די פרייטאגדיגע טונעל כאאס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וויפיל שעה מאקסימום זענט איר שוין אפגעזיצן ביים טונעל אין די זוממערדיגע פרייטאג נאכמיטאגס?

1/2
5
15%
1
8
24%
2
8
24%
3
8
24%
4
2
6%
5
2
6%
 
סך הכול שטימען: 33

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

די פרייטאגדיגע טונעל כאאס

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:14 pm

א באקאנטע מעשה וואס שפילט זיך אפ טעגליך אבער ספעציעל אין זומערדיגע פרייטאגס פאר די הינדערטער טויזענטער תושבי ניו יארק סיטי וואס שלעפן זיך ארויס פארן וויקענד. מ'זעצט זיך אריין אין קאר, די זפס/גוגל/וועיז גיבט דעם "שנעלסטן" וועג ארויס, דהיינו דער "טאננעל" און ויסעו, מ'פארט אריין אין באד אריין.

וויפיל עגמת נפש, שרעק, פלייט דילעיס, מיטינג פארפאסונגען וכו' וכו' וכו' האבן שוין מענטשן מיטגעמאכט ביים טוען דעם פארדריסליכן טעות מיטן פאלגן דעם וועגן "מומחה" און אריינגעוואנדערט אהין; פאר ווער ס'האט שוין געקאסט דערפון ווייסט אז איינמאל מ'דערזעהט זיך אינעווייניג דארט קענסטע אפזיצן 3,2,1 און אפילו 4 שעה אויף די זעלבע 2 געסלעך, זאל עס זיין ברום, וואטס, ספרינג, גרענד, קאנאל סטריט וכו' עס נעמט דיר ארום ווי א ספיידער וועב ואין יוצא ואין בא.

עס ארבייט בערך אזוי אז די ערשטע דרייפערטל מאנהעטן, אין די וועסט דירעקציע רירט זיך קוים אבער ס'ריקט זיך פונקט גענוג אויף צו גיבן דעם איינדרוק אז מ'פארט כאטש, אזוי ווערט פארטאכלעוועט א שעה אנדערהאלבען, דאן ווי נאענטער מ'קומט צום טאנעל און די טראפיק הייבט אן ווערן שרעקעדיגער האט מען שוין נישט די גאטס צו מאכן דעם פול 360 דעגרי יוטערן צוריק ארויס דעם איסט סייד וואסער צו נעמען די אנדערע וועגן וואס קען נעמען פאר זיך נאך אן עקסטערע שעה, ספעציעל אז גוגל שרייט ביז 15 מנוט ביזטו אויפן אנדערן זייט טאנעל, סאיז בלויז א 10 מינוט דילעי..

און דאן פאסירט דאס! 2 גאסן בעפארן טונעל, אוט אוו די בלו זעהט מען זיך פלוצלונג געטרעפט נישט אין קיין טראפיק נאר א פשוטע פארקינג לאט. קען אזוי דורכגיין שעות על גבי שעות במלוא מובן המילה און גארנישט. פריה פארקינג אין צענטער פון מאנהעטן. די לייט ווערט גרין, רויט, גרין, רויט, און נאכאמאל, גרין און ווידעראמאל רויט אבער גארנישט רירט זיך. קארס פייפן, שימפן, אבער עט סאום פוינט שטילט זיך אלעס איין און א יאוש נעמט ארום דעם האריזאנט. טירן פון קארס עפענען זיך, מענטשן קומען ארויס שפאצירן, זיך אויסגראדן די ביינער, כאפן א ציגרעטל, וכו' און אזוי גייען וועכענטליך מיליאנען שעות לאיבוד און הינדערטער טויזענטער קומען אן צו זייער דעסטענאציע נאך א 4 שעהדיגע ניו העמפשיר דרייוו צוקראכט און צעבויגן ווי א לולב הושענה רבה נאכמיטאג.

וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן וויפיל דא האבן שוין אזאנס איבערגעלעבט און וואס דער עולם האלט די סעלושענס דערצו דארפן זיין.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:57 pm

איינער האט שוין געהאט 5??!!! קענסט אריינקומען פארציילן ביי וועלעכן טונעל, זייגער, טאג?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20549
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:58 pm

האלאנד מן הסתמא
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:05 pm

לינקלאן טאָנעל האבעך שוין פאריאר געמאכט א נדר אז כ׳ניץ עס נישט.

איך פאר אלטס דאנערשטאג אזא צייט. ארום זעקסע. עכט איזעס אביסל אנדערש ווי פרייטאג
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4543
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:07 pm

צום לינקלאן טאָנעל ברויך מען זיצן די לענגסטע אויף די לאקעל גאסן.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:07 pm

געשטימט פאר דריי, וואו פרעגט איר? נו וואדע, האלאנד טאנעל הידוע לשמצה.

זינט דאן ווען מיר ברויכן פארן פרייטאג (פון אפריל ביז סעפטעמבער) נאך 2 אזייגער קיין נעוויערסי, נעמען מיר דעם ווערעזאנא, און צאלן בחפץ לב די זיבעצן טאלער פארן פרייז פון צוויי שעה זיצן אינדערהיים קייען פאפיטעס און נאגן א פאקסי אנשטאט זיצן אין מיין-כעטן און שעלטן די טרעפיק.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:09 pm

אני הקטן נוץ וועיז, מען ריפרעשט ביי יעדע פרשת דרכים און מען שפארט אסאאאך צייט

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:11 pm

איך בין געזיצן צוויי יאר צוריק ש'מער געדאכט פארן האלאנד טונעל 2 שעה אויפן זעלבען ארט כ'האב געלייגט די קאר אויף פארק און דאס איז שוין געווען נאכן ארויספארען גענוג פרי (פאר איינסע)
זינט דאן קיינמאל קיינמאל טאטש איך נישט די גאסן (ווילי בריזדש/קלינטאן סט. בתוכם)

# BQE > טרייבארא > GWB איז די בעסטע געווענליך חוץ ווען מ'פארט ארויס נאך 3:00

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:25 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:אני הקטן נוץ וועיז, מען ריפרעשט ביי יעדע פרשת דרכים און מען שפארט אסאאאך צייט

איך פלעג דרייוון מיט וועיז.. די זיצן און ריפרעשען יעדע דריי מינוט ברענגט נישט קיין "ישוב הדעת"
און האלב פון די סאאך צייט איז א איינרעדעניש אין קאפ

מיר פארן יעדע וואך פרייטאג מיט די משפחה און מיר פארן:
אן וועיז
פרוביר שטארק צו זיין פאר איינסע אינעם BQE
א באנטש טשיפס מיט קארן קעיק
בעגס מיט נעפקינס...
גוטע קינדער טעיפס
און די עיקר איז וואס כ'האב אריינגענומען אין קאפ: ס'גארנישט אז מ'זיצט אביסל אין טרעפיק (שלום בית פריים טיים...)

#אונז וואוינען אין א עליט סיטי מ'קען נישט אזוי אריין / ארויס פארן איינס צוויי נישמיכנישדיך... ס'נעמט צייט ס'איז ווי איי פי ספעשיל סערוויס...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג יולי 26, 2018 7:10 pm

אלע וועג ווייזערס זענען אייביג אף מיט די צייט פון די טאנעלס.

איך האב שוין געהאט דריי שעה יימח שמם די רשעים
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 26, 2018 7:29 pm

האמיר אמאל געדארפט זיין אין מאריסטאון ניו דזשערסי אויף שבת, כ'בין ארויסגעפארן 5 שעה פאר שבת, און אנגעקומען ביים זמן מיט די נשמה אין די האנט.

#נישט_מער_געדאכט
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג יולי 26, 2018 7:35 pm

עטליכע וואכן צוריק בינעך אפגעזיצן 4 שעה, די רוב דערפון אויף וואטז סטריט, איין גאס פארן האלענד. א וואך דערויף 3 אהאלב שעה, רוב דערפון אויפן מאנהעטן ברידזש גאר וואס האט אנגעהויפנט די קאנאל סטריט טאנעל אריינגאנג אנזעץ ביז אהין.

וואס קען טאקע זיין די סעלושן דערצו, קען מען צובויען נאך א לעין אדער צוויי צום טונעל? כ'גלויב אזאנס קען שטארק העלפן.

נאך א קשיא האבעך, מיר למשל האט די קלאצעריי געקאסט א דריטל גאז טאנק, כ'בין זיכער א שיינער עולם געשטראנדעטע ווייסן נישט בעפאר וואס ס'ווארט זיי און באווערענען זיך נישט מיטן אנפילן די גאז, וואלט געברויכט לכאורה געשעהן אסאך קאר שטעקערייען דערפון.

נאך א פראגע האביך, ווי קאן זיין אז מ'הערט נישט קיין מוק פון די שטאטישע בעהערדע צו עטליעסט עקנאליזשן אזא הומען קריזיס און פרובירן אויפקומען מיט סעלושענס, סטאדיס וכו' איינער קען זיך פארשטעלן וויאזוי א משפחה מיט עטליכע קינדער אן די וויכטיגסטע נצרכים רעאגירט צו זיצן 4/3/2 שעה אויף איין פלאץ?!

איי דאונט געט איט.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג יולי 26, 2018 7:56 pm

אה... פונעם קעפל האבעך געמיינט אז מ'רעדט פונעם "פעסקעק ראוד טאנעל"
והמבין יבין :wink:
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג יולי 26, 2018 8:47 pm

וועיז שיקט אסאך מאל דורך די וועסט סייד הייוועי צו קאנאל. אבער פרייטאג נאכמיטאג זומער איז געווענליך דא קאונס און טרעפיק עידזשענטס וואס לאזן נישט אריין צום טונעל דארט. נאכדעם איז שוין א שפיל פון א שעה כמעט דזשאסט צוצוקומען צו די גאסן פון ווי דו קענסט יא אריינפארן. און נאך א שעה צוויי ביז מזעט זיך אינדרויסן פונעם טונעל.
מטאר נישט פאלגן וועיז פרייטאג נאכמיטאג זייערע האלאנד טונעל אפשן. נאך דערצו פון די וועסט סייד הייוועי.
איך מיין אז דאס איז בעיקר פאר ווער סקומט פון בפ. דורכן בעטערי טונעל אבער סקען זיין נוגע אפילו דורכן וויליאמסבורג ברידש אויך אויב שיקט וועיז דורך זייטיגע גאסן.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 8:53 pm

https://www.flyertalk.com/forum/new-yor ... ormal.html

דאס איז פון אקוראט אכט יאר צוריק, ווען א ביליגע הויז אין גרינוויל האט נאך געקאסט פיר מאות...
זעה וואס איינער שרייבט דארט 'דאס איז די סיבה אז ג-ט האט באשאפן דעם בעיאן בריק'. וברוך שכוונתי.

שווער צו גלויבן אז אין אזא וועלט ווען די ענווייראמענטאלע משוגעים דרייען איבער אויב א קעצל האט א אונס ווייניגער פון די לויטערע הודסאן וואסער, קען מען נאך בויען א נייע בריק אדער טאנעל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:08 pm

אפשר איז דא א קריסטי וואס דרייט אן די טרעפיק?

די לאקאלע באהערדע איז פארנומען מיטען באצאלען דאלערס פאר מעטרא קארטלעך פאר ארימע, זיי ווייסען נישט אז דער ליובאוויטשע רבי פלעגט דאס אליין טוהן אן דארפען דורעך גיין סיטי האלל.

גיי פארשטיי
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:44 pm

מטעמים האט געשריבן:אפשר איז דא א קריסטי וואס דרייט אן די טרעפיק?
;l;p-
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:45 pm

מטעמים האט געשריבן:די לאקאלע באהערדע איז פארנומען מיטען באצאלען דאלערס פאר מעטרא קארטלעך פאר ארימע, זיי ווייסען נישט אז דער ליובאוויטשע רבי פלעגט דאס אליין טוהן אן דארפען דורעך גיין סיטי האלל.

;l;p-
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:33 pm

כאפצעם, נאופ באמת נישט צום פארשטיין, אזוי ווי נאך אפאר זאכן.

פון וויפיל לעינ'ס ווערט "נאר" 2 לעני'ס? שוין אמאל געציילט? קען מען דען ציילן?

איר פרעגט וואס מ'קען טוען, ווער זאגט איינער וויל טוען, דערווייל מאכט מען נאר וואס מער אומבאקוועם פאר'ן קאר צו דרייווען, נישט פארקערט.

אמת'דיג, וואלט געדארפט זיין אגענטן אדער לייט'ס וואס זאל אנהאלטן א יעדע לעין זאל פארן במנוחה פאר א מינוט אן קיין סטאפ אדער סלאו דאון ווייל א קאר אדער טראק פון 26 אנדערע לעינ'ס פאשטסעך אריין.

די זעלבע וואלט געדארפט זיין סוף הארלעם ריווער, ממש ביים GW, ווי די קאר'ס פונעם קליינעם עקזיט פון אמסטערדאם פאשן זיך אריין, פונקט גענוג אז יעדער זאל סלאען און קוקען ווער ס'גייט קודם. (איך רעד שוין נישט פון דעם אז מ'וואלט דארט געדארפט אפטיילן רעכטע לעין נאר צו די אונטערשטע לעוועל און לינקע לעין נאר ארויף "אסאך פריער", מ'זאל נישט קענען טראכטן דארט ווי מ'וויל גיין. אקעי, דעס לאמיך נישט אנטראגן, ווייל איך דארפעסדעך פאר מיר.)
אבער א קליינע אריינקום אויפ'ן (נישט) ריכטיגן פלאץ אין ראש אייאור איז א שליסעל פאר דיזעסטער.

ווער רעדט נאך פון א גרויסע אדער עטליכע גרויסע ווי צום האלאנד טאנעל.

אויך, אין אזא צייט, ווען איך לייג אריין וועיז און מ'קוקט גוגעל און מ'זעהט אז נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש, לייג איך געווענליך אריין א "אינמיטן דעסטינאציע" קודם.
למשל, איך וויל פארן פון ווילי קיין אפסטעיט, אלע וועגן זענען רויט, און וועיז זאגט אלע 3 אפשענ'ס צו גיין מיט GWB, (אויב זאגט ער אפילו א טונעל, דארף מען שטודירן גוגעל און די זייגער צו ס'איז עפעס ווערט) לייג איך אריין קאלאמביע האספיטאל וואס איז דארט ביים שפיץ, קען ער זיך בעסער קאנצעטרירן אנצוקומען קודם אהין און די בלויז 3 אפשענ'ס וואס ער קען ווייזן, דערנאך ווען איך בין שוין נאנט, טויש איך מיין ריכטיגע אדרעס.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:50 pm

:evil: :evil: :evil: :evil:
גרררררררררררר
מיינע מוסקלען ווערן פארשטייפט
מיין בלוט זידט
די שווייס גיסט זיך
נאר פון לייענען ס'קעפל
מהאמער געשטימט פאר 4 הגם העטעך ווען ווייטער געגלייבט דעם רשעות'דיגן וועיז (מיט מעפס אינאיינעם) וואלט איך געדארפט שטימען פאר 28!
און כ'וואלט געהאט גענוג צייט צו דורכטון הלכות "מי שהחשיך" מיט רשי תוס' מיט אלע ראשונים אחרונים תחתונים וכו' (קרעדיט הרא"מ מאלאך)
ב"ה איך בין געבליבן שטעקן ביים לייט, און נאכן זען נאר גרין געל און רויט פאר די אויגן האמער געמאכט א בואו בשלום
און גענומען דעם נענטסטן בריק קיין ברוקלין של קודש, און דערנאך זיך אריינגעזעצט אינם טרויעריג בארימטן ב, ק, א, פאר נאך א שעה ביז מאיז ב"ה אנגעקומען צום ווערעז(ז)אנא (תלוי במחלוקת) בריק, וואס פונדארט איז שוין אלעס ב"ה געפארן.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:52 pm

טויגליכער ;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:11 pm

טויגליכער, קום צו מיין אפיס ביי ריסעס. כ'על דיר געבן א גוטע זאך.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 964
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:12 pm

צולייגער האט געשריבן:טויגליכער, קום צו מיין אפיס ביי ריסעס. כ'על דיר געבן א גוטע זאך.

אפשר וועל איך דיר קענען העלפן בעסער אויסשניידן די בילד פון דיין אוועטער...

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יולי 26, 2018 11:15 pm

ביסט מכובד.

כ'על דיר צאלן מיט א לעפל הערינג ביי שאלעשידעס
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג יולי 27, 2018 12:06 am

געבענטשט זאלער זיין דער ווערעזאנע ערט מיר געשפארט א שיין ביסל צייט היינט


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט