בלאט 1 פון 1

שטראז - זייט הילף / Roadside assistance

געשריבן: זונטאג אקטאבער 25, 2009 10:48 am
דורך farshlufen
לוינט זיך צו צאלן די זעכציג רובל א יאר פאר די טריפל עי AAA אדער ענדליכעס? אדער זייער סערוויס לוינט סיי ווי נישט ווייל מען ווארט א יאר מיט א מיטוואך ביז דער שלעפער טראק בלע"ז באווייזט זיך.

זענען אנדערע פלענער און פירמעס יא בעסער?

אפגעזען פון דיסקאונטס וואס דאס קומט מיר סיי ווי נישט צוניץ נישט אין ספרים סטאר און נישט פאר שכר לימוד.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 25, 2009 11:20 am
דורך פאטאקי08
AAA
קען מען ניצן דיסקאונטס אנגעהויבן פון האטעלן גענדיגט ביי סתם ריטעיל געשעפטן
רוב אידן וואס צאלען 60 א יאר פאר טריפל עי ניצן דאס פאר די דיסקאונטס וואס מהאט דערפון אינאיינוועגס האט מען אויך אז אויב מען בלייבט סטאק ביי א פלאץ ווי סנישט דא חברים קען מען ווארטן פאר זיי...

road side assistance

געשריבן: זונטאג יאנואר 01, 2012 11:19 am
דורך חדר אינגעל
ווער איז גוט פאר road side assistance?
מ'זאגט אז AAA נעמט זייער לאנג ביז זייז קומען ווען מ'רופט זיי,
איך האב זיי גערווייל ווייל זיי שיקן מעפס און דיירעקשענס בחינם,
און איך פאר אסאך לאנג דיסטענס איז מיר עס א מעלה,
אבער לעצטענס האב איך געהאט א פראבלעם מיט א רעדל,
איך בין ב"ב געווען אין א ידישע געגענט און חברים האט מיר געהאלפן,
האב איך מיר געכאפט אז איך וויל זיין זיכער אז איך האב א גוטע road side assistance.
איז דא אנדערע אדער בעסערע ווי AAA?

געשריבן: זונטאג יאנואר 01, 2012 2:02 pm
דורך snax
עס איז דא פון אלסטעיט https://goodhandsroadside.allstate.com/ איך האב זיי ב"ה קיינמאל געניצט, אפשר ווייסט איינער דא אויב זיי זענען גוט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 01, 2012 6:39 pm
דורך דערציילער
איך האב אינשארענס ביי GEICO און איך באקום עס פאר פרי, אזוי האט מיר GEICO געזאגט ווען איך האב געמאכט אינשארענס ביי זיי

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 10:36 am
דורך גולם
יעך האב געדארפט אמאל צוקומען צו טריפל עי ווייל איך בין געווען סטאק אין שניי און ס'האט גענומען ווייניגער ווי א שעה ווילאנג זיי זענען אנגעקומען

געשריבן: דינסטאג יאנואר 03, 2012 10:53 am
דורך farshlufen
מענין לענין:
viewtopic.php?f=3&t=2268