פארן אויף וומס"ב, EXIT 4 אדער EXIT 5

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Anonymous

פארן אויף וומס"ב, EXIT 4 אדער EXIT 5

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אוקטובער 29, 2006 10:51 am

ווען מ'פארט קיין וומ"ס, אויפן FDR, און מ'דארף ארויפגיין אויפן וויליאמסבורגער בריק, וועלכע EXIT איז שנעלער צום בריק, EXIT 4 אדער EXIT 5.

איך מיין אז רוב עולם ניצט דעם EXIT 4, אבער האט שוין דא איינער אויספרובירט ביידע?

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוקטובער 29, 2006 12:56 pm

איך נוץ עקזיט 4, איך האב נישטאמאל געוואוסט אז מען קען נוצען עקסיט 5, וואו פארט מען דארט?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אוקטובער 29, 2006 1:39 pm

דער דזשי פי עס, געט אויך עקזיט פייף, אבער למעשה איז די זאך אזוי, ווען מען פארט עקזיט פייף, דארף מען נאכדעם מאכן א לינקס, וואס דאס איז איינמאל קראסן די קעגן קומענדיגע טרעפיק, און נאכדעם נאך א לינקס, א צווייטן מאל קראסן די קעגן קומענדיגע טרעפיק, און ס'קען נעמען זייער לאנג, משא"כ ביי עקזיט 4 מאכט מען א רעכטס און נאכדעם נאך א רעכטס, און ביידע מאל פארשטייט זיך אז מ'דארף נישט קראסן טרעפיק, קומט עס אין מציאות אויס שנעלער, איך האף אז איך האב עס גענוג קלאר ארויס געברענגט, אויב נישט קען מען איבער פרעגן.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אוקטובער 29, 2006 3:01 pm

איך הער, גוט געשריבן, ביסט גערעכט מיט דעם לינק'ס, יישרחכח

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 29, 2006 5:45 pm

אויב איר פארט אלעס וויאזוי דער "סיסטעם" זאגט אייך, וועט איר אנקומען לעזאזל!

איך האב אמאל געפרעגט MAPQUEST דירעקציעס קיין רוזוועלט איילענד (א געגענט צווישן קווינס און מאנהעטן), און ער האט מיר אריבערגעפירט דעם קווינסבארא בריק און אראפגעלאזט ערגעץ וואו אינמיטן מאנכעטן.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוקטובער 29, 2006 5:50 pm

דאס איז שוין סתם מוציא לעז, טויזענטער מענטשן וגם אני הגדול בתוכם נוצן דאס טאג טעגליך און עס גייט א מחיה, אדער אויב בעטסטו דירעקשאנס צו עזאזל וועסטו טאקע דארט אנקומען, די ווארט איז, אויב ווילסטו אנקומען דארט וואו דו ווילסט, דארפסטו קודם וויסן וואו דו ווילסט אנקומען, דאס הייסט די אדרעסס נאמבער גאס סיטי און אויב מעגליך די זיפ קאוד אויך, ווייס עס איז דא זייער אסאך דופליקעט גאס נעמען.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג אוקטובער 29, 2006 6:58 pm

יא עס מאכט זיך אמאל אז מעפ קוועסט גיבט דיר דיירעקשאנס צי א צווייטע פלאץ וואו די האסט געבעטען אבער דאס איז נאר ווען די ביזט נישט פארזיכטיג און די ליינסט נישט אדארעך די אפשען וואס ער גיבט דיר איך קיק אלעמאל נאך דעים וואס ער גיבט מיר די דיירעקשאנס צי סטארדינג אדרעסס איז די ריכטיגע און צי די ענדינג אדרעס איז די ריכטיגע און הערש דענאך פרינט איך עס ארויס
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 29, 2006 7:19 pm

איך האב געהאט אריינגעלייגט די פונקטליכע אדרעס פונעם ארט וואו איך האב געוואלט אנקומען, די זיפ-קאוד האב איך נישט געוואוסט, אבער די נאמען פונעם אינזל און די נאמען פונעם גאס יא, און זיי האבן מיר אראפגעשטעלט אינמיטן מאנהעטן (וואו עס עקזיסטירט נישט אזא סארט גאס).

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג אוקטובער 29, 2006 7:24 pm

אויב האסטי נאך די פרינט אויט וועסטי לכאורה זעהן אז ביי די ענדינג עדרעסס אויבען אויפען צעטעל שטייט מן הסתם אן אנדערע אדרעסס וואו די זיכסט וואו אזוי עס איז געשעהן מן הסתם איז ארויפגעקימען מעפקוועסט פאונד ע סימילער לאויכעשען און די האסט עס עקסעטעט וואס מיט דעי אפשען זענען זיי זייער אף ליין
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוקטובער 30, 2006 2:45 pm

קרעמער; אלץ גרויסע באנוצער פון מעפקוועסט, טוה איך זיך צושטעלן מיט די אלע קאלעגעס וואס האלטן פון עמען, אלזא מסתמא האסטו נישט געכאפט וואס דו טוסט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מארטש 07, 2012 2:31 pm

פערצופאל אנגעטראפן דעם אור-אלטן אשכול

איך נעם געווענליך עקזיט 3 אויפן עף די אר, מען מאכט א רעכטס ביים ערשטן לייט, און נאכדעם פארט מען אויף מינומום 40 מפ"ש ביז מ'קומט אן צו גרענד סט און מ'מאכט א לינקס, און דאן א רעכטס ביים גרויסן שוהל ווי געווענליך,

די מעלה איז אז די לייטס דארטן זענען מסודר, און אויב כאפט מען די לייט גרין ביים ארויסקומען פון עף די אר (כמעט אייביג!) שפארט מען זיך בערך צוויי מינוט...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך מארטש 07, 2012 3:52 pm

עקסיט 4 נעמען רוב מענטשן, לכאורה דערוועגן:
עקסיט 5 איז צו שטאט
עקסיט 4 איז נארמאל
עקסיט 3 ברויך מען כאפן לייטס - נישט געמאכט פאר באזענדע מענטשן.

אדער אפשר איז עקסיט 3 געמאכט פאר בר מזלים - די מזל שפילט מיט זיי כאפן אלץ די ריכטיגע לעקטער. עס איז ווי עס בלינט זיי די אויגן מיט ווינק פלי שנעל דורך איך וועל מיר טוישן גלייך אונטער דיר!
אזוי כאפט ער נאך א נקמה אונעם קאר אונטער עם, פארן פרובירן זיך אריינצוכאפן ביפאָר - פיין! יעצט שטיי ביים לייט! וואס?
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מארטש 07, 2012 5:29 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:
אדער אפשר איז עקסיט 3 געמאכט פאר בר מזלים - די מזל שפילט מיט זיי כאפן אלץ די ריכטיגע לעקטער. עס איז ווי עס בלינט זיי די אויגן מיט ווינק פלי שנעל דורך איך וועל מיר טוישן גלייך אונטער דיר!
אזוי כאפט ער נאך א נקמה אונעם קאר אונטער עם, פארן פרובירן זיך אריינצוכאפן ביפאָר - פיין! יעצט שטיי ביים לייט! וואס?


וואס?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג מארטש 08, 2012 1:17 am

ביי עקזיט 3 אויב ווערט ממש רויט אונטער דיר, קעמען פארן גראד ביז קלינטאן. אויב ווערט דעמאלטס גרין, קעמען מאכן א רעכטס ביי די ערשטע לייט און פארן גראד ביז די נעקסטע לייט, און א לינק און א רעכטס. אויב איז מען נישט זיכער, מאכט מען די רעכטס ביים לייט, און מ'קוקט אויף די נעקסטע לייט, אויב בלינקטעס שוין, מאכט מען גראד א לינקס און א רעכטס, אויב איז נאך גרין איז ווי אויבן דערמאנט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג מאי 15, 2014 10:32 am

עקזיט 3 איז די שנעלסטע לפי מיין עקספיריענסץ

אגב מען האט לעצטנס ארויס געהאנגען טעוועלעך ביי עקזיט 5 אלץ אן אלטערנעט עקזיט

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מאי 15, 2014 11:34 am

עקזיט פינף לוינט זיכער נישט ווייל מען דארף מאכן א לינקס, דאס מיינט ווארטן אויף די קארס וואס פארן אויף די אנדערע דירעקציע
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מאי 15, 2014 11:36 am

זעה איך אז איך הער האט שוין געשריבן דאס
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג מאי 15, 2014 1:39 pm

אמאל אז ס'ממש אנגעזעצט 4 לוינט זיך יא 5 אבער נאר אויב מ'ווייסט דעם וועג. בכלליות איז אלעמאל בעסער ווי ווייניגער לאקעל און ווי ווייניגער קראסן טרעפיק.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג מאי 15, 2014 4:03 pm

איך ניץ עפ"ר עקזיט 5 וויבאלד ווען סאיז אנגעלייגט איזעס אסאך שנעלער ווי עקזיט 4, און מדארף נישט קראסן טרעפיק פאר ווער עס ווייסט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 4:31 pm

ווער ס'ווייסט זאל זאגן.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 5:03 pm

צו פארמיידן אומזיסטע טראפיק פון רויט לייטס, בדוק ומנוסה:
מ'נעמט עקזיט 4
מ'האלט זיך לינקס ביים לייט
די ראוד דרייט זיך שארף רעכטס און מ'דרייט זיך מיט
מ'מאכט א לינקס ביים נעקסטן לייט
א רעכטס אויף קלינטאן
גלייך ביז מען קומט אן צום בריק
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 15, 2014 5:14 pm

שמעלקא, קומסט דאך צוריק צו עקזיט דריי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מאי 15, 2014 5:22 pm

בינעך נאכנישט געפארן פון עקזיט דריי
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג מאי 15, 2014 5:24 pm

עקזיט 3 איז זייער שנעל, קיינמאל קיין טראפיק

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 5:25 pm

חוץ ווען מ'ווערט סטאק הונטער א גרויסן גארביטש טראק, געהאט אמאל אזא דורכפאל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט