בלאט 1 פון 1

ווי הייסט די באקס וואס מ'לייגט אויפן דאך פון א קאר

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 10:13 pm
דורך גרויזאמער
מענטשן לייגן עס ארויף אויפן דאך פונעם מיני ווען אויפן וועג צום קאנטרי אריינצולייגן נאך פעקלעך, וויאזוי הייסט עס אין ענגליש, און וואו קען מען עס קויפן?

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 10:24 pm
דורך קרעמער
rooftop cargo carrier

געשריבן: דינסטאג יולי 28, 2009 10:33 pm
דורך איך_הער
קענסט געבן נאך א סימן, ס'קאסט אסאך געלט.

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 6:54 am
דורך סאכדעס
דאכצאך - נישט זיכער - מ'קען עס קויפן אין וואל-מארט.

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 11:03 am
דורך איך_הער
אויסדרוקליך נישט. עטליסט אין מיין וואל מארט, לעבן ק"י.

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 11:30 am
דורך גרויזאמער
יישר כח!, איך זעה אז עס איז בערך א 200 דאלערדיגע געשעפט

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 11:32 am
דורך איך_הער
ווענצעך די סייז!

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 11:48 am
דורך צייטליך
גרויזאמער פון וואס רעדסטו? פון דאס??

מ'קען דאס קויפן עניווער..

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 11:50 am
דורך גרויזאמער
אזוי? און טוב טוב טענה'ט אז זיי פארקויפן עס עקסקלוסיוו?

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 1:13 pm
דורך ווער בין איך?
קרעמער האט געשריבן:rooftop cargo carrier

קרעמער וויאזוי ווייסטו פון די זאכן? איך האב געמיינט אז דו דרייווסט נישט, דו זוכסט אייביג היטשעס.....

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 1:34 pm
דורך איך_הער
חח פאר ביידן פון אייך.

ווערעלע האט אריין געהאקט.

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 1:52 pm
דורך קרעמער
ווער בין איך? האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:rooftop cargo carrier

קרעמער וויאזוי ווייסטו פון די זאכן? איך האב געמיינט אז דו דרייווסט נישט, דו זוכסט אייביג היטשעס.....

איך האב פרובירט ביי גרויזאמער'ס חבר "גוגעל", נאך עטליכע מאל פרובירן אנדערע ווערטער, בין איך דערגאנגענען די פאסיגע.

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 2:17 pm
דורך געלעגער
צייטי...
א גוטס

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 2:28 pm
דורך ראמני 08
ווער בין איך? האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:rooftop cargo carrier

קרעמער וויאזוי ווייסטו פון די זאכן? איך האב געמיינט אז דו דרייווסט נישט, דו זוכסט אייביג היטשעס.....

זעט אויס אז אלץ אן היטשער האט ער אפטמאל נאר פלאץ אין דעם

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 2:55 pm
דורך ליינער
דאס מיינסטו?

געשריבן: מיטוואך יולי 29, 2009 3:02 pm
דורך פאטאקי08
נו! צייטליך! ערב תשעה באב נאך חצות?!!!
קיינע מוזיק טאר מען שוין נישט זינט שבעה עשר בתמוז, זינגען טאר איך שוין נישט זינט ראש חודש אב, איצטערט טאר מען שוין נישט לערנען אויך נישט. ווי קאן מען דאס אויסהאלטן

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2012 12:49 pm
דורך גרויזאמער
איינער האט צו בארגן אזא געשעפט? מיין מיני ווען ווערט מיר שוין צו קליין אריינצופאקן אלע פעקלעך.

אין וואס איז פארבינדן צוצוטשעפען אזא Uhaul טרעקעל צום מיני ווען? מען דארף לכאורה האבן א ספעציעלע מיני ווען דערפאר, נישט אזוי? און וויפיל קאסט עס?

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2012 12:54 pm
דורך שאהן הענניטי
וויפיל איך ווייס דארף מען נישט קיין ספעציעלע מיני ווען נאר א ספעציעלע סובארבען איך קען אפאר מענטשן וואס האבן געמיינט אז זיי האבן דעם ספעציעלען מיני ווען און נאך א טאג צוויי האט זיך עס גענומען מאכן אזא נויז אז ס'איז טאקע געווארן ספעציעל

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2012 5:49 pm
דורך תרגום יונתן
איך האב געטראכט פון נוצן א יו-האל דאס יאר. למעשה זענען מיר איין טאג אין וואך ארויס מיט אן ערל'טע און שוין מיטגענומען רוב געפעק אויך.

אינעם קאר מעניועל דארף זיין ספעציפישע אנווייזונגען וואס מען קען צוטשעפן צום אויטא און ביז וויפיל פונט מען קען שלעפן. (פערצופאל פארמאג איך א קאר מיט א טויאינג פעקעדזש). יו-האל פארלאנגט די אינפארמאציע ביים דינגען א טרעקל.

פאראיאר האב איך געקויפט אזא פלאסטישע זעקל פאר'ן דאך. עס איז בעסער ווי די הארטע באקסעס, ווייל דאן דארף מען האבן פלאץ עס צו סטארעדזשן א גאנץ יאר. עס הייסט Roofbag און מען קויפט עס דא: http://www.roofbag.com אין מיינס איז דא פלאץ פאר דריי פול-סייז דאפל-בעגס.

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 3:19 pm
דורך פאפקארן
ווייס איינער פון א גוטע גרויסע דאך בעג, ווי מען קאן דאס איינהאנדלען.

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 3:31 pm
דורך געשמאקער
פראביר דא אדער דא

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 3:44 pm
דורך פאפקארן
געטראפן דאס
http://www.walmart.com/ip/15125809?wmls ... 09&veh=sem

די שאלה אויב עס איז געניג שטארק ווען מען פארט אויף 70, קאן זיין סוועט פליען זאכן אינמיטן 17.

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 4:07 pm
דורך געשמאקער
פאפקארן האט געשריבן:געטראפן דאס
http://www.walmart.com/ip/15125809?wmls ... 09&veh=sem

די שאלה אויב עס איז געניג שטארק ווען מען פארט אויף 70, קאן זיין סוועט פליען זאכן אינמיטן 17.


זעה די ריוויוס
כ'זעה איינער שרייבט NOT WATERPROOF.

לייג צי WATERPROOF ביי די סורטשעס

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 4:13 pm
דורך פאפקארן
אה כזעה, סדא איינס פאר $35 וואטער פרוף, קאן אנטהאלטען 15 קיובוק פיס, איז דאס גרויס?

געשריבן: מיטוואך יוני 22, 2016 5:57 pm
דורך געשמאקער
כ'ווייס נישט.

אבער קענסט מאכען א גוגל סערטש צו זעהן וויגרויס דאס איז