איינער קען געבן דירעקשאנס קיין "מאנדראו"?

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

איינער קען געבן דירעקשאנס קיין "מאנדראו"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די מעשה איז אזוי. מיין דריטע קאזין פון וויליאמסבורג קאלט מיך אפ אז ער וויל ארויסקומען אויף מאנדראו, איך זאל אים געבן דירעקשאנס.

באמת האב איך נישט קיין געדולד צו אים, אבער דאך דארף איך אים העלפן, ווייל אמאל אמאל קען ער מיר טון א טובה.

קען מיר עמיצער טון א טובה און אראפשרייבן אויף אידיש (נישט פון גוגעל מאפעס) די גענויע דירעקשאנס פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל?

ולמצוה גדולה יחשב.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דירעקשאנס פאר די וואס קומען מיט א קאר פון עיר ה'טיקעט'ס וויליאמסבורג יצ"ו,

פארט ארויס אויף בעדפארד עוו. (נישט לי, ווייל די פרעס טראק איז דארט געפארקט, און איר קענט דארט שטעקן בלייבן אונעם הענג אוט..) פארט מיט פנים צו דער בראדוויי, אויף דער בראדוויי מאכט א רעכטס, פארט ארויף ביז העוווימייער, בלייבט שטיין ביי יעדען רויטן ליכט, די פאליציי וועלן דאס שטרענג פארסירן, אויף העווימייער מאכט א לינקס, נאכן צווייטן לייט מאכט נאך א לינקס, דרייט אייך ארויף אויפן וויליאמסבורג בריק, און פארט דארט גלייך, אינמיטן די בריק ברויך מען אכטונג געבן, עס ווערט עטוואס שמעלער, אבער איר ברויכט אייך נישט דערשרעקן, מ'האט עס אזוי געבויעט,

ווען איר קומט אראפ פונעם בריק, מאכט א רעכטס ביים ערשטן לייט, די גאס הייסט קלינטאן סטריט (ס'איז אן עקסטערע חקירה צו ס'הייסט נאכן מאן אדער נאכן פרוי) אויב איז שוין געל ווען איר האלט אינמיטן די בריק פראבירט ווי ווייט מעגלך ארויפצוציען דאס העכסטע די ספיד וואס מעגליך אז איר זאלט נאך אריינכאפן די לייט, געווענליך געלונגט עס פונקט נישט....

פארט אויף קלינטאן סטריט נאך בערך דריי גאסן ביז איר קומט אן צו א פרשת דרכים, מאכט דארט א רעכסט און פארט ווייטער אויף די גאס ביז איר זעהט די סיין FDR נאורט, פארט דארט אריין אויף די לינקע זייט, מאכט אייך נישט צוטוען פון די אויטא'ס וואס ווארטן פאר אייך אריינצופארן, איר זענט על פי הלכה דער ערשטער וואס איז אנגעקימען,

אויפן FDR פאלגט נאך די שילדן צום "דזשארדזש וואשינגטאן בריק" (אויפן סיין שטייט ברידזש מיט א G) נישט זיך פארמישן מיטן טרייבעראו בריק, כ'בעט ענק, כבר רבים חללום הפילו,

פאר איך פארגעס, אויב זענט איר יעצט אינעם אויטא, פארענדיג אויפן עף.די.אר. געדענקט, יעצט זאגט מען "תפילת הדרך" (אדער אז איר ווילט, אפאר מינוט צירוק)

אויב איז דא טרעפיק פארן בריק בים ארויפפארן די בארג דארט אויפן "הארלעם ריווער דרייוו", איז שוין אן אלטער אידישער מנהג, מ'פארט ווייטער אנעם גאנץ רעכטן לעין ביז מ'קומט אן ממש פארן דיוויידער און דארט געט מען זיך א שטופ אריין, וכן נהגו אבותינו מאז ומקדם, אבער געדענקט! אויב איינער פייפט אדער מאכט פאקסן מיט הענט און די מויל, זאגט פאר אייער שכן זאל צוריק ווייזן, בשו"א נישט אליין צירוק ווייזן, ווייל איר ברויכט אייך קאנצעטרירן אויפן דרייוון, וחמירא סכנתא מאסורא,

