הילף מיט אויפסעטן א WordPress וועבסייט

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

הילף מיט אויפסעטן א WordPress וועבסייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך האב ארויפגעלייגט אלע פיילס צום FTP, און קריעטעד א דעטעבעס אין MYSQL.

צווישן די פיילס איז דא אפייל וואס הייסט wp-config-sample.php, דארטן האב איך אריינגעשטעלט די אינפא צו קאנעקטן צום דעטעבעס. אבער איך קריג אן עראר Error establishing a database connection.

יעצט די פאנטשער איז, אז עס דארף זיין נאך א פייל מיטן נאמען wp-config.php עפעס קאנפליקטן זיך די צוויי.
צי דארף איך אויסמעקן די סעמפל פייל?


אויך ביים לאודן די סייט קומט ארויף די סטענדערט קאנפיג סעטטינג, ווען איך שטעל דארט אריין מיין דעטעבעס אינפא גיבט ער מיר אויך אן עראר.

עני העלף?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א גרויסן דאנקע פאר כ'ק אדמו"ר מלאקשן ברעט שליט"א פארן אנווייזן פונקטליך וויזוי זיך אומצוגיין מיט ווארדפרעס, בזכותו הגדול האמיר געמאכט פארשריט און יעצט ארבעט עס שוין דערווייל.

מסתם וועל איך האבן נאך פראגעס אין די קומענדיג פאר טאג לגבי וואסערע פלאג-אינס צו נוצן וכדומה, סטעי טונד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

מיי פלעזשער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נעקסט אישו.

ווען איך מאך נייע פעיזשעס אין אדמין פענעל, זאגט ער מיר "פעיזש קריעטעד", אבער ווען איך קליק אויף וויואו פעיזש קריג איך א עראר .HTTP Error 404.0 - Not Found

פשט?

אינטערעסאנט איז אז די URL פאר די פעיזש גיבט ער אן אלס http://www.domain.com/new-page דאס מיינט אז ס'דארף ליגן אין די מעין פאלדער אין FTP, טא וואונדער איך זיך ווייל ווען איך קוק אריין אין FTP זע איך נישט די אקוראשט געמאכט נייע פעיזשעס.

ס'פשט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

כ'ווייס נישט, אבער סתם אזוי איז גוט זאלסט וויסען אז ווארדפרעס האט א פורום ווי פראבלעמען ווערען געלייזט http://wordpress.org/support/
געזעץ היטער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2016 5:00 pm

לאגא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געזעץ היטער »

איינער ווייסט וויאזוי צו טוישן די לאגא פון די טיעם?
שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

מסתמא איז עס געוואנדן אין יעדע טיעם אנדערש.
עס איז מעגליך אז די url פאר די לאגא איז געסטארט אין די דעיטעבעיס ערגעצוואו.
ווען איך ווייס מער אינפארמאציע, וואלט איך דיר גרינגערהייט געקענט העלפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”