גיטע לויערס, ווי און פארוואס??

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

גיטע לויערס, ווי און פארוואס??

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 1:02 pm

ברשות די הנהלה דא, וברשות לוסטיג אין די גאנצע עולם דא, אבער פאר איך פארגעס, אחוץ פון דיר.. יא דיר דארט די וואס די האסט אייביג טענות..

אקעי! דא נישט ווייט אביסעל צו לינקס, איז דא אשכול וואס רעדט ממש גענוי וואס איך וויל דא רעדן אבער נישט ממש, כוועל שוין מסביר זיין וואסיך מיין, נאר קודם וועל איך ארויסברענגען...נו וואס וויל?... איין מינוט לאמיר אויסרעדן, אקעי(ליין עס)שנעל.. איך וויל ארויסברענגען די שבח המקום, אז איך האב היבשע פאר מאל געהאט ניצן דא, אין איך וויל מיר באדאנקן פארן ציבור.

שוין, יעצט צום פוינט(נישט זיך פארמישן מיט פוינטס אויף די לייסענס.. דעס וועלמיר באלד רעדן..) איך האב געטראכט פון עפענען די אשכול זיך אדורכצורעדן איבער לויערס פאר טיקעטס אין בדיעבד פאר אנדערע זאכן, אבער נאר פון לויערס, צו זיי זענען גוט? און ווי זיי זענען גוט, אין זייער נומבער ועוד'.. די זאכן קענען אסאך צוניצקומען אין נישט פארקריכען' ווייל לץ אחד דוחה.. מקען פארקריכן אין מאכן פונעם עיקר א טפל און ס'קען נאך בטול ווערן ברוב..

אקוצער יעצט צום פוינט, איך האב.. כמיין מיין חבר האט באקומען א טיקעט.. פון די נישט גוטע סארט אין נוי זשערסי און כהאב געקאלט ר' זאבן אין נאכן שיין פארברענגן א שטיק צייט זאגט ער מיר אז ער טוט נישט און נוי זשערסי די ענינים, פרעג איך אים ווער יא, זאגט ער, ער ווייסט נישט און איך זאל גיין אין קרעטשמע פרעגן, און איך וועל איך שוין זעכער געהאלפן ווערן, 'בושה תכסה פני' אז ער דער זאב. זאל מיר דארפן זאגן צו גיין צו א אידישע קרעטשמע, יא די דורות פאלן..

שוין! עטליסט יעצט בין איך דא, אין איך פרעג ענק, פליס.. ביטע.. אנטשולדיגטס.. בבקשה.. פארפאוואר..(עפעס א ספאניש ווארט גיי ווייס.. :wink: )ווער ווייסט צו האט געהאט גיטע עקספיריענס פון א גיטע לויער אין נויזשערסי ווערט געבעטן אויפצוהייבן די הענט??... אקעי קענסט שוין אראפלייגן, יעצט זאג מיר וואס די ווייסט איך וועל דיר שטארק דאנקבאר זיין ונאמר אמן שקויעך.. אהער מיט די געלט!!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 1:10 pm

וואו האט דיין חבר געקראגן א טיקעט? כ' האף אז נישט אויפן פאליסעידס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 1:20 pm

אויב זוכט איר א גוטן לויער אויף סיי וועלכע "ערנסטע" עסק פארבינדט אייך מיט משה דוד אבערלאנדער (דוכט זיך זיין טאטע איז ר' שמואל) פון וויליאמסבורג, כ'האב נישט זיין נאמבער ביי די האנט, אבער כ'געדענק אויך אז ער איז א איידעם ביי מיטטעלמאן וואס פלעגט וואוינען אין בראזיל.
כ'האף כ'האב אייך געגעבן גענוג אינפארמאציע ער איז מורא'דיג גוט אין דעם פעלד.
אויב זוכט איר א לאיער אויף צו קלאגן א דאקטער/פראדוקט קענט איר זיך פארבינדן מיט מיר אין "פרטית"
אויף טיקעטס האב איך נישט קיין סאך אינפא.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 1:28 pm

פארשלאפן! איך האב געבעטן נישט צו פארדרייען 8.) אבער אז די פרעגסט וועליך ענטפערן אין אויב די האסט א קשיא, זייער גערן, אבער קום אריבער צו די טיקעטס אשכול אדער אין טאלק/אישית.

עניוועי סאיז געווען א בחינה פון שלום עליכם אויפן גארדען סטעיט :wink: און אין צוגאב צום פארטרויערטן מצב וואס הערשט געווענדליך און אזא מצב איז נאך דער פאליסמאן נישט געווען צופרידן און.. יואש.. די בליט קומט מיר ארויף :evil: עהה.. איך לאך מיר אויס, ער האט עס עניוועי נישט אויסגעשטעלט צום גיטן נאמען, ס'שטייט נישט ליסטיג אויפן טיקעט..

שוין ער האט באקומען א טיקעט פאר קערלעס דרייווינק! נאך עפעס??
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 1:33 pm

אלס לפני עוור ווייס איך נישט צו מען מעג ארויסהעלפן איינעם וואס האט באקומען א טיקעט צוליב פירען נישט לויט דעם געזעץ, וואס לויט כמה פוסקים איז דאס אסור מדינא, כידוע הלשונות בזה,
ויתכן אז דער קנס איז ריכטיג אויסגעהאלטן מטעם דינא דמלכותא דינא בכגון דא
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 1:46 pm

אקעי, ער האט זיך גענומען אויף מיינע ביינער דא? דו קום נאר אהער, האסטו געזעהן ווי איך האב אנגעהויבן, אין ספעציעל גערעדט צו דיר?! קוק איבער שעהם דיך נישט אויב פילסטו אז ס'איז צו שארף וועל איך טרייען נאך שארפער..

העי העי... טעיק איט איזי, ביסטעך און קרעטשמע דא, אקעי הער צו, די ווייסט אפילו נישט די מעשה, אפשר.. ווי קענסטו זאגן פאר די ווייסט וואס די רעדע איז, אין אפילו לאמיר זאגן אז ער איז הונדערט פראצענט שולדיג.

ווייסטו וואס איך האב עפעס א פילינג אז דיר גייט נישט אן די ארי' לייב מסירה איף איי עם קארעקט דעמאלטס האב איך נישט גערעדט צו דיר.. צירוק צום ענין!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:02 pm

ח"ו צו מסר'ן, די מיינסט אז די יודען וועם ר' משה ליב סאסובער האט ארויסגענומן זענען געווען צדיקים, איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגן די נקודה טאקע ווייל דא איז דער קרעטשמער, און ריל לייף ווען איך קען דיך וואלט איך דיך זיכער געהאלפן,
און יעצט עצה טובה קמ"ל מאך א גוגעל סערטש, אין די נענסטע טאוןשיפ צום קאורט, דער לאקאלע לויער, יהי' מי שיהי', איז נישט ביליג, אבער געווענליך די בעסטע פטור צו ווערן כו', ווייל די גאנצע שטעטעל קען זיך, והעיקר שמכוונים אז דער לאקאלע עקנאמיע זאל מאכן געלט, ממילא דארף ער נישט זיין קיין מומחה, בלויז אן אנ"ש.
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:12 pm

קרעדיט בח"ח
שיחה מר' חיים קניבסקי שליט"א
הבחור: "כבוד הרב, יש לי משפט בעוד שבוע. רוצים לשים אותי בכלא. שהרב יברך אותי בבקשה שאני אנצל מזה".

הרב קנייבסקי: "על מה המשפט?"


הבחור: "תפסו אותי נוהג בלי רישיון, אחרי שנתקעתי בקיר".

הרב קנייבסקי: "אז אתה ממש רוצח! אדרבה, שישימו אותך בכלא, טוב מאד".

הבחור (זועק): "למה? חלילה, אני לא הרגתי מישהו. גם לא פצעתי. סתם עשיתי תאונה קטנה ביני לבין עצמי בקיר".

הרב קנייבסקי: "אבל אתה נוהג בלי רישיון, לא?"

הבחור: "כן".

הרב קנייבסקי: "נו, אז אתה נקרא רוצח אמיתי. הרי יכולת גם לעשות תאונה עם אנשים".

הבחור: "אבל אני יודע לנהוג טוב. חוץ מזה, זה יכול להזיק לי בשידוכים ובישיבה".

הרב קנייבסקי: "אין כזה דבר 'יודע'. בלי רישיון לא יודעים לנהוג. ולגבי שידוכים, באמת צודקת מי שלא תרצה אותך, זה מסוכן".

הבחור: "אני מתחרט, ממש. רק שהרב יברך אותי שאני אנצל מהמשפט".

הרב קנייבסקי: "מה זה מתחרט? מחר יתנו לך עוד פעם אוטו - לא תיסע? הרי תיסע! אז הכי טוב שתשב בכלא ותלמד לא לרצוח".

הבחור: "אז בבקשה שהרב יבטיח לי שאנצל אם אני יזהר מהיום?"

הרב קנייבסקי: "אני לא יכול לברך. השם יעזור שיגזרו עליך מה שבאמת טוב בשבילך".
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:14 pm

הרב הפלאי, מיר האפן אז איר ווייסט ווי באגלויבט די מעשיות זענען...
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:17 pm

שקויעך! פלאי כשמך כן הוא

--------------

האקסט מיר אריין.
הער מיר צו, דרייווען אן לייסענס, און מאכן א עקסידענט צילוב 'טינקס העפענינג' איז פאלג מיר א גאנג, הצלחה..

-----------
פארשלאפן האקט אריין.

אויך גערעכט.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 4:59 pm

ס'דא זייער א גוטע לויער ער הייסט מתתי' וואלפבערג זיין נימבער איז 845-362-3234 זיין וועב זייטל איז notspeeding.com
איך זאג עשה!

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 5:03 pm

ער דעקט נ. דזש. אויך?
למה זה תשאל לשמי...


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט