מען האט געטאויט מיין קאר! ביטע העלפט מיר שוין!

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

געדולד

מען האט געטאויט מיין קאר! ביטע העלפט מיר שוין!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

דאס פון וואס איך האב שטעדיג מורא געהאט איז אנגעקומען.

איך האב נעכטן נאכט געפארקט מיין אויטא, נאכ'ן זוכן היבש לאנג פארקינג, ביי א סקול זאון אין וויליאמסבורג, וואס עס איז א נאו סטעדינג זאון פון 7 ביז 7.

איך האב געהאפט אויפצושטיין פאר 7 אזייגער. באט היינט בין איך גוט פארשלאפן און איך בין אויפגעשטאנען 8:30 און עס איז נישט דא קיין זכר פון קיין קאר.

ביטע העלפט מיר ארויס? וואו הייב איך אן? וואס דארף איך טון צוריקצוזען מיין קאר?

מיין הויט ברענט, פליז העלפט מיר, עס איז מיר א גרויסע געלט שאדן אז איך האב נישט מיין קאר.

א גרויסן ישר כח פון טיפן הארצן.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

קאל די פריסקינט אין דיין געיגנט און זאג זיי די פלעיט נומבער און פרעיג זיי ווי דו קענסט עס אויפפיקן און גרייט דיר אן עטליכע מאות צו באצאלן פאר די פאליס דעפארטמענט
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אז דו דארפסט די נומבער זאג מיר וועלכע פריסבקינט די וואוינסט איך וועל דיר עס געבן
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

א גרויסן שכח פאר'ן ענטפערן, וואס איז די נומ' פון די 90 פאליס?

איז 911 גוט?
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

911 איז נאר פאר עמערדזענסי דיני נפשות נישט דיני ממונות 90 פריסקינט נומבער איז 718-963-5311
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

אקעי א דרויסן ישר כח, איך בין שוין אויף די ליין, איך וועל באלד פארציללן די רעזולטאטן.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ביטע גיב מיר די רעזולטאטן ווי שנעלער איך פיל דיין צער איך בין אויך אנגעצויגן
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

זיי האבן מיר געגעבן א נומ' פון די מארשלס און פון די נעווי יארד און איך זיי זאל פראבירן צו קאלן.

יעצט בין איך אויף האלד מיט די מארשלעס.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

די מארשלס זאגן אז זיי טאען נארקארס וואס האבן אומבאצאלטע טיקעטס. ער זאגט מיר איך זאל קאלן 311.

איך פראביר קודם די נעווי יארד, ביז דערווייל קלינגט די טעלפאון און קיינער הייבט נישט אויף.

איך לייג אראפ און איך דייל 311.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

וואס איז די מארשלס נומ' על על צרה שלא תבוא?
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

718-238-5885
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

פארוואס דען האט מען געטויעט דיין קאר אויב נישט פאר טיקעטס? אויב האסטו נישט קיין אום באצאלטע טיקעטס דעמאלטס דארפסט לכאורה נאר באצאלן 67 דאללער פארן טויען? נישט געפערליך, איך האב געמיינט אז דו האסט אסאך טיקעטס איך האב געציטערט אויף אידיש געלט
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ביי 311 דארפסטו זאגן מען זאל דיר גראד טרענספערן צו די טויאינג דעפארטמענט אז נישט וועט עס נעמען א יאר מיט א וואך,
אויב די סקול האט עס געטויט דארפסטו לכאורה פרעיגן די סקול וועלכע טויאינג קאמפעני זיי נוצן און קאלן די טויאינג קאמפעני
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

איך וואונדער מיך אויך, איך האב נישט געוואוסט אז מען טויט פאר'ן פארקן ביי א סקול זאון, ווען איך ווייס ןןען וואלט איך נישט דארט געפארקט.

אבער חוץ די 67 דאלער, איז אויך דא די טיקעט פאר'ן פארקן דארטן, כ'מיין עס איז 160 באקס.

אפדעיט: אויף האלד ביי 311.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

איך בין טאקע געגאנגען גלייך צו טואינג, באט זיי זאגן עס איז דא א וועטינג טיים פון 5 מינוט.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

עס איז געווען אין פראנט פון א 82 סאטאמאר סקול בילדונג, האלטס אז 82 האט א פאליסי פון טאוען קארס?

אויב יא, ביטע גיב מיר זייער נומ'
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

די מעין אפיס נומבער איז 718-963-9260 איך טראכט אז לכאורה האט עס איינע פון די איינגעשטעלטע אין יענע בילדינג עס געטוהן דארפסטו לכאורה אריינקאלן אין יענע בילדינג
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ווי האלט עס?
גארנישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט »

די ערשטע זאך ווען מען טויעט א קאר דארף מען קאלן 311 און טשעקן אויף זייער אויטאמאטיק סיסטעם צו זיי האבן עס געטויעט אויב די מארשאלס האבן עס געטועט העט עס אויך ארויףקומען ביי 311 און אויב די טרעפיק פאליס האט עס געטויעט דארפסטו גיין צו די נעווי יארד
אויב די מארשאלס האבן עס געטויעט דארפסטו גיין קודם צו זייער אפיס וואס איז אויף 546 COURT ST און דאון טאון ברוקלין זייער נומבער איז718-855-3434
און נאכדעם דארף מען אויףפיקן די קאר און גרינפוינט.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

א גרויסן ישר כח פאר די וואס האבן גענטעפערט ובראשם ר' שמן זית שליט"א, יהי"ר שתשרה שכינה במעשי ידיך.

די קאר געפינט זיך שוין אונטער מיין רשות. כל מה דעביד רחמנה לטב עביד.

עיס האט מיר גענומען א שיינע וויילע צוריק צו זען די קאר, איך בין אביסל בייהיינד מיט מיין ארבייט, דערפאר וועל איך שפעטער פארציילן די גאנצע געשיכטע, עס זאל זיין נוצליך ווער איינער פאלט אריין אין די הענט פון די הונגעריגע בלומבערג אדמניסדרציע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ב"ה אז אלעס איז שוין אין ארדענונג, ווען איך האב געהאט אזא ענליכע מעשה, איז נאך קרעטמשע געווען אויפן בלו פרינט, (ניטאמאל) און ס'האטצעך געענדיגט נאך כמעט צוויי חדשים, מיט העכער 800 דאלער, און אויפן וועג אהיים, עס געטאטעלט, ב"ה.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

וויאזוי האסט עס באקומען? ווער האט עס געהאט? ווער האט עס געטאויט? האסט געקאלט די מוסד אדער 311?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וואס באפאלסטו אים מיט שאלות? ער האט געזאגט אז ווי נאר ער גייט האבן צייט, גייטער אלעס באשרייבן, סאו זיץ און ווארט.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

נעכטן נאכט ווען מיר האבן זיך געפינען זוכן פארקינג ארום מיין וואלקן קראצער, איז דאס געעווען כאילו איך זוך מיין קינדס שיך, דריי מינוט פאר די באס קומט. איך האב נישט געטראפן קיין פארקינג. נאך א האלבע שטונדע האט מיין מח געמאכט א חשבון, אז איך גיי פארקן דא ביי די סקול זאון, איי, פון זיבן אזייגער איז עס א נאו סטעדינג? איינס, איך וועל דאך מארגן אויפשטיין פאר זיבענע. צוויי, עס לוינט זיך מיר די שלאף, פאר די ווערד פון א טיקעט.

וואס עס איז געשען ביז 8:30 ווייס איך נישט פונטקליך. דאס ווייס איך אז ווען איך בין ארויסגעקומען פון הויז, איז קיין זכר פון קיין קאר געווען, זליטש, נאדא, זעראו.

אויף א סעקונדע איז די בלוט ארויף אין קאפ, טראכטעדיג פון די עגמת נפש, וואס איך גיי יעצט מאכן. איך האב אייביג געציטערט פון די קאשמאר פון טאען מיין קאר. אבער איך האב געגעבן א מאך אפ, כפרות עוונות, פריי דיך אז דער באשעפער דערמאנט מיר אויף א קאר. וויפיל נעבעך אנדערע אידן דערמאנט ער מיט פיל ערגערס ואכמ"ל.

איך האב מיך פארגענומען אז דאס איז זיכער געקומען צויליב די פארטאגס שיעור וואס איז לעצטנס פארנעכלסיג געווארן, און אי"ה גייט מען דאס צוריק מחזק מיט א פרישקייט.

הקיצור, נישטוויסנדיג וואס צוטון, בין איך אריין אין מיין אפיס, אריין אין קרעטשמע, און געפאדערט הילף, וואס האט ב"ה נישט געשפעטיגט צו קומען, ווען הרב שמן זית שליט"א איז מיר אנקעגן געקומען און געשריבן אז איך זאל קאלן די 90 פריסניקט.

דער ענטפער אויף מיין טעלפאון רוף איז געווען צוויי נומערן וואס איך זאל פראבירן צו רופן.

1) די נעווי יארד אויף 718-694-0896

2) די מארשלס אויף 718-238-5885

איך האב קודם געקאלט די מארשלס, און זיי האבן מיר געבעטן די פלעיטס נומערן. זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן נישט די קאר אין סיסטעים, און זיי האבן מיר געפרעגט ווען בערך עס איז געטויט געווארן, ווייל זייער סיטסעם איז די לעצטע מאל געווארן אפדעיט א שעה צוריק, און די נעקסטע מאל וועט זיין בערך פופצן מינוט ארום. ווען איך האב זיי געזאגט די זייגער האט זי גענטפערט אז עס וואלט שוין געדארפט זיין אינעם סיסטעם. האט זי מיר געפרעגט וועלכע ווייליעשן איך בין באגאנגען? ווען איך האב איר געזאגט אז איך האב געפארקט ביי א סקול זאון, האט זי געענטפערט אז זיי זענען נאר פאר קארס וואס האבן אנגעזאמלט טיקעט חובות, פאר מיין קאר זאל איך פראבירן קאלן 311.

איך האב אבער קודם פראבירט די נעווי יארד, אבער ווי געשריבן אויבן האט קיינער נישט געענטפערט מיין טעלפאון.

האב איך פראבירט צו קאלן 311, און זיי האבן מיר געטרענספערט אויטמאטיש צו די באורד אויף פיינעץ, וואס פארפיגט אויף די טיקעטס. נאכ'ן ווארטן צען מינוט אויף די ליין, האט מען גענומען מיין קאר אינפראמאציע, און מיר געזאגט אז מיין אויטא ליגט ביי די נעווי יארד, און איך קען עס אויפיקן ביז 9 ביינאכט.

קודם בין איך געלאפן דינגען א קאר, מיין ביזנעס האט געדארפט אנגיין. בערך נאך איינס אזייגער ביך איך געפארן צום נעווי יארד, אוי פליז רעדס פון בעסערע זאכן. אוי איז דאס עקלדיג. איך האב דארט געדארפט ווארטן איבער א שעה. עס האט זיך שוין צום הונדערטסטן מאל איבערצייגט די חילוק פון אאן איד און גוי. די שעלטערייען פון די גוים דארט איז געווען עקלדיג און מיאוס ווי א גוי. זיי האבן צוזאמגעשאלטן די גאנצע וועלט. (ווי מיין חבר האט זיך אמאל אויסגעדריקט: אויף די וויכטיגסטע פלאץ ווי מען דארף קענען רעכנען איז א באנק, און זיי מאכן אייביג א מיסטעיק, עס איז דא פינף ווינדאוס, און נאר צוויי מענטשן סערווירן...).

ענדליך אנקומעדיג צום פענסטער, האט זי פארלאנגט פון מיר מיין לייסענעס און רעגיסטרעישן. מיינע רעגיסטרעישן ליגט דאך אין מיין קאר, האט זי מיר געגעבן א צעטיל, און א פאליס ווען האט מיר אפגעווארט אינדרויסן, און האט מיר צוגעפירט צו מיין אויטא (זיך געשפירט ווי מעדיאף אייערנעכטן...) און איך האב ארויסגענומען מיינע צעטעלעך און צוריקגעפארן( א וועג פון 30 סעקונדעס, באט די סיסטעים פארלאנגט א ווען...) און דאן געדארפט אראפלייגן 185 דאלער, נאר גרינע, 165 פאר'ן טאען און 20 פאר'ן סטארדישן די קאר, גי פייט סיטי האל, ווי א טאטעלע האב איך באצאלט, און אודך האט מיך די ווען אפגעווארט, און צוריקגעפירט צו מיין קאר, און דאס ארויסגעדרייווט.

איך האב געהערט די גוים שמועסן, ווען מען האט געווארט אין די ליין, און מען האט געזען ווי זיי ברענגן איין קאר נאכ'ן צווייטן, אז ווי באלד די שטאט מאכט מער נישט קיין געלט פון קיין ריעל עסטעיט טעקסעס, האט בלומבערג באפוילן אז פאר יעדע פארלעצונג זאל מען טוען א קאר, אזוי וועט די שטאשטישע קאסע ווערן אביסלע אנגעפילט.

עניוועי, נאכאמאל א גרויסן שכח פאר יעדן פארן פראבירן צו העלפן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א יישר כח פאר דיין באשרייבונג (לאמיר האפן אז די פארטאגס שיעור וועט זיך טאקע אויסארבעטן).
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”