א הערש!!!

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

א הערש!!!

תגובהדורך אדם הראשון » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 10:41 pm

שוין יארן א דרייווער ב"ה און ווי יעדער איינער האבן מיר שוין הינדערטער מאל זיך באגעגנעט מיט ר' צבי אויפן וועג אויף אלע מינע אופנים. יעדע וואס איז אופן וועג קען דערציילן מעשיות ווי ער האט אין די לעצטע מינוט... כמעט... און ב"ה פארמיטן
איך וויל דערגיין איינמאל פאר אלעמאל פון א תורה'דיג בליק אלעס האט דאך א סיבה און א ציל
פארוואס האט די אייבעשטער אזוי אויסגעשטעלט די בריאה אז "הערשן" זענען פון די איינציגע גרויסע בעלי חיים וואס זענען צושפרייט אין די וועלדער און לעבן נישט איינגעצוימט אין א קעיט"ש אזוי אלע אנדערע באשעפענישן
וואספארא ניצן האבן מיר אזא זיי דרייען זיך אינטער אינזער פיס
נא זאלן די ידעו ספר אריינקומען קלאר

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:26 am

המממ... ס'איז דא געגענטער ווי דזשראפן דרייען זיך אונטער די פיס אויפן ראוד. ס'איז דא געגענטער ווי עליפאנטן, שלענג, בערן וכו' דרייען זיך אויפן ראוד. אין אונזער געגנט זענען די הערשן היבש צושפרייט אין די וועלדער און אזוי ווי יעדע בעל חי גייט עס אפאר מייל ארום און ארום זיכן צו עסן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:54 am

שלש שבועות...... אני מתיר את..... כצבי.... עפעס זכרונות דערמאנעכ-זעך.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:03 am

און צייט פון זייער פאנג, ווען מ'הערט די שיסערייען אין די וועלדער, קומט מיר ארויף דעם אני מתיר.. כצבאות וכאילות.
בערך אזוי האט זיך עס געהערט... און די דארשאסענע זענען קיינע הערשן געווען, נאר אונזערע עלטערן און איר עלטערן, השם ישמרנו

קען זיין אז ס'איז פאר אונז א דערמאנונג נישט איבער צושפילן נאכאמאל דעם שפיל, און זיך האלטן אין די ראמען, נישט זיך רייצן מיט די גוים, און נישט אנהאלטן די אלטע נארישקייט....

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:47 am

זיי קומען אונז דערמאנען אז מיר לעבן אין זייער א הויכע סטאנדארד. מיר ספענדן געלט וואס מען האט נישט אבי צי געפעלן פאר יענעם.

נעקסטע מאל די זעסט א הערש טראכט פון ווי וויכטיג עס איז נישט זיין א מניח מעותיו על קרן הצבי....
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:12 am

אדער צו לייגן א הערשן פייפער כזה
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא

אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:17 am

וואס טוט די פייפער.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:27 am

ווען מ'וועט ענדיגן מיט די הערשן, וועט מען אנאליזירן די בערן וואס דרייען זיך אויך צווישן די פיס.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:49 am

וואס איז מיט עסן, זיי זענען א כשר'ע בעל חי מיט פיינע פלייש. איך האב נאך א חלום איינמאל צו כאפן א הערש און שחט'ן. איך האב שוין אפילו באשטעלט א שוחט! יעצט דארף מען נאר א טאג צייט דאס צו טוהן למעשה. דרך אגב, מען מעג עסן די חלב וויבאלד עס איז א חי'!

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:51 am

פארשטייט זיך אז דאס קען נאר געטוהן ווערן דורך א snare. און נאכדעם דארף מען זייער אבאכט געבן ביים צובינדען. זיי זענען זייער שטארק און סכנות'דיג פון די נאנט.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:58 am

דעם פארלאפענעם נאכט הארט נעבן שיכון סקווירא, האט א קאר זיך געלייגט שלאפן זייטוועגס ווען די דרייווער האט אין די לעצטע סעקונדע מאנאווערירט זיין אויטא צו פארמיידן א הערשן-צוזאמשטויס. פייער דעפארטמענט האט געברויכט אויפשניידן דעם בארכע ארויסצונעמען דעם דרייווער וועלכע איז נישט ערנסט געשעדיגט געווארן.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:12 am

דרך אגב, די הערשן פייפער, איז א באבע מעשה. עס האט נישט גארנישט קראנט אינטער דעם.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:15 am

איך געדענק פון יארן צוריק עפעס א אינטערויא אין דער איד מיטן פריערדיגן סקווערער רבי'ן ז"ל וועגן די נושא פון חיות וואס ווערן גע'הרגעט פון די אונזערע קארס

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:54 am

היימישער הייקער האט געשריבן:וואס איז מיט עסן, זיי זענען א כשר'ע בעל חי מיט פיינע פלייש. איך האב נאך א חלום איינמאל צו כאפן א הערש און שחט'ן. איך האב שוין אפילו באשטעלט א שוחט! יעצט דארף מען נאר א טאג צייט דאס צו טוהן למעשה. דרך אגב, מען מעג עסן די חלב וויבאלד עס איז א חי'!

שוין דא וואס צי טוען דעם קומעדיגע חול המועד.. מעלדט דעם עולם ווי ס'גייט פארקומען

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:55 am

היימישער הייקער האט געשריבן:דרך אגב, די הערשן פייפער, איז א באבע מעשה. עס האט נישט גארנישט קראנט אינטער דעם.

אז מ'רעדע שוין איז גוט צו וויסן. זיי זאגן אלס אז ווען מ'טרעפט זיך אן מיט א הערש אין מיטן פארן און מ'קען שוין נישט סטאפן סעיף זאל מען געבן געז אזוי האט מען בעסערע טשענסעס אז די הערש זאל כאפן א גוטן פליק פון די באמפער און אוועק פליען פון די קאר.
די ערגסטע איז ווען מ'טרייט אים אויסצוקרויזן. ווען מ'קראכט אריין אין א הערש איז בדרך כלל קיינער נישט אין קיין סכנה. אבער אז מ'קרויזט אים אויס דעמאלס קען געשעהן די אלע אומגליקן ר"ל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אדם הראשון
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:56 am

א פיינע געדאנק פאר הרב דרעזנער צו מאכן א חול המועד פראגראם מיט אידן וואס זענען ארויס מיט ניסים פון הערש צוזאמשטויסען

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:58 am

היימישער הייקער האט געשריבן:וואס איז מיט עסן, זיי זענען א כשר'ע בעל חי מיט הארטע נישט פיינע פלייש.

לגבי דעם רמז פון הימל, ס'איז לכאורה ענדליך צו די סיבה פון דעם נודנדיגער פליג.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6060
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:00 pm

מיין ערשטע עקסידענט - נישט מער געדאכט - איז געווען מיט א הערש. איך האב געגעבן געז די לעצטע סעקאנד אזוי אז די הערש האט געכאט א שמייס פון די זייט פונעם קאר און נישט געהיט אין פראנט, עס האט ב״ה געקאסט סכה״כ נאר א טיר פון די קאר.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:04 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:וואס איז מיט עסן, זיי זענען א כשר'ע בעל חי מיט פיינע פלייש. איך האב נאך א חלום איינמאל צו כאפן א הערש און שחט'ן. איך האב שוין אפילו באשטעלט א שוחט! יעצט דארף מען נאר א טאג צייט דאס צו טוהן למעשה. דרך אגב, מען מעג עסן די חלב וויבאלד עס איז א חי'!

פון ווי נעמסטו אז זייער פלייש איז גוט?

ווי איך האב ערגעץ געליינט איז זייער פלייש נישט צו ווייעך, עס איז א שווערע פלייש.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:07 pm

גערעכט, עס איז גאנץ הארט. אבער אויב מען קאכט עס לאנג, און מען ווייסט וויזוי, קען מען מאכן מטעמים דערפון.

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:20 pm

סקיקט מיר אויס ווי די הערשן האבן זיך אויסגעלערנט נישט צי קראסן א הייוועי, געווענטליך וועט א גרויסע הערש נישט קראסן ווען קארן פליען, אדער זענען עס אינגע הערשן אדער אויף שמאלע ראודס אינמיטן וואלד
איך מיין אז הערשן זענען די 2ט שעדליך באשעפעניש אין אמעריקע נאך מיסקיטאס
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 12:23 pm

בינעך געווען איינמאל אין טאהש אויף א שבת מיטן רבין זצ"ל און מ'האט געגעבן ביי של"ש הערשן פלייש. ס'איז מער שטייף און די טעם איז נישט עפעס מורא'דיג. אבער אינטערעסאנט איז עס יא
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

mmm
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 8:57 pm

תגובהדורך mmm » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 1:17 pm

nmi האט געשריבן:בינעך געווען איינמאל אין טאהש אויף א שבת מיטן רבין זצ"ל און מ'האט געגעבן ביי של"ש הערשן פלייש. ס'איז מער שטייף און די טעם איז נישט עפעס מורא'דיג. אבער אינטערעסאנט איז עס יא

הערשן פלייש ? קיינמאל sure אויך סטעיקס פריש אראפ פין גרילל אין לעמב טשאפס

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 2:21 pm

.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:24 am

היימישער הייקער האט געשריבן:וואס איז מיט עסן, זיי זענען א כשר'ע בעל חי מיט פיינע פלייש. איך האב נאך א חלום איינמאל צו כאפן א הערש און שחט'ן. איך האב שוין אפילו באשטעלט א שוחט! יעצט דארף מען נאר א טאג צייט דאס צו טוהן למעשה. דרך אגב, מען מעג עסן די חלב וויבאלד עס איז א חי'!


ס'פלעגט זיין א איד וואס האט געהאט א שטיקל שחיטה דערפון, און די עורות האט מען גענוצט פאר קלף צו שרייבן סת"ם.

דאכט זיך אז כהיום איז דאס נישט לעגאל אין ניו יארק.

אין קרית יואל האט שוין הרה"ח ר' הערשל ווייס הי"ו שו"ב גע'שחט'ן עטליכע מאל הערשן וואס האבן זיך אריינגעכאפט אין פריוואטע שטחים.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט