וואס איז בעסער, ליעסן אדער קויפן א קאר ?

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פרינץ
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 11:43 am
לאקאציע: אין 'ווערצהויז'

וואס איז בעסער, ליעסן אדער קויפן א קאר ?

תגובהדורך פרינץ » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 11:30 am

איז אייביג אזוי וואס עס געשעהט נאכדעם ווען איר זעהט אדווערטייזט נישט קיין חילוק ווי עס זאל נאר נישט זיין, און וואס עס זאל נישט זיין. קוקט עס אייביג אויס ביי יעדער מענטשט, און די אויגן ווען מען ליינט די אדווערטייזמענט, אז מען איז פארמעגליכט צו האבן די זאך פאר די פרייז וואס עס ווערט אדווערטייזט, און זיי קענען זיך דאס ערלויבן.
לאמיר אפיר נעמען א 'קאר'.

געשעהט אמאל מען זעט ערגעץ אדווערטייזט, צו קויפן א 'קאר', צו עס זאל נישט זיין אפילו אויפן קאמפיוטער און מען זעהט א בילד אפילו וויאזוי די קאר פארט און פליט, און עס קוקט אויס צו זיין א 'לוקזשערי-קאר' עס מאכט אינטערעסאנטע זאכן אויפן קאמפיוטער, און מען הייבט זיך שוין אן פארשטעלן וויאזוי די קאר איז זיינס, און וויאזוי ער זיצט דערינען איינגעפאקט מיט זיינע חפצים און טראנק, און מיט די קינדער און די קאר סיטס, און אפילו וויאזוי די נעיבערס שטייען און האלטן מיט וויאזוי ער פארקט אריין די 'שיינע קאר' און זיין דרייוועי. אבער ווען מען געט א קוק וואס די פרייז איז, איז ווי א בולעט אריין אינעם מוח מיט זיינע חלומות, און עס צוהארגעט זיינע זיסע פלענער. נישטא קיין קאר נישטא קיין נעיבערס... גארניקס.

אבער וואס איז מיט 'ליסען' א קאר, דאס קוקט דאך אויס צו זיין ווי א פארמעגליכטן זאך און אפילו די פרייז דערפאר וואס מען בעט קוקט אויס ווי ער וועט קענען פארמעגליכן און צאלן די פרייז פאר די קאר ליס, און זיין פינאנצינעלער מצב איז דערביי אויסצושטיין זיין תאווה צום קאר.

נו אויב אזוי פארוואס 'ליסט' נישט יעדער איינער א קאר? אויבנאויף איז דאס סך ביליגער ווי צו קויפן א קאר. איז דאס נישט מאר א קלוגערער אקט?

האט אבער איינער א קאסטומער אדווייזער געגעבן צו פארשטיין די לאנג יעריגער געפעכט צו 'ליסינג אדער קויפן' איז בעסער, האט ער געזאגט אז דער חילוק איז נישט דווקא און 'פיינענשעלי' עס איז א 'לעבנ'ס-סטייל' נפקה מינה, דהיינו עס איז פארהאן מענטשען וואס גלייכן אייביג צו דרייון א שיינעם באקוועמען קאר [אגב דאס איז א אלטער כלל אז א ליעס איז א לוקזשערי זאך אז מען האט אייביג א נייעם קאר, און קויפן איז] (...) מענטשן גלייכן א טשענדזש און מען האט ליב צו דרייוון א שיינעם קאר אויך דערצו. און דער אמת איז אויך אז די געלט וואס קומט אפל-פראנט איזס אויך ביליגער ביי א ליעס ווי ביים קויפן א קאר. און ווייטער אפילו די מאנאטליכע פעימענט'ס איז אויך ביליגער ביי א ליעס ווי ביים קויפן א קאר.
יעצט איז אבער דא א שטיקל חילוק ביי א 'ליעס' וואס איז אביסעלע טייערער ווי ביים קויפן, וואס דאס איז די אינשורענס אויפן קאר, וואס געווענליך ביים 'ליעסן' איז טייערער די אינשורענס ווי ביים קויפן.

נו וועלעכע איזס באמת בעסער?? ליעסן אדער קויפן??

*

קען איינער אהערשטעלן די חילוקים? (אז נישט וועל איך פרובירן צו זאמלען אינפארמאציע)
זאג שטענדיג דעם 'אמת'; אזוי וועסטו נישט דארפן געדענקען וואס דו האסט געזאגט 'לעצטע-מאל'

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 11:57 am

א פרינץ האט א געלט דאגה??

