בלאט 1 פון 1

קאר פאל

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 12:59 pm
דורך bailout
די וואך בין איך צוריקגעקומען ביינאכט מיט א פולע קאר, איך פאר מיר רואיג צו צי די לאוער לעוועל פון די וואשינגטאן בריק, איך רוק מיך צו די זייטיגע לעין, נארמאל שטייט דארט CASH EZPASS, אבער דעמאלטס איז געשטאנען ALL OTHERS, איך פאר צו זעה איך אז די קאר פארנט פון מיר וואס האט נישט געהאט קיין איזיפעס שרייבט זיך אויף GO DO NOT PAY, און ווען איך בין אנגעקומען זעה איך אז די בודקע איז ליידיג קיינער שטייט נישט דארט, און ס'שרייבט זיך אויף GO EZPASS, איך שריי קאר פול אבער צו די פיר ווענט, גיי איך ארויף אויף מיין אקאונט זעה איך זיי האבן גערעכנט 6 דאלער.

וואסי פשט פון די גאנצע זאך?
וואס געשעהט מיט דעם וואס האט נישט איזיפעס? איז עס טאקע אומזיסט?
און אז איך האב יא איזיפעס דארף עס דאך זיין אדער 8 אדער 2 נישט אזוי?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 1:16 pm
דורך farshlufen
רב בעילאויט, יעדע נאכט איז די זעלבע מסכתא, די אנגעצויגענע פנים'ער אויפן שעול תחתית פון בריק ארבעטן נישט אויפדערנאכט, דערפאר פירט מען זיך ביינונז אז מען נעמט דעם שטעגל אויפן לינקע זייט פראנהויז פון די שטייער קאסירען און מ'זאגט די לחש אויבן.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 1:38 pm
דורך bailout
גוגל טרענסלעיט?...

אמאל שטייט אויף די סיין אז יעצט קען מען נאר פארן מיט איזיפעס אונטן, אבער ווען איך בין געפארן איז נאר געשטאנען אז טראקס דארפן ארויסגיין, קעש קען פארן רואיג.

די פארשטייסט וואס דא גייט פאר. האלאו?

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 1:56 pm
דורך farshlufen
האלאו!! שריי נישט אזוי! ס'איז גזל שינה!

כבר הי' לעולמים, ס'איז א טעגליכע ערשיינונג, מיא=ר ניו יארקער דרייווער האט מען געלערנט אז מען טאר קיין קשיות פרעגן, מען דארף זיך געוואוינען צום מנהג המקום.

נאדיר גוגל טראנסלעיט:

Multi beilaoyt, every night is the same mskhsa, the attracted face 'he on sheul bottom of bridge work not in the evening, because leads one beynunz that one takes the shtegl on the left side franhoyz of the tax kasiren and it says the spell above
.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 3:26 pm
דורך בען בלישעם
farshlufen האט געשריבן:
נאדיר גוגל טראנסלעיט:

Multi beilaoyt, every night is the same mskhsa, the attracted face 'he on sheul bottom of bridge work not in the evening, because leads one beynunz that one takes the shtegl on the left side franhoyz of the tax kasiren and it says the spell above
.



זייער גוט!!!

לענין די טאלן, דוכצעכמיר אז ביינאכט קען מען נישט באצאלן קיין קעש אויף דעם לאוער לעוועל.
איך בין אמאל אנגעקומען אומוויסענדערהייט צום לאוער לעוועל ביינאכט און נישט זעענדיג קיינעם בין איך געפארן ווייטער, וואס מיינסטו? עס איז מיר אנגעקומען א גרויסע פעטע טיקעט אויף דער פאסט.

יעצט גיי איך פרובירן צו טרענסלעיטן די אויבערשטע שורות...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 3:40 pm
דורך bailout
מ'קען געהעריג באצאלן מ'דארף נאר ליינען די סיינס.
פאר כ'האב געהאט איזיפעס פלעג איך אלץ פארן דורך די לאוער לעוועל, און אויב ספלעגט שטיין איזיפעס אנלי האב איך מיך ארויסגערוקט פון די לינקע זייט ביי די העזמעט לעין. אבער רוב מאל איז עס יא אפען.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 3:42 pm
דורך בען בלישעם
קען זיין.

אלענפאלס, אט דאס האב איך באקומען...


Very good!!!

Point the Tanner, dukhtsekhmir that night you can not pay to kesh on the Lower Level.
I once arrived aumvisenderheyt to Lower Levels night and not zeendig no, I am sailing further, that mean? It is we got a great fatted ticket in the mail.

Now go I try to trensleitn the upper rows ...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 20, 2009 12:58 pm
דורך 1x1
bailout האט געשריבן:די וואך בין איך צוריקגעקומען ביינאכט מיט א פולע קאר, איך פאר מיר רואיג צו צי די לאוער לעוועל פון די וואשינגטאן בריק, איך רוק מיך צו די זייטיגע לעין, נארמאל שטייט דארט CASH EZPASS, אבער דעמאלטס איז געשטאנען ALL OTHERS, איך פאר צו זעה איך אז די קאר פארנט פון מיר וואס האט נישט געהאט קיין איזיפעס שרייבט זיך אויף GO DO NOT PAY, און ווען איך בין אנגעקומען זעה איך אז די בודקע איז ליידיג קיינער שטייט נישט דארט, און ס'שרייבט זיך אויף GO EZPASS, איך שריי קאר פול אבער צו די פיר ווענט, גיי איך ארויף אויף מיין אקאונט זעה איך זיי האבן גערעכנט 6 דאלער.

וואסי פשט פון די גאנצע זאך?
וואס געשעהט מיט דעם וואס האט נישט איזיפעס? איז עס טאקע אומזיסט?
און אז איך האב יא איזיפעס דארף עס דאך זיין אדער 8 אדער 2 נישט אזוי?


The price is $8

With EZPass & carpool is it $2

EZPass without carpool - During rush hours: $8

EZPass without carpool; Off peak-hours (not in rush hours) is it $6

But to get the carpool discount, you have to go to the Cash-EZPass lane

געשריבן: דינסטאג פאברואר 02, 2010 10:38 am
דורך bailout
איך האב איבערגעקוקט מיין סטעיטמענט האב איך געזעהן אז צוויי מאל וואס איך בין געווען קארפול האבן זיי געטשארזשט 6 דאלער, איך האב זיי אנגערופן און זיי האבן געזאגט זיי גייען עס אויסגראדן.

ס'איז כדאי איבערצוטשעקן די גנבים....

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 02, 2019 1:51 pm
דורך פארפלאנטערט
Dear E-ZPass Customer,

Thank you for being a valued New York E-ZPass Customer. We are writing to inform you that as of January 5, 2020, the Port Authority of New York and New Jersey (PANYNJ) will discontinue the Port Authority Carpool Plan (PACP) at the George Washington Bridge, the Holland Tunnel and the Lincoln Tunnel. The PANYNJ discontinued the PACP at the Bayonne Bridge in February 2017, the Outerbridge Crossing in April 2019 and the Goethals Bridge in September 2019.

You do not need to take any action.

For more information on the discontinuation of the PACP and the new E-ZPass rates at PANYNJ crossings, please visit www.panynj.gov/TollsFAQs.

If you have issues or concerns specific to your New York E-ZPass account, please contact the Customer Service Center by visiting www.e-zpassny.com or by calling 800-333-TOLL (800-333-8655). Make sure you have your account information available when you call.

Thank you.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 1:41 pm
דורך דניאל אויערבאך
You do not need to take any action.
טאקע??? אבער א קללה מעג איך יא געבן????
גנבים גזלנים!!!!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:41 pm
דורך צדיק בן צדיק
ליידער קומט דער ״קאר פאאל דיסקאונט״ צו אן ענדע, איך האב מיך געסעווט אסאך וויבאלד איך פלעג דורכפארען די בריק אזוי פעיל ווי דריי מאהל א טאג צומאהל.

חז״ל זאגען דאך שוין ״כל מזונותיו של אדם קצובין לו מראש השנה...״ נא ביך איך מאמין אז עס וועט ווערן אהנגעפילט ממקום אחר

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:42 pm
דורך שטומפיג
מיטן ארויפברענגען דעם אשכול האט מען מיך אויך ארויפגעברענגט די בלוט אין קאפ!
די פריערדיגע פאוסטס דערמאנען מיך די פאקט אז די GWB האט געקאסט אמאל 8 דאללער!
אוי טאטע!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 2:58 pm
דורך פאפקארן
די שאלה איז...

אויב ס'לוינט זיך ענדערש צי גיין דורך די טאפען זי בריק (קאומא) וואס איז בלויז 4.75

כ'מיין עפעס קומט נאך צו ביי יאנקערס 1.25

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:05 pm
דורך קנאפער ידען
דניאל אויערבאך האט געשריבן:You do not need to take any action.
טאקע??? אבער א קללה מעג איך יא געבן????
גנבים גזלנים!!!!

Dear Denial,

In regards to your question about the PACP plan, unfortunately there was a typo in our email announcement instead of "You do not need to take any action" it was supposed to read "You can not take any action."

Hope this answers your questions. We appreciate your anger...

Steve Troy, Director of PR at PANYNJ

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:08 pm
דורך נישטאמת
דעס איז ממש הימל שרייענד. צו קענען אזוי ארויף ריקן די פרייז וויזוי אין ווען אימער אים שמעקט אן דארף אפ געבן דין וחשבן פאר וואוטערס איז רעדיקלעס!

א פעטיציע אדער א קאמפיין אויף סאציאלע מידיע וואלט אפשר געהאלפן.

די גרעסטע חידוש איז נאך אז אין פוצה פה ומצפציף!!

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:20 pm
דורך Waukesha
עס איז דא א סיבה דערפאר. די GWB גייט ווערען קעשלעס. אין נאך שלעכטע נייעס וועט די טאל אויך ארויפגיין צו 13.75 פאר איזי פעס.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 3:23 pm
דורך אחת ואחת
איך פארדאם די פארט אוטאריטי פאר די אומנאבעלען שריט.. הקטן אחת ואחת

עס מיינט פאר מיר איבער 100% אינקריז פון 6.50 צו 13.75 (איך ווייס נישט פארוואס אבער ווען איך פאר איז אלץ אין די פיעק שעות)

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 4:33 pm
דורך שטומפיג
פאפקארן האט געשריבן:די שאלה איז...

אויב ס'לוינט זיך ענדערש צי גיין דורך די טאפען זי בריק (קאומא) וואס איז בלויז 4.75

כ'מיין עפעס קומט נאך צו ביי יאנקערס 1.25

איך ווייס נישט פון וואו ביז וואו דו רעדסט, פון מאנסי קיין ווילי איז עס נאך $6.12 ביים טרייבארא.
ווידער פון מאנרא אדער קיין ב"פ איז עס א ריזיגע אומוועג

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 5:26 pm
דורך farshlufen
שוין גערעדט כמה פעמים, מ'גייט אזוי צום הארלעם.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:08 pm
דורך אחת ואחת
מען קען דאך שוין פארן דורך קענעדע פאר די געלט

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 6:46 pm
דורך שטומפיג
farshlufen האט געשריבן:שוין גערעדט כמה פעמים, מ'גייט אזוי צום הארלעם.

איך האב שוין כמה פעמים באטראכט די מאפע און געוואוסט אז אין טעאריע דארף מען צו קענען פארן דורך די Third ave אדער Willis ave בריק, איך האב אבער נישט געוואוסט וויפיל אומוועג ס'איז און אויב ס'האט טאלל.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:14 pm
דורך different
farshlufen האט געשריבן:שוין גערעדט כמה פעמים, מ'גייט אזוי צום הארלעם.

אדער אזוי

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 03, 2019 8:23 pm
דורך פליגל
עס איז העכסט אינטרעסאנט ווי די אינפלאציע האט זיך געהויבן זינט'ן התחלת האשכול...