ווען איר קומט ארויף אויבן אויפן בארג איז מיין עצה, איך זאג קלאר, איך הייס נישט, ס'איז נאר מיין פארשלאג, מ'זאל זיך האלטן צו רעכסט, ד"ה מ'זאל נעמען די אינטערשטע שטאק, (לאוער לעווע"ל בלע"ז) וכך הורו לנו אביתינו ורביתינו ואין המקום כאן להעריך כמבואר באשכול אחרת,

אויפן GWB האלט אייך אויפן לינקן לעין, אויב זענט איר אויפן גאנץ לינקן לעין וועט איר אטא-מאטיש אריינפארן אינעם "פאור"

ווען איר זענט אויפן 4 געדענקט, די גאנץ ערשטע געז סטאנציע האט אויך א קאר וואש, ער איז גאנץ ביליג, די פרייז פון גאזאלין איז אבער ביליגער שפעטער, גיין אין בית הכבוד איז דארט שווער, ווייל זיי האבן נישט קיין געהעריגע געשעפט, אבער דא רעד איך שוין נישט אריין, פון דארט ברויכט איר נעמען דעם "סעווענטין" נישט צו די מאונטענס, נא, בעסער געזאגט די "ניו דזשערסי סעווענטין" האלט אייך נאך עטוואס מער ווי פינף מינוט פארן מער צו די רעכטע זייט, אבער געדענקט! גייט'ס אינגאצן רעכטס ווייל איר וועט עס נאך פארפארן, איך רעד פון עקספירענס, און אז איר פארט גלייך און איר מערקט נישט די עקזיט זענט איר פארלוירן! יא, פארלוירן! דא וועט איר קיין דירעקציעס קיין מאנדראו פון דארט נישט האבן, ראו הזהרנו!

אויפן 17 וועט איר זעהן אז HUMMER האט געבויעט לעצטענס א ניי געשפעט ווי זיי פארקויפן זייערע וויקעלס, אבער פאר אייך איז עס נישט אינטערעסאנט ווייל איר פארט דאך שוין אין אן אנדער קאר,

כמנהג אביתינו, שטעלט מען זיך אפ ביים לעצטן "מאביל" און היינט צוטאגס "וולעראו" גאז סטאנציע פשוט, לראות את שלום ניו ג'ערזי ומה יעשה בה, מ'גייט אריין אין געשפעט, מ'כאפט א ציגערעטל, מ'קויפט די "קליינס קאון אייז קריעם" און מ'פארט ווייטער,

פון דארט האלט אייך צו לינקס, איר ברויכט אריינפארן אינעם 87 נאורט, דהיינו אינעם "טראוועי", וכאן המקום להזהיר, די ספיד לימיד איז די לעצטע יאר געהעכערט געווארן שוין גלייך ביים אריינגיין צו 65 מ.פ.ש. נישט ווי ביז היינט 55, איז וויליך בעטן די אלע וואס קומען דורך יענע וועג, נישט פארן אויף 55 עס מאכט א גרויסן טראפיק און א שווערער פארקער, און איך ווארען, די אנדערע קאר'ס וועלן דאס שטרענג פארסירן, דער מיטן "פייפער" זיינעם, און א צווייטער דורך מאכן פאקסן מיט ס'פינגער און ס'מויל, אבער כולם פה אחד וועלן אויסשרייען א וויי געשריי וואס לוינט זיך גראדע צו פארפאסן,

ס'איז א גרויסע מחלוקה צו מ'שטעלט זיך אפ ביי "סלאצבורג רעסט עריע" צו נישט, טייל פירן זיך אזוי, און אנדערע פארקערט, יעדער זאל זיך פירן וויאזוי זיינע עלטערען האבן זיך געפירט, א איד טאר נישט משנה זיין קיין סוס כל שהוא (קרעדיט ש.ל. דים)