ס'אן אמת געזאגט געווארן דערביי לגבי דעם ענין דא וואס ווערט דא דערמאנט ווי געשריבן דא אויבן העכער מיר כלפי קויפן אדער ליעסען א קאר ס'יז ארויסגעברענגט געווארן אויף א גוטן אופן אזוי ווי איר זעהט אז יעדענס הוספה איז אן איבעריגקייט פשוטע מותרות ווי די וועלט רופט דאס אן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 11:59 am

מיין פאריגע קאר איז געווען א געקויפטע סעקאנד הענד פון א פרייוועט אונער, און מיין איצטיגע איז א ליעס.

אלטע קאר פרא'ס:
געווען מיינס, א קריצל דענט וכד' האט מיר נישט געבאדערט.
געקענט לייגן וויפיל מייל איך האב געוואלט.
נישט געמוזט האבן פול קאליזשען אינשארענס (געהאט, אבער נישט געמוזט).

אלטע קאר קאנ'ס:
עס איז געווען אפאר יאר אלט.
איך האב געמוזט נעמען דאס וואס עס איז געווען אויף די מארקעט.
קען זיין אז עס איז געווען געדרייט, וד"ל.
געהאט א קאפ דרייעניש ביים פארקויפן.

נייע קאר פרא'ס:
עס איז ברענד ניי.
עס איז וועלכע קאר איך האב געוואלט.
ווען די ליעס לויפט אפ בין איך אף די הוק.

נייע קאר קאנ'ס:
נאר 12,000 מייל א יאר.
קאסט אביסל טייערער, אבער עס איז א מיני ווען.
יעדע קריצל וועט מיר קאסטן ביים סוף.
איך בין סטאק דערמיט פאר דריי יאר.

סך הכל איז אז ביידע קאסטן ממון ודמים, און ביי האבן מעלות און חסרונות.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 12:32 pm

ס'איז שוין אן אלטע איסתפקתא, און דער תי' דערפאר איז דאס וואס יאנאש האט שוין אנגערירט אויפן שפיץ גאפל. דהיינו, ס'געווענד זיך וויפיל מייל דו לייגסט ארויף א יאר אויף דיין קאר. אויב לייגסטו ארויף מער ווי צוועלעף טויזנט מייל א יאר, דאן לוינט זיך ענדערש צו קויפן.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 1:11 pm

אפאר הערות פון מיין עקספיריענס.

1)די חילוק אין פרייז צווישען 12000 מייל א יאר אדער 15000 איז 6-9 דאללאר א חדש.

2)היינטיגע טעג איז קויפן א (נייע) קאר און ליסען א (נייע) קאר די זעלבע.
עס איז דא א זאך וואס הייסט אין די אויטא אינדאסטרי "סמארט ביי", דאס מיינט אז ווען דו קויפסט די קאר לייגסטו אראפ א דאון פעימענט און דו צאלסט פעימענטס פער חדש, נאך צוויי דריי אדער פיר יאר שמעקט דיר ענדרש אן א נייערע קאר קענסטו צוריק פארקויפען דיין קאר צום קאמפאני. דו ברענגסט אראפ דיין קאר צום קאמפאני און זיי רעכענען אויס די ווערט פון דיין קאר לויט די מיילעדז, עידז, און קאנדישאן, און זיי רעכענען אויס וויפול ס'יז ווייניגער ווערט פון די ארגינעלער פרייז אויב האסטו געצאלט דע אממאונט נעמען זיי עס צוריק (געדענק אז דו האסט געצאלט דערווייל נאר $10000 פאר א $30000 מיני ווען.) אויב איז די ווערט ווייניגער געווארען מיט מער ווי דו האסט געצאלט דארפסטו צו צאלען דער פאר דאללער.

איך האב געהאט א ליעס די זעלבע צייט ווי מיין חבר האט געהאט א סמארט ביי און די סך הכל איז אויסגעקומען כמעט די זעלבע (סמארט ביי איז געווען אפאר הונדערט מער)

קומט אויס אז מען טראגט די זעלבע דאגה מיט א יעדע קריץ ביי די סמארט ביי ווי ביי א ליעס ווייל א יעדע קריץ האקט אראפ די ווערט פון די קאר.

ווי אויך דארף מען צאלען די זעלבע אינשורענס ווייל מען וויל דאך האבן פול קאווערידז היות מען פלאנט עס צוריק צו פארקויפן צום קאמפאני.

3)א גענוצטע קאר צו קויפען דארך מען אסאך מזל ווייל אמאל קען מען אריין פאלען מיט א הערליכע קאר וואס זיצט ביים מאכאניק מער ווי עס זיצט ביי דיר און אמאל קען מען קויפען א דזעלאפי וואס האלט זיך פיין. ביי דעם איז נישט שייך צו זאגען אז איין קאמפאני אדער א סכום מיילעדז איז בעסער אדער ערגער ווייל עס ווענדט זיך נישט אין דעם.

מיין ערשטער קאר איז געווען 10 יאר אלט מיט 100,000 מייל ווען איך האב עס געקויפט פאר 1,600 דאללאר. פאר 11 חדשים האב איך נישט געהאט קיין איין פראבלעים און אין די צוועלעפטע חדש האט עס מיר אפגעקאסט 1200 דאללאר.
איי וועסטו פרעגען פארוואס איך האב עס נישט פארקויפט ווען עס האט אנגעהויבן מאכען פראבלעמען? די תירוץ איז ווייל די פראבלעמען זענען געקומען צוביסעלעך און ביי יעדע פראבלעם בין איך געווען זיכער אז ווי נאר איך וועל פאררעכטען דער קליינע זאך פאר א נישטיגע פאר הונדערט דאללאר וועט מיין וואוילע קאר ביהעיווען פאר נאך א יאר.

4)אויב ביסטו א קעירפול דרייווער און דו פילסט אז דו קענס האלטען דיין קאר פאר א 7-10 יאר מיט מינימום מיילעדז (100,000) דאן לוינט זיך ענדערש צו קויפן א נייע קאר.
אינשורענס וועט דיך זיין די זעלבע ווייל א יעדער נארמאלר מענטש מאכט פול קאווערידז אויף א נייע קאר.
נאר וואס דען? נאך די 6 יאר ווען דו וועסט ענדיגען דיינע פעימענטס קענסטו פארן מיט אן אויסגעצאלטע קאר פאר נאך אפאר יאר. און דערנאך וועסטו עס קענען פארקויפען פאר א צענטעל פון די ארגינעלער פרייז וואו דו וועסט צוריק מאכעם דיין דאון פעימענט. אבער דאך וועט דיר אביסעלע אפקאסטען מאכאנישע פראבלמען ווי למשל א נייע סטארטער אדער פיקסען א פראבלעים מיט די טראנסמישאן, נייע רעדער וכדו'.

דאס איז גענוג פאר דערווייל.........
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מוצ"ש דעצמבער 29, 2007 9:32 pm

יאך האב געקויפט א יוזד קאר, ס'האט אפאר קליינע פראבלעמען, וואס כ'גייעס ערשט מארגן פיקסן (נאכ'ן האבן די קאר פאר עטליכע חדשים...), כאב פשוט נישט געהאט קיין צייט ביז יעצט.

כ'האבעס געפיינענסד, כ'צאל פאר א מיניווען 268 אינקלאדעד טעקסעס, און כאב נישט קיין פול קאווערעדזש (זאגט נישט אויס פאר'ן באנק...) ווייל כאב געדארפט מאכן א פאטא אינספעקשאן, און ווען זיי האבן געקענט האב איך נישט געקענט, און ווען איך בין געווען גרייט, איז דער פיקשער מאכער נישט אריינגעקומען אדער האט גערעגנט.

וואס זאלעכייך זאגן? ס'פארט פיין, אבער מער עלעך בל"נ נישט טוהן אזוינס. אין אמת'ן האבעכעס נישט געוואלט טוהן מתחילה, אבער א 'גוטע' חבר האט מיר צוגערעדט דערצו. כ'פיל וואו כ'געבויס יעדן חודש געלט, וואס כ'וואלט געקענט פונקט אזויפיל צאלן פאר א נייע ליעסד קאר. איי נאך 3 יאר וועטעס נישט זיין מיינס, און מיין איצטיגער וועט יא זיין מיינס? כ'האלט אבער אז ס'וועט נישט זיין מיינס נאך די פיינענס...

****

אגב, וואס איז די חילוק פון אינשורענס און ווארענטי? כ'האב א ווארענטי אויף מיין קאר, אבער כ'ווייס נישט וויאזוי און ווען צו נוצן.


עיין עוד
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=1431
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מוצ"ש דעצמבער 29, 2007 9:55 pm

און יאך, ביינונז האט מען זיך געפירט, אז מ'קויפט א קאר אזוי ווי א הויז, מ'לייגט אראפ אפאר טאלער, און ס'איז דיינס.

נישטא קיין שום דאגות, קריצעס, דענטס, בענטס, סקרעטשעס, ס'איז מיינס, ס'גייט מיך נישט אן.

איך האלט עס צען צוואנציג יאר, ווילאנג ס'שמעקט מיר.

אינשורענס מאכט מען וויפיל די מלכות הרשעה צווינגט.

און ויסעו.

א גרינגע רייזע.
אגוטע וואך.

לחיים.
וואראנטי איז אויף פארטס פון די קאר וואס צוברעכט זיך מיט די צייט.
אינשורענס איז אויף קאליזשענס, טעפט, פייער, וואסער, איש כפי בחירתו.

service
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 31, 2006 11:47 am

תגובהדורך service » זונטאג דעצמבער 30, 2007 12:51 am

הגם איך קלער אז רוב צדדים זענען שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך מיינע פריערדיגע קאלעגן, אבער דאך מיין איך אז מיין שטיקל היסטאריע, וועט אויך קענען קלאר מאכן א צד.

מיין ערשטע וויהקעל איז געווען א יוזד א 12 פעסענדזשער ווען, איך האב געחלומ'ט אריינצוגיין אין קאר סערוויס. דאן נאך א שטיק צייט, האט זיך מיר איינגעגעבן א גוטע פרנסה, האב איך געטרעיד די קאר ביי דעם דילער צו א מיני ווען. דערלייגענדיג 3000 דאלער, און איך האב עס ארויפגעלייגט אויף די נייע לאוען.

די מיני ווען איז אויך געווען א יוזד, און איך האב עס פיין גענוצט, געהאט א פינף יאר מארגידזש, נאכן דריטן יאר, -ווען איך האב נאך געהאט א ווארענטי דערויף- האט אנגעהויבן די טראנסמישען צו מאכן פראבלעמען, און ביינעזאם האט דער מעקעניק אויך געמאכט פראבלעמען.... אלזא איך האב אנגעהויבן צאלן רבי געלט אויף די קאר, ביז איך האב זיך בארעכנט, פארוואס צאלן די פיינענס פון 250 א חודש, פלאס מעקעניק 350 א חודש, האב איך ענדערש געליעסט א נייע קאר, און געצאלט דערפאר די 350 א חודש, און דאס איז אין מיינע אויגן די בעסטע טשויס.

היינט זענען די ליעסעס נאך אסאך ביליגער, און איך קלער אז עס לוינט זיך נישט אנצוהויבן מיט א פיינענס

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » זונטאג דעצמבער 30, 2007 9:02 am

איין זאך איז זיכער,

ווען מען ליעסד אדער קויפט א קאר דארף האבן געדולד און אסאך ארום שאפען. מען דארף נעמען אביסל צייט און רופן אלע דיעלערס און קאר קאמפאניעס און מאכען אלע חשבונות ביז מען איז זיכער אז מען באקומט די בעסטער דיעל. ווען איך האב געליעסד מיין קאר, האב איך גערופען 12 אנדערע דיעלערס ביז איין דיעלער האט געהאט א גוטע דיעל אויף א בעסערע קאר ווי איך האב ארגינעל געזוכט, פאר 7 דאללער ביליגער פער חדש ווי די ביליגסטע פרייז וואס איך האב באקומען ביז יעצט וואס קומט אויס 252 איבער די גאנצער ליעס פלאס ער האט מיך נאך צו געגעבען נאך 9000 מייל. עס לוינט זיך צו נעמען די צייט צו זוכען פאר א גוטע בארגען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג דעצמבער 30, 2007 1:32 pm

יישר כוח אנדי, עס וועט העלפן נאך א איד וואס וויל ליעסן א קאר, כ'שיק איהם שוין די לינק.

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » מיטוואך אוגוסט 21, 2013 11:02 pm

כ'וויל ארויפשלעפן דעם אשכול וואס כ'האב יעצט אפגעליינט, ס'קען נאך היינט צוניצקומען

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג מאי 22, 2014 5:43 pm

היות עס איז מיר נוגע אין דער צוקונפט, האב איך מיר אראפגעזעצט און געמאכט א שטיקעלע חשבון צווישן א ליעס און פיינענס (פאר א נייע קאר, כ'רעד נישט פון א יוזד), עס קומט מיר אויס אז עס איז כמעט די זעלבע זאך.

איך גיי רעדן פון עוורידזש נומבערס, אודאי קענען זאכן גיין אביסל ארויף אדער אראפ, איך האב געזוכט עוורידזש סכומים, "בעיסד אן טרו סטאריס". ביליגע מיניווענס. איך גיי נעמען א חשבון פון 9 יאר (108 חדשים), וואס רוב קארס האלטן נישט צופיל לענגער, און אפילו עס לעבט נאך, געווענליך וועט מען עס זוכן צו פארקויפן און פטור ווערן דערפון.

איז אזוי. א געווענליכע ליעס איז 300 א חודש, און בערך 100 א חודש פאר פול קאווערעדזש אינשורענס. קומט אויס 400 דאלער א חודש. יעדע מאל ווען מען נעמט א נייע ליעס, דארף מען צאלן בערך 600-700 דאלער "בענק פי", במשך 9 יאר קומט אויס 3 ליעסעס, 3 מאל 700 איז 2,100. רעכן צו א טויזענטער וואס קאסט צומאל אויב די קאר איז צובראכן ביים צוריקגעבן, ביי די סוף פון ליעס. סך הכל במשך די 9 יאר, קומט אויס אז מ'האט באצאהלט 46,300.

א געווענליכע פשוט'ע מיניווען קאסט א פיינענס ארום 500 א חודש (ווענדט זיך אביסל אין די פראצענט ראטעס און אין די קרעדיט פון דעם אוינער, מיין חבר האט גענומען א 2010 סיענע און געצאלט דעם פרייז) פאר במשך 5 יאר, ד.ה. 60 חדשים, און אין די פאלגענדע חדשים פארלאנגט אויך די באנק פול קאווערעדזש וואס קומט אויס נאך א הונדערטער. קומט אויס אז מען צאלט די ערשטע 60 חדשים 600 פער חודש, א סך הכל פון 36,000 דאלער. נאך די 5 יאר ענדיגט זיך די חודש'ליכע תשלומים, און דאן קען מען לאזן פאלן די אינשורענס צו די ביליגערע פרייז, וואס קומט אויס בערך 70 טאלער א חודש, נמצא אז פאר די קומענדיגע 4 יאר פון די 9, ד.ה. די איבריגע 48 חדשים, וועט מען צאלן אינשורענס בערך 3,350.

יעצט דא קומט צו מעקעניק טשארדזשעס, יעדע קאר דארף אדורכגיין סיי די רעגולער מעינטענענס (וואס א חלק דערפון צאלט מען ביי א ליעס אויכעט), אבער אויך און בעיקר גרעסערע מעינטענענס. זאכן צעברעכן זיך, מען דארף טוישן רעדלעך, לייטס, ווייפערס, פלאידס, מאכן טאן אפ'ס, וכדומה וכדומה. איך שאץ במשך 9 יאר מינימום 7,000 דאלער פאר מעקעניק. קומט עס אויס די זעלבע סכום, פון 46,000 דאלער.

ביידע האט זייטיגע מעלות און חסרונות. פאר איינעם וואס לייגט ארויף אסאך מיילעדזש איז זיכער א פיינענס די בעסערע אויסוואל, ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן. די מעלות פון א פיינענס איז, אנלימיטעד מיילעדזש, מען דארף נישט אכטונג געבן אויפן קאר, און בעיקר, ער קען נאך פארדינען געלט: ביים סוף פון די 9 יאר קען מען עס נאך פארקויפן פאר א 2-3 טויזענט דאלער. די חסרונות דערפון? עס מאכט אין די שפעטערע יארן פראבלעמען, חלקים צוברעכן זיך, זיצט מער ביים מעקעניק, די קאר איז אלט און עס שטינקט שוין פון אלטקייט, בנוסף וואס די טעכנאלאגיע איז אלט – צ.ב.ש. מיין חבר'ס 4 יאריגע האט מערסטנס א CD פלעיער, משא"כ מיין שכן האט אין זיין 2012 קאר א USB שטעקעלע מיט אלע מוזיק דערויף, בלוטוט, בעקאפ קעמערע, און נאך אנדערע טעכנאלאגיע. מיט א ליעס האסטו אויך כסדר פרישע קארס, פארגעס נישט אז יעדע נייע קאר קומט מיט פרישע אויל, נייע ווייפערס, נייע רעדלעך, נייע ברעיקס, א.א.וו. וואס דאס אלעס דארף מען אליינס צאלן במשך די 9 יאר אויף א פיינענס, ווי אויך ביי א ליעס אויב עפעס צוברעכט זיך איז עס געווענליך אונטער וואראנטי.

באדעם ליין: והבוחר יבחר. יעדער זאל קוקן וואס פאר אים איז בעסער.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג מאי 23, 2014 9:33 am

זייער קלאר.

ווארשיינליך רוב אירע ליעסן טאקע וועגן די אלע סיבות. און אסאך וואס קויפן פארקויפן עס אסאך פריער ווי 9 יאר


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט