בלאט 1 פון 1

וואס איז, Internet, Website, שמועס בלאט קאמענטארן פראגן אד"ג

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2010 6:17 pm
דורך להאיר
ביטע אויב האט איר פראגן אין דעם

וואס איז, Internet, Website

אשכול פרעגט דאס דא, ווי אויך פאר סיי וואספארא זאך עס איז נישט מוסיף אינפארמאציע נאר א שמועס אין דעם נושא, און/אדער קאמענטארן, עצות טובות, וכדו' דא איז דער וואונקל דערפאר

אריבער געברענגט פון, וואס איז אינטערנעט וועבסייט

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2010 6:19 pm
דורך להאיר
דורך CID אום זונטאג פבואר 07, 2010 7:03 pm

א גרויסן יישר פארן ארויסהעלפן יודן עס איז דע גרעסטע מדריגה פון צדקה

וואס איך וויל פארשטיין איז למשל דא איז דריי אדער מער פלענס וואס איך קען אויסוועלן פאר האסטינג וואס איז די חיליק פון זיי

אין בכלל וואס דארף מען וויסן ביים עפענען א סייט אויף למעשה
די חילוק פון PHP ASP.NET IIS SQL HTTP
לאמיר גיין לויט דיין מהלך איך גיי מאכן א WORD פייל יעצט וויל איך א די WWW זאל עס זען דארף איך צאל 10 טאלער יעדע חודש פאר האסטינג אדער איז געניג צו צאלן זיבען טאלער א יאר

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2010 6:51 pm
דורך להאיר
לאמיר גיין על ראשון ראשון

ש' - וועלכע האוסטינג פלאן איז די בעסטע
ת' - דאס באלאנגט פאר א פראפעשאנעל וואס ווייסט וואס מען דארף און לויט דעם קען מען באשליסן וואס מען וויל, עס באלאנגט נישט אין אן עם-הארץ'ישן אשכול אין איי-וועלט

ש' - וואס דארף מען וויסן ביים עפענען א סייט אויף למעשה
ת' - טויזנטער מאל מער אינפארמאציע פון וואס עס איז שוין באשריבן אין דעוועלאפערס וואונקל (אין באמת דארף מען האבן א פיזיקל רבי דערפאר ווייל אנדערש איז עס כמעט אוממעגליך צו פארשטיין)

ש' - די חילוק פון PHP ASP.NET IIS SQL HTTP
ת' - יעדע פון די זאכן (כמעט) איז אן אנדער קאמפאנענט (אינגריעדיענט ווען מען קאכט אין באקט) וואס אלע פון זיי פעלן אויס אויפצוהאלטן און דעוועלאפן א וועב-זייטל, לאמיר דאס צוטיילן אויף קליין געלד

א') PHP ASP.NET דאס זענען פראגראמינג שפראכן, וואס עס קומט נאך צו דערצו איז א לאנגע לאנגע ליסטע, צ.ב.ש. JSP - ASPX - C# (SHARP) - ועוד כהנה וכהנה, וואס דער ציל פון זיי איז צו מאכן זאכן ארבעטן, און אונזער פאל צו מאכן א דיינעמיק, דאס הייסט אז עס זאל אליינס אויספירן פונקציעס, אין בויען פון סיי וועלכע סארט זיך איר זוכט, צ.ב.ש. א דאטא-בעיס (ליינט אות ג') פון צען מיליאן רעקארדס אז מען זאל נישט דארפן אין HTML איבערטייפן אלע צען מיליאן נאר דער פראגראמינג שפראך מאכט אז עס שאל געשעהן פון זיך אליינס, און נאך מער צ.ב.ש. איר ווילט נאר אז וועלכע עס פארמאגט אין זיך אן אות "ע" אדער עס איז פון דעם טאג ביז דעם טאג, וועט דאס דער פראגראמינג לענגוויטש טון פאר אייך און עס וועט ארויסקומען ביים קלייענט זיין פונקט אזוי ווי איר וואלט דאס געטון מיט די הענט, דער חילוק איז נאר די הונדערטער מיליאנען שעה וואס עס וואלט געדויערט מיט די הענט
יעצט ווי באלאנגט דאס, האפנטליך וועלן מיר עפענען אשכולות איבער דעם אבער דערווייל האלטן מיר נאך אינדערמיט (ביים אנפאנג) פון HTML, אבער מיט דער צייט האפן מיר צו עפענען (און בעסער איז ווען נאך איינער כאפט זיך אריין און איז מקדים און עפנט) אשכולות איבער דעם עצם נושא פון פראגראמינג, און ספעציפיש פאר יעדן שפראך באזונדער, און וואס איז גוט פאר וואס

ב') IIIS איז גאר אן אנדערע מסכתא, דאס איז דער (סאפטוועיר) סערווער וואס האוסט דעם וועבסייט אויף אייער קאמפיוטער, און אין דעם קאטעגאריע גייען אריין דער APACHE סערווער, און דער JAVA סערווער ועוד עטליכע, און דאס קומט אויך אין אן אשכול פאר זיך

ג') SQL דאס איז א דאטא-בעיס סיסטעם, נאר אין קיין GUI דאס הייסט אויסקוק, און צו דעם קאטעגאריע קענט איר צולייגן, SEQUEL, און MySql, און SqlServer, ועוד רבות אשר אי אפשר לפורטם על רגל אחת, וואס על כגון דא האבן מיר אט יעצט געשריבן אין אות א') אז מען נעמט דעם פראגראמינג לענגוויטש צו פארמינערן דעם טייפן ארבעט פאר HTML

ד') HTTP איז א באזונדערע זאך, נאכדעם וואס מען ווייסט שוין וואס HT ה'ייפער ט'עקסט איז, יעצט דארף מען דאס קענען שרייבן, און מען דארף דאס קענען ליינען, יעצט ווען דער קאמפיוטער איז אנגעשטעלט אז דער און דער PORT (טונעל) געווענליך 80, זאל אויפנעמען יעדן HTML א.ד.ג. פייל, דארף זיין א פראטאקאל וואס דאס איז דער מענטש וואס פארשטייט דאס (און אונזער פאל דער קאמפיוטער) וואס ער נעמט דעם הייפער טעקסט לעגוויטש, און ער לייגט דאס שיין אויס אין דעם בראוזער, איז אין אנדערע ווערטער א PROTOCOL איז א שפראך פארשטענדעניש, יעצט HTTP באשטייט פאר ה'ייפער ט'עקסט ט'רענספער פ'ראטאקאל, יעצט צ.ב.ש. אז איר ווילט מאכן א פייל טרענספער, דארף מען אנשטאט נוצן HTTP דארף מען זיך באנוצן מיט FTP וואס דאס איז ראשי תיבות פאר פ'ייל ט'רענספער פ'ראטאקאל, און דאס וואס ברענגען א פארשטענדעניש צווישן דעם אפ-לאוד זייט, (דער סערווער סייד) און דער דאון-לאוד סייד (דער קלייענט סייד)

אבער טאמער הייבט מען שוין אן דא אויסצולייגן אויף למעשה פעלט נאך א גאנצע ליסטע

א') וויאזוי מאכן מען א שאפינג קארט
ב') ווי אזוי מאכט מען קאלקולעישאן'ס אין פראגראמינג שפראך, (דרך אגב די בעסטע איז COBOL וואס דאס נוצן די בענק)
ג') וכו' וכו', אבער פאר דעם האבן מיר דאך אזויפיל אשכולות אז מען זאל עס קענען צעביסלעך מסביר זיין, און אויף דערווייל קען מען כאטשיג וויסן וואס מען וויל זיך לערנען בכלל

ש' - צאלן יעדע חודש צען דאלאר אדער איז גענוג $7 פאר גאנצער קיילעכדיגער יאר
ת' - די שאלה איז עס ווענדט זיך וואס מען וויל, אבער אין היינטיגע צייטן רוב סייטס זענען פיצעלע וואס צאלן קויף די $7 מען טרעפט ענדערש בארגעינס און מען האוסט דאס אויף דער אייגענער קאמפיוטער, פארשטייט זיך אז אלעס גייט טיפער און טיפער און מען דארף זיך דורכרעדן מיט אן עקספערט, ולא להכלתא קאתינא אלא פיפוטי בעלמא, נאר אויף צו געבן א שטיקל השגה, אז מען זאל נישט דארפן צאלן שווערע טויזנטער דאלאר נאך פאר מען ווייסט צו עס איז בכלל פאר זיך
עכ"פ ווען איך מאך א ווארד פייל וואס איך וויל אז מען זאל דאס זעהן אויף מיין קאמפיוטער, שטעל אלעס אן אזוי ווי ערווענט אין דעם מעין אשכול פון וואס איז אינטערנעט וכו', און דערנאך סעיוו איך דעם ווארד פייל אלס אן HTML, און איך לייג א לינק אויף דעם אינדעקס פייל, (פארשטייט זיך אז דער ווארד פייל דארף זיין געסעיווט און דעם רוט פאלדער צ.ב.ש. ביי אן אפאטשי איז דאס HTDOCS, אדער קען מען דאס מאכן אסאך פשוט'ער, מאכן מיט ווארט דעם אינדעקס פייל און דאס סעיווען אלס אן HTML והכל על מקומו יבא בשלום, והא ראי' אז די זעלבע זאך גייט געשעהן ווען מען צאלט יא דעם הונדערטער אדער מער פארן יאר, דער חילוק איז נאר צו עס גייט זיין געהאוסט ביי דיר אויפן קאמפיוטער צו עס גייט זיין געהאוסט ביי יענעם אויפן קאמפיוטער
(בדרך אגב איז נישט כדאי צו מאכן א ווארד פייל אויף אן HTML ווייל ווארד בפרט און מייקראסאפט בכלל האבן א טבע צו מאכן א פייל ווי גרעסער און שווערער, דערפאר איז מער כדאי דאס צו מאכן מיט פשוטע HTML אן די הילף פון ווארד)

דאס איז פארשטייט זיך נאר צו פארענטפער בקיצור, אבער אויף צו "למעשה" פעלט נאך אויס א היבש ביסל ידיעות מיט פראקטיק, אפגעזעהן צו מען האוסט דאס ביי זיך אדער צו מען האוסט דאס אויף 1&1 אדער ביי GODDADY אדער סיי ווי, דער קאנצעפט איז די זעלבע דער חילוק איז נאר ווי עס ליגט, און דער חילוק למעשה איז בכלל נישט תלוי אין די געלד נאר אין די ידיעות און פראקטיק (עקספיריענ"ס בלע"ז)

נישט גע'דאגה'ט פרעגט נאך און איך וועל פרובירן צו ענטפערן עד מקום שידי מגעת, אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נאך גאר ווייט פון למעשה, נאר אויף אזויפיל צו באקומען עטוואס א ידיעה אז מען זאל וויסן וואס מען ווייסט נישט, כמו כן גם אני, עס איז אלעס מן השפה ולחוץ

געשריבן: מאנטאג פעברואר 08, 2010 9:39 pm
דורך CID
עס ארבעט בקיצור אזוי, יעדער קאמפיוטער האט 65536 פאָרט'ס [טונעלן] (ווען דער קאלקולעיטער ארטיקל וועט זיך אי"ה אויסברייטערן וועט איר דאס אי"ה אביסל מער פארשטיין), און א גרויסער חלק פון זיי איז דעזיגנירט פאר געוויסע פונקציעס און לויט דעם פארשטייט ער זיך מיט א געוויסער פראטאקאל


איז דעס די זעלבע ווי די פרינטער און USB סיריעל ניצן :?:
קען איך זען און מיין קאמיאטער א ליסט ווער סניצט וואס :?: און וואס עס איז פריי :?:
פארט 80 דאכט זיך ניצט BROWSER שוין יעצט ווען איך ליין IVELT :?: קען מען עס ניצן פאר צוויי זאכן :?:

:idea: וועגן ניצן די אייגענע קאמפיאטער פאר א סערווער :idea:

ווי אזוי קאן איינער זעהן א פייל אין מיין קאמפיאטער עס האט דאך א פייער וואל :?:
און בככל ווי אזוי קאנפיגער איך מיין ראטער און נעטווארק סעטינגס :?:
און פון ווי האב איך די SOFTWARE פאר א סערווער :?:
דאכט זיך עס איז זייער פאפעלער UNIX פאר סערווער ווייל עס איז מער סטעבעל :?:
און נאכאמעל שכח פארן ארויס העלפן :!:

געשריבן: פרייטאג אפריל 09, 2010 4:03 pm
דורך להאיר
לאמיר אנהייבן אביסל, דאס איז באמת אביסל א צוזאמען געשטעלטע שאלה וואס עס ברויך ווערן צוטיילט אויף באזונדערע אשכולות, אין/אדער תגובות

לאמיר קודם אנהייבן מיט דעם ערשטן טייל פון די שאלה

CID האט געשריבן:איז דעס די זעלבע ווי די פרינטער און USB סיריעל ניצן :?:


מינדלעך (ארויסגעזאגט פון מויל, ווערט אויך באנוצט אויף צו אויסדרוקן א פארשטענדעניש אויסדרוק אין פראזן לעקסיקאן) ווערן די פארט'ס אנגערופן "נעטווארק פארט'ס), אבער דער אמת'ער נאמען אין טעקניקעל שפראך, איז TCP פארט'ס

יעצט די USB און פרינטערס, זענען באמת צוויי באזונדערע זאכן, וואס די פראגע דערפון וואלט ווען באלאנגט אין א אשכול איבער קאמפיוטער קאנפיגיורעישאן, און די תשובה וואלט ווען געדארפט ווערן צוטיילט אין צוויי (און באמת גאר אסאך מער) באזונדערע אשכולות, אבער עכ"פ אויף לעת עתה וועלן מיר בלויז אנרופן דעם נאמען דערפון לויטן טעקניקעל זשארגאן, UDP פארטס

אבער דער עיקר איז אז עס איז צוויי באזונדערע זאכן און עס האט נישט קיין שום שייכות איינס מיטן צווייטן

המשך יבא אי"ה