בלאט 1 פון 1

קרעדיט קארד וואס גיבט אינשורענס פאר קאר רענטל

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2009 9:07 pm
דורך צייטליך
ניו יארק - עניוועי, וואסא חילוק ווי, איך וויל וויסן וויאזוי עס ארבייט די קרעדיט קארד ביזנעס ווען עס קומט צו אינשורענס פאר א געדינגענער קאר.

ווי באוויסט ווען מ'דינגט א קאר - קיין חילוק קאמפעקט, מיד-סייז, פול-סייז אדער מיני ווען - וויל מען האבן אינשורענס. צו קאלישא צו לייבילעטי, דער עיקר חלילה אויב געשעהט עפעס זאל יענער נישט קענען קלאגן אין די מיליאנען און דיר לייגן אין ר'ערד אריין.

יעצט קומען די זומער חדשים, דער עולם דינגט אויף צוויי חדשים, 9 וואכן, 10 וואכן אא"וו, יעדער וויפיל ער וויל און קען, אבער מ'זיכט ווי מער צו שפארן. איינע פון די זאכן איז אינשורענס, כדאי מ'זאל נישט דארפן צוצאלן אינשורענס פאר יעדן טאג נאך אפאר טאללער.

אמעריקען עקספרעעס איז באוויסט אז זייער קארטל קאווערט אינשורענס, ד"ה אויב דינגסטו א קאר מיט זייער קארטל ביז געקאווערט מיט די בעסיק אינשורענס. עס זענען דא אנדערע פירמע'ס אויך, און דאס וויל איך וויסן.

איך האב אן אמעריקען עקספרעעס, נו, וואס איז מיר א חילוק ווער נאך? אה, אמעריקען עקספרעעס קאווערט טאקע פאר די מערסטע טעג, אבער די מערסטע איז שוין 30 טאג, קיין טאג נישט מער, אלזא אויב דינג איך פאר צווי חדשים אדער 10 וואכן קען איך נאר ניצן זייער אינשורענס פאר 30 טאג, די איבעריגע מיז איך שוין אליין צאלן.

די עצה דערצו איז ווי פאלגענד:

מ'צוטיילט די רענטעל אויף צוויי, אדער דריי, ווענט זי ווי לאנג מ'נעמט די קאר. די ערשטע דרייסיג טאג אויפן אמעריקען עקספרעעס און עס איז אויך געקאווערט מיט אינשורענס. די צווייטע דרייסיג טאג מיט א צווייטע פירמע וואס שטעלט צו אינשורענס פאר דרייסיג טאג, און אויב איז עס נאך לענגער - אין אונזער פאל 10 ואכן - נעמט די איבעריגע צווי וואכן צוריק אויפן אמעריקען עקספרעעס וואס דאן קאווערן זיי שוין ווידעראמאל, איינמאל עס איז געווען א ברעיק פון דרייסיג טאג אינדערמיט.

איז יעצט מיין שאלה, וועלכער קארטל, חוץ אמעריקען עקספרעעס קאווערט פאר דרייסיג טאג?

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2009 9:30 pm
דורך שוועמל
איך מיין אז סיטי, אדער בענק אף אמעריקע.

ווענדט זיך וואסערע סארט קארטל דו האסט. באזוך די קליינע אותיות...

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2009 10:12 pm
דורך קוימען קערער
יעדע VISA האט אינשורענס

usa.visa.com/personal/visa-signature/benefits/auto-rental-damage-waiver.jsp

מעסטער קארד GOLD, PLATNUM, WORLD האט אינשורענס, די איבעריגע דארף מען פרעגן די באנק.

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2009 10:44 pm
דורך לאז געמאכט
אמעריקען עקספרעס האט א אפציע וואס זיי רופן 'פרימיום קאר פראטעקשאן'
פאר א מינימאלע אפצאל 24.95 פער רענאטל, נישט פער טאג דאס טייטש אז אויב דינגסטו פאר איין טאג קאסט עס די זעלבע ווי ווען די דינגסט פאר א חודש.

דאס קאווערט פיל מער זאכן, למשל זיי דעקן לייעבילעיטי, מעדיקעל, אינאך.
אויך איזעס פאר עטוואס לענגער, 42 טעג.

זייער נאמבער איז (800) 326-2078

געשריבן: מאנטאג יוני 22, 2009 11:59 am
דורך באנקיר
איך האב גענוצט בערך 7 זומערס צוריק, סיטי עדווענטעדזש.
זיי קאווערן פאר 30 טעג, און מען קען גלייך נוצן די זעלבע קארד, ביי זיי דארף מען נישט קיין ברעיק אינצווישן.
נאכאמאל דאס איז געווען פאר 7 יאר צוריק, קען זיין ס'האט זיך שוין געטוישט די רעגולעישאן.
מען האט דעמאלסט אויך געזאגט, אז אויב די קאנטראקט איז אויף לענגער ווי די קרעדיט קארד קאמפאני ערלויבט איז מען גארנישט געקאווערט, אפי' פונעם ערשטן טאג אויך נישט.
אין אנדערע ווערטער, זיי קאווערן אויף א קאנטראקט פון 30 טעג, אדער 15 טעג ווענט זיך און די קארטל.

קענסט פרעגן ביי גמ"ח (?) קאר רענטל, זיי זענען זייער באהאווענט אין דעם.

געשריבן: מיטוואך יוני 24, 2009 4:57 pm
דורך prowed jew
derech agav
i have bad experiance with a car rantel, i gave him my cradit card,and i come back with a broken red light, i am ready to take out my wallet, and he says no no "i will charge from the cradit card", all of a suden i got a bill for a broken light, new brakes, new weipers, new baterys, so watch out

געשריבן: דאנארשטאג יוני 25, 2009 11:53 am
דורך יאנאש
וואס הייסט דו האסט באקומען א בילל, האסט נישט געהאט אינשארענס?

געשריבן: מיטוואך ינואר 03, 2018 11:25 pm
דורך ארום די זייגער
מיט וועלכע קארטל לוינט זיך היינט צו טאגס צו דינגען א קאר?

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:08 pm
דורך השמש
אלע קרעדיט קארטלעך האבן די אינשורענס די פריפעיד האבן נישט צו זיין זיכער קען מען אריינרופן די נומער אין די בעיק.
אויב די ווילסט אז די קארטל זאל דעקן די שאדן דארפסטו קאלן די קק און מאכן א רעפארט

געשריבן: פרייטאג ינואר 26, 2018 4:36 pm
דורך ווישוואש
ארום די זייגער האט געשריבן:מיט וועלכע קארטל לוינט זיך היינט צו טאגס צו דינגען א קאר?

Chase United or sapphire.

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2020 2:57 pm
דורך שטומפיג
איך וויל דינגען א קאר אויף א וואך און ס'לוינט זיך מיר צו נוצן די AAA קארטל ווייל זיי געבן 3% פאר טרעוול, איך ווייס אבער נישט אין פאל ס'מאכט זיך א קריצל אויב Visa signature קאווערט אלעס.
איינער קען ארויסהעלפן?

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2020 8:07 pm
דורך ווישוואש
האט נישט מיט וויזע סיגנעטשור, האט מיט'ן קארטל'ס ספעציפישע פאליסי. לייען עס דורך.

ס'איז נאר סעקאנדערי קאווערעדזש, סאו אויב האסטו אן אייגענע קאר אינשורענס פאליסי ביסטו נישט געקאווערט. (טשעיס סעפייער פרעפערד/רעזערוו געבן פריימערי קאווערעדזש).

געשריבן: זונטאג פאברואר 16, 2020 10:35 pm
דורך ישוב הדעת
לאז געמאכט האט געשריבן:אמעריקען עקספרעס האט א אפציע וואס זיי רופן 'פרימיום קאר פראטעקשאן'
פאר א מינימאלע אפצאל 24.95 פער רענאטל, נישט פער טאג דאס טייטש אז אויב דינגסטו פאר איין טאג קאסט עס די זעלבע ווי ווען די דינגסט פאר א חודש.

דאס קאווערט פיל מער זאכן, למשל זיי דעקן לייעבילעיטי, מעדיקעל, אינאך.
אויך איזעס פאר עטוואס לענגער, 42 טעג.

זייער נאמבער איז (800) 326-2078


האב איך זיי גערופן, זאגן זיי אז לייעביליטי גיבט עס נישט.