הֲתִשְׁכַּח אִשָּׁה עוּלָהּ? גַּם אֵלֶּה תִשְׁכַּחְנָה! עצות נישט איבערצולאזן קינד אין קאר!

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

הֲתִשְׁכַּח אִשָּׁה עוּלָהּ? גַּם אֵלֶּה תִשְׁכַּחְנָה! עצות נישט איבערצולאזן קינד אין קאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

קיין שום איד זאל נישט געפרואווט ווערן, מיטן איבערלאזן בטעות א קינד אין קאר אין א הייסער זומער טאג.
עס איז פארן [אומ]שולדיגן טאטע/מאמע א צער וואס כמעט אין כדוגמתו. דער צער פונעם פארלוסט, די לעגאלע קאפ-ווייען, די שולד געפילן און זעלבסט-פארוואורף וכו'.

די שאנסן זענען גרעסער עס זאל חלילה פאסירן ביי איינעם וואס עס איז נישט די רוטין. געווענליך פארט ער צו די ארבעט אליין 8:30. היינט האט די ווייב געבעטן ער זאל אויפן וועג אראפלאזן דאס פיצל ביי פלונית. ביז מען כאפט זיך אז דאס קינד איז קיינמאל נישט אנגעקומען צום דעסטינאציע, קענען אריבערגיין קריטישע מינוטן וואס קענען זיך ענדיגן פאטאל רח"ל.

ביטע אריינקומען מיט פראקטישע עצות (אויסער סענסארס און אלארמס) דאס צו פארמיידן, עס זאל חלילה נישט פאסירן ביי קיינעם!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

באקומען אין אישי:
לייגן איין שיך נעבן דאס קינד (שוין אן אלטע עצה).

בעיני ראיתי א גוי וואס טוט זיך אן סענדעלס יעדעס מאל ער דרייווט מיט קינדער אין קאר און ער פארקירט זיינע שיך אויפן בעק-סיט. כ'האב נישט געכאפט וואס און פארוואס ער טוט, ביז ער האט מיר מסביר געווען.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'קלער אז פונקט ווי די פראנט סיעט האט אן אקופענט סענסאר פאר די עיר בעג, זאל מען מאכן ענדליך פון הונטן אויך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:כ'קלער אז פונקט ווי די פראנט סיעט האט אן אקופענט סענסאר פאר די עיר בעג, זאל מען מאכן ענדליך פון הונטן אויך.

מען זאל מאכן ביי די קארס אז ביי די דעש בארד (אזוי הייסט עס) ווי ס'צינדט זיך אן די לעקטערס, זאל זיין א פיקטשער פון א בעבי ווען איינער זיצט אין בעק, און ווען מען גייט ארויס פון קאר אויב איינער בלייבט דארט זיצן זאל זיך עס נעמען פייפן, אזוי ווי ס'פייפט ווען מ'לאזט אנגעצינדן די העד לייטס (אפשר א אנדערע טאן)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

די ערשטע עצה איז צו אנשטעלן וועיז זאל דיר דערמאנען ווען די קומסט אן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

לייגן די סעלפאן לעבן די קינד
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

לאזן די קאר שליסלען אין די בעק סיט!
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

1) לייגען עפעס פון די קינד אויפן סיעט נעבן דיר, למשל א שפילצייג.

2) לייגען עפעס וואס די דארפסט האבען ווען די גייסט ארויס אין די פאדערשטע סיעט.

3) לייגען די קארסיעט אין די מיטלסטע סיעט ווי די קענסט זעהן פון די שפיגל.

4) אפמאכן מיט די בעביסיטער זאל רופן אויב די קינד קומט נישט אן איין טאג.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

די לעצטיגע עצות וואס מהאט דא אויבן געברענגט זענען גוטע און לייכטע.
אבער פאר נייגעריגקייט: זענען דא פון אונזעריגע וואס מאכן טאקע אזעלכע דערמאנונגען?
ס'גוטע עצות, אבער איז דאס א מהלך וואס ווערט פראקטיצירט, אדער מהאט ביטחון אז "צו מיר וועט אזא זאך סייווי נישט געשען".
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

חוח בין השושנים האט געשריבן:די לעצטיגע עצות וואס מהאט דא אויבן געברענגט זענען גוטע און לייכטע.
אבער פאר נייגעריגקייט: זענען דא פון אונזעריגע וואס מאכן טאקע אזעלכע דערמאנונגען?
ס'גוטע עצות, אבער איז דאס א מהלך וואס ווערט פראקטיצירט, אדער מהאט ביטחון אז "צו מיר וועט אזא זאך סייווי נישט געשען".

פארדעם בּרויך מען האמערן, ארויסקומען מיט קול קורא׳ס, רעדן אין רעדן אין דאס פּרעדיגן יעדן טאג ביז סגייט אריין אין קאפּ! ביז עס זאל זיך ווי פין זיך אליין קלינגען אין אויער יעדעס מאל מען קומט נאר נאנט צי א קאר זאל עפעס אנפאנגן רעדן אין אויער "בּעבּי אין קאר"
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

איך אליין האב אמאל איבערגעלאזט מיין פיצל קינד אין קאר פאר 15-20 מינוט.
טאקע געווען א נישט געווענליכע צייט פאר מיר צו האבן דאס קינד אין קאר. ממש ארויסגעפלויגן פון קאפ די ווערטער פון מיין ווייב "געדענק אריינצונעמען די שעפעלע".
נאך 15-20 מינוט כאפ איך זיך ביים קאפ, איך בין געלאפן צום קאר אין איין אטעם, ארויסגענומען דאס קינד פון קאר און איר אריינגעלייגט אין בעטל אינדערהיים.

און געדאנקט השי"ת אז ס'איז געווען ווינטער, מיט א וועטער פון 40 דעגרי און דאס קינד איז געווען ווארעם אנגעטון און צוגעדעקט די גאנצע צייט...

פון דעמאלטס, אוי ווי גוט כ'געדענק שוין נישט איבערצולאזן א קינד...
זאל השי"ת האלטן זיין רעכטע האנט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

זאגט מיר יעצט איינער אז ער שטעלט אן זיין סעלפאון זאל זיך צוקלינגען בערך אינעם צייט ווען ער רעכנט אנצוקומען צו זיינע דעסטינאציע, יעדע מאל ווען ער איז אליין אין קאר מיט זיין קליינעם.
אויב די רייזע פארשלעפט זיך און די אלארם הייבט אן פייפן אינמיטן וועג, שטעלט ער עס נאכאמאל אן, אונטערוועגנס ביי א רויט לייט.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3650
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

עס וואלט שוין געדארפט זיין א געזעץ צו אינסטאלירן א קנעפל ביים הונטערשטן זיץ פונקט ווי אויף די באסעס, וואס מען ברויך קוועטשן פאר מען פארלאזט דעם באס צו פארזיכערן אז מען האט קיינעם נישט איבערגעלאזט, און ווילאנג מען דריקט דאס נישט מאכט דאס א נערווירנדע גערודער.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

עצה טובה
איבערלאזן די סעל פאן נעבן קינד
אין קאר קען מען רעדן אויף בלוטוט, טעקסטן איז עניוועי א סכנה
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

א שנעלע גוגל זוך ברענגט אויף דעם פראדוקט

https://www.sensealife.com/

איז דא עפעס ענליך ביליגערס?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

לייטער האט געשריבן:עצה טובה
איבערלאזן די סעל פאן נעבן קינד
אין קאר קען מען רעדן אויף בלוטוט, טעקסטן איז עניוועי א סכנה

טוט מען אויף 2 זאכן אויף איינמאל
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

I use to open windows a little, when I have kids in car, at least air will reach inside
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

אין כל חדש האט געשריבן:I use to open windows a little, when I have kids in car, at least air will reach inside


אויב עס בלאזט צו שטארק אינמיטן פאר'ן קען מען עס בטעות צומאכן.
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

Of course I may close it when parking vehicle even before checking in the back seats, so it's not guaranteed, but it's still an easy task to do which likely help
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

farshlufen האט געשריבן:כ'קלער אז פונקט ווי די פראנט סיעט האט אן אקופענט סענסאר פאר די עיר בעג, זאל מען מאכן ענדליך פון הונטן אויך.

די קאר סיט וועט נישט צומישן די סענסער?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:עס וואלט שוין געדארפט זיין א געזעץ צו אינסטאלירן א קנעפל ביים הונטערשטן זיץ פונקט ווי אויף די באסעס, וואס מען ברויך קוועטשן פאר מען פארלאזט דעם באס צו פארזיכערן אז מען האט קיינעם נישט איבערגעלאזט, און ווילאנג מען דריקט דאס נישט מאכט דאס א נערווירנדע גערודער.

אט א דאס
https://www.amazon.com/Ride-Remind-Remi ... B018RLACN8
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

האבעך עפעס געהערט וועגן איינער אין לעיקוואד וואס טיילט ברעיסלעטס.
מ'האלט עס אייביג אינעם קאר-סיט און ווען מ'לייגט דארט אריין דאס קינד טוט מען זיך אן די ברעיסלעט ביז מ'נימט ארויס דאס קינד.
וויבאלד ס'איז א אויפפאלנדע ברעיסלעט דערמאנט מען זיך שנעל אז מ'האט 'עפעס' איבערגעלאזט אין קאר.
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

חוח בין השושנים האט געשריבן:האבעך עפעס געהערט וועגן איינער אין לעיקוואד וואס טיילט ברעיסלעטס.
מ'האלט עס אייביג אינעם קאר-סיט און ווען מ'לייגט דארט אריין דאס קינד טוט מען זיך אן די ברעיסלעט ביז מ'נימט ארויס דאס קינד.
וויבאלד ס'איז א אויפפאלנדע ברעיסלעט דערמאנט מען זיך שנעל אז מ'האט 'עפעס' איבערגעלאזט אין קאר.

בינעך נישט זיכער צו דאס וועט זיך איינגלידערן אין ווילי...
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:האבעך עפעס געהערט וועגן איינער אין לעיקוואד וואס טיילט ברעיסלעטס.
מ'האלט עס אייביג אינעם קאר-סיט און ווען מ'לייגט דארט אריין דאס קינד טוט מען זיך אן די ברעיסלעט ביז מ'נימט ארויס דאס קינד.
וויבאלד ס'איז א אויפפאלנדע ברעיסלעט דערמאנט מען זיך שנעל אז מ'האט 'עפעס' איבערגעלאזט אין קאר.

בינעך נישט זיכער צו דאס וועט זיך איינגלידערן אין ווילי...

אויב גייט מען אויפשרייבן דערויף "ר' ישעי'לעס הויז" וכדו', וועט עס גרינג באקומען א הכשר...
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”