פון דארט אין ווייטער פאלאו די סיינס צו עקזיט סיקסטין (16) אז איר זעהט נישט די סיינס, געב איך אייך א סימן, ווען איר זעהט "טאולבאט'ס" קעגן איבער אייך מאכט א ווילדן רעכטס ארויף און איר וועט אריינקימען אונעם עקזיט,

גוט אבאכט!
די רעמפ איז זייער געדרייט, אבער פראבירט די שנעלסטע וואס איר קענט עס באווייזן, ווען בשעת מעשה פעסט (מיט א פינטל אין די פ) מען נאך אפאר קאר'ס,

ביי די בודקעס ברויך מען זיך אפשטעלן, מ'געט איבער די 75 צענט, געווענליך וועט איר נאר האבן א צוואנציגער אדער גרעסער'ס, אויך נישקשא, איר וועט באקימען א הויפן סינגעלס מיט א קוואדער, מ'בעט א מעפ און א רעסיט, (ס'קאסט נישט קיין געלט) פאר די וואס זענען אינטערשטעליג און האבן נאך די "איזי פעס" קענען דאס נישט טוען, פון דארט נעמט די ערשטע רעכטס, פראבירט נישט צו כאפן די לייט גרין, ווייל עס וועט אייך "קיינמאל" נישט געלינגען... (האלאו, טענה'דעך נישט מיט מיר, איך ווייס וואס איך רעדט..)

ווען עס ווערט שוין גרין פארט גלייך ווייטער, יענער וועג איז די באקאנטע "פאליס סטעשן ראוד" פארט ביז די ענדע, היינט איז שוין דא א לייט, אבער אז איר פארט רעכטס מעגט איר מאכן דעם טוירן אפילו עס איז רויט,

אקעי, נעמט אריין א אטעם, אינז זעמער שוין כמעט דארט!

פון דארט פארט גלייך, די ראוד וועט זיך דרייען מער צו רעכטס, פארט מיט מיטן ראוד, אבער נאר 0.32 מייל, ווען איר האלט אייך אינמיטן דרייען צו רעכסט מאכט צוריק א שארפן דריי מער צו לינקס, און.... איר זענט דארט!


וה' ישמור צאתינו ובואנו לשלום.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מאשקע,

געב איבער א שכוח פאר דיין דריטע קאזין. WOW א לעבעדיגער דזשי פי עס. וואס לייגט אראפ אזוי גוט די וועג, און מאכט נאך שמייכלן אויך? א הערליך שטיקל דאס.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

ס'האט זיך אלעס געלוינט! אוי גייט דאס זיין א וועג!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

און וואס טוט זיך מיטן לעצטען שטיקל די ניי איבערגעפלאסטערטע וועג?
מען קען געהעריג בלאנדזשען דארט
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

חחחחחחחחחחחחחחח, ביזט ריזיג!!!!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

מאשקע, מאך זיכער אז דיין קאזין פארשטייט אלעס.

צייטליך, געוואלדאוונע.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צצצצצצציייייייייייטטטטטטטטטטטטלללללללללליייייייייךךךךךךךךךךך
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

צייטליך, האסט עס אזוי גוט אראפגעלייגט, צו דער זאך, ס'קומט זיך דיר א טריפל עי מארק, מיט די אלע הערות אינדערמיט, ס'עט זיך שוין אנדערש פארן קיין מאנדראו נעקסט טיים..

עטליכע קליינע הערות, איך וועל נישט פרובירן נאכמאכן צייטליכ'ס ספעציעל אויסגעגאסענע פשטו'תדיגע חן, ווייל דאס איז דאך להפליא ממש.. ואין בדומה לו..

אויף קלינטאן נאכן וויליאסבורג בריק, איז דא א וועג אויסצוקרויזן דאס ווארטן אויף די טראפיק לייטס, אן בפרט דעם לאנגן איסט הוסטאן טראפיק לייט, דורך מאכן דעם ערשטן רעכטס און גראד דערנאך א לינקס, דאן קומסטו אן צום זעלבן ראוד, אבער אנשטאט א לייט, האסטו א סטאפ סיין, און די וועג איז געווענליך גענצליך ליידיג.

אויפן עף די אר קען מען נאכנישט מאכן תפלת הדרך, אבער אויפן וואשינגטאן שוין יא.

נאך אזאך צו געדענקען אויפן עף די אר, זיך צו האלטן רעכטס, ביים אפשייד פון טרייבארא, דארט דארף מען זיך למען השם האלטן רעכטס, ווי צייטליך ווארענט שוין, אז דער G אויפטויש איז א שפיל מיטן לעבן..

ווייטער דער לאוער/אפער דעק סומאטאכע, פונעם וואשינגטאן בריק, האט דאך צייטליך שוין באטאנט אז דאס איז אן ענין בפני עצמו, בעצם איז דאס א מעטער אוו טעיסט, איינער גלייכט דעם הערליכן קוק פון אויבן, ס'איז אפילו דא אזא לאוער-דעק פאוביע, איינער וואס האט מורא דער אפער דעק וועט אראפטראסקענען אויף אים, ביי די ווארפט זיך נעבעך די גלידער אלע, ווען מ'פארט אונטער דעם שווימער'ס בילדינג, אדער אונטער די יו ען בידלינג, אדער ביים יוניווערסיטי שפיטאל דארט, איך פערזענליך פלעג בעפאר ניין עלעווען פארן מיטן אויבערשטען, און זינט דאן נאר מיטן אונטערשטען, ווארן כמה דאיכא למירחק מטרעקטער-טרעילערטא עדיף...
און ווידער בי א צווייטן, ווענד זיך צי ער גייט פארן מיטן פאליסיידס, וואס כידוע פלעגן דאך די זקני אנ"ש, ווי ר' סענדר, נאר פארן דערמיט, ווייל דער רעבי זיכרוינע לעווראכע, איז געפארן מיטן פאליסיידס, דאס איז דאך א שיינע גראזיגע רואיגע רייזע.

ביים עק בריק, דארף מען זיך טאקע האלטן לינקס, אבער א איד טאר דאך נישט גיין גאר לינק, גייט מען נישט ביזן סוף, ווייל דאן טרעפט מען זיך אינעם אכציגער.. נאר דא דארף מען מקיים זיין, דעם שאו מרום עיניכם, ווייל העכער דעם קאפף הענגט א שילד מיט א פייל אראפ, צייגנדיג וועלכע ליניע וועט דיר צום סוף אריינדרייען אינעם פירער..

די איבריגע קען איך נאר ליינען און זיך אונטערהאלטן מיט צייטליכ'ס לאכעדיג-מאכעדיגע אויסדרוקן, "לראות את שלום ניו גזשערסי ומה יעשה בו" חחחחחחחחחחח.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

צייטליך, אזוי גיט אראפ געלייגט. קענסט מיר אפשר געבען דירעקשאנס קיין קרית טאהש? אבער מיט אלע פיטשעווקעס כמעשהו בראשון.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

צייטליך ! זה הוא!!

זייער א גוטער וועג..געב עס אריין פאר סי בי עס
און יעצט קענט איר מיר זיי אזוי גוט געבן די דירעקשאנס פון וועג צוריק?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צייטליך;

גוט ריזיג אראפגעלייגט.


כאלי; (א תימנ'ער?)
"ביים עק בריק, דארף מען זיך טאקע האלטן לינקס, אבער א איד טאר דאך נישט גיין גאר לינק, גייט מען נישט ביזן סוף, ווייל דאן טרעפט מען זיך אינעם אכציגער.. נאר דא דארף מען מקיים זיין, דעם שאו מרום עיניכם, ווייל העכער דעם קאפף הענגט א שילד מיט א פייל אראפ, צייגנדיג וועלכע ליניע וועט דיר צום סוף אריינדרייען אינעם פירער.. "

אוי האסטו מיך געמאכט לאכן. חחח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בני-היכלא;

אויב בעפאר 9/11 ביסטו געפארן מיטן אויבערשטן, על אחת כמה וכמה אז נאכדעם דארפסטו זיך פארלאזן אויפן זעלבן און נישט קוקן אויף קיין טראקטער-טרעילער'ס וכדומה, מי שאמר לטרעקטער-טרעילער ויפציץ הוא יאמר למאטארביציקל, ופאקיסטאן יוכיח, ואין לנו על מי לישען אלא אלא על אבינו, אבינו שבשמים.


טי רא רא רא רא רא רא רא רא רי רא ראם וכו'.
--

צייטליך;

איך בין נישט קיין דרייווער, ווייס איך נישט ווי שטארק צו אפרישיעיטן (אנערקענען און שעצן) דיין ארבעט, די וויצלעך האב איך אבער פארשטאנען און געלאכט. יישר כחך.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יוי צייטליך, איך לאך נאך אלץ...

הער א מעשה. נעכטן האב איך געוואלט אנקומען פון מאנדראו קיין ברוקלין, האב איך פשוט אויסגעדרייט דיינע דירעקציעס מיט'ן קאפ אראפ און פיס ארויף, און כ'בין אנגעקומען... וואונדער איבער קינדער... מיין אידענע האט מיך שוין לאנג נישט געזען דרייוון מיט אזא חיות...
An article a day keeps the babies away
shumrim
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 19, 2007 10:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shumrim »

צייטליך האט געשריבן:דירעקשאנס פאר די וואס קומען מיט א קאר פון עיר ה'טיקעט'ס וויליאמסבורג יצ"ו,

פארט ארויס אויף בעדפארד עוו. (נישט לי, ווייל די פרעס טראק איז דארט געפארקט, און איר קענט דארט שטעקן בלייבן אונעם הענג אוט..) פארט מיט פנים צו דער בראדוויי, אויף דער בראדוויי מאכט א רעכטס, פארט ארויף ביז העוווימייער, בלייבט שטיין ביי יעדען רויטן ליכט, די פאליציי וועלן דאס שטרענג פארסירן, אויף העווימייער מאכט א לינקס, נאכן צווייטן לייט מאכט נאך א לינקס, דרייט אייך ארויף אויפן וויליאמסבורג בריק, און פארט דארט גלייך,

I'ts better to take bedford ave. up to south 5 st. & make a right to the bridge
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

בני היכלא, אויף די ערשטע רעכטס האט מען שוין אויך געשטעלט טראפיק לייטס, לדאבונינו, אבער ס'איז נאכאלץ שנעלער.

שומרים, שכח פאר דיין הערה, מ'גיימירעס אויסטרייען אי"ה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צייטליך,
א געניטער קאמפיין מענעדזשער וואלט אויסגענוצט די דירעקשאנס אלס אן אויפטועה פון די מאשקע לאגער, א שאד א שאד.

די דירעקשאנס זענען מעכטיג פרעכטיג לעכטיג נעכטיג (ס'גראמט, כאפסט?)
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמער, צום פינטל ווי אייביג!!!
איך האב געהערט, פון אן באטייליגטער, אז דער פארפאסער פונעם ניגון, בשעת'ן קאמפיינען פארן נייעם ניגון בעפארן ערשיינען צום ליכטיגקייט [לאור]. אין א"י, האט אפגעזאגט עטליכע שיינע טויזענטערס, נישט צו זינגען אין א געמישטע קאנצערט, [לויט ווי זיינע צוויי רבי'ס האבן אים אנגעזאגט דאן], לכבוד דעם האט ער דאס געזינגען פאר א קלענערען אבער ערנסטערן מענער פארזאמלונג, און זייענדיג נתרגש פונעם אנטוויקלונג, האט ער אזאנס געשפרינגען און זיך געהויבן פון עקסטאז ביי די ניגון, און דאס געזינגען אן אויפהער, ביז די טשילאר האט מיטגעזינגען און די פאדלאגע האט מיטגעטאנצט..

די שאלה איז אבער, צי א טרעקטער-טרעילער הייסט שכיח היזיקא, וואס דאן העלפט נישט קיין סמיכותא, ווייל אין סומכין על הנס, און אויב יא איז מען מנכה.. והשטן מקטרג, אלזא דאס טראכט איך איז נכלל אינעם זאגן, אז כמה דאיכא למירחק, איך לאז מיך נישט אריין אינעם געשעפט, בפרט א אפגעבריטער ודי.....

איך טענה שוין לאנג, אז מ'דארף בויען א ספעציעלע ראוד פאר די פארעדיגע ווערהאוזעס, לעבעדיגע מיסילס, די נבוכדנצר'ס וואס רייטן אויף זייערע כלים ווי אויף א לייב, זיך שפירנדיג ווי די בעלי בתים פון די וועגן, בערך ווי באן שינעס זאל עס פארן עלעקטראנישלי.. ויבוא שלום על הקארס..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נו, שוין, פון וואו האב איך געזאלט וויסן אז דו האסט שוין געשפירט די רעדער פונעם 24 רעדל'דיגן אויף דיין בארד? איך וואלט גאר אנדערש גערעדט.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

צייטליך מיט דער וועג איז ער האפנטליך אנגעקומען אין צייט....חחח
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

בני היכלא איך האב קיינמאל נישט געוויסט פארוואס מיין טאטע פארט אייביג אויפן פאליסעטס און ווען מען איז שוין אויפן פאליסעטס צינד מען אן א שובבי"ם טעפ און עס גייט געשמירט אפילו מיט א אלטע 92 קאר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

האזארד! טראפיק: עף. די. אר., גי. דאבעליו - חלק התחתון, דער פירער, דער ניי גוירזי זיבעצן, דער טרו-וועי.

די פאליציי באריכטעט איבער א שווערער טראפיק וועלכע האט זיך אראפגעלאזט (פון א פאראשוט?) אויף עטליכע וועגן און שטעגן וועלכע פירן פונעם 'שטאט וואס שלאפט קיינמאל' נעמליך 'ניו יארק סיטי', ביז צו דער 'שטאט וואס שלאפט מעגליך אייביג' נעמליך 'אפסטעיט'.

לויט די ערשטע באריכטן פריער אינעם טאג האט זיך דער טראפיק געשאפן פון טונקל הויטיגע פאסאזשירן וועלכע זענען געווארן נתלהב אין זייערע ווילדע מוזיק און זיך גענומען מיטשאקלען און מיטווארפן דעם קערפער אויף איר טאקט, אבער שפעטער האבן זיך די באריכטן ארויסגעשטעלט אלס גענצליך פאלש, פילייכט האבן די אגענטן אויף 'טשאפער עי עיטי' נישט אזוי קלאר געזען פון דערווייטנס.

ווי עס שטעלט זיך ארויס רעדט זיך עס ליבערשט פון 'אידישע פאסאזשירן' וועלכע טאנצן נישט צו קיין מוזיק, נאר זייער קערפער שאקלט זיך פאר געלעכטער צום טאקט פון א געוויסע ערליי 'דרייווינג דירעקציע' וועלכע זיי פרובירן נאכצוגיין.

די פאליציי האט אריינגערופן פסיכיאטער צו דערגיין וואס קען שוין זיין אזוי פאני מיט פשוטע דרייווינג דירעקציעס? נו גיי לערן מיט א גוי היימישע קרעטשמע...

