בלאט 1 פון 2

דעפענסיוו דרייווינג קלאס, אויפן נעט, פון די סטעיט פאר $48.95

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 3:52 pm
דורך קוימען קערער
די סטעיט האט אנגעפאנגען צו לאזן נעמען די דעפענסיוו דרייווינג קלאס אויפן אינטערנעט, פאר $48.95

די דעפענסיוו דרייווינג קלאס, קען נידערען די אינשורענס מיט %10 און אראפנעמען ביז 4 פאוינטס פונעם לייסענס

www.newyorksafetycouncil.com

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 9:15 pm
דורך יאנאש
עס איז זייער וויכטיג צו וויסן אז די פוינטס רידאקשן איז נאר פאר פוינטס וואס זענען שוין אכצן חדשים אלט.

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 9:24 pm
דורך לוסטיג
יאנאש! די רעדסט פון אנליין, אדער בכלל? ווייל איך האב אמאל געמאכט די קלעס, בערך א וואך נאכן באקומען פוינטס, און ס'נישט געבליבן קיין זכר.

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 10:42 pm
דורך בן יועזר
אגב ווי אזוי ארבעט עס אנליין - מקען דאך אנצידן דעם שיעור אין אפטראגן פין דארטן די גאנצע 6 שעה?????

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 10:44 pm
דורך ווייסעך וואס
די פוינטס קומען נישט אראפ נאר אויב די האלטס שוין דארט אז מען וויל דיר סוספענדן די לייסענס!

אויב אבער דו האסט נאר 6 פוינטס למשל וועט עס דיר גארנישט העלפן לגבי פוינטס!

און עס לוינט זיך נישט צו נעמען דעם קלעס, ווייל פאר די נעקסטע 2 יאר קענסטו עס נישט נאכאמאל נעמען, און אויב ח"ו דו קומסט שוין אן צו א מצב פון סוספענדן דיין לייסענס וועסטו זיין אויף צרות.

עס לוינט נאר פאר די 10 פראצענט אראפ פון דיין אינשורענס.

געשריבן: מאנטאג יוני 15, 2009 11:45 pm
דורך לוסטיג
ווייסעך וואס! כ'זעה אז די ווילסט איך זאל נאכאמאל איבערשרייבן, איך בין עכט נישט אין די מאד אבער אז די בעט'סט וועליך עס טון פאר דיר.

ווייסטו וואס (נישט ווייסעך וואס..) איך האב נישט נישט קיין כח, סוי פליס נעם די מי, און בליק ארויף צוויי תגובות, וואס איך האב געשריבען,

מיט דאנק און ערע, די פארוואלטונג..

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 12:21 am
דורך ווייסעך וואס
לוסטיג האט געשריבן:ווייסעך וואס! כ'זעה אז די ווילסט איך זאל נאכאמאל איבערשרייבן, איך בין עכט נישט אין די מאד אבער אז די בעט'סט וועליך עס טון פאר דיר.

ווייסטו וואס (נישט ווייסעך וואס..) איך האב נישט נישט קיין כח, סוי פליס נעם די מי, און בליק ארויף צוויי תגובות, וואס איך האב געשריבען,

מיט דאנק און ערע, די פארוואלטונג..


יא לוסטיג טאקע דיך האבעך געמיינט!

יאך האב געזעהן דיין תגובה, אז דו האסט גענומען די קלעס א וואך נאכן באקומען דיינע פוינטס, אין עס איז נעלם געווארן.

ביי וויפיל פוינטס האסטו דעמאלט געהאלטן?

און אפשר קענעך וויסן ווען פונקטליך דו האסט באקומען דיינע פוינטס.

רוף אפ סיי וועלכען קאר אינשורענס אגענט, אדער סיי וועלכע טיטשער עס גיט די קלעסעס, וועסט געוואר ווערן נייעס...

ביי די וועי, ווי האסטו געטשעקט און געזעהן אז די האסט געהאט פוינטס אין עס איז נעלם געווארן?

עס וועט מיר זיין זייער אינטערסאנט צו וויסן ווי אזוי עס איז געשעהן ביי דיר, איך ווארט צו הערן פון דיר מער פרטים.

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 7:28 am
דורך יאנאש
ווייסעך, עס האט מיט סוספענשן זיראו, פיריאד.

איין שאלה האב איך אבער יא, פון ווען רעכענט מען די אכצן חדשים, גייט עס פונעם כאפן דעם טיקעט אדער פונעם פיינעל קארט דעיט?

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 9:17 am
דורך סתם_אזוי
בן יועזר האט געשריבן:אגב ווי אזוי ארבעט עס אנליין - מקען דאך אנצידן דעם שיעור אין אפטראגן פין דארטן די גאנצע 6 שעה?????

און וויאזוי עס איז יעצט איז בעסער?

דאס איז וואס זיי שרייבן אויפן וועב זייטל

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 10:46 am
דורך שלמהלע1
New York Point Reduction

In addition to allowing motorists to receive a mandatory car insurance discount, this defensive driving course is used for traffic ticket point reduction. In order to qualify for point reduction, you must have received the points eighteen months before course completion. Points for earlier violations or future violations will not be affected by completing this defensive driving course.

This online defensive driving will reduce your point total by up to four points, depending on when the points were assessed. It will also give you a mandatory 10% automobile insurance discount for 3 years. The NYS DMV states that the term “point reduction” means the DMV will not count up to four points on your driving record toward license revocation or suspension.

So how does it work? Once you complete the course, we will notify the New York DMV. At that point, it will be entered on your driving record and it will automatically reduce your active point total by up to four points.

http://www.newyorksafetycouncil.com/Tic ... ction.aspxwww.newyorksafetycouncil.com/Ticket-Point-Reduction.aspx

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 11:54 am
דורך ווייסעך וואס
שלמהלע דאס איז וואס ניו יארק סעפטי קאנסול (ווער זענען זיי?) שרייבט!

גיב א קוק וואס די DMV פון ניו יארק סטעיט שרייבט:

www.nydmv.state.ny.us/broch/c32a.htm

Q. After I complete the PIRP course, how do I receive the point reduction?
A. The PIRP sponsor will notify the DMV within ten weeks after you complete the course. A notice will then be entered on your driving record, and the DMV computer will automatically reduce your active point total by up to four points. Important: Completion of a course under the "Point & Insurance Reduction Program" does not remove, delete, subtract, or erase any violation, conviction, or notice of original number of points from your driving record. Even after you complete the course, most violations, conviction and points assessed will continue to show on your driving record for up to four years. Violations and convictions involving drugs or alcohol will remain on your driving record for ten years. "Point reduction" means the DMV will not count up to four points on your driving record toward license revocation or suspension.

לוסטיג און יאנש, ביז א יאר צוריק האב איך אויך געמיינט אווי עטס מיינטס יעצט, זייענדיג בי די קלעס בערך א יאר צוריק, איז דאס געווען די הקדמה פון דעם אינסטרוקטער:

ווער איז אהער געקומען אראפ צו נעמען פוינטס פון זיין רעקארד?

א האלבע קלאס האט אויף געהויבן די הענט, און ער גיט זיך א צו שמייכל, ווי צו זאגן : יא יא זאל זיך ענק דאכטן, און ער האט געזאגט בערך די זעלבע דרשה ווי דער אויבן דערמאנטן לינק...

די חברה זענען גוט, זיי ווילן אז דו זאלסט נעמען דעם קלעס, און מיט זייער געקינצעלטן לשון נערן זיי דיך אריין אז דיינע פוינטס קומען אראפ.

לערנט מיר ביטע פשט אין די אינטערסאנטע סטעיטמענט: it will automatically reduce your active point total by up to four points וואס מיינט דאס ביי "אפ טו" ?????

וואס יא ? אויב דו האלטס שוין ביים פארלירן דיין לייסענס וועט עס דיר ראטעווען דיין מצב אז מען זאל עס נישט סוספענדן.

יאנאש! דאס האב איך געמיינט אז עס העלפט נאר ווען מען האלט שוין ביים סוספענדן, בוזט טאקע גערעכט אז די קלעס האט גארנישט מיט סוספענדן, אבער דאס איז דער סך הכל. ווי זאגסטו נאר: "פיריאד...".

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 12:12 pm
דורך ווייסעך וואס
דא האט איר נאך א לינק:

www.nydmv.state.ny.us/pirp.htm

The DMV computer system automatically applies the point reduction when your course completion is added to your record. Your record shows your convictions and the points they carry, and has a notation that you completed the course and that a reduction of up to 4 points has been applied. Your driver record does not show any summary or total that includes the subtraction of the points. The reduction is automatically applied within the DMV computer system.

לוסטיג האט געשריבן:יאנאש! די רעדסט פון אנליין, אדער בכלל? ווייל איך האב אמאל געמאכט די קלעס, בערך א וואך נאכן באקומען פוינטס, און ס'נישט געבליבן קיין זכר.


לוסטיג! נאכן ליינען די אויבן דערמאנטע ווערטער, ווינדערט מיך זייער וואס דו שרייבסט, אז נאכן נעמען דעם קלעס איז נישט געבליבן א זכר פון דיינע פוינטס. אין די צייט וואס זיי שרייבן קלאר, אז אלעס בלייבט אויף דיין רעקארד, נאר זיי לייגן צו א נאטיץ צו דיין רעקארד אז דו האסט גענומען די קלעס. און די גאנצע פוינט רידאקשן איז נאר א זאך וואס ווערט אינטערנאל קאלקיולעטעד אין זייער סיסטעם, אבער עס איז נישט א זאך וואס דו קענסט זעהן שווארץ אויף ווייס אז פון 8 פוינטס איז געווארן 4 פוינטס.

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 3:28 pm
דורך לוסטיג
הער צו אז די פרעגסט וועליך דיר ענטפערן, און טאקע דברים כהוויתן.

איך בין געפארן אפאר יאר צירוק קיין מאנטריאל, און אויפן וועג ווי באקאנט פאר יעדן וואס דרייווט אהין, האבעך באקומען א טיקעט, און דער פאליס אלץ גוטער (אנטי.. וואס ער איז.., איך ווייס? קען זיין ער איז געווען גערעכט?..) האט מיר נאר געשריבן א טיקעט אויף 10 העכער די ספיד, זאגענדיג אז סאיז נאר (הערסט? נאר!..)3 פוינטס אין $100 דולער, כ'האב עס געטרייט צו פייטן ולא עלתי בידי..

אקוצער ס'האט מיר זייער געבאדערט די פוינטס, איך בין דאן געווען א נייער דרייווער, נישט ממש, אבער גענוג ס'זאל מיר באדערן, סוי בין איך געוואור געווארן (און ס'קען אפשר טאקע צוניצקומען וואס איך גיי דא זאגן..) אז אויף בעדפארד ביי בראדוועי איז דא איינער א געוועזענער, צו געווארענער איד, וואס מאכט די זאכן, און פארשטייצעך אן קיינע אפקומעניש( :wink: !), בין איך אהינגעגאנגען, אין אפאר וואכן דערנאך באקומען מיין קארטל.

שוין גייט נישט דורך לאנג אין ווידעראמאל א בחור איז אויף מיינע שפירן (לייען: מיר געכאפט ביי די מעשה, און מיר אפגעשטעלט.. פארוואס איך שרייב עס איינגערינגלט?.. ווייל איך שעהם מיך!.. כ'הער זאגן..) שוין אקוצער בין איך געווען דארט מיט די ווייב און קינדער און קאר, כאמאזעל, און דער קוקט אריין און מיין קאר און הייבט אן מיט זיינע שטרענגע פראגן, און איך בעט מיר אזוי צו אים, גיט ער מיר א זאג אז ער זעהט איך האב מיין ווייב און קינדער (און צודערזייט האט מיין קליינטשיקס זיך צו וויינט..) סוי וועט ער מיר נישט אויפהאלטן און ער גייט קוקן אויב איך האב א קלין לייסענס, און אויב יא וועט ער מיר לאזן גיין, ס'גייט נישט דורך קיין האלבע שעה(ליגנער דער.. 25 מינוט האט ער מיר געלאזט ווארטן..) און ער זאגט מיר אז איך האב טאקע א קלין לייסענס סוי לויט ער מיר גיין, אבער שטייצעך, נישט פארן מיר געבן א גוטען מוסר פארציע, און ביפארן גיין געב איך אים נאך א פרעג איבער מיט אזא תמומות "נאו פוינטס אן מיי לייסענס??" זאגט ער ניין...

נו א קלארער מחבר.. כמיין פאליס...

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 3:34 pm
דורך לאז געמאכט
האלא גיב אהער נאך פרטים דארט... וואס הייסט מען גייט אויף בעדפארט אין בראדוויי אין די פוינט'ס פליען אוועק?

איך גיי שוין אהין...

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 3:39 pm
דורך לוסטיג
גיי אהין וועסט זעהן עפעס א דענטיסט דארט, און דארט איז דא עפעס א מענשט, וואס ער מאכט דעם 6 שעה קלאס, ווען די געסט אים דאס געלט באקומסטו א רעסיט, און ער זאגט דיר ווען ס'גייט פארגעקומען דיין קלאס און יאלא....

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 3:45 pm
דורך לאז געמאכט
פשי, וויפיל קאסט דאס?

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 5:25 pm
דורך פריץ
א פיפציגער

געשריבן: דינסטאג יוני 16, 2009 5:31 pm
דורך לאז געמאכט
דאס אלעס? וואי! מען קען זיך שפארן גרויס געלט אויף אינשורענס אויב מען האט נישט די פינטעלעך...

וויזוי מאכט ער עס אבער? כ'מיין צו זאגן ס'איז עפעס שרעקגעדיג? ד'ר עולם ווייסט דערפון? ס'ערשטע מאל כ'הער דערפון...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 11:57 am
דורך שלמי
הערט אויף רעדן! גוגל טרענסלעיט שוין אידיש...

DEFENSIVE DRIVING COURSE

געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2018 9:33 am
דורך ברוינע באנאנע
ווי אזוי נעמט COURSE די אראפ פוינטס און וויפיל ?
און וועט עס העלפן ביי די אנשאורנס ?

DEFENSIVE DRIVING COURSE

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 4:31 pm
דורך Flash light

געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:17 am
דורך ברוינע באנאנע
how do i get the coupon ?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:25 am
דורך Flash light
when u checkout u can enter a promo code
then u go to
https://www.retailmenot.com/view/newyor ... ouncil.com
and u try whichever works

געשריבן: זונטאג אפריל 08, 2018 3:47 pm
דורך הצדיק
עס לוינט זיך צו נעמען די קורס צו באקומען א דיסקאנט אויף די אינשארענס , אדער ווארטן אויב מ'באקומט פוינטס אויף די לייסענס.?

געשריבן: מאנטאג אפריל 09, 2018 4:18 pm
דורך ל.רוזן
Save 10% on Auto Insurance Premiums while reducing 4 points on your Drivers License!
Now only, $24.95
http://www.ybicoverage.com/defensive-dr ... ourse.html