קאר סידי פלעיאר ארבעט נישט

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

קאר סידי פלעיאר ארבעט נישט

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 1:52 pm

איך מוטשע זיך שוין ארום דא א לאנגע צייט, אבער פלוצים כאפ איך זיך, אונז האמיר דאך א קרעטשמע פאר א סיבה...

מיין קאר סידי פלעיאר ציט נישט אריין די סידי. דאס הייסט אז איך בין זיכער אז די גאנצע סיטעם ארבעט, די ראדיאו ארבעט (רח"ל), די ספיקערס, און ווען מען לייגט אריין די סידי הערט מען אז עס "וויל" עס אריינשלעפן, עס פראבירט, מען הערט די קול, אבער זעהט אויס אז עס האט נישט גענוג פאוער, סאומטינג לייק דעט.

עס העלפט נישט ווען מען שטופט עס אריין אויך נישט, וויאזוי עס ליגט ליגט עס. און עס וועט זיך נישט דרייען.

דער מעכאניקער האט מיך געזאגט צו קויפן א סידי פלעיאר קלינער, ווייל לויט אים איז די פראבלעם אז מען דארף דארט גוט ארומווישן. אבער איך האב געקויפט דער סידי וואס קלינט אויס די לענז פון די סידי פלעיער, (עפעס אזא פראדוקט http://www.amazon.com/Fellowes-99761-CD ... B00006B8KA

אבער דער פראבלעם איז אז מיט דעם סידי אליינס געשעט אויך די זעלבע זאך.

האט איינער עקספיריענס מיט דעם? אדער, איז דא איינער אין ברוקלין וואס קען מיר עס פיקסן?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 2:05 pm

דער אינגערמאן דארט, זעהסט אים? ער געט זיך א לאז אראפ א צפיה'לע אינעם אשכול, און לויפט ווייטער ווי נישט אים מיינט מען. עטליסט זאג מיר אז דו ווייסט נישט.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 21, 2009 2:09 pm

רב גרויס, איך בין עס געווען, לדאבוני ווייס איך נישט קיין ענטפער.

אני כשלעצמי האב געקויפט א נייע (טעיפ רעקארדער) אודיאו רעסיווער, פולי לאודעד מיט אלע שטותים פאר נישט קיין טייערער פרייז ביי קראטשפיעלד און עס אליין אינסטאלירט, עס לוינט כמעט נישט צו פארעכטן די אלטע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג מאי 21, 2009 2:10 pm

farshlufen האט געשריבן:רב גרויס, איך בין עס געווען, לדאבוני ווייס איך נישט קיין ענטפער.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג מאי 21, 2009 2:28 pm

נאו קלו וואט טו דו.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 2:37 pm

איך בין צוגעוואוינט אז ווען מ'ווייסט נישט, אימען שטיל, אבער אז דו פארלאנגסט? אידעך אנאנאדערע מעשה.

סאו היער איי עם, כ'ווייס נישט.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 21, 2009 3:03 pm

איך האב געהאט די זעלבע מעשה מיט מיין געליסטע קאר, כ'האב עס אריין געטראגן צום דילער, זיי האבן עס גערן געפיקסט (האנדא) אן קיין שאלות, ס'איז א מחי' יעצט
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 4:07 pm

אה, אוקעי, טענקיו טענקיו יישר כח! גענוג גענוג. אקעי נאר דער וואס ווייסט זאל זיך אנרופן, סארי סארי.

איך האב מיך עכט דערמאט פון דעם באקענטן מעק-פיסי עד

http://movies.apple.com/movies/us/apple ... 80x272.mov

איך האב מיך געטראפן שטיין ווי דער פי.סי. ווערט צום סוף באווארפן מיט טענקיו'ס...
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג מאי 21, 2009 7:39 pm

קיין עצה פאר די סידי פלעיער האב איך נישט (איז עס טאקע פון יענע קאר?)

אבער אז שכח פאר די מעק עד קען איך זאגען

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג מאי 21, 2009 9:15 pm

יא פאטאקי, עס איז די קאר וואס דו האסט מיר געשאפן די קאר-פעקס. א יישר כח נאכמאל!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג מאי 21, 2009 9:20 pm

יעצט פארשטיי איך שוין, אז ס'איז נישט קיין ליעס, האסט עס געדארפט זאגן קודם אז מ'רעדט דא פון א גענוצטע קאר וואס האט נישט קיין שום גאראנטי וכו'
פארוואס זאג איך אייך דאס
ווייל כ'זע אסאך מאל ביים מקעניק ווען כ'קום מאכן א אויל טשעינדזש אדער טוישן א ווייפער בלעיד וכדו' אז ס'קומען אינגעלייט מיט געליסטע קארס און לאזן פארעכטן זייערע אויטאס פאר טייער געלט ביים מעקעניק און ס'טוט מיר וויי אז אידיש געלט גייט לאיבוד בשעת ווען כ'טראג אריין מיין אויטא צו א האנדא דילער נעמט מען מיך אויף בכבוד גדול און ס'קאסט נישט קיין פעני, און נאך דעם קאלט מען מיך נאך אהיים פון די העדקוואטערס צו איך בין געווען צופרידן פון די סערוויס
פארשטייט זיך אז בפניו פון מיין פריינט דעם מעקעניק קען איך גארנישט זאגן פאר די אינגעלייט. האב איך דאס געוואלט ארויסברענגען ביי דעם אשכול אבער למעשה קען איך דיך ליידער גארנישט העלפן
און קוק מיך נישט אן אזוי גרויזאם אקעי... :cry:
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג מאי 22, 2009 2:47 am

בערעל, וואס הייסט האנדא מאכט דיר די אויל טשענשעס פאר אומזינסט? רעדער טוישן זיי אויך?

אויסער איז וויכטיג צו געדענקן אז זיי פארשרייבן די מיילעדש יעדעס מאל וואס דו ברענגסט עס אריין צו זיי וד"ל.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 24, 2009 11:04 am

יאנאש.
1. איך רעד נישט פון מעינטענעס, איך רעד פון ריפעירס צב"ש סידי פלעיאר
2. האסט באמת ארויס געברענגט זייער א וויכטיגע פוינט פאר די וואס פארן אסאך. מען דארף דאס שטארק אין באטראכט נעמען וד"ל
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט