SEO - Search Engine Optimization

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אנליין סעלער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

SEO - Search Engine Optimization

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנליין סעלער »

בקיצור נמרץ: כדי גוגל, יאהו, בינג וכדומה זאלן קענען ליינען וואס דו פארקויפסט אויף דיין וועבסייט, כדי מען זאל קענען ארויפקומען הויך, דארף די קאודינג-שפראך אויפן וועבסייט זיך פארשטיין מיטן סיערטש ענדזשין

איינער האט עפעס הילף אין די נושא? צו קענט איר רעקאמענדירן א גוטע קאמפאני וואס טוט דאס, וואס איר ווייסט קלאר אז עס האט געארבעט און געברענגט רעזולטאטן?

א דאנק פון פאראויס
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

אסאך הצלחה
איין הערה נאר, קאודינג-שפראך האט כמעט (אדער בכלל) נישט צו עסיאו (עד כמה שאני יודע)

וואס א שאפפינג קארט נוצט איר?

אכמ"ל
לערנט אייך די בעסיקס אליין פאר איר נעמט א פירם
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג

Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שנאפס האט געשריבן:וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג

Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.

נא זעכער!

עס האט אסאך מיט קאודינג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שוין דא כמה וכמה אשכולות דא וועגן SEO צוזאמגעשטעלטע ווי אויך נישט צוזאםגעשטעלטע
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג

Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.

נא זעכער!

עס האט אסאך מיט קאודינג.


גארנישט מיט קאודינג "העלפט"
נאר געוויסע אונבאלומערטע קאודינג קען שעדיגן (ליין וויקי remove barriers to the indexing activities of search engines) דאס איז די טעכנישע זייט און איז למעשה זייער נישט קאממאן היינט אז א סייט זאל נישט רענקן צוליב דעם צפעציעל אויב נוצט מען א פאפולערע שאפפינג קארט
קיין שום קאוד שינוי וועט נישט גיבן פאר א סייט א רענקינג שטופ
און אגב דאס זענען פון די אלטסטע איינרעדענישן ווען ס'קומט צו עס אי או
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איין סעמפל. ווי אזוי די URL פון די "פעידזשעס" ווערן געשריבן קען אסאך אויסמאכען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:איין סעמפל. ווי אזוי די URL פון די "פעידזשעס" ווערן געשריבן קען אסאך אויסמאכען.

אמת
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
בליץ
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בליץ »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג

Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.

נא זעכער!

עס האט אסאך מיט קאודינג.



די ערשטע זאך וואס א SEO מומחה וועט טון איז ער וועט באקוקן די קאודס פון די סייט צו עס איז נארמאל געשריבען אדער צו עס וועט שטערן די רענקינג פראגרעס..

אבער דאס איז נישט SEO בכלל ובפרט....

און נאכמער אויב באמערקט זיי א קאדינג פראבלעים וועלן זיי דיר שיקען צו א פראגרעמער..די SEO מומחה טוט עס נישט געווענליך!
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בינג און יאהו ניצט נאך מעטע דעטע און וועבמעסטער טולס און רענקינג הויבער מיטלען
גוגל וואלט איך געזאגט איז גוגל פלאס די זאך...
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

פאטאקי08 האט געשריבן:בינג און יאהו ניצט נאך מעטע דעטע און וועבמעסטער טולס און רענקינג הויבער מיטלען
גוגל וואלט איך געזאגט איז גוגל פלאס די זאך...

יאהו! און בינג צוזאמען ברענגען נישט קיין סאך למיטב ידיעתי
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2653
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

פאטאקי08 האט געשריבן:שוין דא כמה וכמה אשכולות דא וועגן SEO צוזאמגעשטעלטע ווי אויך נישט צוזאםגעשטעלטע

קען מיר איינער צו ווייזן די אשכולות ביטע?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אנליין סעלער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנליין סעלער »

בליץ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:וויקי זאגט אז עס האט יא מיט די קאודינג

Optimizing a website may involve editing its content, HTML and associated coding to both increase its relevance to specific keywords and to remove barriers to the indexing activities of search engines. Promoting a site to increase the number of backlinks, or inbound links, is another SEO tactic.

נא זעכער!

עס האט אסאך מיט קאודינג.



די ערשטע זאך וואס א SEO מומחה וועט טון איז ער וועט באקוקן די קאודס פון די סייט צו עס איז נארמאל געשריבען אדער צו עס וועט שטערן די רענקינג פראגרעס..

אבער דאס איז נישט SEO בכלל ובפרט....

און נאכמער אויב באמערקט זיי א קאדינג פראבלעים וועלן זיי דיר שיקען צו א פראגרעמער..די SEO מומחה טוט עס נישט געווענליך!


צו ווייסט איר פון א מומחה וואס טויג?
אנליין סעלער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנליין סעלער »

פאטאקי08 האט געשריבן:בינג און יאהו ניצט נאך מעטע דעטע און וועבמעסטער טולס און רענקינג הויבער מיטלען
גוגל וואלט איך געזאגט איז גוגל פלאס די זאך...



וואס הייסט גוגל פלאס? זאל מען יעדע אייטעם שעירן אויף גוגל פלאס??? און מען דארף בכלל נישט קיין מומחה?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

I did a little in this in the last few months, I came to the conclusion that if you want to manage your website and business, you can't do SEO too, you have to give it out to a third party .

If its a new website and you have more time than read about it so you know the basics )check out Moz.com or SEO for dummies( but it's very hard to do everything.

Bottom line, know the basics so you know if the guy you are hiring really knows what he is doing
אנליין סעלער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנליין סעלער »

פאטאקי08 האט געשריבן:שוין דא כמה וכמה אשכולות דא וועגן SEO צוזאמגעשטעלטע ווי אויך נישט צוזאםגעשטעלטע


א דאנק, געטראפן דריי אשכולות וואס רעדן דערפון

viewtopic.php?f=26&t=7069

viewtopic.php?f=26&t=13522

viewtopic.php?f=70&t=20939
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

אז דו ווערסט געוואר פון א גיטען קאמפעני ביטע לאז וויסען.

לפי ידיעתי לוינט זיך עס נישט צו טוהן דא אין אמעריקע.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

SEO אוי ....
איך מיין די צייטן זענען אווער. גוגל האט בפועל געהרגט SEO דורך א צאל טוישונגען און טאקטיקן אין די לעצטע דריי יאר. אזוי אז די אלע אלטע איינרעדענישן פון בעקלינקינג ארבייט שוין לאנג נישט און קען דיך אפילו אראפווארפן.
איין הויפט זאך איז די סקרין סייז. גוגל גיבט היינט פול מער ספעיס ("ריעל עסטעיט") אויפן סירטש רעזאלט פעיזש פאר באצאלטע עדווארדס עדס אדער באצאלטע פראדוקט ליסטינג, אזוי קומט אויס אז די עווריזש יוזער מיט א מיטלגארטיגע סקרין זעט נישט מער ווי איין-צוויי ארגעניק רעזאלטס בעפארן סקראלן (עבאוו די פאלד).

בנוגע קאוד,
מדארף וויסן סיז דא בעסיקלי דריי מינים פון קאוד אין א סייט. איינז איז די עכטע קאוד שפראך מיט וואס די פראגראם איז געשריבן למשל סי שארפ, סי פלאס, PHP, JAVA וכדומה. דער קאוד קען נישט ממש העלפן אבער עס קען שטערן אויב איז עס ניעשט גוט געשריבן כנ"ל.
דער צווייטער קאוד איז די פעיזש לעיאוט וואס יעדער זעט, דאס איז גערופן HTML אדער HTML5. דער דריטער קאוד איז סטיילינג למשל CSS.

ווען מען רעפערענצט "קאוד" צו SEO מיינט מען די לעצטע צוויי, אויב זיי זענען גוט קאארדינירט און שטעלן די ריכטיגע קאנטענט אויף די ריכטיגע פלאץ אינעם פעיזש קען עס העלפן.


פאטאקי דערמאנט גוגל+, דאס איז ווירקליך אזוי גוגל גיבט א שטערקערע רענק פאר סייטס וואס נוצן +.
מען דארף נישט יעדע פעיזש פאוסטן אויף + אבער בעיקר זאלסטו האבן לינקס צו דיין סייט, און אויך א וואקסענדע צאל סירקלס אזוי ווערן דיינע לינקס מער צעשפרייט אויפן וועב. ווייל + איז אזוי געבויט אז עס גיבט דיר מער רעפערעלס צו דיין סייט ווי די אמאליגע בעקלינקס און איז פול מער עפעקטיוו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אנליין סעלער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנליין סעלער »

דאס מיינט אז מען דארף זיך ארויפזעצן אויף סאושעל מידיע אז מיינע לינקס זאלן ווערן צושפרייט? ווי איך פארשטיי, כדי עס זאל ארומפארן מוז מען האבן אסאך פלאס-פריינט
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

שוועמל שרייבט פיין, א דאנק
כ'וועל נאר אביסל אויסשמועסן איין פרט, נישט ווייל ס'איז צופיל נוגע נאר סתם לצורך שמועס

לינקס לינקס לינקס..
עס איז פון אלעמאל געווען און עס איז נאך עד היום און בדרך הטבע גייט דאס אזוי בלייבן אז
לינקס איז דער שטארקסטער אנווייזער פאר גוגל'ען וועלכער סייט צו רענקן, כמעט אונמעגליך פאר גוגל צו וויסן צו דער צייטונג אדער יענער איז בעסער שטארקער אדער אז איבעי אדער אמעזון זענען גרעסער ווי מיין קאמפאני אנע דעם וואס די גרויסע האבן אינבאונד לינקס
נאר וואס? טאקע דערפאר וואס לינקס איז זייער בעסטער מעסטער, קענען זיי זיך נישט ערלויבן אז יעדער שמויגער זאל זיך גיין איינקויפן לינקס און אויסשפילן דעם סיסטעם
פאר דעם צוועק פרובירן זיי מיט אלע כוחות צו מאכן אלע גלויבן אז דאס העלפט נישט נאר אדרבה עס שטערט גאר און מוותר זיין אויף דעם טאקטיק און קאנצעטרירן אויף די אנדערע חלקים וואס העלפט אסאך ווינציגער און פארפירט זיי נישט אזוי שטארק ווי לינקס (און נישט פארגעסן, אויך ספענדן מער אויף עדווארדס וואס דאס איז זייער ביזנעס)
אבער אזויווי דער עולם האט נישט געגלויבט און ווייטער אנגעגאנגען מיט קויפן לינקס און מוליד זיין וועבסייטס און קריעטן לינק נעטווארקס וכו' וכו', האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און לעצטנס גאר שטארק גענומען די זאך אין די האנט און זייער שטרענג געווארן און ווערן קלוגער פון טאג צו טאג, אזוי אז מען קען שוין באמת זאגן אז (בדרך כלל) וועט עס נישט אויף לאנג ארבעטן און גאר באמת שעדיגן די אויסזיכטן צו רענקן.
כדי דאס צו טאן האבן זיי גענומען, איינס דיסקאונטן די כח פון געוויסע (אסאך, זייער אסאך) סייטס און צוויי אויב איז פלוני'ס בעקלינק פראפייל מער ווייניגער פון די סארט, חאפט ער א רוק פון הינטן אז ער טראסקעט מיט א געפערליכן זעץ אזש די לענדן הויבן אן ווייטאן און כמעט וואס ס'נישטא קיין וועג צוריק מבטן שאול
נאכמער, זיי האבן מעניש געווען גאר גרויסע קאמפאניס אזוי אז עס איז דערהערט געווארן מדן ועד ביירשעבא ולא עד בכלל און קאמפאניס קענען שווער מאכן א דעסיזשן צו הייערן איינעם און גאר אסאך seo מומחים האבן זיך מיט די צייט געזען אן ביזנעס (גוגל מישן עקאמפלעשד)
דאס גייט אן שטארק און דיסקארעדגד סיי וואס א ארבעט אינעם לינק בילדינג פעלד
און דאס ערמעגליכט גוגל ווייטער זיך סומך זיין אויף לינקס רעכטס און לינקס אזויווי זייער ארגינאלע פאטענט לויטעט
A typical, "legitimate" document attracts back links slowly

און דאס איז אמת. און לע"ע הגם עס זענען נאך פארהאן מהלכים צו גיין ארום און רענקן פאר א ווייל, איז עס שטארק ריסקי פאר'ן עתיד ספעציעל אויב איר טוט גארנישט וואס זאל בארעכטיגן די אנלויף פון לינקס, סטייטש, איר האט נישט גארנישט ספעציעל מער פון אייער קאמפעטישן וואס דערפאר האט דער אדער יענער סייט א לינק געטאן צו אייך און ווער זענט איר בכלל? פארוואס זאלט איר זיין אויבן אנשטאט דער אנדערער

ממילא וואס האט פאסירט, צווישן די גרויסע ברענדס קען מען שוין נישט אריינשטופן די נאז, ווייל זיי האבן נאטירלעך אסאך און גוטע פעטע לינקס וכו' ועוד. בלייבט דער שלאכט צווישן די קליינע וואס האבן ביידע ווייניג לינקס און דארט מאכן אויס די אנדערע פאקטארן ווי סטרוקטור און הטמל טעגס וכו' וואס באמת האבן זיי גאר א שוואכער השפעה אין פארגלייך צו לינקס און בדרך כלל וועלן אזאנע טאקע נאר רענקן פאר די דאזיגע לאנגע שוואנץ שליסלווערטער וואס די גרויסע האבן נישט פארכאפט
צו דערצו קומט אז מען שטעלט די שאפפינג באצאלטע עדס און נאך אין די הייעך אזוי ארום אז די קליקס צו די אומבאצאלטע שרינקט העפטיג און ווי באקאנט האט טאקע גוגל געלייזט אשיינע פאר טוללער זינט דאן
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

היפאקריט,
נישט געקענט בעסער ארויסברענגען! געוואלדיג גוט!

אנליין סעלער,
סאשעל ארבעט "אויך" מען קען אבער נישט נאר פאקוסן אויף סאשעל. און סאשעל וואס העלפט איז נאר +.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

די אויבענדערמאנטע לינקס פון אנליין סעללער זענען נאך רעלעוואנט? כ'מיין אז זאכן זענען שוין היבש אנדערש ניין?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

שוועמל האט געשריבן:SEO אוי ....
איך מיין די צייטן זענען אווער. גוגל האט בפועל געהרגט SEO דורך א צאל טוישונגען און טאקטיקן אין די לעצטע דריי יאר. אזוי אז די אלע אלטע איינרעדענישן פון בעקלינקינג ארבייט שוין לאנג נישט און קען דיך אפילו אראפווארפן.
איין הויפט זאך איז די סקרין סייז. גוגל גיבט היינט פול מער ספעיס ("ריעל עסטעיט") אויפן סירטש רעזאלט פעיזש פאר באצאלטע עדווארדס עדס אדער באצאלטע פראדוקט ליסטינג, אזוי קומט אויס אז די עווריזש יוזער מיט א מיטלגארטיגע סקרין זעט נישט מער ווי איין-צוויי ארגעניק רעזאלטס בעפארן סקראלן (עבאוו די פאלד).
בנוגע קאוד,
מדארף וויסן סיז דא בעסיקלי דריי מינים פון קאוד אין א סייט. איינז איז די עכטע קאוד שפראך מיט וואס די פראגראם איז געשריבן למשל סי שארפ, סי פלאס, PHP, JAVA וכדומה. דער קאוד קען נישט ממש העלפן אבער עס קען שטערן אויב איז עס ניעשט גוט געשריבן כנ"ל.
דער צווייטער קאוד איז די פעיזש לעיאוט וואס יעדער זעט, דאס איז גערופן HTML אדער HTML5. דער דריטער קאוד איז סטיילינג למשל CSS.
ווען מען רעפערענצט "קאוד" צו SEO מיינט מען די לעצטע צוויי, אויב זיי זענען גוט קאארדינירט און שטעלן די ריכטיגע קאנטענט אויף די ריכטיגע פלאץ אינעם פעיזש קען עס העלפן.
פאטאקי דערמאנט גוגל+, דאס איז ווירקליך אזוי גוגל גיבט א שטערקערע רענק פאר סייטס וואס נוצן +.
מען דארף נישט יעדע פעיזש פאוסטן אויף + אבער בעיקר זאלסטו האבן לינקס צו דיין סייט, און אויך א וואקסענדע צאל סירקלס אזוי ווערן דיינע לינקס מער צעשפרייט אויפן וועב. ווייל + איז אזוי געבויט אז עס גיבט דיר מער רעפערעלס צו דיין סייט ווי די אמאליגע בעקלינקס און איז פול מער עפעקטיוו.

היפאקריט האט געשריבן:שוועמל שרייבט פיין, א דאנק
כ'וועל נאר אביסל אויסשמועסן איין פרט, נישט ווייל ס'איז צופיל נוגע נאר סתם לצורך שמועס
לינקס לינקס לינקס..
עס איז פון אלעמאל געווען און עס איז נאך עד היום און בדרך הטבע גייט דאס אזוי בלייבן אז לינקס איז דער שטארקסטער אנווייזער פאר גוגל'ען וועלכער סייט צו רענקן, כמעט אונמעגליך פאר גוגל צו וויסן צו דער צייטונג אדער יענער איז בעסער שטארקער אדער אז איבעי אדער אמעזון זענען גרעסער ווי מיין קאמפאני אנע דעם וואס די גרויסע האבן אינבאונד לינקס.
נאר וואס? טאקע דערפאר וואס לינקס איז זייער בעסטער מעסטער, קענען זיי זיך נישט ערלויבן אז יעדער שמויגער זאל זיך גיין איינקויפן לינקס און אויסשפילן דעם סיסטעם. פאר דעם צוועק פרובירן זיי מיט אלע כוחות צו מאכן אלע גלויבן אז דאס העלפט נישט נאר אדרבה עס שטערט גאר און מוותר זיין אויף דעם טאקטיק און קאנצעטרירן אויף די אנדערע חלקים וואס העלפט אסאך ווינציגער און פארפירט זיי נישט אזוי שטארק ווי לינקס (און נישט פארגעסן, אויך ספענדן מער אויף עדווארדס וואס דאס איז זייער ביזנעס).
אבער אזויווי דער עולם האט נישט געגלויבט און ווייטער אנגעגאנגען מיט קויפן לינקס און מוליד זיין וועבסייטס און קריעטן לינק נעטווארקס וכו' וכו', האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און לעצטנס גאר שטארק גענומען די זאך אין די האנט און זייער שטרענג געווארן און ווערן קלוגער פון טאג צו טאג, אזוי אז מען קען שוין באמת זאגן אז (בדרך כלל) וועט עס נישט אויף לאנג ארבעטן און גאר באמת שעדיגן די אויסזיכטן צו רענקן.
כדי דאס צו טאן האבן זיי גענומען, איינס דיסקאונטן די כח פון געוויסע (אסאך, זייער אסאך) סייטס און צוויי אויב איז פלוני'ס בעקלינק פראפייל מער ווייניגער פון די סארט, חאפט ער א רוק פון הינטן אז ער טראסקעט מיט א געפערליכן זעץ אזש די לענדן הויבן אן ווייטאן און כמעט וואס ס'נישטא קיין וועג צוריק מבטן שאול.
נאכמער, זיי האבן מעניש געווען גאר גרויסע קאמפאניס אזוי אז עס איז דערהערט געווארן מדן ועד ביירשעבא ולא עד בכלל און קאמפאניס קענען שווער מאכן א דעסיזשן צו הייערן איינעם און גאר אסאך seo מומחים האבן זיך מיט די צייט געזען אן ביזנעס (גוגל מישן עקאמפלעשד).
דאס גייט אן שטארק און דיסקארעדגד סיי וואס א ארבעט אינעם לינק בילדינג פעלד
און דאס ערמעגליכט גוגל ווייטער זיך סומך זיין אויף לינקס רעכטס און לינקס אזויווי זייער ארגינאלע פאטענט לויטעט
A typical, "legitimate" document attracts back links slowly

און דאס איז אמת. און לע"ע הגם עס זענען נאך פארהאן מהלכים צו גיין ארום און רענקן פאר א ווייל, איז עס שטארק ריסקי פאר'ן עתיד ספעציעל אויב איר טוט גארנישט וואס זאל בארעכטיגן די אנלויף פון לינקס, סטייטש, איר האט נישט גארנישט ספעציעל מער פון אייער קאמפעטישן וואס דערפאר האט דער אדער יענער סייט א לינק געטאן צו אייך און ווער זענט איר בכלל? פארוואס זאלט איר זיין אויבן אנשטאט דער אנדערער.
ממילא וואס האט פאסירט, צווישן די גרויסע ברענדס קען מען שוין נישט אריינשטופן די נאז, ווייל זיי האבן נאטירלעך אסאך און גוטע פעטע לינקס וכו' ועוד. בלייבט דער שלאכט צווישן די קליינע וואס האבן ביידע ווייניג לינקס און דארט מאכן אויס די אנדערע פאקטארן ווי סטרוקטור און הטמל טעגס וכו' וואס באמת האבן זיי גאר א שוואכער השפעה אין פארגלייך צו לינקס און בדרך כלל וועלן אזאנע טאקע נאר רענקן פאר די דאזיגע לאנגע שוואנץ שליסלווערטער וואס די גרויסע האבן נישט פארכאפט
צו דערצו קומט אז מען שטעלט די שאפפינג באצאלטע עדס און נאך אין די הייעך אזוי ארום אז די קליקס צו די אומבאצאלטע שרינקט העפטיג און ווי באקאנט האט טאקע גוגל געלייזט אשיינע פאר טוללער זינט דאן


SEO פאדערט א לאנגס און א ברייטס אז מ'זאל עס געהעריג פארשטיין, אבער איך וועל עס איבערשמועסן ממש אויפ'ן שפיץ גאפל, כדי צו קענען ערקלערן/אפענטפערן די נאכגעברענגטע תגובות. קודם וועלן מיר קאווערן די סערוויס און די ביזנעס מאדעל, און דערנאך וועלמיר צוריק קומען צו די טעכנאלאגיע דערפון.

סערטש ענדשינס, גוגל, יאהו, בינג, מאכן געלט פון פארקויפן פלאץ אויף די סערטש ענדזשין רעזאלט פעידזשעס (SERP), דאס הייסט אז ווען איינער זוכט עפעס און זיי שטעלן צו ענטפערס, קענען זיי ארויפלייגן אויבנאן און אין די זייט וועמען זיי ווילן, און פאר דעם נעמען זיי זייער אסאך געלט --- ווייל זיי האבן זייער אסאך אויגן, זייער אסאך מענטשן קומען צו זיי נוצן זייערע סערוויסעס ווען מ'זוכט עפעס, און געווענליך טרעפט מען שנעל וואס מ'זוכט, קומט מען צוריק און מ'דרייעט זיך ביי זיי, האבן זיי מענטשן. און אז זיי האבן מענטשן קענען זיי פארקויפן פאר קאמפאניעס פעידזש-ספעיס און ווייזן פאר די אלע מענטשן וועמען זיי ווילן, און פאר יעדעס מאל וואס זיי ווייזן א באצאלטע קאמפאני, אדער פאר יעדע קליק וואס א זוכער קלאפט אויף די באצאלטע קאמפאניעס, רעכענען זיי געלט.

כדי דער פשט'ל זאל אויסהאלטן מוזן די סערטש ענדזשינס (פון דא און ווייטער וועל איך שרייבן גוגל, אבער כ'מיין די אלע), זיכער מאכן אז דער עולם זוכערס טרעפן טאקע וואס זיי זוכן, ווייל נאר דעמאלט וועט דער עולם צוריקקומען זוכן, און זיי וועלן האבן אסאך מענטשן וועמען צו ווייזן די עדס. און אויב וועלן מענטשן נישט טרעפן וואס זיי זוכן וועלן די מענטשן סטאפן נוצן זייערע סערוויסעס און זיי זענען ארויס פון ביזנעס.

כדי דאס זאל בלייבן אויסגעהאלטן מוז גוגל איינשטעלן מעטעמאטישע אלגאריטעמס און חשבונות געוואויר צו ווערן וואס ס'איז טאקע די אמת'דיגע ריכטיגע ענטפער צו די שאלה וואס דער זוכער האט געפרעגט. פארוואס? ווייל גוגל - דער עכטער פאקטישער ענדזשין, די מיליאנען שורות פון קאוד וואס פירט אויס די קאלקולאציעס כדי צו קענען שיקן דעם ריכטיגן ענטפער - האט נישט קיין שכל. ער פארשטייט גארנישט. ער האט טאקע ריזיגע געביידעס פון הארד-דרייווס און אינפארמציע, מיט זייער אסאך קאמפיוטינג פאוער צו קענען מאכן ביליאנען קאלקולעישנס אין מילי-סעקאנדס, אבער קיין שכל האט ער נישט.

נו וויאזוי קען מען צושטעלן פאר יעדן אן ענטפער? אויפ'ן זעלבן וועג ווי מ'פרעגט. מיט א צאמשטעל פון ווערטער. דהיינו דער זוכער לייגט אומשולדיג אריין א שאלה, אבער דער סופער קאמפיוטער קוקט עס אן ווי סערטש קוערי, א סטרינג - א געהענגל פון אותיות און ווערטער, און דער מאשין פראסעסט דורך מיליאנען פעידזשעס און זוכט צו טרעפן די אותיות אויף דעם ספעציפישן אויסלייג וואס דאס מיינט אז ס'דא דארט די ווערטער, און ווייזט עס דעם זוכער. און אויב דער זוכער האט פארשטאנען די ווערטער ביים אריינלייגן, פארשטייט ער די זעלבע ווערטער ביים געטראפענעם פלאץ, און אויב איז עס טאקע וואס ער האט געזוכט וועט ער זיך זעצן ליינען, לינקען אא"וו.
קומט אויס, אז דער זוכער האט געהאט א קשיא און באקומען א תשובה, אבער ביי גוגל אין קאמפיוטער איז בסך הכל פארגעקומען א סערטש און א מעטש, אבער גוגל האט באמת נישט פארשטאנען דיין שאלה און ער האט דיר נישט צוגעשטעלט קיין תשובה, נאר א מעטש אין ווערטער.

דאס איז אבער גוט געווען פאר די צייטן פון על גאור, ווען נאר יוניווערסיטיס, קאודערס און די מיליטער האט זיך באנוצט מיט'ן אינטערנעט, און אלעס וואס איז געשיקט און געזוכט געווארן איז געווען אותיות, אבער נאכדעם וואס ס'האט זיך אנטוויקלט מער און מער, און מ'האט אנגעהויבן צו קענען שיקן מערערע סארטן עלקטראנישע ביטס, מולטי-מידיא, און נישט נאר ווערטער זענען געשיקט געווארן, נאר אפילו אינעם מציאות פון ווערטער אליין איז געווארן זייער אסאך מינים, ארטיקלען, ענטפערס, אימעילס, באשרייבונגען, ביכער, שטיקלעך פון אינפארמאציע, וואס דו אלע זאכן זענען געליגן אויף וועב-פעידזשעס (דאס וואס גוגל זוכט אויס), האט גוגל אנגעהויבן צו האבן גרויסע פראבלעמען. (ס'נאכנישט געווען גוגל דעמאלט, סי געווען אמעריקע אנליין, קאמפיוסערוו אן אנדערע).
זענען זיי אויפגעקומען מיט אן המצאה, אונז גיימיר ווייטער צושטעלן א גוטע סערטש אומזיסט, אבער אונז גיימיר מאכן געזעצן (קאוד מארקערס) וואס גייט אונז העלפן גרינגער מאכן אונזער דזשאב. דהיינו די גוגל איינגעשטעלטע האבן באשלאסן אז יעדע סייט דארף האבן אדער האט א קעפל, אן אונטער-קעפל און אזוי ווייטער, אויך האט עס אינפארמאציע איבער וואס די סייט איז. און אפאר פיקטשערס, און ווידיאו אפשר. און יעדער וואס האט א סייט וויל דאך - נארמאל - אז מ'זאל אים קענען קאנטאקטן, און מ'דארף דאך וויסן ווער ער איז. וועגן דעם האבן זיי ארויסגעגעבן די געזעצן סאל שטימען מיט 'נארמאלע' לעגיטימע סייטס. דהיינו יעדע סייט דארף האבן די מינימום בעסיק פעידזשעס, א האום-פעידזש, אן אבאוט אס פעידזש, א קאנטאקט אס פעיזש, און א רעגולאציעס פעידזש.
אויפ'ן האום-פעידזש, דארט ווי די נושא וואס דו טראגסט פאר ווערט אויסגעשמועסט, איז נארמאל אז אויב רעדסטו פון די נושא, וועסטו עס דערמאנען אינעם הויפט קעפל, אונטער קעפל, און אין די טעקסט די אינפארמאציע אינעם סייט. דאס רופן זיין קי ווארדס, שליסל ווערטער. דהיינו איינער וואס איז א בעקער און רעדט פון באקן, דארף דערמאנען די בעקעריי אל אווער, ווייל דאס איז דאך וואס ער שטעלט פאר. און אויב האמיר שוין פריער עסטעבלישד אז א נארמאלער מענטש האט מערערע סייזעס קעפלעך, דעריבער דארף טרעפן סיי אלע סייזעס קעפלעך און סיי אז אין אלע קעפלעך זאלן זיי טרעפן די נושא.

איך בין נישט געגאנגען לויט'ן סדר ווי זיי האבן עס איינגעשטעלט, ווייל ס'שוין נישט נוגע היינט. אין אנהויב האבן זיי נאר געוואלט טרעפן די געזוכטע ווערטער, און די וועב דעוועלאפערס זענען עס געוואויר געווארן האבן זיי אנגעפאקט מיט די מעין ווערטער אויף וואס זיי האבן געוואלט רענקן - אנקומען גאנץ אויבן ביים ווערן געזוכט - א קיימא לן פון טויזנטער מאל, און עס געמאכט דורכזיכטיג… אבער די קראול באטס, די קליינע ראבאט קאוד וואס גוגל שיקט אריין אין יעדע סייט ארויסצוקראצן די אינפארמעישן זענען אריין זוכן האבן זיי געטראפן די ווערטער, און נאר דאס האבן זיי געזוכט… און זיי האבן געמיינט אז זיי האבן געפינען די ריכטיגע סייטס, און עס ארויפגעשטעלט, און נאך אזעלכע כסדר'דיגע ראנגלנישן, ביז גוגל האט זיך ערווארבן א לאאאנגע ליסטע מיט פאדערונגען וואס מ'דארף נאכקומען צו ווערן פארשטאנען ביי גוגל אלס לעגיטים.

אלעס וואס זיי פאדערן איז געצילט צו מאכן שווער פאר שווינדלערס זיך נישט קענען באהאלטן אונטער א פאלשן שלייער, אז גוגל זאל מיינען אז זיינען עפעס וואס זיי זענען נישט באמת. דהיינו אז זיי ארבעטן באמת לטובת דעם זוכער אז ער זאל באמת קענען טרעפן דאס וואס ער זוכט טאקע, און נישט דאס וואס עפעס א קאמפאני וויל אונטעררוקן ווייל דו האסט געזוכט עפעס, און ער קען דיר אנ'שדכנ'ען עפעס. אז דו זוכסט למשל וואשער פלואיד, מיינט עס אז דו האסט א קאר, ווייל אז נישט פארוואס זאלסטו דארפן וואשער פלואיד? אויב האסטו א קאר, דארפסטעך האבן קאר אינשורענס, נו אויב אזוי געב נאר קוק ווי גייקאו קען דיר אראפרוקן דיין קאר אינשורענס מיט פופצן פראצענט…. (נישט באצאלט דורך גייקאו…).

קומער צוריק צום אריינפיר, אז אויב גוגל מאכט זיכער דיר צו ווייזן דאס וואס דו זוכסט טאקע, וועסטו צוריקקומען נאכאמאל און נאכאמאל, האבן זיי דאך מענטשן, קענען זיי בעטן אסאך געלט פאר עדס. ווילן דאך אבער די קאמפאניעס אפקומען ביליגער, וועגן דעם איז שוין יארן וואס קאמפאניעס צאלן פאר עס אי או קענערס - אויסצושפילן דעם סיסטעם. היות זיי ווייסן וואס גוגל וויל זען אין יעדע סייט, ווייל גוגל פארלאנגט דאך דאס בפירוש, און זאגט פונקטליך וואס זיי ווילן טרעפן ביי דיר אין סייט כדי זיי זאלן דיר אנערקענען אלס דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט.

זיצן די חברה און לייגן אריין אין די ריכטיגע פלעצער די ריכטיגע ווערטער כדי אויסצונארן גוגל. און ס'האט טאקע געארבעט, ווייל ווי שוין געשריבן גוגל האט נישט קיין שכל. אבער די איינגעשטעלטע ביי גוגל זענען נישט געזעסן מיט צאמגעלייגטע הענט, ווייל יעדעס מאל וואס א קאמפאני האט אויסגעשפילט דעם סיסטעם האט עס געמיינט אז גוגל איז נישט אזוי גוט, ווייל וואס וועט זיין אויב איינער וועט זיך א ספעציעלע שיך און גוגל וועט אים צושטעלן צוויי-דריי סייטס וואס טוען אין די נושא, און ער וועט טרעפן דארט גוטע עצות פאר קניען ווייטאג אבער נישט קיין שיך, וועט דער זוכער זאט ווערן גוגל און גיין נוצן א בעסערע סערטש ענדשין, און גוגל וועט אראפגיין פון די מאפע. היו לא תהי', קען מען דאך דאס נישט צולאזן.

האט גוגל איינגעשטעלט נאך שווערערע געזעצן און חשבונות וואס איז נישט אין די הענט פונעם סייט דעוועלאפער, נאר פון די לעבעדיגע מארקעט. דהיינו אויב אנדערע אין די זעלבע מארקעט ווי די דערמאנט דיך אין זיין סייט, איז א סימן אז דו ביסט לעגיטים אין די ליין וואס דו זאגסט אז דו ביסט. דאס הייסט בעק-לינקס, אז אנדערע אנגעזעענע סייטס לינקען צוריק צו דיר. זענען אבער די דעוועלאפערס געלאפן און זיך איינגעשריבן ביי יענע סייטס, און אריינגעשריבן א קאמענט, און אונטער די קאמענט איבערגעלאזט א נאמען מיט א בעק-לינק, און גוגל האט עס אנגענומען, ביז ס'איז געווארן א מכת מדינה. גאנץ אינדיע האט נאר דאס געטון…

פעסט-פארווארד האט גוגל היינט איבער צוויי הונדערט פוינט אוו אינפארמעישן אויף וואס זיי קוקן צו וויסן צו די ביסט אויסגעהאלטן און דו פארקויפטס באמת דאס וואס דו קלעימס, און דו וועסט באמת זיין די ריכטיגע ענטפער ווען איינער גייט זוכן דאס וואס דו האסט צו פארקויפן, וואס דעמאלט וועט זיך גוגל פרייען צו ווייזן פאר'ן זוכער דיין סייט אפילו אומזיסט.

אסאך פון די גזירות האבן זיי ארויסגעגעבן פאר'ן פובליק און אסאך האלטן זיי זייער נאנט צום וועסטל כדי מ'זאל עס נישט קענען איבערקלוגן. איינס פון די זאכן וואס זיי באטראכטן היינט איז ווי לאנג א זוכער איז געבליבן אויף דיין סייט נאכדעם וואס ער האט דיר געזען אויפ'ן רעזאלטס פעידזש, פאר די ספעציפישע קיווארד. אויב ווען איינער האט געזוכט קניה ווייטאג איז ער געליבן קוקן דיין סייט, אבער ווען איינער האט געזוכט שיך האט ער געבאונסט, גלייך אוועק געשפרינגען, איז א סימן א דו האסט מיט שיך גארנישט, און דיין רענק לגבי שיך איז געפאלן. דאס איז שוין זייער שווער צו פעלשן, ווייל ווי קענסטו צוואונגען איינעם וואס זוכט שיך צו בלייבן ביי די קניה ווייטאג - אויסער אויב יענער זוכט טאקע אזא שיך וואס זאל אוועק נעמען די קניה ווייטאג, ביסטו דאך שוין באמת צוריק א ריכטיגע ענטפער.

אויך האב גוגל צוגעשטעלט לטובת א לעגיטימע סייט נאך וועגן וויאזוי זיך אויסצושטעלן אז גוגל זאל קענען גרינגער פארשטיין וואס דו האסט. דהיינו אויסער די קיווארדס אין די קעפלעך און אין די טעקסט, קען מען אנצייכענען אויף יעדע זאך פון די סייט מיט טעגס, אזעלכע לעיבלס וואס זאגט פאר גוגל וואס דאס איז. דהיינו אויב האסטו שוין געעפנט א פיקטשער אין א טעקסט פראגראם האסטו געזען אז באמת איז אלעס נאך טעקסט, אותיות, נאר אויב איז עס א דזשעיפעג אדער עם פי דזשי פייל, דעמאלט וועט דער קאמפיוטער פארשטיין צו נוצן א פראגראם וואס דיקאוד דעם טעקסט אלץ א פיקטשער און דו וועסט קענען זען דעם פיקטשור.

אבער אפילו ווען דו זעסט א באנענע, פארשטייט דער קאמפיוטער גארנישט. ער האט בסך הכל באקומען א קאלקולעישן אנצוצינדן און אויסלעשן געוויסע דייאודס אין דיין סקרין און צוזאמען זעסטו א באנענע, אבער לגבי דעם קאמפיוטער איז עס א קאלקולעישן.

גוגל קען טאקע פארשטיין אז דו האסט דארט א פוקטשער, ווייל ער קען פארשטיין אז דזשעי פי דזשי מיינט א בילד, אבער ער קען נישט פארשטיין וואס דאס בילד איז. ער פארשטייט נישט אז ס'איז א באנענע. און נאכמער פון דעם, ער פארשטייט אויך נישט וואס א באנענע איז. א באנענע איז אויך נאר א סטרינג פון אותיות וואס געפינט זיך אסאך נעבן די אותיות 'געלע' און 'פרוכט' אדער 'פאטעסיום'. ער פארשטייט קיין איינע פון די ווערטער, אבער ער שטעלט צאם פון מיליאנען אינסטענסעס אז די ווערטער גייען אינאיינעם. מה שאין כן ביי א בילד - וואס דאס בסך הכל א קאלקולעישן, און ער מאכט נישט דעם קאלקולעישען, ער פארשטייט נאר אז ס'איז א פיקטשער, וועט דיר גוגל געבן א געלעגנהייט ארויף צו לייגן א לעיבל, א טעג און דערציילן פאר גוגל אז דעס איז א בילד פון א באנענע. יעצט האט דאס בילד אויך דעם 'באנענע' קיווארד.

דאס ווערט אנגערופן מעטא-טעגס. מעטא איז די אינפארמאציע ארום א מולטי מידיע פייל. ביי א בילד למשל קיין די מעטא אינפארמאציע אנטהאלטן די קאמערא מיט וואס די בילד איז געכאפט געווארן, די איי עס או, און עקספאוזשער, די ווייט באלאנס, דער דאטום, די פלאץ וכו'. און גוגל לאזט לייגן אויף יעדן קאמפאונענט פון דיין סייט אכט מעטא-טעגס.

אין די מעטא-טעגס קען מען אריינלייגן קיווארדס. יעצט גיי לייג אריין אלע קיווארדס וואס דו ווילסטו רענקען ביי אלע אכט מעטאס וואו דו קענסט עס אריינלייגן, אויף אלע פיצעלע חלקים פון דיין סייט, אנגעהויבן ביים פעידזש-נעים, העדער, H1 דאס איז דער גרויסער הויפט קעפל, צווייטער קעפל אא"וו, אז מען צעפיקעט ווערן פון קוקן אויף די ליסטע וואו מ'קען אלץ אריינלייגן די אינפארמאציע. (צוגאב צו דעם קען מען נאך - אויב מ'וויל - אריינלייגן נאכמער אינפארמאציע מיט גוגל טעג מענעדזשער…).

וואס דאס האט אויפגעטון איז, ס'גייט זיך לוינען פאר קאמפאניעס צו צאלן צו מאכן די ריכטיגע עס אי או (און העלפן גוגל מיט ענטפערן ריכטיג, און אזוי ארום וועלן זיי בלייבן אין ביזנעס), ווי איידער ס'זאל זיך לוינען צו צאלן פאר די דעוועלאפערס אויסצושפילן דעם סיסטעם.

איינס פון די מערסט-אויסגעהאלטנסטע וועגן צו רענקן שנעל איז צוצושטעלן חומר מיט אינפארמאציע איבער דיין ליין. וואס איז באמת וואס גוגל וויל טרעפן אויף דיין סייט. און אויב שטעלסטו דאס באמת צו, דארפסטו באמת נישט קיין דריידלעך מיט עס אי או, ווייל רוב זאכן וואס דו טוסט נאטורליך איז טאקע דאס וואס גוגל וויל זען. אבער ס'נעמט לאנג. למשל איינס פון די אפענע גראדע הלכות פון גוגל איז אז א יו אר על (א סייט אדערעס) וואס איז נישט אלט קיין צוויי יאר קען נישט ווערן אנגענומען אלץ לעגיטים ווייל איך ווייס נישט צו יענער וועט אנציען צוויי יאר.

אויב גוגל כאפט אז פלוצלינג זענען הונדערטער טויזענטער מענטשן געווארן חסידים נלהבים פון דיין סייט, און זיי אלע גייען אריין אין הונדערטער סייטס און שרייבן דארט אריין אז דו ביסט עפעס אויסערגעווענליך… וועט גוגל פארשטיין אז ס'איז א ראבאט און דו וועסט פארלירן טראסט ביי גוגל און דו וועסט פארווארפן ווערן לנוקבא דתהומא רבא, פון וואו ס'איז זייער שווער זיך צוריק צו זען.
אויב אבער איז עס א יוטוב קליפ וואס איז געגאנגען וויירל, און מיליאנען מענטשן האבן עס געזען, און רוב פון אלע נייע לינקס קומען פון יוטוב קאמענטס, ביסטו יא אויסגעהאלטן. דאס אלעס ליגט אין די אלגאריטעמס.

צוריק צו די קוואוטעד תגובה. די קאוד שפראך פון א סייט איז סארט קאוד, ווי שוועמל האט אנגערירט. PHP, Jquery, Java, .NET און אנדערע סארטן, און זייער אסאך דאטאבעיס קאוד. די אלע קאוד ווערט געפארסד - קאלקולעיטעד - אינעם סערווער, וואס שטעלט צו אלע סייט אינפארמאציע נאך פאר ס'קומט אן צו אינדיווידועלע קאמפיוטער. אלע קאמפאונענעטס פון די סייט-אויסקוק, וואו זאכן זאלן זיך שטעלן, די פאנט, קאלירס וכו', ווערט געווענליך געשריבן מיט HTML און HTML5 און אפילו מיט מער פארגעשריטענע XHTML וואס נוצט XML טעגס. און די סעט פון קאוד ווערט איבערגעטייטשט דורכ'ן בראוזער אויפ'ן קאמפיוטער זעלבסט. און וועגן דעם אויב עפנט מען אויף א וועב-פעידזש אין א טעקסט פראגראם וועט מען זען שורות עיטש טי עם על קאוד.

אבער אמאל האט מען געשריבן טרוקענע קאוד אין עיטש טי עם על. דהיינו די ערשטע שורה דאס הייסט די קעפל זאל זיין: גרויס 45 סייז, קאליר: פינק, פאנט מעכל-רעכל אד"ג. שפעטער איז דאס שוין יעדעם נמאס געווארן, האט מען איינגעפירט CSS דאס איז בסך הכל סטייל שיעטס. דארט שרייבט מען אריין אז 'ביג' זאל מיינען די קאליר,די פאנט, די סייז אא"וו, פון יעצט און ווייטער אין די גאנצע סייט שרייבט מען אין די HTML נאר 'ביג' און אלעס שטעלט זיך אין פלאץ. ולא עוד, אז אמאליגע צייטן אויב האט מען געוואלט טוישן די קאליר און סייז פון אלע מאל וואס איז געווען ברוין, אויף גרין, האט מען געקענט גיין טאנצן… מ'האט געדארפט גיין טוישן טויזענטער שורות קאוד פון ברוין צו גרין. היינט וויבאלד ס'שטייט נישט אין ערגעץ נישט ברוין און נישט גרין נאר 'ביג' 'נארמאל' 'עמפעסיס' וכדומה. גייט מען צו די CSS און דארט טוישט מען דעם מכוון פון ביג און אלע פלעצער אין הונדערטער פעידזשעס טוישן זיך מיט איין שאס.

די אלע קאודס ווערט גענצליך איגנארירט דורך גוגל. זיי פארשטייען אז יעדע סייט האט א קאוד סטרוקטור וויאזוי צו הענדלען די אינסייד אינפארמעישן, אזוי אויך די קאוד וואס העלפט בויען די שאפינג קארטס, און די וועג וויאזוי מ'צאלט אד"ג. זיי קוקן נישט אויף דעם. זיי קוקן נאר אז יעדע סייט זאל האבן געוויסע פון די מיני HTML טעגס, ווי HI, H2, H3 און H4, דאס זענען די בעיסיק סייזעס פון קעפעלעך, און אז אלע זענען טאקע פון די זעלבע נושא ווי דיינע קיווארדס. אבער מעטא-טעגס איז עס נישט. די מעטא ווערט טאקע געשריבן אין HTML אבער סיניש אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו די אלע קאודס וואס העלפן פאר די סייט וויאזוי אויסצוקוקן.

סאו, א סייט האט באמת פיר אדער פינף (אדער זעקס) סארט קאודס. הגם ס'איז אפשר געשריבן אין Java אדער אין HTML איז עס אבער ערגעץ אנדערש, און האט גענצליך אנדערע פונקציעס. ס'דא די דעוועלאפמענט חלק, די אויסקוק למעשה, די וועג צו העלפן שרייבן די אויסקוק קאוד, די קיווארדס, די מעטא טעג, טעג מענעדזשער אינפא, און די אנאליטיקס און אנדערע טירד-פארטי קאוד זיי צו לאזן אן אינטער-טיר צו די סייט צו קענען באטראכן וואס דארט גייט פאר לייוו.

לסיכום הענין. עס אי או איז ווייט - זייער ווייט נישט געשטארבן. די שווינדלערישע עס אי או איז אבער יא זייער אויפ'ן וועג אראפ, ווייל ס'טוט נישט אזוי סאך אויף, און גוגל אז זייער אפ-טו-דעיט מיט די שווינדלערייען און טוישן טעגליך זייער אלגאריטעמס, אסאך מאל מעלדן זיי (ווען סיז א געפערליכע גרויסע טויש), און אסאך מאל דערציילן זיי ניטאמאל, נאר אפאר הונדערט טויזנט סייט געבן א ווער ארויפגעלייגט אויף די שווארצע ליסטע, און זיי ווערן פארשוואונדן…
בעק-לינקס איז איינס פון די העכער צוויי הונדערט פוינטס וואס גוגל קוקט נאך, אבער היות זיי האבן געזען אין דעם א גרויסן לאך, וואס זיי האבן נישט געקענט גרינג פארשטאפן האבן זיי קעגן דעם געמאכט מורא'דיגע שווערע געזעצן דאס צו מאניטערן. אויב באקומט מען צו שנעל אסאך בעק-לינקס איז א גרויסער פראבלעם… פאר'ן סייט אונער. דעריבער לוינט זיך כמעט נישט צו צאלן פאר אינדיע צוצוהעלפן אויף דעם אופן.

איינס פון די נייע נאטורליכע וועגן צו באקומען אסאך לינקס איז דורך די סאשל מידיע אוטלעטס, ווייל דארט דרייען זיך פשוט אסאך מענטשן אסאך שעה'ן פון טאג, און שטופן די צייט, און וועלן לינקען אן אינטערסאנטע סייט גרינגער, מער און שנעלער. און נאך איין פוינט. גוגל וויל ארויפרוקן דעם גוגל פלאס סאשל פלאטפארם צווישן די גרויסע כדי צו מאכן דארט אויך אסאך געלט. (פאר לאקל לוינט זיך צו שפילן מיט גוגל פלאס עס אי או (וואס איז א מסכת פאר זיך און נישט פאר יעצט), וועגן דעם לוינט זיך איינצושפאנען גוגל פלאס און עס צובינדן צום סייט, ווייל גוגל גייט זיך נישט אום אזוי שטרענג מיט סאשל בכלל און מיט גוגל'ס אייגענע סאשל בפרט.

נאך איין פוינט אז מ'רעדט שוין. PPC קען קאסטן אסאך פאר צוויי סיבות. איינס ווייל אסאך מענטשן שלאגן זיך אויף די זעלבע פאר קיווארדס. און די צווייטע ווייל גוגל ווייסט נישט וואס דו פארקויפסט.
אויב שלאגט מען זיך אסאך אויף די קיווארדס, דארף מען אויסטראכטן אנדערע נישט אזעלכע קאמפעטיטיוו קיווארדס און זיך ארינשלייכן דורך אן הינטער-טיר. אבער פאר די צווייטע סיבה איז די עצה נאכאמאל - א גוטע אויסגעהאלטענע עס אי או. פארוואס? ווייל ווי געזאגט ווי גוגל צושטעלן ריכטיגע אינפארמאציע ס'זאל באמת פאסטן דאס בעסטע פאר'ן זוכער. יעצט אויב גוגל ווייסט נישט וואס דו פארקויפסט און דו ווילסט אז יעדעס מאל איינער זוכט א טעלעפאן זאל גוגל יענעם ווייזן דיין סייט, ציטערט באמת גוגל אויב דער זוכער וועט זיך אויפרעגן, ווייל זיי ווייסן נישט וואס דו פארקויפסט באמת. אבער אויב דו פילסט אויס דיין עס אי או, און גוגל באשטעטיגט אז דו ביסט טאקע א טעלעפאן פארקויפער - קען באמת גוגל סייווי באשטיין צו ווייזן יענעם דיין סייט, ווייל ס'דאך באמת א ריכטיגע ענטפער, נאר וואסזשע דען? ס'דא נאך ריכטיגע ענטפערס, און אז דו ווילסט אז איך זאל ווייזן דיין סייט איבער אנדערע באצאל דערפאר, אבער די פרייז קען אראפקומען פון פינף-זעקס דאלער א קליק צו דרייסיג-פערציג סענט א קליק.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דאס איז שוין גארנישט אויפן שפיץ גופל דאס איז קלאר און דייטליך אראפ געשריבן
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

זאלער אזא הערליכע שיעור! שפתיים ישק! אזוי שיין און קלאר א קינדערגארטן יונגל קאן דאך דאס שוין פארשטיין! יישר כח
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”