זיפ-קאר... עני עקספיריענס?

אלעס איבער קויפן, ליעסן, און רענטן א קאר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

FREEDOM האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט ZIPCAR
1) פאר דו רעזערווסט א קאר ברויכסטו וויסן פונקטליך ווען דו דארפסט דאס, דו ווערסט געטטשארט פון די צייט וואס דו לייגסט אריין אין זייער געוועב.
דאס מיינט, עס נעמט דיר צייט צו גיין צום גאראזש, ווארטן אויף דעם סערוויסמאן אין גאראזש ביז ער ענדיגט זיין לאנטש, אויפזוכן דיין קאר, ברענגען צו דיר, וואס קען צונעמעל נעמען 45 מינוט, - און דו ווערסט געטשארטדזש פאר דעם .
--- משא"כ ביי עווערי קאר רענטעל, צאלסטו נאר פון ווען דו זעצט זיך אריין אין קאר.

2) פון די צייט ווען האסט אריינגעלייגט אין געוועב, למשל דו באשטעלסט פון 10 פרי ביז 2 נ.מ.
אויב האסטו פארגעסן צו פארלענגערן דיין רעזערוועישן אויף נאך 2 אזייגער, בלייבסטו אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון קאר און קענסט נישט סטארטן די קאר, און ביסט אנגעוויזן אויף די "זיפ" ביז זיי ענטפערן דעם קאל, וואס קען צומאל נעמען 20 מינוט
נאכנישט פארטיג, ווערט געטשארטשד מיט 50 באקס פאר זיך נישט האלטן צום צייט.

3) אויב רופסטו אריין צו פארלענגערן דעם רעזערוועישאן, אבער ווייסט נישט פונקטליך ווען דו וועסט קענען צוריקגעבן,
האסטו אן עצה צו זאגן דו שפעטסטו ווען דו קלערנסט צוריקצוגעבן, העכסטענס האסטו באצאלט פאר 2 שעה אומגענוצט.
אדער קענסטו זיך טרעפן מיטן זעלבן פראבלעם פון ווערן אויסגעשפארט און באשטראפט מיט א פיפציגער.
מוזט זאגן א קלארע צייט ווען דו גיסט צוריק, און אויב ביסטו אין טראפיק, אדער זיך פארלערנט, באצאלסטו טייער פאר דעם.
--- משא"כ ביי עווערי קאר רענטעל, צאלסטו נאר פון ווען דו זעצט זיך אריין אין קאר און גיט צוריק ווען דו ווילסט, און זיי טשארדזשן פער שעה.

ווי איך ווייס ביי CAR2GO האסטו א שעה צייט אויפצוזוכן דיין קאר פאר'ן אויפפיקן.
קענסט פארן ביז ווען דו ווילסט, און דארף נישט איינמעלדן אז דו פארלענגערט די רעזערוועישאן, און ווערט געטשארדזש לויט די מינוט וואס דו נוצט עס

פאר'ן פארגעסן, אויב פארסטו נעבן א CAR2GO
געב אבאכט, ווייל ער איז אנגעצויגן מיט יעדע מינוט אויפ'ן ראוד וואס קאסט אים 60 סענט, און וויל שוין צוריקגעבן די קאר ווי פריער.

You can PU the car 14 min before reservation time for no cost so always go few min earlier, for example reservation is for 12 you can pu the car from 11:46 for no extra fee
You can extend the car by sending a text message ext30min etc from your phone
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

עווערי קאר רענטאל איז א אויסדריק?
אדער ס'איז דא אזא קאר רענטאל?
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

שםטוב האט געשריבן:

"עווערי" מינס "עני" ואידך זיל פרוש
מי כעמך ישראל!

KMW האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט ZIPCAR

You can PU the car 14 min before reservation time for no cost so always go few min earlier, for example reservation is for 12 you can pu the car from 11:46 for no extra fee
You can extend the car by sending a text message ext30min etc from your phone

"PU" ???
please more Hasber?
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8606
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

Pick Up
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

כ'פארשטיי נישט דיין אויפברויז, זיפ-קאר איז דירעקט אוועקגעשטעלט אנדערש ווי א קאר רענטל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

ווישוואש האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דיין אויפברויז, זיפ-קאר איז דירעקט אוועקגעשטעלט אנדערש ווי א קאר רענטל.

נישט צו שטארק אויפגעברויזט, כ'וויל נאר צעוויסאן טאן פאר אנדערע

זיי זענען אויסגעשטעלט זאלסט מוזן איבערצאלן.
איז דאס נארמאל, אויב ביסטו סטאק אין טראפיק, און געשעפטיגט מיט 5 מינוט זאלסטו באצאלן א פיפציגער פאר דעם? קענט איר אויסרעכענען אויף די מינוט ווען דו וועסט צוריקגעבן די קאר. סיידן שטיין אויפ'ן טעלעפאן מיט זיי יעדע האלבע שעה.
איר וועט דינגען אויף 3 שעה און באצאלן פאר 6 שעה, אויב עס איז אקעי מיט אייך, איז קיין פראבלעם.

פארוואס CAR2GO האט יא די באקוועמליכקייט?
וה' ישמור צאתכם ובואכם לשלום - בגוף ובממון
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

FREEDOM האט געשריבן:

כ'האב נישט קיין אנונג וואס איר ווילט, מ'דינגט פער האלבע שעה. אז דו ברענגסט עס צוריק שפעט איז מעגליך אז זיי וועלן דארפן קאמפעמסירן א צווייטן פאר'ן נישט האבן זיין רענטאל קאר גרייט אין צייט.

און ווי מ'האט שוין געשריבן איז זייער גרינג צו עקסטענדן די רענטאל אויב איז עס נישט רעזערווירט פאר א צווייטן.

איך נוץ זיי שוין פאר 5 יאר, און כ'האב נאך קיינמאל נישט באצאלט די $50.
לעצט פארראכטן דורך ווישוואש אום דינסטאג פעברואר 26, 2019 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

FREEDOM האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דיין אויפברויז, זיפ-קאר איז דירעקט אוועקגעשטעלט אנדערש ווי א קאר רענטל.

נישט צו שטארק אויפגעברויזט, כ'וויל נאר צעוויסאן טאן פאר אנדערע

זיי זענען אויסגעשטעלט זאלסט מוזן איבערצאלן.
איז דאס נארמאל, אויב ביסטו סטאק אין טראפיק, און געשעפטיגט מיט 5 מינוט זאלסטו באצאלן א פיפציגער פאר דעם? קענט איר אויסרעכענען אויף די מינוט ווען דו וועסט צוריקגעבן די קאר. סיידן שטיין אויפ'ן טעלעפאן מיט זיי יעדע האלבע שעה.
איר וועט דינגען אויף 3 שעה און באצאלן פאר 6 שעה, אויב עס איז אקעי מיט אייך, איז קיין פראבלעם.

פארוואס CAR2GO האט יא די באקוועמליכקייט?
וה' ישמור צאתכם ובואכם לשלום - בגוף ובממון

די סיבה פארוואס זיי בעטן א קנס, איז פשוט ווייל א צווייטער ווארט אויף דיין קאר.
אויב די האסט פארשפעטיגט אפאר מינוט, קענסטו אריינרופען אז די האסט פארשפעטיגט וועגן טרעפיק וכדומה און זיי וועלן אראפ נעמען די קנס. אויב קיינער האט נישט געווארט.
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

FREEDOM האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט ZIPCAR

You can extend the car by sending a text message ext30min etc from your phone[/left]

?? where exactly on my app I send a text to extend the car
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2018 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקל אלטמאן »

אויפן עפפ קען מען סתם אזוי עקסטענדען, שיקן א טעקסט מעסעדזש איז ווען מען האט נישט די עפפ.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

אמת, ס'קען אמאל זיין ווען איינער זוכט אויף די מינוט א קאר, אז "קאר טו גא" זאל זיין א בעסערע און ביליגערע אויסוואל. פארן און פארקן ווי אימער (אין די האום עריע) אן קיין דאגות צוריק צו טראגן צייטליך צו דווקא יענע פארקינג גאראדזש

לעומת זה פארמאגט זיפ קאר באופן כללי "פיל" אנדערע באקוועמליכקייטן איבער קאר טו גא

- קענסט פלאנירן א טריפ חדשים פריער, און רעזערווירן א ספעציפישע קאר
- נארמאלע סייז קארס, און געהעריגע באקוועמע קארס
- דו ווייסט די גענויע לאקעישן ווי ס'גייט ליגן גרייט פאר פיקאפ
- קענסט עס נעמן פאר עטליכע טעג
- געוויסע צייטן וואס מען קען האבן א גוטע פרייז (אווערנייט אד"ג)

און ווי אנדערע האבן שוין געשריבן אז מען רעכנט זיך אויס, צאלט מען בדרך כלל נישט דעם 50'ציגער
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

דאנקי שיין פאר אלע העלפערס
אין אדם עומד על ... עד שנכשל בה, מען לערנט זיך פון מיסטעיקס
כ'האב זיך שוין אויסגעקריגט מיט זיי און באקומען א ריפאנד
מי כעמך ישראל!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך בין א מעמבער ביי זיפקאר א שיינע פאר יאר און בדרך כלל גאנץ גוטע עקספיריענס.

ספעציעל זענען זיי גוט פאר אווערנייט דורכן וואך. די עיקר מעלה וואס איך האב פון זיי מער ווי א רעגולער רענטל איז ערשטס מען דארף נישט ווארטן פאר א מענטש מסדר זיחין דאקומענטן נאר יו דזשאסט פיק יארסעלף אפ ענד גאו
אלע זייער קארס קומען מיט איזי פעסס
דארפס נישט אנפילן מיט געז פארן צוריקגעבן און אפילו יא איז עס אוף זייער חשבון
אוועילעיבל 24 שעה אפילו ביינאכט עפטר האוערס
זיי האבן גאנץ נאנטע לאקעישנס. איין גאס פון וואו איך וואוין און צוויי גאסן פון מיין אפיס. די נעקסע לאקעישן אויב עס איז געבוקט אז א גאס ווייטער האסטו נאכאיינס

לעצטנס האבן זיי צוגעלייגט קארס אויף פארקינג ספאטס אויף די גאסן אבער דא האב איך שוין געהאט עטליכע מאל וואס די ספאטס זענען געווען פארנומען

אויפן דאלאר איז עס טאקע טייערער ווי א קאר רענטל אבער סאך מער קאנוויניענט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אווערנייט זענען זיי אדער אפאר צענט אונטער פערציג טאלער אדער אביסעלע איבער א פופציגער
איך האב נאך קיינמאל נישט אויסגעפיגערט ווען עס איז די ביליגערע און ווען די טייערערע רעיט.
די רעיט איז פון 6.00 ביינאכט ביז 8.30 אינערפרי
דער ספעשל איז נישטא אויף א זונטאג אדער א לאנגער מוצ׳׳ש
פאר א גאנצן טאג 24 שעה זענען זיי טייערער ווי א רעגולער רענטל אבער האט פארט אסאך מעלות
עס איז פערפעקט פאר א חתונה אר עני אטער עווענט אין מאנסי/מאנרא
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:אווערנייט זענען זיי אדער אפאר צענט אונטער פערציג טאלער אדער אביסעלע איבער א פופציגער
איך האב נאך קיינמאל נישט אויסגעפיגערט ווען עס איז די ביליגערע און ווען די טייערערע רעיט.
די רעיט איז פון 6.00 ביינאכט ביז 8.30 אינערפרי
דער ספעשל איז נישטא אויף א זונטאג אדער א לאנגער מוצ׳׳ש
פאר א גאנצן טאג 24 שעה זענען זיי טייערער ווי א רעגולער רענטל אבער האט פארט אסאך מעלות
עס איז פערפעקט פאר א חתונה אר עני אטער עווענט אין מאנסי/מאנרא

דאכצעך אז די ביליגע פרייז איז מאנטאג.

אווערנייט זענען זיי ביליגער ווי א קאר רענטל בדר''כ, ספעציעל טאמער פארט מען קיין אפסטעיט און מ'נעמט א מיניווען..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

ווישוואש האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:אווערנייט זענען זיי אדער אפאר צענט אונטער פערציג טאלער אדער אביסעלע איבער א פופציגער
איך האב נאך קיינמאל נישט אויסגעפיגערט ווען עס איז די ביליגערע און ווען די טייערערע רעיט.
די רעיט איז פון 6.00 ביינאכט ביז 8.30 אינערפרי
דער ספעשל איז נישטא אויף א זונטאג אדער א לאנגער מוצ׳׳ש
פאר א גאנצן טאג 24 שעה זענען זיי טייערער ווי א רעגולער רענטל אבער האט פארט אסאך מעלות
עס איז פערפעקט פאר א חתונה אר עני אטער עווענט אין מאנסי/מאנרא

דאכצעך אז די ביליגע פרייז איז מאנטאג.

אווערנייט זענען זיי ביליגער ווי א קאר רענטל בדר''כ, ספעציעל טאמער פארט מען קיין אפסטעיט און מ'נעמט א מיניווען..

יא מאנטיג נאכט איז די בילעגע רעיט
מען דארף נעמען אין אכט אז אלע זייערע פרייזן זענען געז אינקלאדיט וואס די האסט נישט ביי א אנדערע רענטעל
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איך האב געהאט איינמאל די ווייב האט מיך געבעטען צו טראגן פון ווילי. צי א סטאר אין פלעטבוש למעשה נאכן נעמען די קאר אין באקומען די אדרעסס זעה איך סאיז אין לעיקוודאט אין איך האב עס שוין נישט געקענט עקסטענדען. מה עשה הקב"ה די USB פלאג האט נישט געארבעט האב איך זיי אריינגעקאלט אז אזווי איך קען נישט טשארדזשן מיין GPS באקום איך נישט קיין טרעפיק אפטעידס אין איך בין סטאק אין טרעפיק. זיי האבן מיר געזאגט אז זיי גיין עס אויסטשעקן נאך וואס איך געב צירוק די קאר אין אויב סאיז אמת גיין זיי מיר ריפאנדאן די $50. וכך הווה
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מ'וואלט געקענט ניצן מער מיני ווענס אין די וויליאמסבורג געגנט, ס'איז כמעט קיינמאל נישטא אוועילעבל קיין מיני ווענס
ווי אזוי קען מען זיי דאס בעטן?
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

ניס קראכער האט געשריבן:מ'וואלט געקענט ניצן מער מיני ווענס אין די וויליאמסבורג געגנט, ס'איז כמעט קיינמאל נישטא אוועילעבל קיין מיני ווענס
ווי אזוי קען מען זיי דאס בעטן?

ביי מירטל און סקילמאן פארקינג איז דא
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

ניס קראכער האט געשריבן:מ'וואלט געקענט ניצן מער מיני ווענס אין די וויליאמסבורג געגנט, ס'איז כמעט קיינמאל נישטא אוועילעבל קיין מיני ווענס
ווי אזוי קען מען זיי דאס בעטן?

מען קען אריינרופן בעטן אסאך מאל העלפט עס איך האב שוין כמה פעמים אריינגערופן פארוואס זיי לייגן נישט קיין קארגא ווען אין זיי האבן מיר גענטפערט אז יענע לאקעשאן איז צו קליין זע איך פון דעם אז זיי מאכן זיך וויסינדיג.
אויך אויב מען קען בעטן אז זיי זאלן צירוק מאכן זייער אטימעטעד טעלפוין סיסטעם אזוי ווי עס פלעגט זיין ביז א יאר צירוק.
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:מ'וואלט געקענט ניצן מער מיני ווענס אין די וויליאמסבורג געגנט, ס'איז כמעט קיינמאל נישטא אוועילעבל קיין מיני ווענס
ווי אזוי קען מען זיי דאס בעטן?

ביי מירטל און סקילמאן פארקינג איז דא

זיי האבן 3 דארט און נאך אפאר אין די געגנט אבער פארשטייט זיך פאר די ביזי סיזענס ווי מאנטאג אווערנייט איז עס שוין נישט אוועילעבל אפאר טעג פריער.
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

איך נוץ זיי שוין אפאר יאר, בעיסקלי א גוטע עקספיריענס אוועראלל.

איך האב לעצטענס געהאט א אווערנייט רעזערוועישן אויף א מיני ווען ביי א נאנטע לאקעישן און כ'האב באקומען א טעקסט/אימעיל אז מיין רעזערוועישן איז געטוישט צו א ווייטע לאקעישן ווייל ס'דא א אישא מיט די ווען. האב איך אריינגעקאלט פארפירן האבן זיי געזאגט איך זאל נעמען א אָבער אהין און צוריק אין אריינשיקן די רעסיטס פאר א ריפאנד (פון באקומען א קאמפענסעישן אויך, אדער צוויי קארס אנשטאט די ווען האט ער נישט געוואלט הערן..). זיי האבן מיך טאקע גלייך ריפאנדעד די קאר סערוויס..
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

פעשען האט געשריבן:איך נוץ זיי שוין אפאר יאר, בעיסקלי א גוטע עקספיריענס אוועראלל.

איך האב לעצטענס געהאט א אווערנייט רעזערוועישן אויף א מיני ווען ביי א נאנטע לאקעישן און כ'האב באקומען א טעקסט/אימעיל אז מיין רעזערוועישן איז געטוישט צו א ווייטע לאקעישן ווייל ס'דא א אישא מיט די ווען. האב איך אריינגעקאלט פארפירן האבן זיי געזאגט איך זאל נעמען א אָבער אהין און צוריק אין אריינשיקן די רעסיטס פאר א ריפאנד (פון באקומען א קאמפענסעישן אויך, אדער צוויי קארס אנשטאט די ווען האט ער נישט געוואלט הערן..). זיי האבן מיך טאקע גלייך ריפאנדעד די קאר סערוויס..

גא"מ, געהאט אזא עקספיריענס חוה"מ סוכות, רעזערווירט א קאר איין פלאץ, איך קום אן דארט עס איז געווען די לעצטע קאר, און פארשטייט זיך אז עס האט זיך נישט אויפגעשפארט, איך האב אריינגעקאלט און זיי האבן מיר געגעבן א ווייטערע פלאץ, און געזאגט צו נעמען א טעקסי און אריינשיקן די רעסיטס און זיי וועלן ריפאנדן, וכך הוה. און זיי האבן צוגעלייגט בערך $50 פאר קאמפענסעישן.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

FREEDOM האט געשריבן:
שםטוב האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט ZIPCAR

עווערי קאר רענטאל איז א אויסדריק?
אדער ס'איז דא אזא קאר רענטאל?

"עווערי" מינס "עני" ואידך זיל פרוש

און ווען איר ווילט זאגען "עווערי" אויף ענגליש, זאגט מען "אלע" אדער "אללע"
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר דילערשיפ”