דאבעל פארקינג

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

דאבעל פארקינג

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:52 am

איך האב געהערט פון איינעם אז ווען עס איז "אלטערנעיט סייד פארקינג" אויף איין זייט מעג מען דאבבעל פארקען אויף די צווייטע זייט. איז דאס אמת? און אויב יא, פארוואס זעה איך נישט אז מען זאל דאבבל פארקן אין ווילימסבורג אין די שעה פון אלטערנעיט סייד פארקינג?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 10:16 am

אויף די גאסן ווי ס'דא א סקול טאר מען נישט פארקן דאבעל

אויף רוב גאסן מעג מען יא
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 10:23 am

מקור?

איך האב שוין כמ"פ באקומען טיקעטס פארן דאבל פארקן בעת SRC
אין ווילי איז עס נישט קיין אנגענומענע היתר, אבעער אין געגענטער ווי פארק סלאופ יא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 10:38 am

וואס מיינט SRC?
און דאס איז מיין שאלה, פארוואס איז דאס נישט אנגענומען אין ווילי? מען קען באקומען א טיקעט, אדער זענען מענטשן סתם פויל צו רוקן די קאר נאך א שעה?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 11:00 am

SCR מיינט סטריט קלינינג רולס.

נישט מען 'קען' באקומען נאר מען 'באקומט' טיקעטס אין ווילי.

פארוואס פרעגסטו? דעי אנטיסעמיטן דארטן...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 11:05 am

איך בין געוועהן פאר אפאר וואכן צוריק אין בארא פארק און אלע קארס זענען געפארקט דאבעל ביי די אלטערנעט סייט פארקינג שעות
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 11:08 am

אקעי איך דערמאן זיך יעצט א שמועס אמאל, אז אין ווילי פלעגט מען דאס אויך טאן, און אזויווי די באסעס פלעגן האבן שוועריקייטן זיך איינדרייען אין די גאסן האט דאן ארי' לייב גלאנץ געבעטן די אינסטאנצן יא אויסצוטיילן טיקעטס כדי מען זאל נישט קענען פארקן אפילו ביי SCR.

דאס גייט צוריק א 20 יאר צוריק, און סיז שוין געבליבן אזוי, אפילו ס'פארן נישט קיין באסעס געווענליך פון 11 ביז 1.

איך ווייס נישט ווי קראנט דאס איז.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 11:09 am

נישט נאר אין בארא פארק. אין אלע גאסן ארום וויליאמסבורג איז אזוי. ממש א גאס נאך דארט וואו די אידן וואוינען.
אויב מען באקומט אזא טיקעט קען מען עס פייטן? מעג מען ליגעל באקומען אזא טיקעט?

--
שוועמל האט אריינגעהאקט
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 1:39 pm

איך בין געווען אין די וועסט סייט זייער אסאך מאל
אין דארט פארק מען אויך דאבל ווען עס איז אלטערנעיט סייד פארקינג
איך בין טאקע איינמאל געבלאקט געווארן אין געדארפט ווארטן א האלבע שעה ביז יענער איז ארויס געקומען

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג אפריל 02, 2009 2:32 pm

לויט די געזעץ, טאר מען נישט דאבל פארקן ! פיריאד. קיינמאל!!!
איי ווי זאל מען לייגן די קארס בשעת אלטערנעט סייד איז אין אפעקט, די קשיא האט שוין הבל געפרעגט קין...

אבער אין בארא פארק וכן אין אסאך אנדערע געגענטער, האט די קאמיוניטי באורד אויסגעארבעט מיט די פריסינקט, אז מען זאל מעגן דאבל פארקן, און מען זאל קוקן די אנדערע וועג, אבער טעקניקלי טאמער מען באקומט א טיקעט, קען מען גארנישט טוהן דערצו.
אפילו אין די געגענטער ווי עס איז יא ערלויבט, איז אויך נישט ערלויבט צו דאבל פארקן אויף א גאס וואו עס פארן סיטי באסעס.
פון די היימישע געגנטער, מיין איך אז נאר אין בארא פארק מעג מען, אין פלעטבוש באקומט מען טיקעטס, אין וויליאמסבורג באקומט מען טיקעטס.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט