מיין קאמפיוטער ווינקל

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

טיפ #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

יעדער ווייסט אז לעפטאפ בעטעריס ווערען מיט די צייט שוואכער אין ספארלירט שנעל די טשארזש
צי זעהן די מצב מיט די בעטרי קעגען וואס דארף צי זיין מאכט זיכער אז די לעפטאפ איז לעצטענס געווען גאדזארזשאד פאר א לאנגע צייט אז סזאל זיכער האבען זיך אנגעפילט וויפעל סאיז מעגליך (נישט קיין חילוק צי די בעטערי איז יעצט פיל)
עפען א elevated command prompt און שרייב powercfg /energy דרוק ענטער סגייט מאכען א ריפארט פאר זעכציג סקונדעס אין סווערט געסעוועד אין די system32 folder די נאמען פין די ריפארט פייל איז energy-report.html מען קען עס שרייבען אין די command prompt אין סוועט עפענען די ריפארט פייל איגנאר אלע ערראס און ווארנינגס סאיז גארנישט גיי אראפ ביז כמעט אונטון די פייל איז דא צווי שורות וואס דאס איז וואס מען זוכט design capacity דאס איז וויפעל סדארף צי זיין און די צווייטע איז last full charge די איז וויפעל סהאט געהאט פאריגע מאל ווען סהאט געווען די מערסטע ריזשארזשד ווי מעגליך
וועגען דעם דארף עס זיין לעצטענס ווייל אז נישט קען זיין אז סאיז שוין געווארען שוואכער
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

ש'כח פארן מעיין המתגבר משנה מקום פאר די געוואלדיגע טיפס.

דאס זענען מיינע ריזאלטס (מיין קאמפיוטער איז בערך 2 און א 3/4 יאר אלט):
Design Capacity: 32560
Last Full Charge: 25530

מיינט עס היבש אפגעשוואכט?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

לכאורה איז עס בכלל נישט שלעכט פאר אזא לאנגע צייט
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

Design Capacity 73260
Last Full Charge 70296
וואס האב איך יעצט פון דעם אז איך ווייס שוין?
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

קענסט זעהן צי די בעטערי איז גיט אין סאיז דא א אנדערע סיבה פארוואס די דארפסט אפט טזארזשען צי די דארפסט ריפלעסען די בעטערי
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

א גרויסן ש'כח משנה, דיין מזל זאל דיר שיינען אויף אייביג...
קיפ איט אפ, די ברויכסט צו שרייבן נאך, ס'איז צו ווייניג פאר אזעלכע דארשטריגע ווי אונז!!!
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

לכבוד מיין צירוק קומען (איך האף איינער האט מיך געזוכט...) בין איך גרייט טאמער איינער האט עפעס אין קאמפיוטערס וואס ער וויל פארשטיין אדער וויסען ווי אזוי סאיירבעט אדער סתם אזוי א נושא דורך שמיסען למשל ווינדאוס אינטערנעלס בין איך גרייט אויב איינער האט עפעס מיט וואס אנצופאנגען
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ברוכים הבאים!
סארי איך קום ערשט יעצט אן צו דעם אשכול...

היות די זאגסט נישט אין וועלכע סארט קעטעגארי די וועסט ענטפערן פרעג איך וואס ליגט יעצט אויפן מחשבה, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן בנושא 'פארט' (Port), וואס ווי ווען, דאס הייסט אזוי, א' מה זה? איז דאס א פראגרעם ד"ה פונקט ווי מען ניצט א בראוזער צו גיין צו א סייט, ניצט מען דאס פאר פארשידענע סארט קאנעקשן'ס? לדוגמא אויב אוטלוק וויל יעצט דאונלוידן אימעיל'ס, ניצט ער די פראגרעם זיך צו קאנעקטן צום סערווער, אדער איז דאס פשוט א סארט וועג ווי אזוי ער קאנעקט זיך? ב' איז די נומערן ספעציפיש דאס פאר די פראגרעם, דאס פאר די סארט קאנעקשן וכו', לדוגמא 3389 פאר רימאוט דעסקטאפ קאנעקשן, אדער נישט, ג' למשל רימאוט דעסקטאפ קאנעקשן קאנעקט זיך דורך אריין לייגן די אדרעס, און א פארט נומער, און דרוכדעם קען מען אריין קומען צו אן אנדערע קאמפיוטער (איך רעדט פארשטייט זיך ווען די פארט איז געפארווערט צום לאקעל אייפי, און די אנקומענדע קאמפיוטער איז אנגעשטעלט אויף אריינצולאזן דעם קאנעקשן), וויל איך וויסן איז דא א וועג אריין צו קומען דורך א פארט און נאשן אינפארמעישן פון דעם קאמפיוטער ווי מען גייט אריין? אדער כאפט די פייער-וואנט אויף פונקטליך וואס דער אריינקומענדער וויל און ער לאזט נישט אריין נאר דאס און דאס? אדער לאזט ער טאקע בכלל נישט אריין אן דורכלאזן? בקיצור וואס ווי ווען...

אז די ווילסט נישט דאס, לאמיר דיר פרעגן אזוי, איך האף איך וועל זיך קענען ארויסברענגן וואס איך וויל... ווען איך גיי אריין אין די בראוזער איך לייג אריין א אדרעס, איז דאס כאילו איך האב געדיילט א נומער, און - ווילאנג עס דרייט זיך דער זאך אויפן טעב - קלינגט עס צום באטרעפנדן סערווער, און דער סערווער הייבט אויף און שיקט אים צוריק א וועב-פעיטש, כאילו אוטו ריפליי אימעיל. יעצט וויל איך וויסן אזוי, די בראוזער איז א סאפטווער, די קאנעקשן דאס מיינט די נעטווארק ווייער איז א הארדווער, איז דא עפעס וואס רעדט זיך צאם דארט אינצווישן?

כ'גלייב די ווייסט מן הסתם נישט וואס איך וויל... ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין וואס איך מיין צו פרעגן, וועל איך פרעגן פשוט וואס איז מיר אריין א מחשבה, איך האב געטראכט אזוי, צו ס'איז דא עפעס א פייל - חוץ די היסטאריע פון די בראוזער'ס - וואס האלט חשבון בשעת'ן קאנעקשן, בשעת מען גייט צו א סייט, אז יעצט קומט פאר א קאנעקשן פון די קאמפיוטער צו די און די סייט? אויב יא, איז שייך צו מאכן אז ער זאל אוועקלייגן א לאג פון יעדע קאנעקשן אין א געוויסן פייל?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

אקעי יישר כח ר' למעלה
אנצופאנגען רעדען וועגען PORTS וועל איך מיט א ביסעל א שמועס וואס געשענט ווען מען עפענט א בראוזער אין מען שרייבט למשל מייקראוסאפט.קאם און מען דרוקט ענטער דאס טייטש אז מען שיקט א http ריקוועסט (http איז א שפראך וואס די web browser און די web server פארשטייען זיך דורך דעם וואס מען וויל איינער פין די אנדערע למשל ווען מען ריקוועסט א וועב פעיזש וואס איז נישט דא וועט די וועב סערווער שיקען א ריספאנס וואס וועט אנגערופען HTTP status code וואס ביי דעי פאל וועט די קאוד זיין 404 not found ) כדי צי וויסען צי וועלכע סערווער זיך צי קאונעקטען גייט ער צי א dns server וואס טוישט די ווערטער צי די איי פי address פין די סערוווער ביי אונזער דוגמה איז די איינער פין די אייפי אדרעסען 64.4.11.37 איז מען קאונעקט זיך צי די סערווער יעצט פין ווי פארשטייט די סערווער אז איך וויל רעדען מיט די web server (מיט וועב סערווער מיין איך נישט די קאומפיוטער איך מיין די סאופטווער וואס פארשטייט http און ער ווייסט וואס צי טוהן ווען איינער ריקוועסט א וועב פעיזש פין יעצט אין ווייטער אנשטאט וועב סערווער וועל איך נוצען apache וואס איז די מערסטע באנוצטע ) אפשר וויל איך נישט קיין וועב פעיזש אפשר וויל איך אויפלוידען צי די סערווער א פייל דורך ftp בקיצור פין ווי ווייסט די סערווער אז איך וויל רעדען מיט apache
אויף דעם קומט אריין פארטס ווען די שיקסט דיין http ריקוועסט שיקט עס דיין וועב בראוזער צי פארט 80 פאר פאר http אין פארט 443 פאר https און ביי די סערווער הערט apache אויס אויף פארט 80 דאס מיינט אז די קאומפיוטער שיקט אלע קומינוקעישען וואס קומט אן צי די סערווער אויף פארט 80 ווערט געשוקט צי apache
איך וואלט געזאגט א משל אז די איי פי אדרעס איז אזוי ווי א טעלעפאן נאומבער אין די פארט איז אזוי ווי א עקסטענשען אזוי ווי איך קאול א ביזנעס קאול איך די נאומבער ווען איך וויל רעדען דווקא צי איינעם לייג איך אריין זיין עקסטענשען די זעלבע זאך דא איך וויל רעדען מיט מייקראוסאפט קאומפיוטער לייג איך זייער איי פי איך וויל רעדען דווקא צי די וועב סערווער סאופטווער דהיינו apache לייג איך די פארט נאומבער אויף וואס apache הערט זיך צי(מייקראוסאפט נוצט נישט apache ווייל זיי האבען זייער אייגענע וועב סערווער סאופטווער וואס הייסט iis אבער איך נוץ עס פאר מיין משל)
אויס צי טרייען וואס מען האט געשמוסט דא לייג אריין מייקראוספטס איי פי מיט א ראונג פאורט למשל 64.4.11.37:50 זעה וואס געשענט אין נאכדעם לייג אריין מיט די ריכטיגע פאורט 64.4.11.37:80 אין קוק וואס געשענט

אז מען רעד שוין א אינטערעסאנטע וועבסייט http://www.netcraft.com/
המשך יבוא
אבער נאר טאמער איך זעה אז סווערט א שמועס
לעצט פארראכטן דורך משנה מקום אום פרייטאג יולי 05, 2013 9:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וועלקאם בעק. דערווייל פארשטיי איך עס און איך ליין מיט אינטערעסע
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאפ'ס, זייער גוט! כ'האב הנאה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק פארן ענטפערן, יעצט לאמיר זען צו איך האב פארשטאנען, און נאכדעם עמער פרעגן ווייטער.

וואס איך פארשטיי איז אזוי, אין מיין קאמפיוטער איז דא א פראגרעם וואס איז א וועב-סערווער, וואס ער איז געמאכט צו קער נעמען פון די ארויסגייענדע קאנעקשאן, צו זען וועלכע אדרעס, און וועלכע פארט נאמבער מען פראבירט צו כאפן, יעצט ווען איך לייג אריין א אדרעס אין די בראוזער, איז פשט איך וויל זיך קאנעקטן צו עפעס א צווייטע סערווער, גייט מיין וועב-סערווער (פראגרעם) גיין אויפקוקן אין א אנדערע פלאץ - ווי איך פארשטיי איז דאס צו מיין אינטערנעט פראוויידער'ס דאטע-בעיס - וועלכע איי-פי דאס איז, נאכדעם דיילט ער כאילו יענע אייפי נאמבער און אויב ניצט מען די ריכטיגע פארט/עקסטענשן נומער, באקומט מייקראסאפט'ס וועב-סערווער פראגרעם א ריקוועסט פון מיין וועב-סערווער פאר די און די דף, און אויב איז עס דא, שיקט ער מיר עס צוריק.

און ווי איך פארשטיי פון דעם, איז לאו דוקא די בראוזער אזוי, נאר יעדע פראגרעם וואס ער פראבירט זיך צו קאנעקטן, דארף דורכגיין דעם וועב-סערווער פראגרעם, און ער קוקט אויף ווי מען וויל גיין און פירט די ריקוועסט, און ברענגט צוריק די ריזאלט.

ביז דא האב איך עס ריכטיג פארשטאנען?

אויב יא, לאמיר גיין ווייטער, עפעס פעלט מיר נאך דא אינצווישן (באמת צוויי זאכן וויל איך פארשטיין, אבער די ערשטע זאך לכאורה פארשטיי איך, אבער איך שרייב עס בלשון קשיא, און נאכדעם בקיצור לויט מיין הנחה).

דאס איז אלעס מיט מיין קאמפיוטער ווען ער שיקט ארויס א ריקוועסט. וואס איז אבער מיט דעם אנקומענדען קאמפיוטער, דהיינו לדוגמא מייקראסאפט, ווען איך שיק א ריקוועסט צו מייקראסאפט'ס וועב-סערווער נעמט ער אן יעדע ריקוועסט, און אויב האט ער דעם בלאט שיקט ער עס צוריק, און אויב נישט שיקט ער א ספעציעלע בלעטל פאר אן עראר, וויל איך וויסן אזוי, ווען איך האב צוויי קאמפיוטער'ס, איינס אין אפיס און איינס אינדערהיים, וואס ס'איז צוויי אנדערע אייפי אדרעסן, וואס פאסירט ווען איך וועל אריינלייגן אין אפיס אין מיין בראוזער, די אייפי אדרעס פון מיין היים קאמפיוטער, און לייגן פארט נומער 80, פארוואס גיי איך נישט באקומען קיין שום וועב פעיטש? וואס איך מיין צו פרעגן, איז אזוי, די וועב-סערווער פון מיין קאמפיוטער, און די וועב-סערווער פון מייקראסאפט, איז די זאך? אדער איז דאס נאר די מאנקי'ס אין די מיטל צווישן מיין בראוזער, און מייקראסאפט'ס דאטע-בעיס, דהיינו אז מייקראסאפט'ס וועב-סערווער פירט ווייטער מיין ריקוועסט צו מייקראסאפט'ס אייגענע דאטא-בעיס?

אויב בין איך גערעכט דערמיט, לאמיר איבערגיין בקיצור וואס דא פאסירט מיטן משל ווען איך פראבירן גיין צו מייקראסאפט'ס סייט, מיין בראוזער, שיקט א ריקוועסט צו מיין וועב-סערווער, איך וויל גיין צו די און די בלאט, גייט מיין וועב-סערווער, און קוקט אויף אין א דאטא-בעיס וועלכע נומער מען דארף בכלל גיין צו טרעפן דעם בלאט, און נאכן טרעפן מייקראסאפט'ס אייפי, שיקט ער ווייטער מיין ברואזער'ס ריקוועסט צו די אייפי וואס ער האט געטראפן, קומט ער אן צו מייקראסאפט'ס וועב-סערווער. מייקראסאפט'ס וועב-סערווער נעמט איבער דעם ריקוועסט, אין שיקט עס ווייטער צו די דאטא-בעיס וואס ליגט אין מייקראסאפט'ס קאמפיוטער, און די דאטא-בעיס גיבט צוריק פאר מייקראסאפט'ס וועב-סערווער, דעם געזיכטן בלעטל צוריק צו שיקן צו מיין וועב-סערווער, און מיין וועב-סערווער גיבט איבער די בלעטל צו מיין בראוזער, והנה איך קום אן צו מייקראסאפט'ס זייטל.

יעצט פעלט מיר נאך דא עפעס צו פארשטיין וואס דא פאסירט, ווי אזוי ווייסט מייקראסאפט'ס וועב-סערווער צו וועלכע דאטא-בעיס צו גיין? אויב גיי איך האבן א דאטא-בעיס אין מיין היים קאמפיוטער, פארוואס ווען איך גיי אריין לייגן אין אפיס, מיין היים אייפי אדרעס מיט פארט 80, גיי איך אין ערגעץ נישט אנקומען? פארוואס גייט ער נישט נעמען אינפא פון מיין דאטא-בעיס?

לכאורה דא קומט מען צוריק צו פארט'ס, דהיינו אז ווען מייקראסאפט'ס וועב-סערווער באקומט א ריקוועסט אויף פארט 80 שיקט ער ווייטער די ריקוועסט צו איין געוויסע סארט פראגרעם וואס יענעם פראגרעם נעמט אינפארמעישן פון א דאטא-בעיס פאר וועב-סייט'ס, און 'פארט' 3389 פירט צו אן אנדערע סארט פראגרעם (גראדע רימאוט דעסקטאפ), וכן הלאה, איז עס טאקע אזוי?

אויב יא (די וויפילטע 'איף' האלט איך? איך וויל פשוט וויסן צום סוף וויפיל מאל צו שרייבן 'ענד איף'....), ווי איך פארשטיי איז דא אזא מציאות אז מען קען טוישן די פארט נומערן, דהיינו צו וועלכע פראגרעם ער דארף שיקן יעדע 'פארט', אויב אזוי, אויב טויש איך אין מיין היים קאמפיוטער די 'פארט' פון למשל מיין אוטלוק צו 80, און איך גיי לייגן אין מיין אפיס קאמפיוטער'ס בראוזער מיין היים אייפי און פארט 80, גיי איך אנקומען צו מיינע אימעיל'ס? (כ'שטעל זיך פאר אז עס קען נישט געשען, פשוט אלץ מיין בראוזער פארשטייט נישט די שפראך וואס מיין אוטלוק גייט צוריק שיקן לכאורה, איך פרעג פשוט די קאנצעפט, צו זען צו איך כאפ וואס דא גייט פאר).

יו איך רעד און רעד און קען נישט ענדיגן, איך האף איך גיי דיר נישט אויף די נערווען.... און איך האף.... אז איך רעדט/פרעג צום זאך.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איך האב הנאה אז עס ווערט א שמועס דא דאס איז געווען מיין מטרה
יעצט צי טרייען צי פארענטפערען די קושיות וועל איך בל"נ שרייבען צוויי תגובות איינס וועט רעדען פין רימאוט דעסקטאפ און איינס גייט רעדען ווי אזוי אויפציסעטען די אייגענע קאמפיוטער אלס א וועב סערווער
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א דאנק. מיר ווארטן מיט שפאנונג.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

משנה מקום האט געשריבן: אפשר וויל איך נישט קיין וועב פעיזש אפשר וויל איך אויפלוידען צי די סערווער א פייל דורך ftp בקיצור פין ווי ווייסט די סערווער אז איך וויל רעדען מיט apache

ftp איז איין שפראך און http איז א צווייטע שפראך (זיי זענען קאזינס)
ביי דיפאלט וועט FTP ניצן פארט 21 און http וועט ניצן 80
מען קען טוישן פון 21 צו עני נומבער למשל 65452 אלץ סעקיוריטי
די זעלבע איז מיט אלע פארטס
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך וועל פרובירן מסביר זיין די חילוק פון FTP און HTTP
סאיז דא צוויי וועגן וויאזוי איך קען ארוםשיקן א פייל פון מיין קאמפיוטער דורך די אינטערנעט
אדער מאך איך מיין קאמפיוטער פאר א וועב סערווער און איך עפן אויף (unblock) א פארט ביי די פייערוואל
געווענליך וועל איך דאס טוהן מיט די פארט נומער 80 ווייל אזוי וועסטו נישט דארפן ניצן קיין פארט צי דאונלאודן די פייל ווייל דיין בראוזער וועט ניצן 80 אין די בעקגראונד
למשל די פייל:
http://recipepricing.com/files/port.zip

אדער קען איך ניצן די פארט 1111
און די לינק וועט זיין אזוי:
http://recipepricing.com:1111/files/port.zip

ביידע ניצן http
די צווייטע לינק ליגט אויף א אנדערע קאמפיוטער אויף די זעלבע נעטווארק
איך האב אין מיין ראוטער געפארווערד די פארט 80 צו איין קאמפיוטער און פארט 1111 צי א צווייטע
ביידע קאמפיוטערס האב איך אויפגעסעט IIS (וואס דאס איז וועל איך לאזן משנה מסביר זיין)
און דארט געלייגט די צוויי פיילס

ביי FTP דארף מען נישט אויפסעטן א וועב סערווער נאר מען סעט אויף א FTP סערווער
https://filezilla-project.org/
דאס איז א פרי פראגרעם עס צו טוהן
די לינק וועט זיין די זעלבע נאר ftp
און ער וועט אוטאמאטיש ניצן פארט 21
ftp://recipepricing.com/files/port.zip
אדער הייס אים ניצן אן אנדער פארט און דו וועסט ביי דיין קאמפויטער אנשטעלן די ftp פראגרעם צו ניצן די 1111 אלץ די ftp פארט
ftp://recipepricing.com:1111/files/port.zip

ביידע עפטיפי לינקס וועט נישט ארבעטן ווייל איך האב נישט אויפגעסעט קיין ftp ביי מיר
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

זייער א שיינע שמועס.
פאר FTP קען מען אויך ניצן די געהעריגע ווינדאויס עקספלארער.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

זייער נייגעריג האט געשריבן:זייער א שיינע שמועס.
פאר FTP קען מען אויך ניצן די געהעריגע ווינדאויס עקספלארער.

פאר א סערווער?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

פאטאקי08 האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן: אפשר וויל איך נישט קיין וועב פעיזש אפשר וויל איך אויפלוידען צי די סערווער א פייל דורך ftp בקיצור פין ווי ווייסט די סערווער אז איך וויל רעדען מיט apache

ftp איז איין שפראך און http איז א צווייטע שפראך (זיי זענען קאזינס)
ביי דיפאלט וועט FTP ניצן פארט 21 און http וועט ניצן 80
מען קען טוישן פון 21 צו עני נומבער למשל 65452 אלץ סעקיוריטי
די זעלבע איז מיט אלע פארטס

איך זעה האסט נישט פארשטאנען מיין פוינט ליין עס נאכאמל איבער וועסטו זעהן אז איך שרייב פין ווי ווייסט די סערווער אז איך וויל רעדען מיט apache
און נאכדעם קום איך צי צי די פאוינט אז זיי הערען צי אויף אנדערע פארטס דאס איז דאך די נושא דא פארוואס מען דארף האבען פארטס
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

פאטאקי08 האט געשריבן:א
ביי FTP דארף מען נישט אויפסעטן א וועב סערווער נאר מען סעט אויף א FTP סערווער
https://filezilla-project.org/
דאס איז א פרי פראגרעם עס צו טוהן
די לינק וועט זיין די זעלבע נאר ftp
און ער וועט אוטאמאטיש ניצן פארט 21
ftp://recipepricing.com/files/port.zip
אדער הייס אים ניצן אן אנדער פארט און דו וועסט ביי דיין קאמפויטער אנשטעלן די ftp פראגרעם צו ניצן די 1111 אלץ די ftp פארט
ftp://recipepricing.com:1111/files/port.zip

ביידע עפטיפי לינקס וועט נישט ארבעטן ווייל איך האב נישט אויפגעסעט קיין ftp ביי מיר

מען קען האבען ftp אין iis
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

יעצט גיי איך אנפאנגען מיט רעדען פין רימאוט דעסקטאפ איך גיי רעדען נאר ווי אזוי מען טוט עס אויף די אייגענע נעטווארק אויב מען וויל עס טוהון דורך די אינטערנעט אפילו מיט די ריסק וואס קומט דערמוט דארף מען זאגען פאר דער ראוטער אז ער זאל שיקען צי די קאומפיוטער וואס מען וויל איך גיי אי"ה רעדען דערפון מער ווען איך וועל בל"נ רעדען פין אויפסעטען א וועב סערווער אלעס ווענד זיך ווי אזוי און צי דער עולם וועט ציען די שמועס
איך וויל אז די אשכול זאל זיין אזוי ווי עס איז יעצט געווארען פאר דורך שמועסען ווי אזוי זאכען איירבעטען אין די קומפיוטער וועלט אין ווי אזוי אויפציסעטען געוויסע זאכען וואס זענען עדווענסד און פארשטייט זיך אז סאיז א שמועס מיינט אז די מייק איז נישט מיינס יעדער קען ארויפברענגען נושאים און שמועסען אבער סדארף זיין מיט א סדר
און נאך אזאך סאיז דא טויזענטער זאכען אין די קוימפיוטער וועלט און סאיז נישטא די מענטש וואס קען אלעס סאו אויב ווייס איך נישט עפעס אין סדא איינער וואס קען ארויסהעלפען וועל איך זייער הנאה האבען
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

רימאוט דעסקטאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

רימאוט דעסקטאפ קומט נאר אין די פראפעסישנעל ווערזשענס פון ווינדאוס, נאך א לימיטעשען, ווינדאוס קלייענט קען נאר האבען איין עקטיוו סעשען אויפאמאל, מען קען עס זעהן ווען מען נוצט fast user switching אין מען איז אריינגעלאגד אין צוויי יוזערס, אין מען עפענט אויף טעסק מענעדשער און מען גייט צי די יוזער טעב, וועט מען זעהן אז די אנדערע סעשען איז דיסקאנעקטעד. ענליך איז אויך אונטער די זעלבע יוזער נאמען, דהיינו מען איז אריינגעסיינט ביי די קאונסאול (דאס איז די וואס מען נוצט ווען מען זיצט ביי די קוימפיוטער) אין מען עפענט דורך רימאוט דעסקטאפ, אויב מיט די זעלבע יוזער, וועט די יוזער ביי די קאונסאול ווערען דיסקאונעקטעד, אין די רימאוט דעסקטאפ וועט ממשיך זיין די סעשען, אויב נוצט מען א אנדערע יוזער ביי די רימאוט, וועט דעי יוזערס סעשען ווערען דיסקאונעקטעד, אזוי ווי ביי פעסט יוזער סוויטשינג, און טאמער סיינט מען צוריק אריין ביי די קאונסול, ווערט די רימאוט יוזער ארויסגעשטויסען, אויב איז עס די זעלבע יוזער איז מען ממשיך די סעשען ביי די קונסול, אויב איז עס א אנדערע יוזער דעמאלטס איז עס אזוי ווי ביי פעסט יוזער סוויטשינג, ער פרעגט וועלכע סעשען די ווילס מאכען צוריק עקטיו.

סאיז דא א גניבה שטיקעל ווי אזוי זיך א עצה צי געבען מיט ביידע לימיטעשענס וואס איך האב שוין געדארפט עטליכע מאל נוצען

אויך דארף מען האבען א פעסווארד אויף די יוזער מיט וואס מען סיינט אריין רימאוטלי מען קען זיך מיט דעם א עצה געבען אבער איך זעה נישט פארוואס איינער זאל וועלען גרעסער מאכען די ריסק

אבער ביי די סערווער ווערשען איז פונקט פארקערט אפילו טאמער די סיינסט אריין מיט די זעלבע יוזער וועט ער אנפאנגען א נייע סעשען אין וועסט נישט קענען זעהן די פראגרעמס אין זאכען וואס זענען אפען אין די קאונסאול סעשען

אויב מען וויל דווקא איז דא א וועג יא ממשיך זיין אבער דא איז נישט די פלאץ פאר דעם
און מען קען האבען אסאך סעשענס אויף אמאל

המשך יבוא
לעצט פארראכטן דורך משנה מקום אום זונטאג יולי 07, 2013 11:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
טובי העיר
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 3:16 pm
לאקאציע: ביי די אסיפה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי העיר »

איך ווייס נישט אויב איך האב רשות אריינצורעדן אבער איך וויל מסביר זיין די זאך לויט ווי איך האב ביז היינט פארשטאנען און אויב משנה זעט אז ס׳נישט ריכטיג זאך ער ניר ביטע פארבעסערן

דיין קומפיוטער איז די קלייענט ער האט א וועב בראוזער וואס פארשטייט זיך מיט די וועב סערווער (ווייל ער גייט צו פארט 80) איז ווען די לייגסט אריין מיקראסאפט דאט קאם אין דיין אדרעס באר גייט ער צו א די. ענ. עס. סערווער (וואס איז ווי א טעלעפאון ביך) און ער קוקט נאך אין זיין דאטאבעיס ווער איז מייקראסאפט דאט קאם און ער רידיירעקט דיין בראוזער צום ריכטיגן איי פי אדדרעסס וואס איז מייקראסאפטס וועב סערווער.

יעצט ווען די פרובירסט צו גיין צו דיי אנדערע קומפיוטער גייט עס נישט ווייל עס איז נישט אינסטאלירט דארט קיין וועב סערווער.

יעצט העמיר ווארטן אויף משנה אז ער זאל אויסלערנען וויזוי צו מאכן א קומפיוטער אלץ א וועב סערווער
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

טובי העיר האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב איך האב רשות אריינצורעדן אבער איך וויל מסביר זיין די זאך לויט ווי איך האב ביז היינט פארשטאנען און אויב משנה זעט אז ס׳נישט ריכטיג זאך ער ניר ביטע פארבעסערן

דיין קומפיוטער איז די קלייענט ער האט א וועב בראוזער וואס פארשטייט זיך מיט די וועב סערווער (ווייל ער גייט צו פארט 80) איז ווען די לייגסט אריין מיקראסאפט דאט קאם אין דיין אדרעס באר גייט ער צו א די. ענ. עס. סערווער (וואס איז ווי א טעלעפאון ביך) און ער קוקט נאך אין זיין דאטאבעיס ווער איז מייקראסאפט דאט קאם און ער רידיירעקט דיין בראוזער צום ריכטיגן איי פי אדדרעסס וואס איז מייקראסאפטס וועב סערווער.

יעצט ווען די פרובירסט צו גיין צו דיי אנדערע קומפיוטער גייט עס נישט ווייל עס איז נישט אינסטאלירט דארט קיין וועב סערווער.

יעצט העמיר ווארטן אויף משנה אז ער זאל אויסלערנען וויזוי צו מאכן א קומפיוטער אלץ א וועב סערווער

איין זאך נאר ווען איך סעט אויף ביי מיך אין אפיס א וועב סערווער, איך האב דאך א באנטש קומפיוטערס קאנעקטעט צי דעי ראוטער, יענער קומט דאך צי מיין ראוטער, פין ווי ווייסט די ראוטער צי שיקען די טרעפיק וואס קומט אן אויף פארט 80, צי די קומפיוטער וואס איך וויל, דא קומט אריין פארט פאווערדענג, וואס איך וועל אי"ה רעדען שפעטער, ווען איך ווועל רעדען פין אויפסעטען א וועב סערווער, יעצט וויל איך ענדיגען מיט רימאוט דעסקטאפ.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”