SMALL CLAIMS COURT

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

SMALL CLAIMS COURT

תגובהדורך bailout » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 2:50 pm

די מעשה איז אזוי, איך בין אריינגעפאלן אין א עקסידענט און די שולדיגערס אינשורענס האלט נישט ביים צאלן.

חחליפ...כליפ... כ'בין נישט געגאנגען דורך מיין ברודערס אינשורענס וויבאלד די אפיציר אויפן סצענע האט מיר קלאר געזאגט אז יענער וועט מיר צאלן 100 פראצענט און איך בהמה האב אים געגלייבט.

און יעצט ווען ס'קומט צום באצאלן ציען זיי מיר אויס די גאל, וואס גאל?... די נשמה...
קיין גרייצער האב איך נאכנישט געזען פון זיי, מיט כל מיני תי' שונים.

מען רעדט פון א סכום וואס קען גיין דורך סמאל קלעימס קארט, די פראבלעם איז אז די קאר איז דאך נישט מיינס נאר מיין ברודערס, נו, דא דרייט מען מיט די גראבע פינגער, צו וועל איך קענען קלעימען אליינס. איך טענה אז סוף כל סוף וועל איך עס דארפן צאלן. טא וואס טוט מען.

איך פארשטיי די ביזט נישט קיין לויער, אבער אויב די ווייסט איינער וואס האט עקספיריענס מיט דעם פליז מעלד מיר.

לאקשן קיגל
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 9:15 pm

תגובהדורך לאקשן קיגל » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:58 pm

וואסי געווארן?

פיבער מעסטער
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 5:00 pm

איך האב אויך א סמאל קלעימ'ס קאורט אנקלאגע וואס עס דרייט זיך שוין ארום ביי מיר אבער אן עפעס טוהן דערוועגן.

הערץ נעבן קרית יואל אויף ספרינג סטריט גיבט געפערליכע שלעכטע סערוויס כידוע, אבער מיר האט ער פשוט באג'נבט, קודם האט ער נישט געהאט די קאר וואס איך האב באשטעלט, נאכדעים האט ער מיר געוואלט געבן אן אנדערע א פיצילע קאר וואס איך פיט נישט דערין אבער האט געוואלט אויף דעם צולייגן נאך געלט.... בקיצור המעשה איך האב געהאט מיין קאר א טאג שפעט פון אן אנדערע קאר רענטל און געדארפט צאלן מיט עטליכע הונדערט דאלער מער!!!

און גיי טענה דיך מיט'ן דופן עקומה, אפשר ווייסט טאקע איינער וויאזוי עס גייט צו די סמאל קלעימ'ס?


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט