זייטן, וועגט דער וואגשאל ווייטער די זעלבע:
2 × האזל + 14 = 20
נעם אראפ 14 פון ביידע זייטן בלייבן מיר מיט
2 × האזל = 6

צוטייל ביידע זייטן אין 2, בלייבן מיר מיט:

האזל = 3

יעצט אז מיר ווייסן שוין וויפיל דער האזל וועגט, קענען מיר צוריקגיין צו די אנדערע זאצן, ארויסנעמען "האזל" און אנשטאט אריינלייגן "3".

קעצל = 10 - האזל וועלן מיר איבערשרייבן צו
קעצל = 10 - 3
דאס איז דאך פשוטע אריטמעטיק! ווייסן מיר שוין אז

קעצל = 7

אז מיר ווייסן שוין וויפיל דער קעצל וועגט, גייען מיר צוריק צום דריטן זאץ "הינטל = 24 - קעצל" און אנשטאט "קעצל" וועלן מיר שרייבן "7".

הינטל = 24 - 7.
אויב אזוי,

הינטל = 17.

און אזוי ווייסן מיר וויפיל יעדע חיה וועגט, און אז מ'רעכנט צוזאם אלע דריי (17+7+3) וויסן מיר אז דער דריטער וואג וועגט 27.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ירוחם
געליינט און הנאה געהאט ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”