הילף איבער טיקעטס

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 16, 2009 11:58 pm

איך האב באקומען א סיט-בעלט טיקעט צוויי וואכן צוריק.
האב איך באמערקט אז די רשעים האבן געהעכערט דעם שטראף צו $130 דאלער, אמאל געווען $60.

העכערט עס די אינשורענס? (קאנטריווייד)
לוינט זיך צו פייטן?
קיין צייט אראפצוגיין האב איך נישט, און נעמען א לויער דערפאר איז נישט ווערט דאס געלט.
(חוץ אויב אינשורענס גייט דראסטיש ארויף).

איך האב א גוטע תירוץ, כ'האלט מ'וועט עס רעדוצירן אין קארט. אפשר וויל עמיצער גיין אנשטאט מיר?
(די מעשה איז געווען איך האב עפעס איבערגעגעבן פאר עמיצן און כ'אב געמוזט עפענען דעם סיטבעלט צו גרעבן דעם חפץ פון די בעק סיט, פונקט איז געשטאנען א אנדערקאווערד קעגן איבער און האט מיך באמערקט אנעם סיט בעלט, ער איז מיך נעכגעפארן א האלבן בלאק און אפגעשטעלט, אבער דאן האב איך שוין לאנג געהאט צוריק מיין סיטבעלט. ער טענה'ט אבער "you had to pull over". )
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 1:39 pm

שוועמל האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי, איז טיילמאל דער טיקעט נאכנישט אינעם סיסטעם אין די פופצן טעג, פשוט ווייל מען האט נאכנישט מעניועלי אריינגעלייגט.
אבער די זאך איז אז ווען מ'לייגט עס עווענטועלי יא אריין שטעלן זיי דאך דעם דאטום פונעם טיקעט, דאס הייסט בעקדעיטעד מיט פופצן טעג און אלע פענעלטיס וכו' הויבן אן צו אקרוען פונעם דאטום פונעם טיקעט און נישט פון ווען מ'אט עס אריינגעלייגט.

יא אבער זיי געבן נישט קיין שאנס צי ענטערן א פיל ביז זיי ענטרן דעם טיקעט, איז וואס עט זיין מיט מיינט 15 טעג?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 1:46 pm

וואס הייסט זיי געבן נישט? פליד ביי מעיל.
עניוועי די פופצן טאג מיינט באמת דרייסיג טאג, ס'יז נאר להוציא מלבן פון די פארשלעפטע מענטשן.
(מדעת עצמי)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 1:47 pm

שוועמל האט געשריבן:(די מעשה איז געווען איך האב עפעס איבערגעגעבן פאר עמיצן און כ'אב געמוזט עפענען דעם סיטבעלט צו גרעבן דעם חפץ פון די בעק סיט, פונקט איז געשטאנען א אנדערקאווערד קעגן איבער און האט מיך באמערקט אנעם סיט בעלט, ער איז מיך נעכגעפארן א האלבן בלאק און אפגעשטעלט, אבער דאן האב איך שוין לאנג געהאט צוריק מיין סיטבעלט. ער טענה'ט אבער "you had to pull over". )

די בעסטע עצה איז אז די ברענגסט א נאוטערייזד צעטיל פון דעם יעניגן וועם די האסט געגעבן דעם חפץ, ער זאל עדות זאגן אז ער האט דיך געזען צוריק אנטוען די סיט בעלטס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 1:52 pm

שוועמל האט געשריבן:וואס הייסט זיי געבן נישט? פליד ביי מעיל.
עניוועי די פופצן טאג מיינט באמת דרייסיג טאג, ס'יז נאר להוציא מלבן פון די פארשלעפטע מענטשן.
(מדעת עצמי)

בקיצור זאגסטי אז אויב איז דער טיקעט נאך נישט גענטערט דאן איז נישטא דער אנליין אפשען?
איז וואס האב איך פון דערפון אז זיי אפערען צי שיקען אן אימעיל ווען זיי לייגען עס אריין?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 2:48 pm

געווענליך ביז דרייסיג טאג איז שוין דער טיקעט אריינגעשטעלט אינעם סיסטעם.
דערפאר שיקן זיי דיר נאטיס ווען דו קענסט פליען אונליין.
די נאטיס קומט מיט א קאנפירמעשאן# אין קעיס דו באקומסט פענעלטי נאך דרייסיג טאג האסטו א תירוץ אז דו ווארטסט צו קענען פליען אונליין.

(מדעת עצמי)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2009 2:49 pm

פליגל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:(די מעשה איז געווען איך האב עפעס איבערגעגעבן פאר עמיצן און כ'אב געמוזט עפענען דעם סיטבעלט צו גרעבן דעם חפץ פון די בעק סיט, פונקט איז געשטאנען א אנדערקאווערד קעגן איבער און האט מיך באמערקט אנעם סיט בעלט, ער איז מיך נעכגעפארן א האלבן בלאק און אפגעשטעלט, אבער דאן האב איך שוין לאנג געהאט צוריק מיין סיטבעלט. ער טענה'ט אבער "you had to pull over". )

די בעסטע עצה איז אז די ברענגסט א נאוטערייזד צעטיל פון דעם יעניגן וועם די האסט געגעבן דעם חפץ, ער זאל עדות זאגן אז ער האט דיך געזען צוריק אנטוען די סיט בעלטס.

דו האסט שוין פראבירט אזוינס אמאל? ס' ארבייט?
קען איך דאס אריינשיקן מיט מיין פלי, אדער איך וועל ברויכן אראפגיין אין קארט דערפאר?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג דעצמבער 18, 2009 12:32 pm

שוועמל האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:(די מעשה איז געווען איך האב עפעס איבערגעגעבן פאר עמיצן און כ'אב געמוזט עפענען דעם סיטבעלט צו גרעבן דעם חפץ פון די בעק סיט, פונקט איז געשטאנען א אנדערקאווערד קעגן איבער און האט מיך באמערקט אנעם סיט בעלט, ער איז מיך נעכגעפארן א האלבן בלאק און אפגעשטעלט, אבער דאן האב איך שוין לאנג געהאט צוריק מיין סיטבעלט. ער טענה'ט אבער "you had to pull over". )

די בעסטע עצה איז אז די ברענגסט א נאוטערייזד צעטיל פון דעם יעניגן וועם די האסט געגעבן דעם חפץ, ער זאל עדות זאגן אז ער האט דיך געזען צוריק אנטוען די סיט בעלטס.

דו האסט שוין פראבירט אזוינס אמאל? ס' ארבייט?
קען איך דאס אריינשיקן מיט מיין פלי, אדער איך וועל ברויכן אראפגיין אין קארט דערפאר?

די אדער אן אטוירני מוז דארט זיין, אויף די מעיל וועסטו גארנישט אויפטיען, צי ס'העלפט? איז אזוי: אז די גייסט אראפ אן גארנישט עט'ס זיין "יו סעד-הי סעד" אין אזא פאל עט'ר דזשאדזש גלייבן דעם אפיסער, אז די האסט אן עדות ביסטו שוין עטוואס שטערקער אבער דער קען זיך נעמען פרעגן אזאנע קשיות דעם עדות אזש ער עט פארגעסן וויזוי ער הייסט, ע"כ איז די בעסטע זאך א נאוטערייזט סטעיטמענט וואס איז מער ווייניגער ווי א שבועה, האסטו בעזהשי"ת אבעסערע שאנס צו געוואונען,

הצלחה
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 12:57 pm

איך האב דא געזען אז ווען מען געבט זיך איין אז מען איז נישט שולדיג פאר א פארקינג טיקעט גייט אראפ א שיינע פראצענט, איך בין אפען אונליין ביי מיין פארקינג טיקעט, איך זעה אבער נישט א אן אפשען אזאנס צו טון, וויאזוי טוט מען דאס?
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 1:13 pm

די אנטיסעמיטן האבן עס באהאלטן, און עס איז גאנץ אונטן פון די פעידזש...
קודם קומט ארויף
search or pay for
מיט א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס מען קען באצאלן אנליין.

אויב מען גייט אראפ גאנץ אונטן פון די פעידזש איז דא אן אפציע
request hearing for
parking tickets
און דארט באקומט מען אויטאמאטיש א פלי בארגין פאר עפעס ביליגער ווי די אריגינעלע טיקעט קנס.




נ.ב. זיי זענען אזעלכע רשעים, זיי ווילן נישט אז מען זאל וויסן דערפון געהעריג, ווייל ווען איך שיק א לינק פון די סייט, שוין אינעווייניג פון די חלק ווי מען קען ריקוועסטן א הירינג, טראגט די לינק צוריק צו די ערשטע סקרין...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 6:13 pm

גראדע נישט אלע טיקעטס באקומט מען א פלי בארגעין, כ'דענק נישט עקסעקטלי וועלכע.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 6:41 pm

ביי א באס סטאם אדער א פאמפ (פייער היידרענט) געבען זיי נישט קיין שום פלי בארגען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 8:51 am

סאדע_באטל האט געשריבן:די אנטיסעמיטן האבן עס באהאלטן, און עס איז גאנץ אונטן פון די פעידזש...
קודם קומט ארויף
search or pay for
מיט א גאנצע ליסטע פון זאכן וואס מען קען באצאלן אנליין.

אויב מען גייט אראפ גאנץ אונטן פון די פעידזש איז דא אן אפציע
request hearing for
parking tickets
און דארט באקומט מען אויטאמאטיש א פלי בארגין פאר עפעס ביליגער ווי די אריגינעלע טיקעט קנס.

נ.ב. זיי זענען אזעלכע רשעים, זיי ווילן נישט אז מען זאל וויסן דערפון געהעריג, ווייל ווען איך שיק א לינק פון די סייט, שוין אינעווייניג פון די חלק ווי מען קען ריקוועסטן א הירינג, טראגט די לינק צוריק צו די ערשטע סקרין...

גיי אריין אין דעי פעידזש, עסטו זעין פונקטליך וואו מ'ברויך אנציהייבן כדי ציבאקומען דעם פלי בארגעין, און פאלאו אינסטראקשעןס.
צוגעלייגטע
PDF - request hearing page (2).pdf
(251.2 KiB) דאונלאודעד 252 מאל
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 8:43 am

יישר כח! איך האב געהאט א פארקינג טיקעט פון 60 דאלער, עס איז אראפ צו 40 דאלער ווי גארנישט. יישר כח סאדע באטעל, און פליגל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:42 pm

וועלכער פארקינג טיקעט איז 60?
דער גרויזי האט שוין עפעס אנגעווערטשאפט און אראפגעריקט א $115 צו $60..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

תגובהדורך Joba » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:49 pm

יעצט געטרייט אין עס איז נישט ארויפגעקומען קיין פלי בארגען אפשען

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:51 pm

1) וואספארא טיקעט?
2) ווי אלט איז עס שוין?
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:53 pm

ווילאנג בלייבט פוינטס אויף די רעקארד?
אויב האט מען אינדערצווישן אנדערע נאן-פוינט טיקעטס ווי סיט-בעלט, סעלפאן אד"ג אפעקטירט עס די פאוינט רעקארד?[flash=][/flash]
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
Joba
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 1:46 pm

תגובהדורך Joba » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 12:55 pm

צוויי וואכען
פארקינג

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 1:25 pm

איך האב געהאט געפארקט איין נאכט אין ווילי אין פראנט פלאשינג אין פראנט פון ראוז קעסל (נישט ממש דארט, נעבן די אנדערע האל דארט איך געדענק נישט וויאזוי סהייסט) וואס מען טאר נישט פארקן דארט פון 2 ביז 5 פארטאגס, און באקומען א 60 דאלער טיקעט.

דא ווילן מיר זיך באדאנקן פארן הויכגעשעצטער מעיאר בלומבערג פארן ארויפריקן די פארקינג טיקעטס ראטעס, און אזוי ארום הייסט 60 דאלער שפאט ביליג. וגם לרבות פארן ברענגען בייק לעינס קיין בעדפארד עוועניו, אזוי ארום הייסט דאס ארויפרוקן די בייק לעינס קיין קענט א געוואלדיגע דערגרייכונג. בלומבערג, העם איתך!!!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:55 pm

מר. JOBA,
1)עס קען זייער מעגליך זיין אז עס איז נאך נישט ביי זיי אין סיסטעם, מילא קענען זיי נישט געבן קיין רעדאקשינס.
2) איך פארשטיי אז די רעדע איז פון א פארקינג טיקעט, די פראגע איז: פ"וו פארא פארלעצונג?

מר. גראס,
לכאורה האסטו בכלל באקומען א ראנג טיקעט, ווייל דעי רעגולעישאנס זענען סטריט-קלינינג און עס איז נאר 45 נישט 60, אויב וואלסטו זיך מער אויסגעקענט וואלסטו עס געקענט אינגאנצן פייטן און באצאלן 0,
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:00 pm

דא האסטו די פונקטליכע לאקאציע אויף גוגל סטריט וויו:
http://www.tinyurl.com/groseticket
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 3:06 pm

יא כ'אב פארשטאנען ווייל כ'קען דעי גאס און דו האסט באקומען א ראנג טיקעט, אויב האסטו שוין אנגענומען דעם פלי בארגעין איז שוין נישטא וואס צי טוהן, אבער עכ"פ ביסט נאך אלס אפגעקומען ביליג 40 אנשטאט 45, 5 איז פארט עפעס.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
הויכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 3:41 pm

תגובהדורך הויכער » מיטוואך ינואר 13, 2010 7:13 pm

היינט געווען אין קארט פאר מיין ספידינג טיקעט אין NJ, איך האב געספיד 51 אין א 25 זאון, וואס וואלט געווען $220

די פראסעקיוטער האט דאס אראפגעהאנדעלט אויף א 25/35 ספידינג, און ער האט געזאגט אז היינט איז דא די ערשטע מאל א נייע JUDGE מילא ווייסט ער נישט זיינע ראלס, אבער די פאריגע האט נישט געלאזט האנדלען אויף ספידן אזוי פיל דאבל די ספיד לימיט, און למעשה האט די JUDGE עס דורך געלאזט

געקאסט $60 פלאס $39 קארט פי
מ'מינישט דייקא רעדן הויעך אז מ'זאל פארשטיין, מ'קען שרייבן אויך. [ווערטער קרעדיט:איך_הער]

אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

תגובהדורך קראצער » מיטוואך ינואר 13, 2010 7:34 pm

נעכטן באקימען א טיקעט אוי רעגט דאס אויף!
ס'איז געווען אס"פ וואס דאס איז 45$
אבער די טיקעט שטייט אז איך בין געוועהן דאבעל פארקט וואס דאס איז 115$
אוי האט דאס אויפגערעגט!! עני עדווייס?
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט