וועלכע קאר לוינט זיך צו ליעסן?

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

וועלכע קאר לוינט זיך צו ליעסן?

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג נובעמבער 16, 2008 12:24 pm

איך רעד פון א קאר נישט פון א מיניווען.

צו מענטשן וועם איך האב גערעדט קומט דאס ערשטע ארויף אויפן צינג toyota camry.

די שאלה איז צו עס פיקט גוט אויף, ווייל אויף זייערע "סיענע"ס דערציילט מען אז עס האט טאקע אלע מעלות, און עס איז א הערליכע דעזיין, אבער ווען עס קומט צום "וויליאמסבורגער קנייטש", ווען מען וויל ארויפציען, דאן שטייגט דער האנדע אדיסי איבער דעם ציוני (סיענע) צען מאל.

איז די שאלה צו מיטן קאמרי איז אויך אזוי.

און בכלל האט איר רעקאמענדאציעס פאר גוט קארן? ביטע שרייבט מיט די פרייז.

יישר כח למפרע.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » זונטאג נובעמבער 16, 2008 5:31 pm

לעצמאן דפאליג אז דער האנדע עקארד האט א בעסערע פיקאפ. די פרייזן קען איך מיך נישט פונקליך אויס אבער זיי לויפן מער ווייניגער אין זעלבע רעינדשער, די טאיאטע איז געווענליך א מאשקע טייערער.
אבער ביידע פון זיי מאכן כסדר ספעשל'ס
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » זונטאג נובעמבער 16, 2008 5:58 pm

איך האב נישט געהערט עפעס ספעשעל גוט אויף די קעמערי, איך האב געהערט אז א פיק אפ האט עס אויך נישט אזא גוטע, די מעשה איז נאר וואסערע אנדערע קארס רעדטסטע דא, למשל האנדא עקארד איז בעסער, אבער עס קאסט מער, נאכדעם איז דא נאך אנדערע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 16, 2008 6:31 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג נובעמבער 16, 2008 6:36 pm

איך וויל נישט מאכען א מחלוקה ציווישן מיר און די טורקי אבער איך האלט אז די קעמרי איז בעסער, אלס א געוועזענע האנדא עקארד דרייווער קען איך דיר זאגען אז האנדא עקארד טאנצט אזאך מער ווי די קעמרי וואס פארט אסאך סמאדער, אבער דאס בין איך מודה אז די עקארד האט א בעסערע פיק אפ אבער די חסרונות איז אסאך שטערקער ווי די מעלות, ווייל די קעמרי האט אויך נישט קיין שלעכטע פיק אפ

אבער גרויזאמער וואס די נעמסט זאלסטו האבען הצלחה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

יואליש
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 2:51 pm

תגובהדורך יואליש » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 12:13 pm

אקעי לאמיר טרייען עס אביסל צולייגן אויף קליין געלט
איך האב שוין געהאט סיי א קעמרי און סיי ניסאן אלטימע (איך ווינדער מיר טאקע פארוואס קיינער האט עס נאכנישט דערמאנט א אלטימע )

דו שאלה איז וואס איז ביי דיר א גרעסערע מעלה לאמיר קודם אנכאפן א קעמרי עס ציעט נישט אן דו בעסטע עס איז היפש א שוואכע קאר איך רעד נישט פון דו מאטאר חלק איך רעד פון עקשאול קאר אליינס, אבער פון דו אנדערע זייט מעקעניקעל הייסט עס גראדע יא א שטארקע קאר און פארן פארט ער דו סמאודסטע פון דעי דריי.

און א ניסען אלטימע פארט נישט אזוי סמאוד ווי א קעמרי אבער עס איז אביסל שטערקער, און ארויפציען ציעט עס א מחיה (לויט ווי סקוקט מיר אויס פון דיינע ווערטער איז דאס וואס דו זיכסט)

וועגן א עקקארד ווייס איך נישט צו סאך, און עס קוקט מיר עפעס אויס אזוי אינדערמיט, עס האט נישט דו אלטימע פיקאפ אבער דאך בעסער ווי א קעמרי, און ער פאהרט נישט אזוי סמאוד ווי א קעמרי אבער בעסער ווי א אלטימע.

דער עיקר איז נישט חילוק וואס דו נעמסט זאלסטע אייביג געדענקן ווי דו פלעגסט שטיין און פארפרוירען ווערן און דו קעלט און ווארטן פאר א היטש, און זאלסט נישט זיין אזוי ווי יענער וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 12:59 pm

פאר די נעמסט עפעס פרעג דיר נאך וויפיל איז די אינשורענס ווייל ס'קען זיין א גרויסע חילוק אין פרייז
למשל די האנדע עקארד איז געווענליך טייערער די אינשורענס ווי די קעמרי

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 2:02 pm

מעגליך אז פארן באהאנדלען ''וועלכע קאר לוינט זיך צו ליעסן?''
ברויך מען באהאנדלען צי סלוינט צי ליסן צי קויפן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 2:21 pm

ר' רם אני שמונה, געט א קוק מיין אויבנדערמאנטע לינק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 3:05 pm

פארשלאפן,
אז דערעולם וויל דייקא דא רעדן איבער די נושא, וועל איך מיך צושטעלן.

איך זיך דייקא צו 'ליעסן' א 'מיני-ווען', האט מיר געזאגט א דיעלער אז היצט אין נאוועמבער איז טייער, ווייסט איינער צו דאס איז אלגעמיין אוטן אויב דעצעמבער וועט ווער ביליגער.

איך זיך דרינגענד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 7:40 pm

מיללער, דאס איז זיכער אז עס האט נישט מיט יאר צו יאר, איך האב פאריאר געליעסט מיין מיני ווען און נאווענבער איז עס געווען בחליג דעצעמבער טייער און יאנואר ממש זעכציג דאללער ביליגער, דעריבער מיינעך אז יעדעס יאר איז אנדערש.

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 12:19 am

מיללער
איך מיין אז דיין דיעלער רעד פון קויפן פרי-אונד קארס, און יאנאש רעדט פון ליעסן.
ביי דיעלערס וואס האבן געקויפט קארס, איז סוף יאר איז אייביג ביליגער ווייל מ'וויל פטר'ן די אלטע קארס, און אריינברענגען די ניי-יאריגע, ביי ליעסן איז דאך א צווייטע מעשה.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 12:43 am

דאס האב איך באקומען אין תיבה אישית:

געוואלדיג האט געשריבן:איך קען נישט שריבן קיי תגובת אבער מיין מיינונג איז קלאר די האנדע עקארד ווייל טאקע די אלטע האנדע עקארד האט טאקע זייער שטארק געטאנצן אבער די איצטיגע די 09 העראיך איז ממש א מחי' און ווען עס קומט צו פיק אפ וואו קען מען עפעס צוגלייכן צו א האנדע עקארד די האנדע פיקט אויף און א סעקונדע פון די 2טע זייט די קעמערי פיקטנישט אויף



צום ענין; איך בין נאך אומבאשלאסן. ובכל אופן א גרויסן יישר כח פאר די אלע נוצליכע אינפארמאציע.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 3:48 pm

איבער די נול ניינער'ס קען איך קיין שטעלונג נישט נעמען אבער איבער פריערדיגע מאדעלן שוין יא.

איך האב פארמאגט א 04' קעמרי און מיינע חבירים האבן פארמאגט איינער א 06' אלטימע און א צווייטער א 06' עקארד, זיי פלעגן ביידע ווילן טוישן מיט מיינס ווען זיין האבן געברויכט פארן א ווייטערע רייזע צוליב די אומבאקוועמע רייד זיי פלעגן קריגן פון זייערע קארס.

איצט האבן מיר שוין אלע דריי נישט די אלטע קארס און איך בענק זיך נאך אלץ צו מיינס און זיי ווילן נישט הערן פון זייערס, די זעלבע זאך האב איך שוין געזען עטליכע מענטשן וואס האבן געטוישט פון אקארד און אלטימע צו א קעמרי אבער פארקערט האב איך נאכנישט געזעהן.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 4:26 pm

א חבר זאגט מיר: אויב דארפסטו נישט א בעק דרייווער דאן נעם א קעמרי.

ער איז געפארן א 2 שעה'יגע וועג מיטן קעמרי אין געוויסע פעלער אויף נאנט צו 90 מ.פ.ש. אן קיין איין צווישנרוף פון מעריב זייט!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג נובעמבער 18, 2008 5:55 pm

איך מעג אויך אריינרעדן ? גוט.

איך האב געהאט א "ניסאן אלטימע" און א "האנדא עקאררד". אויב קוקסטו אויף די פרייזן איז די אלטימע דאס ביליגסטע פון אלע דריי, אויב קוקסטו אויף די שטארקייט פונעם קאר (וואס עס מאכט נישט אויס קיין סאך ווען מ'ליעסט וויבאלד די גיבסט עס צוריק אין צוויי-דריי יאר) איז די קעמרי די שטארקסטע, אבער אויך די טייערסטע.

די "עקאררד" שטייט אינדערמיט, סיי מיטן פרייז און אזוי אויך מיט די קוואליטעט.

אויב רעדט מען פונעם "פיק-אפ" זענען די טויאטא'ס באקאנט פאר א שוואכער פיק-אפ לעומת זה וואס די האנדא'ס זענען באקאנט מיט זייער א גוטער פיק-אפ.

אויב זאל איך יעצט ליעסן א קאר, וואלט איך גענומען א "ניסאן אלטימע" וויבאלד דאס איז דאס ביליגסטע. מיין נעקסטער אפציע איז די "האנדא עקאררד".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 12:21 am

ואנו דבמיני-ווענס עסקינן מה נענה אמאסרי?

וועלכע איז די בעסטע/ביליגסטע מיני-ווען?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 19, 2008 9:49 am

הרב מיללער, די בעסטע אדער די ביליגסטע? עס גייט נישט צוזאמען.
איך קאן דיר זאגען מיין עקספיריענס ואס עס זענען די מעלות און חסרונות.
די טאיאטע סיעננע פארט גאר באקוועם ציעט א מחי' און דרייווט זיך פונקט ווי א לוקסעריעזע קאר.

די האנדא אדיססי איז בערך ווי די סיעננע און די גרעסטע מעלה געווענליך איז דא גוטע דעלס דערויף.

די קרייסלער - דאדזש טווינס זענען היבש אונטערשטעליג פון די צוויי פריער דערמאנטע עס דרייווט זיך נישט גוט און פארנוצט מער גאז, אבער די אינטויריער איז בעסער אויסגעשטעלט מיט אסאך מער שמאנצעס.

די נייע וואלקסוואגאן, איז א ריבעדזש פונעם קרייסלער, און אויסגעשטעלט מער אויפן אייראפעאישן סטייל.

די קיע - האנדעי טווינס זענען קיין סאך נישט ווערט נישט אין קוואליטעט און נישט דרייוו.

דאס איז מיין פריוואטע אפשאצונג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 21, 2008 12:01 pm

יישר-כח פארשלאפן,

בלייבט עס צווישן סיענע מיט אדעסי, געוואנדן אין פרייז, ונזכה ונחי'.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג נובעמבער 21, 2008 12:36 pm

אדעסי לויפט אלץ ביליגער מיין איך.

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » פרייטאג נובעמבער 21, 2008 1:08 pm

אדעסי טרינקט מער געז

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 9:57 am

ווי איך הער איז יעצט דא די בעסטע דיעל'ס אויף די קרייסלער מיני ווען'ס.

(ומתן שכרה בצדה, עס קומט שוין מיט די בלויע ליכטיגע פלארעסענט לעקטער פון אינווייניג..)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 24, 2008 10:30 am

צייטליך, אז דו רעדסט פון די אינטירויער לייטינג אין די קרייסלערס, עס האט א שטארקע מעלה ספעציעל פאר קינדער געבענטשטע משפחות, די גאנצע אינטירויער לייטינג אויך די פון די פראנט פעסענדזשער איז דעזיינט אזוי אז שטערט נישט דעם דרייווער ביינאכט.

איך האב עס אויספרובירט ס'איז געוואלדיג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 9:02 pm

גוט איז עס אויך (די קרייסלערס טאון און ק.) ווערסאס די אנדערע?

נאך א קשיא

האט איינער עקספיריענס מיט די nissan. rogue
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21987
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 11:02 pm

1( עס ווענד זיך וואס די גלייכסט מער, אסאך שמאנצעס פון אינעווייניג אדער א גוטע דרייוו.

2( יו געט וואט יו פעי פאר, ס'איז נישט ווערט קיין סאך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט