בלאט 1 פון 1

''דענטס'' והמסתעף

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:02 am
דורך bailout
איך האב היינט צום צווייטן מאל געכאפט א דענט אויף א האקעלע פלאץ, א האקעלע פלאץ מיין איך צו זאגן אז ס'קען געשען פון א שטות, די גוים האבן געשפילט באל און ס'האט אריינגעזעצט און די קאר און ס'איז געבליבן אריינגעקוועטשט, פון ווי ווייס איך אז ס'איז פון די באל? ווייל ס'האט נאך די פרינטס פון באל דערויף, די מעשה איז וויאזוי זעט מען עס צוריק אויסגעגראדט, לכאו' וואלט עס געדארפט גרינג עס צוריק ארויפצופאנטשן אויב איך קען צוקומען פון די בעק, איז די שאלה וויאזוי קום איך דארט אן? מען דארף אראפנעמען די פלעסטיק פון אינסייד פון די קאר מיט א ספעציעלע טאל.

און אויב איך קען אויסגעפונען די ריכטיגע וועג אראפצונעמען די פלעסטיק, דארף איך האפן אז איך וועל עס קענען צוריק אויפפאנטשן אן דעם וואס ס'וועט בליייבן א סימן.

אויב איינער האט עני עקספיריענס זאל ביטע מיטטיילן.

וואו איז למפרע?........

ייש''כ!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:33 am
דורך גרויזאמער
בעילאוט, קוק די צעטל וואס איך האב דיר געלאזט אויף די טיר הענטל - פאסאנדזשיר זייט. אייעם סארי נאכאמאל.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 8:53 am
דורך bailout
ייש''כ גרויזי פארן ארויפארבעטן די קאר פארום...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 9:01 am
דורך farshlufen
הרב מבעילאוט, עס איז פארהאן א טאאל פאר דעם, עס ארבעט מיט סאקשען אין ציעט ארויס דעם פענדער דענט.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 9:10 am
דורך bailout
א איידיע ווי א פלאנזשער?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 9:13 am
דורך farshlufen
יא, זע אמעזאן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 7:53 am
דורך bailout
ייש''כ כ'האב עס שוין, ס'איז 95% פארראכטן AS OF NOW.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2009 8:00 am
דורך גארנישט
וואו קען מען עס קויפן און וויליאמסבורג??