בלאט 1 פון 1

די געשמאקע גערוך פון נייע קארס; עקסקלוסיווע ברייטע אנאליז

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:01 pm
דורך גרויזאמער
Leather.jpg

דער גערוך פון א נייע קאר איז גאר א געשמאקער, פילע וואלטן זיך געוואונטשן אז דער גערוך זאל בלייבן אויף אייביג, אויף אזוי ווייט אז מיר האבן געפונען אויפן אינטערנעט עימיצער וועלכע פרעגט אן דעם דיעלער אז ער זאל אים אראפלאזן די פרייז ווייל עס ליגט שוין א שטיק צייט ביים דיעלער, און די געשמאקע ריח איז שוין אוועקגעגאנגען.

נישט יעדער ווייסט אבער די אנדערע זייט פון די מטבע.


אלזא דער גערוך איז א סכנה פארן געזונט!

עס איז דא ערנסטע חששות אז דער גערוך וועלכע קומט פון א קאמבינאציע פון מאטריאלן, איז א שטארקע סכנה פארן געזונט. אין א "דעילי טעלעגראף" ארטיקל האבן זיי באצייכנט די הנאה וואס מען האט פון דעם גערוך אלץ "ענליך צו דראגס".

סיי די שמעק און סיי די אורזאך פונעם שמעק זענען אנדערש פון קאר צו קאר, מערסטנס חלק פון אינעווייניג פון א קאר באשטייט פון פלאסטיק צוזאמענגעהאלטן מיט קלעב, ביים אנהייב פונעם פראדעצורן א קאר ווערן די מאטריאלן ארויפגעלייגט שוואכערהייט און אומסטאביליזירט, און וועלן איינזאפן די לופט אין די קאר מיט פארשידענע קעמיקאלן.

סייענטיסטן וועלכע האבן שטודירט די קעמיקאלן רעקאמענדירן צו האלטן נייע קארן גוט פארמאכט בשעת'ן דרייוון, איבערהויפט דורכאויס דעם זומער. א 1995 אנאליז פון די לופט פון די נייע "לינקלאן קאנטינענטעל" האט געפונען איבער 50 vol (וואס דאס מיינט פארלאנגט זיך א באזונדערע ארטיקל, אין קורצן איז עס איז סכנה'דיגע "אינעווייניג" -אינטיריער לופט). אן אנאליז צוויי מאנאטן נאכדעם האט געפונען פיל ווייניגער ווי דעם אויבנדערמאנטן סכום, דאס מיינט אז פון אנהייב איז די סכנה גרעסער. די פארשער האבן אבזערווירט אז די פאטאנציאל פון גיפט פון פילע פון די באשטאנדטיילן קענען שעדיגן דאס געזונט.

אין אן ארטיקל פאבליצירט אין יאר 2000 האבן זיי געפונען די טאטאל פון vol אזוי הויעך ווי 7,500 מיקראגראמס פער סקווער מעטער אין איין נייע קאר אין די ערשטע טאג פון די סעמפלינג. די צאל איז אראפ אזוי פיל ווי 90% דריי וואכן שפעטער. איבער 60 קעמיקאלן זענען אינדענטיפיצירט געווארן אינעווייניג פון די 4 קארן אינעם שטודיע.

אין געוויסע פעלער קען דער גערוך למעשה אפשפיגלן א פעלער אינעם מאניפעקטשערינג. לויט אן אפיציעלע דאקומענט פון בענטעלי מאטארס איז דא א שלעכטע גערוך אין בענטעלי קארד פון די יארן 1999 ביז 2002. די גערויך שטאמט פון "ראסט צוריקהאלט" קעמיקאלן וועלכע זענען דאן גענוצט געווארן. (די שאלה איז אויב מען רעדט דא פון דעם זעלבן געשמאקען גערוך).

צוויי שטודיעס וועלכע זענען ארויסגעקומען אין 2001 דורך די פארשונג אינסטיטוציע אין אויסטראליע האבן געפונען פילע געזונטהייט פראבלעמען וואס זענען דירעקט פארבינדן מיט די קעמקיקאלן, דר. סטיווען בראון האט באריכטעט אקאונטס פון צומישעניש, קאפווויי און נערוועזיטעט פאר געוויסע דרייווערס פון נייע קארן. ער האט געמאסטן די שטאפל פון פארפעסטיגונג אין נייע קארן, און זיי זענען געווען גענוג צו פאראורזאכן ענליכע אפעקטן אין געציילטע מינוטין - לויט פריערדיגע פעסט באזירטע שטודיעס.

א מער פרישערע שטודיע אין יאמאן האט געפונען אז די שטאפל פון vol אין א נייע מיניווען א טאג נאכן ארויסגעבן, זענען געווערן 35 מאל מער ווי די געזונטהייט סטאנדארטן. אין פיר חדשים זענען זיי שוין געווען היפש נידריגער, אבער זענען צוריק ארויף אין די זומער מאנאטן, עס נעמט 3 יאר צו בלייבן אויף שטענדיג אונטער די געזונטהייט סטאנדארטן. די סטאנדארטן זענען באשטימט געווארן דורך די יאפאנעזער העלט דעפארטמענט אין רעזולטאט צו פילע מאטאריסטן וועלכע האבן געליטן פון די קראנקע געביידע סינדראם (א סינדראם וועלכע פאראורזאכט סייד-עפעקטס ביים זיין צו לאנג אין פרישע געביידעס).

א וועבזייטל ספעציעל געווידמעט צו אינפארמירן דעם ציבור איבער דעם סכנה איז http://healthycar.org/home.php

פון וואס קומט די גערוך?

מיר האט זיך אלעמאל געדאכט אז דער גערוך קומט פון די פרישע לעדער, דער מציאות איז דאך אבער ווייט נישט אזוי, לעדער שמעקט בכלל נישט אזוי, שמעקט א לעדערנע סידור, צו מעגליך א האריגע טלית בייטל, ס'איז בכלל נישט ענליך. פארט איז דאך אבער די מציאות אז קארס מיט לעדערנע סיעטס פארמאגן מער דעם גערוך.

אויך קומט עס נישט פונעם עירקאנדישן ווי טייל ווילן זאגן, מעגליך אז דער עירקאנדישן בלאזט מער ארום דעם גערוך.

אין די אויבנדערמאנטע 1995 שטודיע וואס מען האט גרונטליך אנאלאזירט דעם גערוך, האבן זיי געפונען אין דעם אזאלכע באשטאנדטיילן ווי ריינינגונג און שמירן מאטריאלן, פעינט, קארפעטינג, לעדער און וויניל "באהאנדלונגען" (באמערקט, נישט לעדער אליינס), לעטיקס גלו, און געזאלין.

די צווייטע זייט פון די מטבע
עס זענען אבער פארהאן אנדערע שטודיע וועלכע צייגן אז די פרישע גערוך איז נישט אזוי געפערליך, כאטש זיי שרייבן אויך אז עס קען פאראוראזאכן אלערגעיס.

אויך האט א 2007 שטודיע ביי די טעכניקאל יוניווערסיטעט אין דייטשלאנד, פאבליצירט אין די זשורנאל "ענווייראמענטאל סייענס און טעכנעלאגיע", געטראפן נאר קליינע סכנות אין די גערוך.

וואס טוט מען אז מען האט פארט ליב דעם גערוך?

פילע קאמפאניס רעקלאמירן "נייע קאר ספרעיס" וועלכע דארף ערזעצן דעם גערוך, וויפיל מיר האבן אבער גענישטערט דערפאר אויפן אינטערנעט האבן מיר נישט געפונען קיין געהעריגע ערזאץ דערפאר, עס זענען באמת פארהאן צענדליגער, אבער ווייניג מיט רעוויוס פון קאסטומערס, און די וואס האבן שוין יא רעוויו'ס זענען ס'רוב דערפון נעגאטיוו.

פארנדיג אויף א פליגער לעצטנס האב איך ביים ארויפקומען אויפן פליגער געשפירט דעם לאנג ערווארטעטן גערוך, וואס לכאורה זענען דא שוואכע שאנסן אז דער פליגער איז א נייע, און עס מוז זיין אז זיי האבן דערפאר די נויטיגע ספרעיס צו מאכן שפירן דעם קאסטומער כאילו מען געפונט זיך אין א נייע עראפלאן.

איך וואלט זייער דאנקבאר געווען פאר איינער וואס קען געפונען די נענטסטע אלטערנאטיוו פאר דעם גערוך, אזוי אז די מצווה פון הכנסת אורחים ביים אריינעמען א צווייטן אינעם אויטא זאל זיין גרעסער, ער זאל זיך שפירן ווי ער פארט מיטן רייכן פעטער אליינס (איך מיין ח"ו נישט זיך צו צייגן אז איך האב א רייכע קאר, איך מיין יענעם).

מקורות: א גרויס חלק פון דעם ארטיקל איז צוזאמענגעשטעלט פון אינפארמציע גענאשט פון וויקיפעדיע, און אויך פון קלענערע אנדערע מקורות.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 3:12 pm
דורך איך_הער
א שיינע און ברייטע אנאליז, יישר כחכם.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 3:41 pm
דורך קאמענטאטאר
מיר דוכט זיך ס'איז א floor shampoo, פרעג א יוזד קאר דילער.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 3:58 pm
דורך נאטורליך
פונקט אזוי איז מיט גאז פון גאזעלין סטעישאן, עס זענען פארהאן אזוינע וואס האבן זייער ליעב דעם גערוך.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 4:48 pm
דורך קאמענטאטאר
אדער "מעדזשיק מארקערס"

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 8:29 pm
דורך שוועמל
יישר כח גרויזי , אזוי שיין צולייגט די זאך.

מיין קאר איז שוין פינף יאר אלט מיט 50K מייל, איך געדענק שוין קוים די גערוך וואס ס'האט געהאט דעמאלטס. קיין לעדער האב איך נישט אבער איך מיין ס'קומט פון די WAXING וואס זיי קלינען די פלאר און קארפעט און לעדער.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:53 pm
דורך אייניגע
ווי קען גרויזי שרייבן אזא לאנגס אן קיין איין לצה'לע??? עס איז דען א הפקר וועלט?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 1:18 am
דורך שוועמל
גרויזי, כ'אב געוויסט דער עולם וועט נישט כאפן די זשאוק....

די ליצנות איז עמוק עמוק ;l;p- ;l;p- חחחח חחח גרויזי.....

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 9:45 am
דורך bailout
זייער שיין גרויזי ווי די שפאצירסט אויף די מענטשהייט, און די אנאליזירסט זייערע משוגעת'ן וואס ליגט אין די בעק אוו די מיינד, אנדעם וואס זיי זאלן אפי' וויסן.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 4:26 pm
דורך גרויזאמער
שוועמל האט געשריבן:גרויזי, כ'אב געוויסט דער עולם וועט נישט כאפן די זשאוק....

די ליצנות איז עמוק עמוק ;l;p- ;l;p- חחחח חחח גרויזי.....



גערעכט אז דו ביסט אנגעקומען עמוק עמוק, אבער עס איז ווייט פון פארטיג, הערשט דארט הייבט זיך עס אן, פון דארט פארט עס אביסל גראד בדרך הפשטות, און צוריק ארויף טיילווייז צום אומפארשטענדליכקייט ריכטונג, און דאן קומט גאר א שארפע גליטש אראפ צו די גאר גאר טיפע עמקות'ען וואס לכאורה קיינער פון דא וועט עס נישט כאפן, אבער ווען מען כאפט עס יא לאכט מען אויף אזא אופן וואס איין לאך (איינמאל די אות "ח") געדויערט בערך צוויי מינוט אין א ציה אן קיין אטעם אינדערמיט, עס איז נישט מעגליך זיך אפצושטעלן פון דעם געלעכטער פאר 24 שעה אין א ציה, און דאן סלאוט עס אראפ צו איין לאך פער מינוט און ביז א וואך שטעלט זיך עס אינגאנצן אפ. לויט די רעקארדירטע היסטאריע האט נאך קיינער נישט געבראכן אט אזא רעקארד, און נאך א מזל אז דו ביסט נישט געגאנגען נאך אביסל טיפער ווייל דאן וואלסטו זיכער אנגעקומען דערצו, און דו וואלסט נישט געווען עוועיליבל צו שרייבן ביי אונז די נעקסטע 2 וואכן.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 4:27 pm
דורך איך_הער
יעצט האט גרויזי פארראכטן זיין אימעזש, וואס ער האט שיעור פארלוירן מיט זיין אויבערשטע ארטיקל.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:02 pm
דורך אייניגע
ס'שטימט שוין אלעס...

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 11:57 am
דורך שמאטע
Ford explores ways to eliminate new car smell due to complaints from China
Drivers in China hate new car smell, experts say

https://www.clickondetroit.com/automoti ... from-china

DETROIT - Ford is in the process of eliminating the new car smell for vehicles that come off the line, because of complaints from China.

Many people love the new car smell, but being a global company, Ford isn't just selling cars to Americans.

In China, the biggest car market in the world, drivers hate the new car smell more than poor fuel economy, officials said.

According to Car Advice, Ford has filed a patent application for an automated method to remove the smell.

"If that's an issue, we'll definitely get it addressed," said Zach Anderson of Bob Maxey Ford.

The sales team at Bob Maxey Ford knows it might take some getting used to.

"To me, everyone loves that new car smell, and in fact, when you go to the car wash, they sell the new car scent to put it back in the car," Anderson said.

Workers at Downtown Carwash said the new car scent is a best-seller.

According to the patent request, Ford's solution is to bake the smell out by parking the car in the sun, rolling down the windows and firing up the engine, heater and fan until the smell is gone.

"I think that's a bad idea," driver David Strong said.

Customers might now drive straight from the dealership to the car wash to put the new car smell back in.

It's unclear if Ford will get rid of the smell worldwide or just in certain markets.