דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 27, 2018 10:22 am

האבן זיי זיך פון מיר געלעערנט, בשעתו איז דער קלאץ נישט אזוי קלוג געווען.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » פרייטאג יולי 27, 2018 12:02 pm

ששש, וואס זאגסטע אויס מיינע סודות?!

איך מאך נאר א רעכט'ס צו ענקאמבריטש (עפעס אזוי) א ליידיגע גאס, נישט דא קיין בעל חי' דארט.
און אזוי אראפ ביז 163 אדער ווי..

חוץ אינמיטן די נאכט, קעניך נישט דעם רעמפ פונעם דיגען צום ברידזש.

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » זונטאג אפריל 28, 2019 11:31 am

וויפיל קאסט די טאל ווען איך קום פון מאנסי דורך די טאפאן זי בריק ?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 28, 2019 11:42 am

א פיינע מענטש האט געשריבן:וויפיל קאסט די טאל ווען איך קום פון מאנסי דורך די טאפאן זי בריק ?


מיט איזי פעס 4.50

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

תגובהדורך א פיינע מענטש » זונטאג אפריל 28, 2019 12:09 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:וויפיל קאסט די טאל ווען איך קום פון מאנסי דורך די טאפאן זי בריק ?


מיט איזי פעס 4.50

דאס מיינט אז עס איז ביליגער ווי די וואשינגטאן בריק ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 28, 2019 12:15 pm

יא, אויב דו גייסט דערנאך אריבער צום פ.ד.ר.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 28, 2019 1:06 pm

טאמער פארט מען מיטן 87 נאכ'ן טאפאן זי, צאלט מען נאך צוויי מאל קליינע טאל.
מיט קאר פול איז די וואשינגטאן בריק בערך די זעלבע

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 28, 2019 3:30 pm

א פיינע מענטש האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:וויפיל קאסט די טאל ווען איך קום פון מאנסי דורך די טאפאן זי בריק ?


מיט איזי פעס 4.50

דאס מיינט אז עס איז ביליגער ווי די וואשינגטאן בריק ?


נו וואדע, אנע קארפאל.

ביינאכט איז עס בלויז א פינעף מינוט חילוק.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אפריל 28, 2019 3:34 pm

דריידל האט געשריבן:טאמער פארט מען מיטן 87 נאכ'ן טאפאן זי, צאלט מען נאך צוויי מאל קליינע טאל.
מיט קאר פול איז די וואשינגטאן בריק בערך די זעלבע

נאר איין קליינע טאלל פון $1.19 אין יאנקערס.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג אפריל 28, 2019 3:35 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:וויפיל קאסט די טאל ווען איך קום פון מאנסי דורך די טאפאן זי בריק ?


מיט איזי פעס 4.50

צ"ל $4.75
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 28, 2019 4:00 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טאמער פארט מען מיטן 87 נאכ'ן טאפאן זי, צאלט מען נאך צוויי מאל קליינע טאל.
מיט קאר פול איז די וואשינגטאן בריק בערך די זעלבע

נאר איין קליינע טאלל פון $1.19 אין יאנקערס.

כ'מיין ביסט טאקע גערעכט. איך בין שוין נישט געגאנגן יענע וועג א שטיק צייט.

די וועג צו אפסטעיט איז די וואשינגטאן בריזש אומזיסט, לוינט זיך זיכער נישט צו נעמען די טאפאן זי חוץ טאמער מאנהעטן איז שרעקליך אנגעשטויסן.

רעדענדיג וועגן טאל, האב איך היינט געהערט אויף די ראדיא אז ס'איז דא א רעדע פון ענדיגן די וואן וועי טאל ביי טונעלן און בריקן. האלענד לינקאן און וואשינגטאן צאלט מען נאר אריין קיין מאנהעטן און ווערעזאנא צאלט נאר ארויס פון ברוקלין. דאס איז איינגעפירט געווארן צו פארמינערן די אנלייגעניש ביי טאל בודקעס אבער היינט אז אלעס ווערט "קעשלעס" רעדט מען פון שניידן די טאל אויף האלב און מ'וועט באצאלן אויף ביידע וועגן.

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 28, 2019 6:24 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טאמער פארט מען מיטן 87 נאכ'ן טאפאן זי, צאלט מען נאך צוויי מאל קליינע טאל.
מיט קאר פול איז די וואשינגטאן בריק בערך די זעלבע

נאר איין קליינע טאלל פון $1.19 אין יאנקערס.


ווי? איך נוץ דעם וועג היבש קיינמאל געזעהן נאך א טאל.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 28, 2019 10:28 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טאמער פארט מען מיטן 87 נאכ'ן טאפאן זי, צאלט מען נאך צוויי מאל קליינע טאל.
מיט קאר פול איז די וואשינגטאן בריק בערך די זעלבע

נאר איין קליינע טאלל פון $1.19 אין יאנקערס.


ווי? איך נוץ דעם וועג היבש קיינמאל געזעהן נאך א טאל.

נאכ'ן טאפאן זי קען מען נעמען די 87 אדער די סאו מיל ריוועא פארקוועי. די 87 האט טאל בערך 15 מינוט נאכ'ן טאפאן זי. אויפ'ן איזי פעס סטעיטמענט קומט עס ארויף אלץ "יאנקערס"

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג אפריל 28, 2019 10:42 pm

דריידל האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:טאמער פארט מען מיטן 87 נאכ'ן טאפאן זי, צאלט מען נאך צוויי מאל קליינע טאל.
מיט קאר פול איז די וואשינגטאן בריק בערך די זעלבע

נאר איין קליינע טאלל פון $1.19 אין יאנקערס.


ווי? איך נוץ דעם וועג היבש קיינמאל געזעהן נאך א טאל.

נאכ'ן טאפאן זי קען מען נעמען די 87 אדער די סאו מיל ריוועא פארקוועי. די 87 האט טאל בערך 15 מינוט נאכ'ן טאפאן זי. אויפ'ן איזי פעס סטעיטמענט קומט עס ארויף אלץ "יאנקערס"


מען קען דאך נעמען די סאו מיל, אדער קען מען ארויסגיין ביי עקזיט 3 און דערנאך די 100, פאר בחינם.

ווען מען שטעלט אן אז מען זאל נאר צאלן די מוכרח׳דיגע טאללס וואס דעמאלטס צאלט מען נאר פארן ברידזש, איז עס בלויז א פינעף מינוט חילוק.
צוגעלייגטע
BD1C4308-C552-4F18-A5AC-5FE901E37E8B.png
BD1C4308-C552-4F18-A5AC-5FE901E37E8B.png (607.35 KiB) געזעהן 2722 מאל
80BB242D-55E2-455D-B577-A7B52CBE00E1.png
80BB242D-55E2-455D-B577-A7B52CBE00E1.png (731.48 KiB) געזעהן 2722 מאל

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 28, 2019 11:04 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:

מען קען דאך נעמען די סאו מיל, אדער קען מען ארויסגיין ביי עקזיט 3 און דערנאך די 100, פאר בחינם.

ווען מען שטעלט אן אז מען זאל נאר צאלן די מוכרח׳דיגע טאללס וואס דעמאלטס צאלט מען נאר פארן ברידזש, איז עס בלויז א פינעף מינוט חילוק.

איה"נ אבער ווען די ג פ ס ווייזט אז די סאו מיל נעמט לענגער לוינט זיך אפשר צו צאלן די עקסטרע דאללער.
הכל לפי המצב והזמן

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 10:59 am

אויף די מעפ זעה איך אן אפציע וואס כ'וויל אויספראבירן כדי אויסצומאדן די קאנסטראקשן אויפ'ן 17
נאכ'ן האלענד טאנעל נעמט מען 1-9 וועסט, צום NJ 7, צום 280 וואס פארט אריין צום 80 וועסט, דערנאך נעמט מען די 15 וואס פארט צום 206, צום 209 וואס ברענגט דיך אריין אויפ'ן 17 ביי עקזיט 113

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 15, 2019 9:35 am

דריידל האט געשריבן:אויף די מעפ זעה איך אן אפציע וואס כ'וויל אויספראבירן כדי אויסצומאדן די קאנסטראקשן אויפ'ן 17
נאכ'ן האלענד טאנעל נעמט מען 1-9 וועסט, צום NJ 7, צום 280 וואס פארט אריין צום 80 וועסט, דערנאך נעמט מען די 15 וואס פארט צום 206, צום 209 וואס ברענגט דיך אריין אויפ'ן 17 ביי עקזיט 113

דער וועג נעמט לאאנג, ערשט דער טראפיק בעפארן האולאנג טונעל און דאן הערשט די לאקאלע רוטס וכו' און הערשט קענט איר אנקומען צום 15'ער פון אלע אנדערע האדסען ריווער קראססינגס, ובכן איז אז א דרך ארוכה וארוכה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 15, 2019 9:46 am

נעכטן זעמיר צוריק געקומען פון די בערג מיט דעם וועג.

נישט געהאט קיין געדולד צום שטעל-און-גיי טראפיק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג יולי 15, 2019 1:33 pm

וועיז האט מיך ארויסגעשיקט ביי 126 צום 17m און נאך 6 מייל א רעכטס אויף stage Rd פאר נאך זעקס מייל ביזן 17 און נאך 8 מייל ביסטי אויפ'ן טראוועי פאר'ן נ. ז. 17. אויסגעמיטן די טרעפיק פאר'ן טראוועי, אנפאנג טראוועי און געשפארט טאלל אויכעט.
אויפ'ן 17m האב איך געזעהן בחורים שפאצירן ווארשיינדליך פון טשעסטער ישיבה און שפעטער האב איך געזעהן אסאך קאפלעך שפאצירן ביי א פארק / וואסער אין מאנרא.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יולי 07, 2020 3:52 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20200707-WA0004.jpg
IMG-20200707-WA0004.jpg (71.83 KiB) געזעהן 151 מאל

המעריב ערבים
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am

Re: דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

תגובהדורך המעריב ערבים » דינסטאג יולי 07, 2020 4:08 pm

דריידל האט געשריבן:.

ווי אזוי לייגט מען אריין די וועג אין גוגל מעפס ?

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

תגובהדורך א פיינע מענטש » דינסטאג יולי 07, 2020 4:27 pm

דריידל האט געשריבן:.

ווי לאנג האט עס גענומען ?

רויט
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

Re: דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

תגובהדורך רויט » דינסטאג יולי 07, 2020 4:52 pm

דריידל האט געשריבן:.

יאפ, מפארט אריבער די האדסן טייך מיט די בער מואנטען ברידזש, די וועג נעמט מיט צווישן 10 מינוט און א דריי-א-פערטעל שעה לענגער ווי די אנגענומענע נארמאלע וועג, סאוי אויב האסטו א עקסטערע דריי א פערטל שעה דאן פאר מיט די וועג.
עס האט רויט לייטס (די רוט 9/100/202), ווי אויך איז די ספיד לימיט היפש שטאטער א גרויס חלק פונעם וועג.

אז מרעדט שוין פון די rfk ברידזש, כהאב געהערט לעצטענס פון אפאר מענטשען די זעלבע זאך, אז די חילוק פון די fdr ביז וויליאמסבורג אדער די bqe )rfk)איז א 7 - 8 מינוט חילוק און פאר דעם צאלט מען בערך א דאלער פאר יעדע מינוט וואס משפארט זיך.

עס איז דא נאך א וועג, מער א סימפל וועג:
1) פאלאסיידס
2) טראוועי - טאפאן זי ברידזש, טאלל: 4.75 + 1.25 (עס איז דא א טאל בודקע אפאר מייל נאכן טאפאן זי)
3) 3'טע עוו. אדער בראדוועי ברידזש אריבער צום fdr
ס"ה טאלל: 6.00 אנשטאט 12-15 דאלער מיט די וואשינגטאן ברידזש.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 07, 2020 5:16 pm

דער גאנצער שמועס איז שוין געווען דאהי כמה פעמים.

בער מאונטעין ברידזש איז א וועג ספעציעל פאר די אידן מיט אסאך געדולד, רואיגע פאסאנדזשירן, עקסטער צייט, גוטע מאנועווער סקילס, א גוטע פיק-אפ, ועל כולם א גוטע קעמרע.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

בעל מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: דירעקציעס פאר אלטערנאטיווע וועגן פון און צו די קעטסקילס

תגובהדורך בעל מנוחה » דינסטאג יולי 07, 2020 5:27 pm

קען זיין אז פארן עולם איז עס נישט קיין חידוש אבער איך האב יעצט געהאט די עקפיריענס וויל איך מיטטיילן דא
איך בין ציריק געקומען זינטאג נאכמיטאג פון די מאונטענס צו מאנסי און ערגעץ אינמיטן די 17 איז געווארן געםערליכע טראפיק און וועיז האט מיר ארויס געשיקט צום 17m אויב איך געדענק גוט און געפארן אזוי געשמירט ארום 20-30 מייל געשמירט כמעט אן קיין איין רויט לעמפל איז די ספיד לימיט איז רוב וועג 55.
ס'געווען א פיינעם עקספיריענס ב"ה
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט