הילף מיט פייטן אן אינשורענס קלעים

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

הילף מיט פייטן אן אינשורענס קלעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

איז אזוי, עטליכע חדשים צירוק בין איך געווען אויף דאטשע אוט אוו סטעיט וואו איך האב געדינגען א קאר כדי איך זאל מיך דארט קענען געהעריג באוועגן. איך האב נישט גענומען קיין עקסטערע אינשורענס קאווערידש, נאר די בעסיק.

טו מעיק א לאנג סטארי שארט, האב איך געהאט א לייכטע צוזאמענשטויס מיט אן אנדערע קאר. מיין רענטעל קאר האט נישט געהאט קיין שאדענס ווייל דער אימפעקט איז געווען אויפן בעק באמבער, בעת וואס דער אנדערער קאר האט יא געהאט לייכטע שאדענס אויף די זייט פון זיין קאר. עס איז נישט געווען קיין פאליס ריפארט, נאר מיר האבן ביידע אויסגעטוישט אונזער אינפארמאציע און געגאנגען ווייטער.

עס גייט נישט אריבער קיין פאר טעג און איך באקום א פאון קאול פון סטעיט פארם, זיי זאגן מיר אז זייער קליענט טענה'ט אז איך האב אריינגעבעקט אין זיין קאר און דעריבער בין איך שילדיג אין דעם עקסידענט, איך האב זיי געזאגט לא הי' ולא נברא און דערציילט מיין זייט פון די מעשה און גענטפערט אויף די קשיות וואס זיי האבן געפרעגט.

נאך א שטיק צייט איז סטעיט פארם צירוק געקומען צו מיר מיט זייער באשלוס אז איך בין שילדיג אין דעם עקסידענט. צו מיין פראגע אויף וואס דאס איז געבויעט, האבן זיי מיר געזאגט אז אויב עס זענען דא צוויי צדדים אויף א מעשה און עס איז נישט דא קיין פרוף אהער אדער אהין, וועט דער אינשורענס קאמפעני זיך אייביג שטעלן אויף די זייט פון זייער אייגענע קליענט און האלטן דעם אנדערן דרייווער רעספאנסיבל, אפגעזעהן וואס יענער האט צו זאגן. זיי האבן מיר געזאגט אז זיי ווארטן אויף זייער קליענט אריינצוגעבן די בילס פאר דעם קלעים און אז ווי נאר זיי האבן עס וועלן זיי מיר דערנאך קאנטאקטן מיט די אפציעס ווי אזוי צו גיין ווייטער.

די וואך באקום איך א בריוו פון אן אינשורענס סאבריגעישן קאמפאני, ווי עס ווערט פארלאנגט אז איך זאל באצאלן $1600 אדער זיי געבן מיין אינשורענס אינפארמאציע אויב נישט וועלן זיי סוספענדן מיין לייסענס און אויספירן נאך א טוץ סטראשונקעס. אין די לעצטע פאראגראף פון דעם בריוו איז געשטאנען אז אויב איך האב א דיספיוט אויף דעם עצם קלעים זאל איך זיי קאנטאקטן ביז דרייסיג טעג, איך האב גלייך אויפגעהויבן דעם פאון און זיי גערופן, ווען איך בין ענדליך אנגעקומען צו מענטש האב איך אים געגעבן דעם קלעים נאמבער און געזאגט אז איך האב אן עירור אויף דעם דיסישן פון די קלעים. ווי נאר ער האט דאס געהערט איז ער געווארן ווילד און אנגעהויבן סטראשענען אז מיין לייסענס וועט ווערן סוספענדעט אויב איך צאל נישט דעם קלעים, איך זאג אים אז עס שטייט אין דעם בריוו צו רופן אויב מען האט אן עירור אויף דעם קלעים און דאס איז וואס איך טוה יעצט, האט ער אראפגעהאקט דעם פאון אויף מיר! איך רוף צירוק און זאג אים אז עס זייער נישט פראפעשינאל אראפצוהאקן א פאון אויף א קליענט, נעמט ער זיך ווידער שרייען אז ער האט שוין אנגעהויבן דעם פראסעס צו סוספענדן מיין לייסענס און האט ווידער אראפגעהאקט דעם פאון. (א שנעלע זיכעניש אויף גוגל דערציילט אז מיין מעשה איז נישט קיין צופאל - נאר דאס איז ווי אזוי זיי טוען ביזנעס,אדרבה מאכט אליין א סורטש פאר T.L. Thompson).

רוף איך צירוק סטעיט פארם און פרעג זיי וואס עס איז פשט פון ארויסגעבן דעם קעיס פאר קאלעקשן אן מיר זאגן א ווארט, זאגן זיי מיר אז וויבאלד זיי האבן מיר געפונען שילדיג אין דעם קלעים וועלן זיי פראבירן מיט אלע מיטלען ארויסצובאקומען דאס געלט פון מיר און עס איז נישט דא קיין וועג פאר מיר דאס צו פייטן אפילו אויב איך האלט אז איך בין נישט שילדיג און עס איז נישטא קיין שום פרוף צו בעקן דעם ווערסיע פון זייער קליענט, ווייל זיי דיעלן נאר מיט אנדערע אינשורענס קאמפאניעס ווען עס קומט צו אזעלכע פעלער אבער נישט מיט פריוואטע מענטשן.

מיין שאלה איז, איז דאס טאקע אזוי? אז ווייל דער אינשורענס קאמפעני איז א גרעסערע טאטע ווי מיר האב איך שוין נישט קיין שום רעכט זיך צו דיפענדן אדער עטליעסט קענען פארלייגן מיין צד פאר איינעם צו קאנסידערן?

עני העלפ איז עפרישיעטעד.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איי איי איי... פארוואס נישט געמאכט א פאליס ריפארט?

די איינציגסטע פלאץ ווי איך טראכט דו קענסט אפשר מצליח זיין איז ביי די קאנסומער אפפעירס.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

א פאליס ריפארט וואלט לכאורה נישט קיין סאך געהאלפן. איך האב געליינט פון אסאך פעלער וואס די אינשורענס קאמפעני האט זיך אנגענומען אויף זייער קליענט אנטקעגן א פאליס ריפארט.

סיי וויאזוי, א שכוח פאר אייער עצה, עמיר טשעקן אויב מען קען עס ריפארטן פאר די קאנסומער אפעירס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך ווייס נישט וואס דיר מייעץ צו זיין אויפן מאמענט, און קיין מתפלל לשעבר קען מען נישט זיין. אבער כדאי צו וויסן אין רוב סטעיטס קען מען מאכן א פאליס רעפארט ביז דרייסיג טאג נאך די אינצידענט. ממילא תיכף ווען דו האסט באקומען דעם רוף פון די אינשורענס פירמע האסטו געזאלט מאכן א פאליס רעפארט.
אגב אויב יענער לאזט דיך גיין אן דעם וואס יענער זאל נעמען באצאלט איז א רעסעפי פאר קאפוויי. איך האב אמאל געהאט אזא זאך מיט א קליינע קאאלישען כאב יענעם געצאלט אפאר הונדערט דאלער און געמאכט יענעם אונטערשרייבן א שנעל געשריבענע נאטיץ אז יענער זאגט זיך אפ פון פיילן סיי וואסערע קלעים.
אויב האט מען נישט קיין געלט אויפן פלאץ מאך יענעם אונטערשרייבן א צעטיל אז דו ברענגסט אים ביז 24 שעה געלט בתנאי ער גייט גארנישט קלעימען, און ווען דו גיבסט אים דאס געלט זאל ער אונטערשרייבן א רעסיט.

כמיין אבער אז אויב האסטו געהאט אינשורענס יענע צייט קענען זיי מעגליך קאווערן די דעמעזש, פרעג דיין אגענט אדער די רענטעל קאמפאני.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

לאמפ האט געשריבן:א פאליס ריפארט וואלט לכאורה נישט קיין סאך געהאלפן. איך האב געליינט פון אסאך פעלער וואס די אינשורענס קאמפעני האט זיך אנגענומען אויף זייער קליענט אנטקעגן א פאליס ריפארט.

סיי וויאזוי, א שכוח פאר אייער עצה, עמיר טשעקן אויב מען קען עס ריפארטן פאר די קאנסומער אפעירס.

שווער צו גלייבן אז זיי פסקנען קעגן א פאליס רעפארט. ממש אומגלויבליך.

לאז ביטע וויסן וואס איז געווארן מיט די קאנסומער אפפעירס. איך האב שוין אסאך מאל מצליח געווען מיט זיי.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

איגנאריר זיי און פערטיג, ווי לאנג זיי האבן נישט דיין סאשעל וואס דעמאלטס קען עס ארויף אויף דיין קרעדיט, קענען זיי גארנישט טון, זיי קענען נישט סאספענדען דיין לייסענס, און ס'איז אומלעגאל פון זייער זייט דיר אפי' צו סטראשענען דערמיט, און אזוי האב איך טאקע אויך געטון אמאל ווען א קאלעקשן קאמפעני האט מיר געשיקט די זעלבע סטראשע, איך האב עס איגנארירט, שפעטער האבן זיי געשיקט א בריוו אז זיי געבען מיר א טשענס צו סעטלען פאר 30℅ און דערנאך נאך איין טשענס צו סעטלען פאר 50℅ ווייטער איגנארירט, און די בריוון האבן זיך אויפגעהערט, איי געס זיי האבן געסעטלט פאר 0℅.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

שוועמל האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דיר מייעץ צו זיין אויפן מאמענט, און קיין מתפלל לשעבר קען מען נישט זיין. אבער כדאי צו וויסן אין רוב סטעיטס קען מען מאכן א פאליס רעפארט ביז דרייסיג טאג נאך די אינצידענט. ממילא תיכף ווען דו האסט באקומען דעם רוף פון די אינשורענס פירמע האסטו געזאלט מאכן א פאליס רעפארט.
אגב אויב יענער לאזט דיך גיין אן דעם וואס יענער זאל נעמען באצאלט איז א רעסעפי פאר קאפוויי. איך האב אמאל געהאט אזא זאך מיט א קליינע קאאלישען כאב יענעם געצאלט אפאר הונדערט דאלער און געמאכט יענעם אונטערשרייבן א שנעל געשריבענע נאטיץ אז יענער זאגט זיך אפ פון פיילן סיי וואסערע קלעים.
אויב האט מען נישט קיין געלט אויפן פלאץ מאך יענעם אונטערשרייבן א צעטיל אז דו ברענגסט אים ביז 24 שעה געלט בתנאי ער גייט גארנישט קלעימען, און ווען דו גיבסט אים דאס געלט זאל ער אונטערשרייבן א רעסיט.

כמיין אבער אז אויב האסטו געהאט אינשורענס יענע צייט קענען זיי מעגליך קאווערן די דעמעזש, פרעג דיין אגענט אדער די רענטעל קאמפאני.


וואס וואלט א פאליס רעפארט מיט צוויי אנדערע ווערסיעס געהאלפן? איך גלייב אז עס וואלט גארנישט געטוישט לגבי די אינשורענס קאמפעני. פארקערט, יעצט קען איך טענה'ן אז דער דרייווער האט נישט קיין שום באווייז קעגן מיר, ניטאמאל א פאליס רעפארט.

עס איז אמת און גוט צו וויסן אז רוב קאר אינשורענס קאמפעני'ס האבן א בענעפיט אז זיי קאווערן אויך קלעימס פאר רענטאל'ס וואס איר דרייווט, מיין פראבלעם איז אז איך בין נישט די 'נעים אינשורד' נאר א דרייווער אויפן פאליסי און איך בין מעגליך נישט קאווערד. איך האב סייווי געפיילט א קאונטער קלעים מיט מיין אינשורענס און זיי גייען מיר לאזן וויסן ביז אפאר טעג אויב איך בין קאווערד אונטער זייער פאליסי.

וואס עס באדערט מיר איז אז לויט ווי עס זעהט אויס פון וויפיל ריסערטש איך האב געמאכט איז נישט דא קיין געהעריגע פראסעס פאר אן אינדיווידועל צו פייטן אן אינשורענס קלעים. זיי דיעלן נאר מיט קאלעגע אינשורענס קאמפעני'ס און ווען זיי האבן קעגן זייטיגע קלעימס גייען זיי פאר ארביטרעישן, משא"כ א פריוואטע מענטש לאכן זיי אויס און פארלאנגען דאס געלט אפילו ער שרייט חי וקיים אז זייער קליענט האט געמאכט א מעשה און ער איז נישט שולדיג. דאס מאכט מיר נישט קיין סענס ווייל עס הונדערט פראצענט לעגאל צו דרייוון א קאר אן אזא קאווערידש און בלויז ווייל איך האב נישט א גרויסע קאמפעני וואס זאל מיר פארטרעטן פארליר איך אלע רעכטן זיך צו דיפענדן?
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

הבוחר בטוב האט געשריבן:איגנאריר זיי און פערטיג, ווי לאנג זיי האבן נישט דיין סאשעל וואס דעמאלטס קען עס ארויף אויף דיין קרעדיט, קענען זיי גארנישט טון, זיי קענען נישט סאספענדען דיין לייסענס, און ס'איז אומלעגאל פון זייער זייט דיר אפי' צו סטראשענען דערמיט, און אזוי האב איך טאקע אויך געטון אמאל ווען א קאלעקשן קאמפעני האט מיר געשיקט די זעלבע סטראשע, איך האב עס איגנארירט, שפעטער האבן זיי געשיקט א בריוו אז זיי געבען מיר א טשענס צו סעטלען פאר 30℅ און דערנאך נאך איין טשענס צו סעטלען פאר 50℅ ווייטער איגנארירט, און די בריוון האבן זיך אויפגעהערט, איי געס זיי האבן געסעטלט פאר 0℅.


שכוח פארן מיטטיילן אייער עקספיריענס. עמיר עס ניצן אלס לעצטע מיטל אויב עס וועט אויספעלן.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

א קאלעקשן קא. איז לעגאל זייער ריסטריקטעט מיטן קאלן אין סטראשנען אין איך גלייב נישט אז זיי קענען סוספענדן דיין לייסנעס. זיי ניצן נאר אויס די נאאיווקייט אין די שרעק וואס א מענטש באקומט ווען ער הערט אז א פרעפעשנעל קאלעקשן קא. סטראשעט אים מיטן ערגסטען. נעקסט טיים זיי קאלן דיך זאג זיי אז די קאל ווערט רעקארדעט אין איבער געגעבן פאר דיין לויער
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

Mr. Lump,
I would have enjoyed having this conversation with this collection agency.
As far as I understand from your story, there is a dog barking on one side and a innocent lump on the the other side.
There is nothing to worry about, just make sure not to give them any information over the phone. Take there information and sue them for harassment in small claims court.
This collection company will settle with you in no time.
Just make sure not to offer any excuse for any wrong doing while you are on the phone with them. Also record all conversations. And make sure that the other is notified clearly on record that you are recording the. conversion. And any information
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

And any information obtained will be used against them in court
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”