אלה ב'מעפקוועסט' ואלה ב'גוגעל' ואנחנו בשם 'צייטליך' נ'חחחחחחחחח'יר.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יענטאאש, זייער וואויל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שכויעך שכויעך רבותי,

ס'איז מיר א פארגעניגן אריינציקימען יעצט דא אין קרעטשמע צו זעהן ווי דער עולם האט הנאה געהאט (וואס קוקסטע? ס'איז פאני?)און איז מגיב אויף דער תגובה, עס גיט מיר זיכער א חיות און כח אנצוגיין ווייטער, איינער האט דא געשריבן אז ער ברויך דירעקשאנס קיין קרית טאהש, האביך אום נאר געוואלט זאגן, אז דאכצעכמער ס'איז דא מער דרייענישן, שטעגן און וועגן ווען מ'קומט פונעם "שטאט" קיין ק"י ווי קיין קרית טאהש, עס איז א פלאכע גראדע באורינג וועג,

ס'איז מיר נאר אינטערעסאנט אריינצוקלערן, מאשקע שרייבט אז ער האט געניצט די זעלביגע דירעקציעס אויפן וועג צוריק נאר איבערגעדרייט דא צעטיל, כ'האב מיך אראפגעזעצט אביסעלע ארייינקלערן ווי אזוי ער האט דאס געמאכט, אפשר קעניך דאס אויך ניצן, און עס וועט זיין נוצבאר פאר אנדערע, לאמיר אריינקלערען,

דאס צעטיל איבערגעדרייט האט ער זיכער נישט געהאלטן, וויייל ער קען עס נישט ליינען אזוי, אפילו "הפוך על הפוך" האט נישט דיזע אפציע, (חוץ אז ער האט בייפאוקל ווייסעך נישט, די חברה קענען זיכער מער ווי אינז..) מיסתמא האט ער געליינט די דירעקציעס פארקערט, ד"ה אנשטאט פארן רעכט'ס איז ער געפארן לינקס, אנשטאט 'נאורט' פארט מען 'סאוט', אקעי, דאס לייגט זיך שוין מער אויפן שכל, מקען עס שוין פארשטיין,

אבער איין מינוט'קעלע געבליבן משיח וועט מקבל פנ...אפפ.. פארפארן..

איין מינוט נאר, לאמיר אנכאפן (נישט ממש) א משל, אין די דירעקציע ביכל שטייט אזוי: "אויפן GWB האלט אייך אויפן לינקן לעין, אויב זענט איר אויפן גאנץ לינקן לעין וועט איר אטא-מאטיש אריינפארן אינעם "פאור""ע"כ, דאס הייסט אז ער האט געוואלט פארן אינגאנצן פארקערט האט ער עס מיסתמא אויסגעדרייט אזוי: "אויפן 'פאור' האלט אייך אויפן רעכטן לעין, אויב זענט איר אויפן גאנץ רעכטן לעין וועט איר אטא-מאטיש אריינפארן אונעם GWB.."

לפי עניית דעתי וואלט ער אין אזא פאל אנגעקימען ערגעץ ווי טיף אין "פאורט לי" אין ניו ג'ערזי..

א קיצור, מאשקע דערצייל ביטע ווי דיין וועג האט אויסגעקוקט..

וואס כ'האב נישט געוויסט איז אז דער רבי זז"ג בני היכלא וועט נאך מאכן א תורה'דיגען שמועס פון די טרעילערס אויפן בריק, גראדע די סיבה פארוואס איך באניץ מיך מיטן לאוער לעוועל, איז ווייל געווענליך איז דא דארט ווייניגער טראפיק, טאקע צילוב דאס וואס די טראקטאר-טרעילערס זענען פארבאטן זיך צו באניצן דערמיט משום מעשה שלא היה,

יענטאאש, עז יוזשעל, יוא אר די סוויטעס!

יישר כוחכם פאר די אלע מגיבים, טענקס עי מיליאון!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מאשקע האט געשריבן: אז ער האט געניצט די זעלביגע דירעקציעס אויפן וועג צוריק נאר איבערגעדרייט דא צעטיל,


איך האב איבער געדרייט די צעטיל בין איך געפארן און גארסערי די אנדערע זייט צעטיל איז גישטאנען

2 דאזען אייער
אהאלבע ברויט
פינעף טאמאטען
7 פיקלעך
3 יאגערטס
ועוד ועוד

מיט די אנדערע זייט קען מען נישט אנקימען אויף ווילי
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”