א היטש-כאפער פראגראם.

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

א היטש-כאפער פראגראם.

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג יולי 22, 2008 1:16 pm

היינט האב איך געהערט אין ס'מעדריש אז אינגעלייט האבן אהערגעשטעלט א נייע חסד בייפאל, פון מאכן א היטש-כאפער פראגראם פאר אינגעלייט וועלכע ווילן פארן אין קאנטרי און זוכן מיט וועמען צו היטשן.

איך ווייס גענוי נישט וויאזוי עס ארבעט, אבער ווי איך הער האט מען עס געמאכט אויף די גוגעל-דאקס פלאטפארמע, ווי יעדער קען רעגיסטרירן זיין סעלפאון נומער, און ער וועט בלויז שיקן א טעקסט מעסעדזש צום סיסטעם, און דער סיסטעם וועט אים צוריק טעקסטן, וועלכע קאר ווארט אים וואו?

נאך א הייבריד פון חסד געבויט מיט טעכנאלאגיע.

ווער ס'קען מסביר זיין מער, ביטע מעלדן.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 22, 2008 1:29 pm

דער סיסטעם וועט ארבייטן ווי פאלגענד:

יעדער דרייווער וואס האט א קאר און פלאץ פאר מיטרייזענדע וועט אריינגיין אונעם וועב-זייטל און אריינלייגן זיין סעל-נומער, נאמען און לאקאציע צו וועלעכע קאנטרי/קעמפ ער פארט. אזוי וועט זיך בויען קודם א דאטא בעיס פון מענטשן מיט קאר'ס וואס זענען וויליג מיטצונעמען מענטשן.

פאר די מענטשן וואס ווילן כאפן די היטש וועט זיין א נומער ווי זיי וועלן אריינרופן, עס וועט זיין א דיספעטשער און מ'וועט זאגן ווי מ'וויל פארן.

דער דיספעטשער וועט ארויסשיקן א מעסעדזש אין טעקסט/אימעיל פאר די דרייווער'ס וואס האבן זיך איינגעשריבן אז זיי פארן אין יענער קאנטרי אז עס איז דא איינער וואס זיכט א וועג, אויב יענער וויל עס נעמען וועט ער ריפלייען צום דיספעטשער און דער דיספעטשער וועט צוריק רופן דעם היטש כאפער אזער איז א געהאלפענער.

עס קוקט אויס צו זיין א פיינער סיסטעם, עס דארף זיך נאר אויסארבייטן.

דערווייל איז עס אבער נאר פאר איין חסידות, עס ווערן דארט אויסגערעכנט נאר די קעפס און קאנטרי'ס וואס באלאנגען צו יענער חסידות, עס וואלט געווען א פיינער זאך אז עס שפרייט זיך אויס פאר די גאנצע קאנטרי'ער אידענטום.

דאס איז דער לינק:
http://spreadsheets.google.com/viewform ... email=true
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך יולי 23, 2008 12:56 am

דאכציך אז און פאפא קהילה גייט עס שוין פאר די צווייטע יאר.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך יולי 23, 2008 3:27 am

יא, פאפא האט אויך אזא חסד זאך, עס גייט נישט מיט א גאנצע רעגיסטרעישען נאר זייער פשוט מיט א לייוו אפערעיטאר, די דרייווער וואס וויל אויפנעמען און דער וואס זיכט א היטש יעדער קאלט אריין די נומער,
646-915-0222 אגב דאס יאר בעטען דיי אבער אז דער וואס כאפט דעם היטש פארלאנגט זיך צו געבן 10 דאלער פארן דרייווער, צוליב די הויכע גאזאלין.

חיים
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 18, 2008 11:46 am

תגובהדורך חיים » מיטוואך יולי 23, 2008 9:14 am

צו פארן קיין קענעדע איז שוין לאנג דא אזא פראגראם וואס מען קען ארייינקאלן און הערן ווער עס פארט פון מאנטריאל/טאהש צו ניו יארק און צוריק ווען עס קומט אויס צו פארן קיין קענעדע און מען וויל האבן דאר טו דאר סערוויס זענען זיך אסאך אידן מחי' מיט די נומבער, עס רויפט זיך דער "מישא ליין"(לע"נ ר' משה יודא געשטעטנער פון מאנטריאל וואס מען פלעגט אים רופן מישא בלשון חיבה)
די # איז 347-342-0595

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 23, 2008 10:58 am

אויף די ישיבה וועלט האב איך געזען דעם פאלגנדן לינק, כ'ווייס נישט ווי אלט דאס איז:

http://www.helpayid.org/rideshare/index.php?aff=yw
An article a day keeps the babies away

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך יולי 23, 2008 11:00 am

פאר 3 וואכן צוריק איז שוין געווען אן אשכל דערוועגן.

http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=4983
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » מיטוואך יולי 23, 2008 12:11 pm

איך ווייס נישט פארוואס, אבער ווען איך האב געליינט די קעפל פון דעם אשכול, האב איך געמיינט אז מען רעדט פון א גמ"ח פאר 'פליגען כאחפער'ליך' פאר די קאנטרי סעזאן.
אבער ניין, מען רעדט פון ויסעעעעעו... דאס איז א געוולאדיגער זאך, א גוטער איינפאל, ווי זאלץ-זייסער זאגט: נאך א רינגעלע אינעם גמ"ח-קייטל. זאל דאס זיין א מליץ יושר אויף אונז, נישט דאס וואונטש מען? וואטעווער איט איז, זאל עס ברענגן נאר גוטס, אין נאך חסד...

* אז מען רעדט שוין היטשעס *

איינער א איד א בנן של קדושים האט מיר געזאגט פאראיאר זוממער, ווען עס האט געברענט די היצן אין די שטאט, מענטשען וואקן ארויף בעדפארד עוו. עס איז ביטער הייס, איז דא אמאל מענטשן וואס קענען גערן באשטיין צו נעמען נאך איינעם אין קאר מיט זיך, למשל: פון מוירטל ביז סאוט 8.

זאגט ער מיר, אז ער פלאנט אויסצוטיילן אין די בתי מדרשים פאר-פרי אזא 'פלאטרעסענט-גרינעם ראטבערנעם-בענדל', (ער האט דאס געהאט מיט זיך שוין דעמאלט'ס) וואס וועט שיינען ביינאכט ווי א ריפלעקטער, אין בייטאג וועט מען דאס קענען קלאר זעהן. וואס דאס וועט מען ארויפלייגן אויף די הענט אין מען וועט פלעין וואקן אויפן גאס, למשל אויף בעדפארד עוו. וועט מען וויסן אז ווער עס האט עס אן, דער זוכט א היטש. מען וועט נישט דארפן אויפהייבן די האנט, ווי דו היטשער'ס. מען וועט קענען פלעין וואקן אויפן גאס אנגעטאן מיטן ראטבערנעם-בענדעל אין קארס וועלן זיך אפשטעלן.

ווייל עס איז דא גענוג אין נאך מענטשען וואס ווילן נעמען א היטש, נאר זיי שעמען זיך. אזוי אויך איז דא גענוג מענטשען וואס קענען באשטיין צו געבן דעם היטש, נאר זיי ווייסן נישט ווער עס וויל דאס, אין זיי האבן נישט קיין צייט זיך אפצושטעלן אין פרעגן, פארט מען ווייטער... איצט מיטן בענדל וועט מען קענען זעהן קלאר...

דער אידל האט דאס אויספרובירט אפאר מאל פארנט פון מיר, ער האט געוואקט אין איך האב געקוקט צו מען קען עס זעהן טאקע, כך-קערה, מען האט דאס געזעהן... ביג טיים! אלזא; היי-יאר איז שוין דא אפילו א בייק לעין אויף בעדפארד עוו. איז /שוין דא ווי צו וואקן אפילו אויכעט, קען מען דאס שוין איינפירן.

כה לחי! פאר אלע חסד אידן.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך יולי 23, 2008 1:04 pm

עס איז שוין געווען אזעלעכע רעדעס פאריאר, מ'האט עס שוין געהעלטען ממד ביים איינפירען, נאר...
עמער זעען וואס ס'וועט יעצט זיין

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 23, 2008 1:52 pm

אלטיטשקער;

איך האב געקויפט אזא געלע היטש ברעיסלעט, און דאס פרובירט צו נוצן ביים ארויפקומען בעדפארד פון ניי-ווילי/אלט-סטיי, עס האט אבער געהאלפן א מכה! איך האב דערלייגט צען צענט אויפן געשעפט.

די איינציגסטע עצה איז צו הייבן הענט, און ליידן בושות, וכולי האי ואולי וועט זיך איינער מרחם זיין און דיר אריינלאזן.

די צווייטע און פראקטישסטע עצה איז צו הייבן פיס, בבחינת וישא יעקב רגליו וילך. און דאס האב איך געטאן 99 פראצענט פון די צייט.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך יולי 23, 2008 8:24 pm

קרעמער, יעצט אין די זימער איז די גאסן ליידיג סא איז כמעט נישטא קיין קאר זיך אפצושטעלן....

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך יולי 23, 2008 8:35 pm

KCSP האט געשריבן:קרעמער, יעצט אין די זימער איז די גאסן ליידיג סא איז כמעט נישטא קיין קאר זיך אפצושטעלן....


קיין קרעמער צו נעמען אויף א היטש איז אויך נישט פארהאן ליידער. :wink:

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך יולי 23, 2008 8:35 pm

קעי סי, ער רעדט נישט פון יעצט, יעצט איזער אויך נישט אין שטאט.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מיטוואך יולי 23, 2008 8:39 pm

אדער בכלל, עס איז נאך ניט אזוי אויפגעכאפט, למשל איך האב שוין לאנג פארגעסן פון אזא רעדע, נאר באזיכענדיג דא אינעם קרעטשמע אין די אשכול האבעך מיר דערמאנט, (אויך האב איך נאך נישט בכלל געהערט ביז יעצט אז דעי זאך רעדט זיך פון וויליאמסבורג, (כ'מיין כ'האבעס געהערט אויף מאנסי))

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 23, 2008 10:13 pm

קינגס קאונטי סעיפטי פאטראל;

איך האב גערעדט פון ווילי, און אלטערבחור האט אויך גערעדט פון ווילי. די צייט ווען איך האב דאס פרובירט איז געווען תשרי תשס"ח, הארט נאכדעם וואס עס איז געווען געמאלדן דערוועגן אויף פלאקאטן און אויף קול מבשר (אזוי דאכט זיך).

אוועטאר
פראפעסער
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 02, 2008 5:42 pm

תגובהדורך פראפעסער » פרייטאג אוגוסט 01, 2008 12:01 pm

אז מען רעדט פון דעם "היטש פראגראם" וויל איך וויסן אויב עס האט זיך שוין אויסגעארבייט.
ווייסט איינער מער אינפארמאציע דערוועגן? איך זיך א היטש פאר קומענדיגע וואך.

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » זונטאג אוגוסט 03, 2008 4:41 am

זיי האבן א מוראדיגע חסרון, אז זיי שטעלן צו נאר וועגן צו דעי פאר קעמפס וואס איז זייער פארטיי, די קענסט נישט בעטן פאר א היטש צו סתם א קעמפ,

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 03, 2008 11:38 am

עס מוז זיך דאך אנהייבן ערגעץ נאר אזוי קען עס האבן א קיום ווייל אויב א מענטש ווייסט אז ער פארט אויף איינע פון די צוויי דריי פלעצער און ער רופט אריין א פלאץ וואו נאר מענטשן פון די צוויי דריי פלעצער גייען זיך אנרופן גייט ער ענדערש רופן ווי ווען עס טוט א מיליאן ערטער אויפאמאל, אבער ווען עס איז שוין אין קראפט א זוממער צוויי דאן ליגט עס שוין אינעם סיסטעם אז פאר מען פארט גיט מען א רוף.

איך גלויב אז מיט די צייט וועט זיך עס אויסשפרייטן צו די גאנצע קעטסקילס

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » זונטאג אוגוסט 03, 2008 12:37 pm

זייערע קעמפס אליינס דעקט א היבש חלק פון די קעטסקעלס, מער יא ווי נישט, ווייל עס איז סיי זייערע קעמפס און סיי זייערע קאנטריס.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

תגובהדורך wildturkey » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 4:04 pm

גראדע האט עס מיין חבר גענוצט די וואך, עס ארבעט זייער פונקליך, און געשמאק.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 4:12 pm

ס'איז דא א נייע נומער עס קוקט אויס צו זיין זייער א גיטע סיסטעם, ציגעשטעלט פארשטטיט זיך פאר אלע קעמפס/קאנטריס די נומער איז
718-506-1500

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דאנארשטאג יוני 16, 2011 4:52 pm

מ'האלט שוין אט אט ביים פארן אין קאנטרי, ברענג איך עס ארויף.
http://www.teoria.com/ Music Theory


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט