SEO - Search Engine Optimization

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אויב איז איינער אינטערסירט אין די הונדערטער פוינטס וואס גוגל קוקט. (קען זיין עס ס'האט שוין עטוואס געטוישט).

https://copy.com/cGyAbkGzr6md

בד"וו, איך קען נישט ארויפלאודן קיין גרויסע פיילס, אויב איינער ווייסט וויאזוי ביטע לאזט מיר אויך וויסן.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

היפאקריט האט געשריבן:צווישן די גרויסע ברענדס קען מען שוין נישט אריינשטופן די נאז, ווייל זיי האבן נאטירלעך אסאך און גוטע פעטע לינקס וכו' ועוד. בלייבט דער שלאכט צווישן די קליינע וואס האבן ביידע ווייניג לינקס און דארט מאכן אויס די אנדערע פאקטארן ווי סטרוקטור און הטמל טעגס וכו' וואס באמת האבן זיי גאר א שוואכער השפעה אין פארגלייך צו לינקס און בדרך כלל וועלן אזאנע טאקע נאר רענקן פאר די דאזיגע לאנגע שוואנץ שליסלווערטער וואס די גרויסע האבן נישט פארכאפט
צו דערצו קומט אז מען שטעלט די שאפפינג באצאלטע עדס און נאך אין די הייעך אזוי ארום אז די קליקס צו די אומבאצאלטע שרינקט העפטיג און ווי באקאנט האט טאקע גוגל געלייזט אשיינע פאר טוללער זינט דאן


צו צוענדיגן די לענגערע נעכטיגע תגובה עמער נעמען די רעכט צו זאגן אנדערש אדער פארקערט לגבי די דערמאנטע פונקטן פון היפאקריט זז"ג.
צווישן די גרויסע ברענדס קען מען זיך דייקא אריינשטופן די נאז. איך האב שוין געטרייעט און געהאט סוקסעס מיט עס אי או אין ווייניגער ווי א וואך. די סיבה דערפון איז אז די גרויסע ברענדס קענען זיך נישט שפילן מיט די קליינע ספעסיפיקעישנס פון יעדע אייניציגע אייטעם. זיי ארבעטן מער אויף א כללית'דיגע פארנעם, און וועגן דעם אויב זעצט מען זיך ארויף זייער שטארק קאנצענטרירט אויף געוויסע פראדוקטן קען מען זייער שנעל זייער גוט רענקן.

גוטע לינקס זענען גוטע לינקס, און אויב באקומט א סייט לעגיטימע גוטע לינקס, און גוט אין דעם פאל מיינט עס אז די סייטס צו וואס דו לינקסט רעדט זיך אויך ספעציפיש פון די נושא וואס דו קאווערסט - א זאך וואס די גרויסע קענען בשום אופן נישט אזוי שטארק ספעציפייען, ווייל זיי האבן אסאך זאכן צו קאווערן, און האבן טויזענטער לינקס - קענען דיינע ווייניג לינקס דיר ברענגען מער בענעפיט פאר דיין זאך ווי די סאך לינקט פאר די גרויסע.

לאנגע שוואנץ שליסלווערטער (חחח) איז נישט קיין בדיעבד, נאר א לכתחילה און נאך א בענעפיט פאר א קליינע סייט. לאמיר עס א טראפ מסביר זיין. ווי שוין געשריבן פארשטייט דער ענדזשן גארנישט, ער מעטשט נאר דעם סערטש מיט א רעזאלט. די בעסטע מעטש געוואונט. אמאליגע צייטן פלעגן מענטשן מורא האבן פון גוגל… און ווען מ'האט געזוכט שיך האט מען אריינגעטייפן "שיך" און גוגל האט געמוזט גיין געוואויר ווערן וועלכע שיך דו מיינסט טאקע.

ביי די וועי, גוגל לייגט אריין אין אלע קאמפיוטערס א קוקי ווען מ'באנוצט זיך די ערשטע מאל מיט זיי, און ספעציעל ווען מ'עפנט א ג'ימל אקאונט, און זיי הייבן אן פאקן אינפארמעישן איבער דיין אינטערנעט באנוץ יעדע רגע פון טאג. אלע נושאים וואס דיר איז אינטערסאנט, אלע אימעיל טאפיקס וואס דו רעדסט, און אוודאי און אוודאי אלע סערטשעס וואס דו מאכסט מיום הוסדה. און היינטיגע צייט, אויך אלע דיינע פראפיילס פון אלע דיינע סאשל פלעטפארמס, און אלע זאכן וואס דו האסט הנאה געהאט צו זען, הערן, ליינען און פארשטיין. גאר שנעל בויען זיי אויף איבער יעדן איינעם באזונדער א פולע פראפייל פון אלעם און אלעס איבער דעם מענטש. זיי ווייסן ווער דו ביסט, מאן אדער פרוי, יונג אדער אלט, העי נישט נאר יונג אדער אלט, נאר ביז די דרייצן, פון דרייצן ביז פיר און צוואנציג, פון פיר און צוואנציג ביז זעקס און דרייסיג, פון ביז פינף און פערציג, פון ביז פופציג, זעכציג, זיבעציג און העכער.
זיי האלטן חשבון אויף אלע לאקעישנס פון וואו מ'האט זיך קאנעקטעד, און אין וואס מ'איז געווען אינטערסירט ביי יעדע לאקעישן. וואס מ'האט ליב, וועלכע סייז מ'איז, און וואו מ'דרייט זיך. וועלכע מינים עסן מ'גלייכט און וועלכע ברענדס מ'נוצט געווענליך. קרעדיט קארד יוז, שאיפות אין מותרות, פחדים, מיחושים, און ביזנעס אינטערעסן. אלעס וואס דו האסט אמאל געטון אנליין האלטן זיי אוועקגעלייגט, און דערנאך פיטערן זיי די אינפארמאציע פאר קאמפאניעס וואס צאלן דערפאר, און ווייזן דיר וואס זיי גלייבן אז דו ווילסט זען.

דעריבער אפילו אויב דו וועסט בלויז אריינטייפן "שיך" קענסטו טרעפן וואס דו זוכסט באמת, ווייל גוגל ווייסט אז דו ביסט א מאן אין די פערציגער און דו האסט געקויפט די לעצטע צוויי יאר נאר לעדערנע שווארצע שיך, און זיי קענען דיר דאס צושטעלן. אבער דער עולם האט זיך צעביסלעך צוגעוואוינט צום גרויסן בער און געזען אז ס'בייסט נישט, און מ'האט אנגעהויבן אריינלייגן גאנצע דרשות אין דעם סערטש, און דאס געט פאר די קלענערע קאמפאניס מער צוטריט צו דעם טרעפיק, ווייל די גרויסע קאפאניעס קענען זיך נישט אפגעבן מיט יעדע ספעציפישע מעגליכע טערמין וויאזוי מענטשן גייען זוכן די פראדוקטן וואס זיי פארקויפן, אבער די קלענערע קאמפאניעס קענען זיך סאך מער אריינלייגן אויסצופיגערן וועלכע לאנגע שורות ווערטער מענטשן גייען אריינטייפן צו טרעפן וואס זיי זוכן. און פארשטענדליך אז וואס לענגער דער סערטש קוערי איז, אלס פונקטליכער און מער געצילט אין פינטל איז עס. און וואס מער דיינע קיווארדס זענען געצילט אין פינטל וועט גוגל שטעלן דיינע קיווארדס די ערשטע, ווייל דיינע קיווארדס זענען א מער עקזעקט מעטש מיט די סערטש קוערי. קומט אויס אז לאנג-טעיל איז בכל אופן א פלאס, און ספעציעל קעגן די גרויסע קאמפעטיטארס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אַבּערוואַס האט געשריבן:זאלער אזא הערליכע שיעור! שפתיים ישק! אזוי שיין און קלאר א קינדערגארטן יונגל קאן דאך דאס שוין פארשטיין! יישר כח
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זאללער זייער שיין און אינפארמאטיוו.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

זאללער זייער זייער קלאר,
ישר כוחכם
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

WOW ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען, איר זענט געוואלדיג.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שכח הרב זאל ער קומען זייער זייער אינפארמאטיוו

איך האב מיר שוין גענומען למעשה צום שלעפשיץ מוסדות

באמת א גרויסן שכח - א ריכטיגער גמילות חסד

איך ליין שוין אזוי לאנג וועגן די אלע ווערטער - מעטע דעטע וכו' ועוד
שוין געליינט אסאך דערוועגן אבער קיינמאל נישט ארויסגעהאט אזוי קלאר
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

http://searchengineland.com/write-meta- ... o3I.twitte
פארוואס עס איז יא וויכטיג צו מאכן א גוטע דיסקריפשן טעג-
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אזוי ווי איך בין לעצטענס אריבער קורסעס אינעם נושא וואלט איך געווען גרייט אביסעלע מיטצוטיילן מיטן ציבור
די שאלה איז נאר צו איינער איז אינטערסירט
who is in?
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

וואס עפעס? האט געשריבן:אזוי ווי איך בין לעצטענס אריבער קורסעס אינעם נושא וואלט איך געווען גרייט אביסעלע מיטצוטיילן מיטן ציבור
די שאלה איז נאר צו איינער איז אינטערסירט
who is in?

I'm
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

איך אויך
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גם אני מעוניין בזה מאוד מאוד, אויב מעגליך אויך אריינגיין אביסל אין עמאזאן סוירטש, און די נייע גוגל פראדוקטן זוך.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

וואס עפעס? האט געשריבן:אזוי ווי איך בין לעצטענס אריבער קורסעס אינעם נושא וואלט איך געווען גרייט אביסעלע מיטצוטיילן מיטן ציבור
די שאלה איז נאר צו איינער איז אינטערסירט
who is in?


זיכער!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

משום מה איז מיר פארלוירן א לענגערע ארטיקעל וואס כהאב אנגעהויבן צו שרייבן דא אינעם פארעם און איך וועל אצינד איבערשרייבן די ראשי פרקים.

איינg פון די שטארק אקטיווע נושאים אצינד איז די נייע גוגל רעגולאציעס לגבי מאביל פרענדלי און עס הייסט אז אום אפריל 21 גייט מאביל אינפאסירן די נייע רעגולאציעס.
עס איז ראטזאם פאר יעדעם בודק צו זיין סייט צו סאיז מאביל פרענדלי אדער נישט, עס איז דא עטליכע וועגן עס בודק צו זיין (WEBMASTER TOOLS)

איינער פון די זאכן וואס איז אדערווייל נישט קלאר איז צו וויזאוי גוגל גייט צוגיין צו די זאך, אדער גייען זיי טאטל נישט ארויפברענגן די סייטס וואס זענען נישט מאביל פרענדלי אזער גייען זיי עס נאר נישט ארויפברענגן פאר מאביל באניצער משא"כ אין זייער סערטש ענדשין וועט עס יא ערשיינען ווי געווענליך.

עס איז דא 2 מהלכים וויזאוי זיל צוצושטעלן אדער קען מאכן א מאביל ריספאנסיוו סייט אדער קען מאכן א .מאביל סייט
לדוגמה זעהט דא די דשיראסעלעם פאסט האט 2 סייטס JPOST.COM און m.jpost.com
צוליב ענגע צייט ווועליך צוברענגן דא אויף ענגליש אלע מעלות וחסרונות פון ביידע מהלכים און מ'וועט עס אי"ה ווייטער אויסשמועסן:

P
pros of Mobile Sites:

Can be customized for mobile users
Should be the most mobile-friendly version of a site
Easier and cheaper to design

Cons of Mobile Sites:

Recurring maintenance
Higher costs for updating the content of multiple websites-
May need to be reworked to meet future browsers-

Pros of Responsive Web Design:

Highly flexible – one responsive website works on all devices, so only one site has to be created and maintained-
This is Google’s recommended configuration-
Can be a better return on investment since most responsive sites won’t need much future maintenance to comply with new browsers

Cons of Responsive Web Design:

More expensive upfront cost-
Doesn’t convert as well-

The Bottom Line
It truly depends on what your site is focused on and what you need it to do. Make your website user-friendly, helpful, and relevant and you will have the opportunity to rank in Google organic search, regardless of the website type.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כ'הא ערגעץ געליינט אז גוגל'ס בעפארצונגונג פאר רעספאנסיוו דעזיין מיינט יא אז עס וועט רענקן בעסער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

כך הוא דרכו של גוגל מאז... ווען זיי ווילן עפעס זייער שטארק, זאגן זיי אז ס'גייט האבן א השפעה אויף רענקינג אפי' ווען עס האט נישט קיין שום פשט אז דער מיט'ן Responsive סייט זאל זיין בעסער פאר'ן יוזער, נאר היות עס איז געשמאקער פאר זיי מכמה סיבות און בעיקר ווייל עס מאכט גרינגער פאר זייער סיסטעם ווען אלע גייען נאך א געוויסן סטענדערד, ממילא וועלן זיי שטופן יעדן צו איין מהלך.

יעצט פאלט מיר איין אז זיי האבן גאר א שטארקע סיבה צו שטופן צו Responsive דעזיין ענדערש ווי מאביל סייטס, הגם ווי איינער האט געברענגט אויבן איז עס נישט גוט פאר conversions - ווייל מענטשן זענען נישט באקוועם מיטן אויסשטעל אויפן דעסקטאפ, מ'איז פשוט נישט געוואוינט צו דעם (נעם דעם אייוועלט מאביל אויף דיין דעסקטאפ) עכ"ז און דוקא צוליב דעם וויל גוגל אז אלע זאלן גיין Responsive און טאקע טוישן דעם סטענדערד פון דעסקטאפ סייטס, -און נישט געזארגט די ציג העט זיך צוגעוויינען..- ווייל אזוי ארום וועט דער עולם זיין באקוועם מיט די מאביל אויסקוק און טאקע קויפן מער דורך מאביל, און ווען מ'קויפט מער עדווערטייזט מען און מען צילט טאקע מאביל וואס דארט ווען מען קויפט קויפט מען אסאך שנעלער, און ווי געזאגט דאס איז אנגעוויזן אז די מאביל אויסזעהן זאל זיין דער לכתחלה'דיגער בליק פון א וועבסייט,

וואו האב איך אנגעהויבן? יא.. אז גוגל וויל דאס, ממילא זאגט ער אז דאס וועט העלפן מיט רענקינג. און דאס אליין אז זיי רעקאמענדירן עס איז שוין גענוג אלע זאלן דאס וועלן האבן און אזוי דרייען זיי מיט אלע פון זייערע "געזעצן" וואס זיי לאזן הערן דעם עולם

אבער באמת באמת איז דא אין זייער ווייניג פון די זאכן וואס זיי זאגן עפעס ממשות און אויב צוליב רענקן בעסער וועט מסתמא ווייניג וואס העלפן א מאבייל סייט אדער responsive סייט
דער אינדוסטרי איז פחות או יתר טויט...
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

CRO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איבער 80 פראצענט פון סייטס פעלן א ריכטיגע CRO מהלך
CRO שטייט פאר conversion rate optimization
די סיבה פארוואס סייטס זענען נאכגעלאזט דערמיט איז פשוט ווייל די בעלי בתים זענען נישט גרייט צו משקיע זיין אין א זאך וואס זיי זעהן נישט מיט די אויגן ווי די געלט גייט און זיי ספענדן נאר פאר דיזיין און פרינטיג (אחוזת עינים) למעשה היינט איז דא א גרויסע אויפוואכונג איבער SEO און מענטשן הייבן אן מער צו משקיע זיין דערין אבער אעפ"כ איז די מארקעט פון CRO זייער שוואך אויף אזוי ווייט אז איינער וואס וויל זיך לערנען זאל קיינמאל נישט גיין קוקן וואס זיין קאמפעטישן טוט ווייל עס איז מער ווייניגער זיכער אז זיין קאמפעטישן'ס CRO איז אויך אין די ערד.
(אויב עס איז דא אן עקסטערע אשכול איבער CRO זאל מיר איינער אנווייזן ביטע)

דא האט איר א וועבסייט וואס איז זייער שטארק אוועקגעשטעלט מיט CRO און יעדער קען אליים נאכקוקען געוויסע טעכניקן.
עטליכע קליינע פונקטן:
1. שטענדיג פאר מ'הייבט אן ארבעטן אויף א סייט דארף מען קודם משקיע זיין עטליכע וואכן צו זעהן פארוואס די קאסטומער'ס גייען אוועק איידער זיי מאכן א סעיל.
2. מ'קען בודק זיין ביז ווי די וויזיטערס קוקען אויף אייער סייט און ביז ווי זיי סקראלן אראפ אויף דיין סייט פעידש און לויט דעם פארבעסערן די סייט.
3. מ'דארף משקיע זיין אין קאמפעניס וואס שיקן אימעיל'ס פאר די באזיכער וואס גייען אוועק אן מאכן א פארטשעס און זיי באקומען א ספעציעלע פראמאשין אימעיל צורוקצוקומען (נארמאל בעטן די פירמעס א געוויסע פראצענט פון די סעילס וואס זיי ברענגן)
4. עס איז דא א פאפ-אפ ארויפצולייגן אז ווען די יוזער וויל צומאכן די טעב פון דיין סייט ( ווען ער לייגט די מייזעל ביי די אויבערשטע חלק פון די סייט) זאל ער באקומען א פאפ- אפ מיט א מעסעדש/ פראמאשן
5.שטענדיג געדענקט! ווען א באזיכער גייט אוועק אן מאכן א סעיל איז דא א סיבה דערויף און מ'דארף פארלייגן אלע כוחות צו זעהן "פארוואס" ער גייט אוועק.
המשך יבא
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

וואס עפעס? האט געשריבן:4. עס איז דא א פאפ-אפ ארויפצולייגן אז ווען די יוזער וויל צומאכן די טעב פון דיין סייט ( ווען ער לייגט די מייזעל ביי די אויבערשטע חלק פון די סייט) זאל ער באקומען א פאפ- אפ מיט א מעסעדש/ פראמאשן

איך קוק דאס אן ווי א ריזיגע נאו נאו!
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אשמרה לפי מחסום האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:4. עס איז דא א פאפ-אפ ארויפצולייגן אז ווען די יוזער וויל צומאכן די טעב פון דיין סייט ( ווען ער לייגט די מייזעל ביי די אויבערשטע חלק פון די סייט) זאל ער באקומען א פאפ- אפ מיט א מעסעדש/ פראמאשן

איך קוק דאס אן ווי א ריזיגע נאו נאו!


שתי תשובות בדבר
ווען יענער האלט שוין ביים גיין האסטו נישט וואס צו פארלירען

ועוד והוא העיקר, פאר די זאכן איז דא שטודיעס אז דאס ארבעט פיין. ממילא אונזער ישיבה'שער בליק קומט נישט אריין... מ'דארף זעהן וואס פראקטיק ווייזט.
ס'איז זייער שווער אריינצוגיין אין יעדנס קאפ אבער אז ס'ארבעט, ארבעט עס
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

How to Be Mobile-Friendly

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

AN ACTIONABLE GUIDE TO SURVIVING THE GOOGLE MOBILE-FRIENDLY UPDATE
Jim Robinson , April 15, 2015

http://www.semrush.com/blog/an-actionab ... ly-update/
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

עטליכע האבן מיך געבעטן אין אישי צו ס'איז שייך איך זאל בויען מער מסודר'דיגע ארטיקלן מיט די בעסיק כללים, מיין ענטפער איז:
אי"ה אז כ'וועל האבן אפאר עקסטרע מינוט וועל איך מאכן דאס אויך אבער אזוי ווי כ'זעה נישט דאס זאל געשעהן ממש איצט, פיל איך אז די בעסטע וועג אויפצוהייבן די אשכול איז דורך אנהייבן דיסקאסיעס און יעדער איינער זאל קענען מיטטיילן זיינע עקספיריענס און וויסענדשאפט.

צוריק צום ענין:
די וויכסטיגסטע זאך ווען עס קומט צו ריסערטש לגבי עני זאך פון טעכנעלאגיע איז צו נעמען אינפארמאציע נאר פון קראנטע מקורות, לענינינו איך פרעזענליך פאלג נאך נאר בלאגס וואס זענען באוויזט מיט טראסט און מ'דארף ויסן אז נישט אלע אינפא. וואס מ'שטויסט זיך אן אויפן וועב מיינט אז ס'ריכטיגע אינפארמאציע.
דא האט איר א שטודיע מיט א פונקטליכע מהלך איבער די באציונג פון די גוגל באניצער און דורך דורכטוהן די נומערן מיט סטאטיסטיקס קען מען זיך זייער אסאך לערנען וויזאוי אוועקצושטעלן א קלארע צוגאנג צו די קאסטומערס. דא האט איר א קורצע חלק און עס איז כדי אז א יעדער איינער זאל אליין דורכקוקען די באגעלייגטע לינק - דא
(נעמט אין אכט אז די אינפארמאציע איז פון 2013 אבער די מהלך איז נאך ניצבאר פאר היינט אויכעט)

In an average week, consumers spend 15+hours researching using their smart phones.
Between a search engine and a mobile app, users lean more towards search engine use.
69% of consumers want businesses to be close to where they are – within 5 miles, as most purchases take place in brick-and-mortar stores.
More than 50% of consumers intend to make a purchase within an hour of researching on their mobile phones.
93% of users are using their mobile devices to research complete a purchase.
An earlier Google study entitled “The Mobile Movement: Understanding Smartphone Users” conducted by independent market research firm Ipsos OTX, found that:

74% of users make a purchase as a direct result of using their smartphones to shop.
88% of users looking for local information via their smartphones end up taking action within a day.
According to 77% of smartphone users, the most visited websites are search engines, followed by social networking, retail sites and video-sharing sites.
90% of smartphone searches results in an action (purchase, subscription, website visit and others).


נ.ב.
עס איז זייער וויכטיג צו קוקען כסדר צו זעהן מיט וועלכע סארט דיווייסעס דיינע קאסטומער קומען צו דיין וועבסייט (די אלע אינפארמאציע איז אוועילעבל אין גוגל ANALITICS) און דורך נאכגיין די אינפארמאציע קענסטו זעהן וויפיל די דארפט משקיע זיין אין מאביל פרענדלי , צומאל מיז מען פארעכטען די מאביל ווערסיע פון דיין סייט צוליב דעם וואס מענטשן קומען אן צו דיין סייט דורך זייער מאביל/טאבלאט דעווייס און גייען באלד אוועק וויבאלד מ'קען נישט נארמאל זעהן די סייט
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

-
אטעטשמענטס
CDYLlp4VAAAOH2I.png
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ivelt mobile.PNG
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Search Engine Optimization Starter Guide

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך וויל יעצט איבערמאכן א סייט זאל זיין מאביל פרענדלי
מיין שאלה וואס איך וויל וויסן איז, וויפיל איז די ראטע פון סעילס וואס ווערט געמאכט אויף פאונס, טעבלעטס?
עס איז זיכער אז מענטשן ניצן אסאך די אלע מכשירים אויף צו זיכן זאכן און אויף ארייננצולייגן אין זייער שאפינג קארט, די שאלה איז נאר וויפיל מענטשן טוהן טאקע ענדיגן די סעיל/פארטשעס אויפן טעלעפון?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”